לעבעדיג שבת אין ק"י: מחותנים ברענגען אייגענע פלייש
דעם פאריגן שבת איז געווען לעבעדיג אין קרית יואל, ווען 2 מחותנים ואס האבן געמאכט שבת שבע ברכות אין עטרת פיגא פון די
אהרונים האבן געברענגט אייגענע זופ-און-פלייש ביינאכט, און אייגענע טשאלענט בייטאג, כדי נישט צו עסן די מפוקפק'דיגע
פלייש פון די בית השחיטה "המהודרת" פון ק"י.
נשלח ב-8/9/2009 06:26
לכבוד החברים החשובים שליט"א.
אין מיין אפוועזנהייט האט מען זיך גענומען שרייבן עד אין שיעור ועד אין חקר זאכן וואס שטימען נישט מיט'ן מציאות און מיט'ן שכל. איך האב געעפנט אן אשכול, ווי עס איז ציטירט דעם ליטווישן משגיח פון א שיעור וואס ער האט געגעבן אין בנין עסטרייכער. ביטע ליינט עס פון דארטן.
איך האב מיינס, און די האסט דיינס! פארוואס זענט עטץ ווייטער אלץ ביזי נאר מיט מיינס???
אנשטאט רעדן ווי גיט ס'גייט ענק און וואס אלס עטץ אקאמפלישטס אין די לעצטערע צייטען זענט עטץ נאר ביזי וואספארא בעיבי אונזער רבי איז, אונזער פלייש איז נישט גוט, וכו'
האסט שוין פארגעסן פון די אומגעזאלצענע פלייש? טול קורה מבין עינך
דו קשיא וואס דו פרעגסט אויף מיר, פרעג איך אויף דיר?
נשלח ב-8/9/2009 00:41
פיר אויס! אלא מאי? היוצא לנו מכל זה? אז די ארונים שטויסן קיינמאל נישט די זאליס, נאר די זאליס שטויסן די ארונים, הא?
נשלח ב-8/9/2009 00:40
קען איינער אריינסקענען דעם צעטיל וואס הענגט שוין א גאנצע וואך אין בית המדרש די מודעה פין וועד הכשרות דקהל יטב לב וועגן די צומות הגידין פרשה?
נשלח ב-8/9/2009 00:39
דארט איז דאך געווען תשובות פון די גרעסטע לעצטערע גדולים אינקלאדינג די דברי יואל ז"ל
דא איז דאך ניטאמאל אברהם לויפער ארויסגעקומען מיט א בריוו....
נשלח ב-8/9/2009 00:34
געדענק כתב:
אויב אזוי וואס שטויסטו ווייטער?
איך האב מיינס, און די האסט דיינס! פארוואס זענט עטץ ווייטער אלץ ביזי נאר מיט מיינס???
אנשטאט רעדן ווי גיט ס'גייט ענק און וואס אלס עטץ אקאמפלישטס אין די לעצטערע צייטען זענט עטץ נאר ביזי וואספארא בעיבי אונזער רבי איז, אונזער פלייש איז נישט גוט, וכו'
האסט שוין פארגעסן פון די אומגעזאלצענע פלייש? טול קורה מבין עינך
נשלח ב-8/9/2009 00:32
אויב אזוי וואס שטויסטו ווייטער?
איך האב מיינס, און די האסט דיינס! פארוואס זענט עטץ ווייטער אלץ ביזי נאר מיט מיינס???
אנשטאט רעדן ווי גיט ס'גייט ענק און וואס אלס עטץ אקאמפלישטס אין די לעצטערע צייטען זענט עטץ נאר ביזי וואספארא בעיבי אונזער רבי איז, אונזער פלייש איז נישט גוט, וכו'
נשלח ב-8/9/2009 00:25
געדענק איך האב געמיינט אז מיר זענען געקומען אל עמק השוה
נשלח ב-8/9/2009 00:20
זעליג_כהן כתב:
געדענק
ווי זיכסטו די בריוו פון'ם ביד''ץ שע''י קיט''ל, איו הופער...?
