מזל טוב קרית יואל צום נייעם שטח
איצט קומט די גוטע נייעס אז די מוסדות "ויואל משה" אין קרית יואל איז בשטומ"צ געגאנגען אין קאנטראקט אפצוקויפן א נייעם שטח וואו עס וועט געבויעט ווערן א נייע גרויסע געביידע פאר א מיידל שולע און אויך פלענער פאר א ביזנעס צענטער.
דער שטח געפינט זיך גלייך נאכ'ן "אווער פעס" אויף פארעסט רד, קעגנאיבער דאס הויז פון ר' יאסי גרינפעלד.
דער שטח איז דרייצן עיקער גרויס און ווי די פלענער לויטן וועט דארט זיין דער המשך צו א נייעם לארקין רד, וואס ענדיגט זיך דערווייל ביים אווער פעס פון די אנדערע זייט שטעטל. די טאון גייט ווייטער אראפציען די לארקין ראד, פאראלעל מיט גרויס רט. 17 און ביים צווייטן אווער פעס וועט זיך געפינען אי"ה דער נייער מיידל שולע.
דער נייער בנין וועט זיין פיר שטאק הויך און וועט אנטהאלטן אכט און פערציג קלאסן.
מזל טוב מזל טוב
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
|
|