בית פורומים כל העולם כולו

צאפט מען דאס בלוט פאר די פערלשטיין אלמנה?!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/9/2009 18:33 לינק ישיר 
צאפט מען דאס בלוט פאר די פערלשטיין אלמנה?!

לאמיר בדחילו ורחימו נאך שרייבען דאס לשון פונעם פעלשער פארמעגליך, וואס ווערט געלייענט דורך מיליאנען יודען פון דער גאנצער וועלט, לעצטענס זייט מען האט עס איבערטיישט אויף די 70 שפראכען, גייען ציקימען צו די זאלי פארטיי ביליאנען גוים, אלעס צו פארדאנקען ''פעלשער פארמעגליך''

 

 

איצט קאנפירמד, ר' אהרן טייטלבוים און זיין קאניבאלען הנהלה, האט ארויסגעווארפען די קינדער פון ר' עיזואל פערלשטיין ז"ל פון זיינע מוסדות אין קריתקינדער פון ר' עיזואל פערלשטיין ז"ל פון זיינע מוסדות אין קרית יואל.

 

זייט די אכזרישע אויפירונג פון ר' אהרן, דוד עקשטיין, אלישע שמואל האראוויטץ דער טאשן שניידער ובעל כנפיים, און מרדכי לייב גליק, צו דעם נפטר, פאר צוויי וואכען צוריק, זענען זיי אלע אינגאנצען משוגע געווארען. זיי האבען געמוזט אנעמען פארשידענע שריט צו קענען פארענטפערען זייערע שרעקליכע בזיון המת און חמסנות.

 

די ערשטע שריט איז געווען, צו לייקענען פאר זייערע שעפסען אלעס אלעס. דער בלאט האט אלע זייערע ליינער געמאכט פאר אקסען. נישט געווען קיין געזונגעכץ, דער נפטר איז נישט געווען אויסגעצאלט. און נאך פילע נארישקייטען וואס איז אפילו נישט ווערט "א טראפעלע טינט" פון מיין פעדער.

 

צווייטע שריט. ארויס צו ווארפען פון זייער קהילה, די אלע בעלי בתים וואס זענען קהילה לייט אין קהל יטב לב קרית יואל אונטער כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א.

 

דריטע שריט. ארויס צו ווארפען אלע קינדער פון טאטעס וואס זענען קהילה לייט אין קהל יטב לב.

 

פערטע שריט. אפ צו זאגען לערערינס וועמענס מענער עס לערנען אין כולל ויואל משה.

 

אלזא האבען זיי געטון פיר שריט כדי זיך צו דעקען פון דעם הויפט שריט

  ‫

 

ביז א הער שרייבט דער פעלשער!


 

 על שלשה פשעי ישראל ועל ארבעה לא אשיבנו.

יא גערעכט, די פיר אויסגערעכנטע "עוולות" זענען באמת געטוהן געווארן, דאס איז דער דרך וואס מיר האבן מקובל מבית מדרשו פון הייליגן חתם סופר זי"ע, רבינו הקדוש והטהור בעל ויואל משה ובעל דברי יואל זי"ע, רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע, וויאזוי מ'פירט זיך אויף צו מחוצפים, מהרסים און מחריבים פון א קהלה קדושה בישראל. - און אויך האבן מיר דאס אלס "מעשה רב" פון אונזער "לאקאלן", עיין די לאנגע ליסטע ב"קול סאטמאר" פר' כי תצא תשס"ט.

 

אמת מ'האט אין דער בלאט אפגעענטפערט אלע זייערע שקרים און קלארגעשטעלט די שטעלונג פון געטרייע חברה קדישא, וואס האט אפגעשלאגן גאנצע מאסע פון שקרים און זיופים פון "דער איד", מיט אלע "אפענע בריוון", (וואס צוליב דעם שוואכן אפקלאנג האבן זיי דאס געמוזט בלית ברירה די וואך נאכאמאל מפרסם זיין, אין אן אנדערן אויסלייג, פון רעכטס צו לינקס, דער איד ב/30-31).

 

אמת, מ'האט ארויסגעווארפן אלע מהרסים וחמסנים פון אונזער קהלה קדושה אין קרית יואל, גענוי ווי יעדער רב בישראל האט געטוהן בשנים כתיקונם מיט מחוצפים אין זיין שטאט.

 

 אמת, מ'האט געשיקט א מודעה פאר די "ערוועלטע" חברי הקהלה פון סאסמאן, אז בעפאר מ'קען ווייטער נעמען זייערע קינדער זאלן זיי צוריקציען פון זייער גניבה גזילה וחמסנות שטיק.

