1) ווייל די זאליס דארפן זיי געבן א אנדערע הויז אין זיי געבן נישט
2) די זאליס האבן נאך נישט באצלט קיין פעני פארן לאט
אין יעדעס מאל ווען פאללאק גייט אהיים זעהן זיי דעם דעם קבר פין פערלשטיין
די וואך האט עס אויס געקראכט אין פאללאקס' ווייב האט זיך גענימען שרייען מיט היסטערישע קולות
אז זי זעהט מתים וכו.
מען דארף זעהן אז זאלי באנדע זאל באצלען אין זיי זאלן קענען ארויס מאפן.
נשלח ב-11/9/2009 18:11
נעבאך! דער זלמן פאלאק האט געמיינט, אז מען טאן געשעפטען מיט א יאקאבאוויטש - זאלי!
נשלח ב-11/9/2009 18:05
נעכטן איז געווארן פרייליך צווישן די זאליס מיט זלמן פאלאק.
זלמן פאלאק בעט די פרייז פאר פאלאק'ס לאט 1.3 מיליאן דאלער, די פרייז האט ער מיט זיי אפגעשמיעסט נאך פאר פערלשטיינ'ס לווי'..
לעמשה יעצט האבן די זאליס נישט דאס געלט צי באצלען, אין אברהם בער יאקאבוויטש דער פיאנער פין די גאנצע בית החיים האלט אז יעצט האט ער שוין פאלאק ביים גענאק ווייל דארט ליגט שוין א מת
אברהם בער יאקאבוויטש וויל באצלען פאר זלמן פאללק די נישטיגע סכום פין 300.000 $
נעכטן איז פארגעקומען א היציגע ווערטער אויסטויש צוווישן אברהם בער מיט זלמן פאלאק
זלמן פאלאק זאגט, ביז ווילאנג ער האט נישט דאס גאנצע געלט מופט ער נישט ארויס
אין ער פארקויפט זיי נישט די חלקה.
אין נאך מער טענה'ט זלמן, אז יעצט איז ער ידו על העליונה ווייל ער האט שןין א מת אלץ משכון.
אין נישט פארגעסן שאול פערלשטיין זאגט אלעס בלייבט ביים אלטען..........
בקיצור ס'איז פאר די הייליגע טעג אין ביי די זאליס שלאגט מען זיך נישט אויפן ארגינעלן בית החיים
נאר אויף פאלאק'ס לאט.
פירוד של רשעים נאה להם ונאה לעולם....
נשלח ב-8/9/2009 01:12
ווען די מעשה איז פארקערט וואלט מען מיט יענעם געטוהן וואס מ'האט געטוהן מיט הרה''ח ר' יוסף פראמער ע''ה, אין אלע אנ''ש - די ליסטע איז זייער לאנג.
די היסטארי פין ווארפן איינגעשטעלטע גייט ציריק וועט דער געוועזענער משתב''ק איז נאך געווען בעה''ב אין סאטמאר, אין ער טוט עס ווי ער איז נאך היינט בעה''ב.
נשלח ב-7/9/2009 21:37
smilo
וואס וואלסטו געזאגט ווען די מעשה איז פארקערט? חכמים הזהרו בדבריכם.
נשלח ב-7/9/2009 21:31
א דוגמא פון א אשכול וואס איך האלט איז מבזה רבינו שליט"א
אבל מי שקורא ושונה ומשמש ת"ח ואין
משאו ומתנו באמונה ואין דבורו בנחת עם הבריות מה הבריות אומרות עליו אוי
לו לפלוני שלמד תורה אוי לו לאביו שלמדו תורה אוי לו לרבו שלמדו תורה
פלוני שלמד תורה ראו כמה מקולקלין מעשיו וכמה מכוערין דרכיו... יומא פ"ו.