אין גרויסן ביהמ''ד אויף ראדני הענגט שוין איבער א וואך א צעטל וואס זאגט פונקטליך אז אין די בתי שחיטה וואס מיר נוצן איז די פראבלעם נישט מצוי און ער רעכנט אויס וואסערע זאלן זענען אונטער זייער השגחה.
אגב האב איך געהערט פון'ם מענעדזשער פון קאנטינענטאל אז זיי פלעגן געווענליך [חוץ ווען איינער האט אנדערש געבעטן] נעמען פון ק''י שחיטה, וויל דאס איז דאס ביליגסטע, אבער יעצט האבן זייער א סך יודן פון אלע מיני קרייזן געבעטן דאס זיי ווילן עס נישט!.
א צעטיל וואס זאגט???
וואסערע לעדערהעד?
נשלח ב-7/9/2009 23:57
בריטס האט בארירט א מורא'דיגע פינטל, אויב גייט שוין דער פראבלעם אן זייט שבועות פארוואס איז דער אני ואפסיניק ארויסגעקומען און דערקלערט פאר די רבנים ביום כ"ו אב אז ס'האט זיך געמאכט א פרישער פראבלעם?
נשלח ב-7/9/2009 22:56
געדענק
ווי זיכסטו די בריוו פון'ם ביד''ץ שע''י קיט''ל, איו הופער...?
אין גרויסן ביהמ''ד אויף ראדני הענגט שוין איבער א וואך א צעטל וואס זאגט פונקטליך אז אין די בתי שחיטה וואס מיר נוצן איז די פראבלעם נישט מצוי און ער רעכנט אויס וואסערע זאלן זענען אונטער זייער השגחה.
אגב האב איך געהערט פון'ם מענעדזשער פון קאנטינענטאל אז זיי פלעגן געווענליך [חוץ ווען איינער האט אנדערש געבעטן] נעמען פון ק''י שחיטה, וויל דאס איז דאס ביליגסטע, אבער יעצט האבן זייער א סך יודן פון אלע מיני קרייזן געבעטן דאס זיי ווילן עס נישט!.
נשלח ב-7/9/2009 22:17
שטעלט אייך פאר אז און צווישען די טענה'ס וואס מען טענה'ט זוך דא, געשענט נאכעמאל א גוטן מועד כנוסח שנת נ"ט,
און די אלע וואס זענען דא פאר ק"י וועלן זיך מיזן טוישן אויפן פלאץ די מיינונג וועגן ס'איז נאר חיים שלמה פישר, אדער ער האט איבערגעגעבן פאר איינעם 10 יאר ציריק א צוואה, וכדומה,
כבר היה לעולמים אז זיי האבען געמאכט א "טאמבלסאז" און באשטעטיגט אז אלעס ביז יעצט איז געווען ראנג ,
די אלע וואס טענה'ן זיך א קעגען די ארונים וועלען אויסקוקען אזוי ווי ר' פייפל ווייס זאגט, עס איז געווען אמאל א איד האט געזאגט פאר א פאר אידען אונמיטן א לאנגע רייזע אז יעדער קען ערלעדיגן זיינע צרכים לעבען זיין גרויסע טראק, און אזוי ארום אינדערצווישען האט ער זיך אפגעטראגן מיטן טראק.....,
נשלח ב-7/9/2009 20:52
צו מאכן א סך הכל פונעם פראבלעם אין קרית יואל, דער פראבלעם איז מהר"א מיט זיין גרויס מויל, (אדער זיינע יועצים.... לישע... וכו')
ווען ער שטעלט זיך אויף זאגן יא רבותי עס איז געווארן א פראבלעם און מיר האבן נישט געשוינט קיין געלט און געהייערט משגיחים בודקין וכדומה, און מיר טוען אלעס אין די וועלט מתקן צו זיין ווייל מיר זענען מהודרת.... וואלט זיך די זאך גאנץ שנעל אפגעשטילט.
נו אויף דעם האט התאחה"ר זיך אנגערופן, אז לא דובים ולא יער סאיז נישט דא דער פראבלעם אין פאר שחיטות ווי זיי זענען אחראים.
און אויף דעם רופן זיך אן אלע תושבי קרית יואל וואס פארלאזן זיך אויפן הכשר פון קהל יטב לב בראשות הגה"צ דער ראב"ד שליט"א אז מיר פארלאזן זיך אויף אים מיט די פליישט וואס מיר סערווירן אינדערהיים און ביי אונזערע שמחות.
און דאס זענען קהל ארונים געוואויר געאווארן די וואך אז זיי רייסו נישט אראפ א מנין צו צוויי, נאר א עדה קדושה וואס לאזט זיך נישט שפייען און די קאשע, און אז די זאגסט טריפה וועל איך אננעמען די כלל אז כל הפוסל במומו פוסל, די וועס זיך נישט קאשערן מיטן שרייען טריפה, ווייל דאס ווייזט מיר אז עפעס טויג נישט ביי דיר.
און דא איז דאס פלאץ אויסצושרייען צו אייך תושבי קרית יואל חברי קיט"ל, חזקו ואמצו, די רעזשים איז צובראכן, און ווען איר קויפט פלייש זאלט איר אויסדריקליך קויפן ביי מהודר'דיגע פלייש געשעפט בהשגחה מעולה. און דאס זעלבע בעת שמחה פארלאנגט פון אייער קעיטערער מהודר'דיגע פלייש צו סערווירן פאר אייערע געסט.
אויב מאכט איר א שמחה און די זאלן פון די קהילה אדער מוסדות ויואל משה זענט איר פארזיכערט אז מען סערווירט נאר די מהודר'דיגע פלייש, בפיקודו פון הגאון דומ"ץ דקיט"ל קרית יואל שליט"א. אויב מאכט איר א שמחה און אנדערע זאלן זאלט איר טוען וואס איר האט צו טאן.....
און נאכאמל מיר זאגן נישט אז די פלייש פון די שחיטה און קרית יואל איז טריפה, ניין, אבער אז די שרייסט טריפה און די עסט נישט ביי שמחות איז עפעס נישט גוט.... און דאס איז גענוג מיך אפצוהאלטן פון עסן און סערווירן די פלייש...
נשלח ב-7/9/2009 20:35
היתכן די פון שבועות ביז כ"ו אב האט זיך דער דרשן נישט אויפגעשטעלט ברבים זאגן פאר די וועלט אז עס איז דא א פראבלעם,
לכל הפחות אין סיגעטער בית מדרש אזויווי די גיורת פרשה וואס האט געברענט כלל ישראל, אלע בתי דינים און רבנים און ברוקלין האבן געהאט לאנגע לייןס פון גוים וועלכע האבן זיך געוואלט מגייר זיין לשם אישית און סאיז געווען עמערשזשענסי צו רופן א מיטינג,
אויב ווייסט ער שוין זייט שבועות פון דעם פראבלעם, וואלט דער רשכבה"ג געדארפט מעורר זיין די וועלט גלייך, וואס האט מען באהאלטן, פארוואס האט מען געדארפט געוואויר ווערן פון א לעיקוואדער איד, און פארוואס האט דער לעיקוואדער נישט געזעהן אז עס איז דא א נייע סטעף משגיחים וואס זענען בודק, און אז עס איז דא א נייער סיסטעם פון רבבות דאלאר צו קוקען צומות הגידין,
איז כשרות הבשר נישט אזוי וויכטיג ווי גירות לשם אישיות, אדער האט מען געזוכט עפעס צו באהאלטן,
ביז כ"ו אב ווען מען האט שוין מודה געווען אז סאיז דא א פראבלעם און מעורר געווען אלע רבנים נזהר זיין אויף דעם פראבלעם,