 

אמת, מ'האט געטוהן שריט צו פארזיכערן אז אין דעם יעצטיגן שווערן פינאנציעלן מצב, ווערט דעם ציבור'ס געלט, נישט געשטאפט פאר די "גאלדענע אינגעלייט" פון סאסמאן'ס כולל.

 

אבער, און דא קומט א שארפן "אבער"!!!!!!!

 

די משפחה פון דעם מנוח האברך החשוב ר' עוזיאל פערלשטיין ז"ל, האט מען ספעציעל אנגערופן, יא, דער "ארכי-גוי", ר' דוד עקשטיין הי"ו האט געלאזט אנרופן די משפחה, אז דער נייער איינפיר קעגן די חמסנים צילן חלילה נישט קעגן איר, און אירע קינדער קענען ווייטער רואיג לערנען אין די הייליגע מוסדות, "ישיבה תורה ויראה ובית רחל דרבינו יואל מסאטמאר קרית יואל".

 

הער פארמעגליך זאל ווייטער פארקויפן זיינע לגיונות, אבער דעם פאקט וועט דאס נישט משנה זיין





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 20:08 לינק ישיר 

פארשטיי האב רחמנות, דער פארמעעגליך האט א שטוב מיט קינדער קיין טאלער איז דארט נישט דא  מען האט שוין געפענט אפילו א פעי פעיל אקאנט ווי מען זאל קענען אריין שיקן געלט.

ני אז מען באצלט געלט דארף ער קענען אהער שטעלן סחורה אז ס'זאל זיין ווערט דאס געלט
מיז ער בלית ברירה באקן מעשיות, אין אנדערע ווערטער ס'איז געווען א ביזנעס דיסזשאן.

איך ווארט נאר פארמעגליך זאל דערציילן וואספארע ראלע סיני טייטלבוים האט געהאט מיטן ווארפן שטיינער אויף די רעבעצין ע"ה.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/9/2009 20:09 לינק ישיר 

אז די וועסט איהם באצאלן וועט ער דאס אויך שרייבן, דערווייל באצאלן איהם נאר די זאלויניס....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 20:13 לינק ישיר 

סאקט איך בין נישט מחולק מיט דיר, נאר ביי אינז פילט מען נישט וויכטיג צי באצלן דערפאר.  




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/9/2009 20:16 לינק ישיר 

אפשר וואלט יא געלוינט צו עפענען א פעי-פאל אקאונט פאר סופרעמעסי ער זאל זיך נעמען ווייטער שרייבען

וואס האלטסטו ארגינעלער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 20:20 לינק ישיר 

סופרעמסי האט ברוך השם וואס צי טיען איבער טאג ער טוט מחמת זיין קלארן פארשטאנד
אין ווי איך פארשטיי יאגט ער זיך נישט מיט זיינע ארטיקיל טאקע ווייל ער איז א פארנימנער מענטש.
 
בדרך אגב סקאט וואס זאגסטו איבער סופרעמעסי ארטיקעלן ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/9/2009 20:50 לינק ישיר 

אה איבער סופרעמסי, ער האט דא געשלאגן טיפע טיפע ווארצלען, איך האלט אז אין סאטמאר און אין די וועלט בכלל האט מען אלס געלעבט אינטער א עמאציענאלן טעראר פון די רבי ז"ל אידן, ווען די אידן האבן אראפגעצויגן זייער ביבערהיט צוקנייטש די שטערן און געקרעכטס ווי דער רבי, זענען מענטשן איטערגעבראכן און זיך געווארפן פאר שרעק. וגם דער לעצטער רבי הברך משה בכלל.

דער סופרעמיסי האט מער ווייניגער באפרייט די אלע אידן, מיטן אויפקלערן אז די סארט אידן האבן פשוט געהיידשעקט און פארשווארצט דעם פנים פון א גרויסן צדיק קדוש ונשגב.

אגב, איך האב געטראכט אז די אידן לייגן דגוש צו עסן יו"ט געקעסלטע לאקשן און שבת לאנגע, וכדומה, אבער דער מנהג אז דער רבי האט שבת נאכמיטאג נישט געגעסן קיין אייסקרים און געשלאפן 2-3 שעה אויף דעם איז נישטא צופיל בעלנים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2009 21:07 לינק ישיר 

פארשטיי די האסט געכאפט די בעקער פארמעגליך ביי א ליגענט?

גיט מארגען, כ'האב מורא אז ס'איז די ערשטע מאל וואס די ליינס זיינע געבעקסן.
די זאלי'ס האבען א פראבלעם מיט באקען פאקטן?
די האסט נאך קיינמאל נישט געליינט דעם איד?

זיי זענען מאכיל פאר זייערע מרי לב פלייש וואס אלע ערנסטע רבנים שרייען א ס'איז א '''ספק טריפה''', אלעס ווייל מ'דארף קענען שרייבען אז  ''א חשובער רב פין לעיקאווד האט אנדעקט א סקאנדאל אין ק''י בית השחיטה'' אין מ'זאל זיי נישט האבען געכאפט ביי א אפענע ליגענט.
{אגב,  פין דעם חשובער רב פין לעיקוואד איז שוין געווארען עפעס א קאשינסקי פין א תמיר זונה (א זאלי שפראך) ווייל ער האט זיך אויפגעשטעלט ברבים לייקענען פארמעגליכ'ס פאבריקאציע אין זיין נאמען}



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/9/2009 21:42 לינק ישיר 

סקאט
 ווי איך פארשטיי פין אישית מיט סופרעמעסי קומט נאך א ארטיקיל איך ווייס נאר נישט ווי לאנג ס'קען
נעמען

איך האב הנאה פין דיר סקאט די פאלסט נאך צימאל אריין דא ס'וואלט געפאסט די זאלסט עפטער באזוכן אין איבער לאזן דיינע שפירן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/9/2009 22:15 לינק ישיר 

כ'האב מיך זייער געווינדערט פארוואס  די  זאלי'ס זענען אזוי ווילד אז מ'שיקט זיי נאך א פאר קינדער צו זייער מוסדות אינדרויסען פין שטאט.
אבער היינט זעה איך אין זייער משכיל'שען צייטונג א דרשה פין זייער ראה''ק סטראלאוויטש - דער שווער פין ר' עזיא' פ''ש, ווי ער בליטיגט צווישען אנדערע, אז זייענדיג א חבר הנהלה אין זייער מוסדות האלט מיר מיט צווישען אנדערע ווי מ'איז  שוין שילדיג פאר די מלמדים איבער א מיליאן דאללער.......... יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס זיי האבען געסטרייקט?
א שאד ער האט נישט גערעדט וויפיל מ'איז שילדיג פאר סופלייער'ס וכו'

{איך זיי זענען ביזי, אז די מוסודת אין וומ''ס איז שילדיג געבליבן געלט פאר א אייראן ווארקער,( וואס כ'שטעל מיך פאר אז עפעס איז דארט פארגעגאנגען. (אז נישט וואלט מען זיך שוין לאנג דורכגעקומען פינקט ווי מיט קראסנא, וואס קהל האט שוין אנפאנג וואך באנייט די ליעס, אין פארשטייט  זיך די זאלי'ס שרייען נאך אלץ קראסאנא קראסנא, ווען די פישמאן'ס האבען כמעט אלעס נאכגעגבן פאר קהל))}



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2009 01:29 לינק ישיר 

 

קיקט וואו אזוי דער טיפוש פארענפערט זיך ווען מען כאפט אים רעד הענדעט, מיט שקר און בלאף,
עס איז נאר אונטערסאנט פאר וואס אויף זיינע אנדערע געבעקסען, פארענפערט ער זיךך נישט, גיי פארשטיי א משוגענעם!


איך האב געשריבען דאס ווארט "קאנפירמד" אינעם ערשטען פאראגראף, און דאס זענען די ווערטער:
איצט קאנפירמד, ר' אהרן טייטלבוים און זיין קאניבאלען הנהלה, האט ארויסגעווארפען די קינדער פון ר' עיזואל פערלשטיין ז"ל פון זיינע מוסדות אין קרית יואל.

איידער איך האב געשריבען די מאמר האט איך אפגעקאלט מיינס א חבר אז ער שאל פרעגען ר' יוסף פנחס סטראלאוויטש, דער טאטע פון די אלמנה און זיידע פון די יתומים.
ר' יוסף פנחס האט אים געזאגט אז עס איז אמת אז זיין טאכטער האט באקומען א בריוו נישט צו שיקען די מיידלעך אין שולע.

איצט, אויב שרייבען זיי אז דוד האט געקאלט אז ער ציט צוריק אדער אז עס איז געווען א טעות, איז עס געווען נאכדעם וואס איך האב געשריבען די מאמר.
עס מוז אבער נישט זיין אז דוד האט געקאלט די אלמנה ווייל ער האט געליינט די מאמר. אבער דאס איז זיכער אז איך האב פעסטגעשטעלט די מעשה איידער איך האב געשריבען אז זיי זענען געווארען ארויסגעווארפען.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > צאפט מען דאס בלוט פאר די פערלשטיין אלמנה?!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext