| נשלח ב-6/9/2009 22:30 |
|
| |
סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג וואקסט
די מוסדות אין ווילאימסבורג בליט אויף אלע זייטן
ס'הייסט יעצט אויף 10 כיתה א' אויפן נייעם יאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/10/2009 05:33 |
|
| |
איך האב געהערט זייער גוטע גריסן איבער די התמדת התורה אין כולל קרית יואל פון א פרעמדער אינגערמאן וועלכע האט פערצופאל באזוכט אין כולל פאר יו''ט און איז ארויס פון התפעלות איבער די חשקות התורה פון די איידעלע אינגעלייט דארט
|
|
|
|
| נשלח ב-8/10/2009 02:07 |
|
| |
אויף אוועלטליך ווערט געטוהן שריט נאכצוקמען דעם ברייטען וואוקס בליעה''ר
אין קרית יואל איז שוין כמעט פארטיג דער נייער גרויסער 5 שטאקיגער בנין בית רחל, אין מ'האלט שוין אימיטן פלענער פאר נאך א בנין בליעה''ר
אין לאנדאן עפענט מען נאך 5 כיתות, אין די יונגערע כיתות ברייטערן זיך אויס פארלערעל בליעה''ר
אין ירושלים האט מען גענועמן דעם ביז יעצטיגען לאנטש רום אין געמאכט דערפון קלאסען, אין מ'האט צוגעבויט א נייע לאנש רום
וכו' כו' כ''י
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/10/2009 02:03 |
|
| |
דער לאטס פאר די נייע בית רחל, פארנעמט ארום 50 טויזענט סקווער פיס, אין די פינקטליכע פלענער ווערן יעצט אויסגעארבעט,
אויך האט מען ציגעבויט אינעם גרויסען בנין אויף סקילמאן/פרענקלין נאך 10 קלאסען, נאכצוקועמן דעם וואוקס בליעה''ר
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2009 22:53 |
|
| |
ציריק צו די נושא פינעם אשכול:
מוסדות סאטמאר וומ''ס קויפט אפ ריזיגען שטח פאר'ן בית רחל אויף ווארסאף סט'
מיט גרויס שמחה האבען סאטמערע חסידים אויפגענועמן די נייעס איבער די הרחוות גבולי הקדושה אין די סאטמערע מוסדות אין וומ''ס,
אין די ת''ת גייט מען מאכען פין די ביז יעצטיגע לאנטש רום'ס פרישע קלאסען, אין מ'גייט אויפבויען א נייע לאנטש רום אויף די ערשטע שטאק,
דאס מיינט אז דער זעלטן ריזן גינגאטישער בנין איז שוין אנגעפילט אסאך פריער ווי מ'האט זיך געראכטן בליעה''ר, אין מ'דארף אנהייבען צו טראכטן פין א נייע ת''ת.
אין ביי די די מיידליך ווי די געדרענג איז שוין געפערליך, אין ביידע ריזיגע בנינים סיי אין סקילמאן/פרענקלין, סיי אין בנין ריספלער, אין אויפן פרישען זמן האבען זיך געפענט 10 פרישע קלאסען בליעה''ר (צווישען אלע יארגענג)
האט די הנהלת המוסדות אפעקויפט א ריזיגען שטח פין ''7 לאטס'' צו קענען בויען א גרויסען בנין פאר די מיידלעך.
בורא עולם בקנים השלם זה הבנין!
ביי די בחורים: די בארימטע ישיבה מבצר התורה, וואקסט שוין אויס איר ביז יעצטיגע לאקאל, אין א פאסיגע לאקאל ווערט געזיכט אויף די ערשטע געלגנהייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2009 22:46 |
|
| |
| זעליג_כהן כתב: |  | | צייל אפ וויפיל פינגער דו האסט אויף דיין הענט, האפענטליך וועסטו קומען צי רעאליטעט פאר 1-2 מינוט,
דאן וואס דארף מער קלאסן 12טע קלאס, אדער קינדערגרטן- נערסערי?
קאם אן, וואס גייט היינט פאר מיט דיר?
עסטרייכער איז א בנין פון 2 שטאק און אונטער דעם איז א ריזיגע 3 טע שטאק, צוזאמען איז עס סך סך גרעסער פון בית רחל
|
|
כ'האב מורא אז ער ווייסט נישט ווי בנין עסטערייכער איז....
אדער האט ער געהאט א חלום פין א פאר שטאק ארויפבויען אויף בנין עסטערייכער אזווי אויף ויואל משה.....
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2009 22:38 |
|
| |
ok איך זעה שוין דו וועפסט.
אגב וואס איז 1+1?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2009 22:35 |
|
| |
זעליג
כ'זעה אז די האסט שכל ווי א געווענליכע זאלי'ס
וועל איך דיר מסביר אויף קליין געלט, אין כ'האף אז די וועסט פארשטיין:
די זאגסט דאך, אז די נורסערי / קינדערגארטען איז א ''מעכטיגע אימפעריע'',
אין אויב האט מען געקענט אריינשטיפען דעם ''אימפעריע'' אין ''העיווארד'' קומט אויס ''אז העיווארד'' איז א גרויסע בילדינג
אין אויב מ'האט אין דעם גרויסען בילידנג אריינגעשטיפט בלויז 12'טע קלאס וואס פארנעמט בלויז א פערטל אדער ווייניגער פין די נורסערי / קינדערגארטן ''אימפעריע'', קומט אויס אז ס'דא א מאנגעל אין תלמידות.......
פארשטייסט???
תוקן על ידי rebyankel ב- 05/10/2009 22:42:52
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2009 22:34 |
|
| |
צייל אפ וויפיל פינגער דו האסט אויף דיין הענט, האפענטליך וועסטו קומען צי רעאליטעט פאר 1-2 מינוט,
דאן וואס דארף מער קלאסן 12טע קלאס, אדער קינדערגרטן- נערסערי? קאם אן, וואס גייט היינט פאר מיט דיר?
עסטרייכער איז א בנין פון 2 שטאק און אונטער דעם איז א ריזיגע 3 טע שטאק, צוזאמען איז עס סך סך גרעסער פון בית רחל
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2009 22:25 |
|
| |
אין דאס אלעס איז אמאל געווען אין העיווארד, אין היינט האט גענומען דעם העיווארד בנין וואס קען אנהאלטן דעם ''אמפיעריע'' (כלשונך) אין מ'האט דארט ''אריינגעשטיפט'' די 12'טע קלאס......
פין וועם מאכסטו שפאז???
אבער כ'מיין נישט דווקא העיווארד, ס'דא אין יעדע בנין ליידיגע קלאסען,
נאך אלעם האבן די ארונים היינט א מוסד פין 5000 קינדער בליעה''ר + די ישיבה קטנות וואס ערהאלטן קרוב צו 400 תלמידים בליעה''ר, אין דאס אלעס איז אמאל געווען אין איין מוסד!
יא, ס'דא א מאנגעל: אבער אין תלמידים......נישט אין פלאץ
אגב, קאט די קרעפ, ווען מ'פארדעקט די גאלערי אין ברכה סימא כדי די זאל זיין שענער, פארקויף נישט פאר קיינעם אז מ'טוט דאס וועגן נייע קלאסען.
לויטן געזעץ מיז יעדע קלאס האבען א פענסטער, אין אויף די גאלערי איז נישטא קיין פענסטערס.
די לאקשען פארקויף אין די ענקער זאלי פארום.... דארט וועט מען דיר אלעס גלייבען
דארסט קענסטו פארציילן אז מ'האלט שוין ביי 2500 אין די באנקערטירטע מוסדות אין ק''י אין איינער וועט דיר פארבעסערן אז מ'האלט שוין ביי 3000.
(לאכטס נישט, אזוי שטייט אינעם זייער {אפעגפארענער} איד, די וואך....)
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2009 22:04 |
|
| |
גיי אין בנין עסטרייכער וועט דיר פארענטפערט ווערן, וויסט וואספארא אימפעריע די קליינע מיידלעך האבן דארט?! ס'איז א מחי'
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2009 21:58 |
|
| |
ביי די מיידליך וועל איך דיר געבן איין דוגמא:
מען האט מען גענומען די גאנצע בילדינג אויף העיווארד, אין געמאכט בלויז פאר 12'טע קלאס, דארט פלעגט אמאל זיין פלאצירט גאנץ נורסערי אין קינדערגארטען, (חוץ העדסטארט)
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2009 21:40 |
|
| |
איזראעלי ס'איז נאך דאכט זיך, נישט דא אזא הידור אין צניעות ווי אין די נייע זאלן פון פרדס: די מענער ענטרענס איז אויף קיעפ, {איינס ביי קארנער מארסי, און די נייע ענטרענס עטוואס מער צוה העריסאן{
און די פרויעאויף די גאנץ אנדערע זייט גאס אויף ראדני }קעגן איבער די לייברערי} וואס האט חוץ מזה נאך א מעלה אז ס'איז זעהר א שטילע גאס און מענער דרייען זיך כלל נישט דארט!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2009 21:35 |
|
| |
אין ויואל משה בנין איז די רעדע
|
|
|
|
| נשלח ב-5/10/2009 21:34 |
|
| |
דערוויל האב איך אר בארירט די מיידלעך שוהלע, ביי די יונגלעך וועסטו אי''ה קענען זעהן אויפ'ן נייעם זמן, מ'גייט אויף דערוויל מאכן נייע כיתות אויפ'ן שטאק פון די זאל! עני טיים דו ביזט דארט קענסטו עס קאנפירמען, דוכט זיך אז מ'מאכט אזוינע פארעדיגע ווענט. און מ'האלט אינמיטן אויפקומען ווי מ'וועט עווענטשעלי פלאצירן די נייע כיתות, פאריאר איז געווען בליע''ה 27 נערסערי - קינדערגארטן קלאסן! כן ירבו. און די נייע קלאסן איז פאר די קלאסן וואס קומט צוה.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2009 23:37 |
|
| |
איז דא ווער ס'זאל לאכען?
| זעליג_כהן כתב: |  | | אגב, מאכט מען יעצט גרייט די לעצטע געברויכן צוצוטרעטן צו בויען די נייע גיגאנטישע ''בית רחל געביידע'' אויף העריסאן, נאכדעם וואס די עקזיסטירנדע ברכה סימא, און בניני עסטרייכער, און בית רחל - ראטלידזש, דערהייבן שוין נישט דעם געברויך! דאס איז שוין נאכדעם וואס מען האט צוגעלייגט אפאר נייע קלאס צימערן אויפן גאלעריע פון די 'פרדס' זאל. און די עקזיסטירנדע קלאסן הארט נעבן דעם ברכה סימא געביידע.
ורוח הקודש אומר כן ירבה וכן יפרוץ בליע''ה!
|
|
וועם פאפסטו?
וועם גייסטו לייקענען וויפיל ליידיגע קלאסען ס'דא אין טרופ, אין עטרת יואל, אין און אנדערע בילדינג'ס? (כ'בין נישט אנגעקומען אין אלע ג'גנבט'ע בילדינג'ס)
האט מען נישט פארדינגען א פערטל פין עטרת יואל פאר לב אבות?
האט מען נישט פארדינגען קינגס טערעס פאר נייטרא?
האט מען נישט פארדינגען מארסי פאר קאשוי?
וכוי'
נאר וואס דען, אז מ'גייט אויס פאר אביסל PR
נאכדעם וואס אין די סאטמערע מוסדות אין וומ''ס הערשט שוין יעצט א שרעקליכע מאנגעל אין פלאץ ספעציעל ביי די ישיבות אין ביי די מיידל סקול בליעה''ר
נאכדעם וואס אין די סאטמערע מוסדות אין ב''פ קען מען שוין נישט אריינשטיפען א נאדעל, אין מ'לערנט ממש אין יעדן לעכל, סיי אין ת''ת סיי אין בית רחל בליעה''ר
נאכדעם וואס אין די קרית יואלע מוסדות לערענען קרוב צו 40 קלאסען אין טרעילער'ס אין ווארטן מ'זאל ענדיגען דעם נייען פרעכטיגען בנין, {ווי יעדער געדענקט איז נאכנישט געווען א זמן אין ק''י, וואס מ'זאל נישט זיין פארנומעןן מיט בויען איינס אדער צוויי בנינים, ציליב'ן שנעלען וואוקס} בליעה''ר
גייען ענק פארבירן צו שפילען ''מאנגעל אין פאלאץ''
נאכדעם וואס טויזענטער יודן האבען ארויסגענועמן די קינדער פין ענקערע מוסדות ''וואס היינט דאן געהאלטן ביי איבער צען טויזענט קינדער'', {כלשונכם} אין אפי' לשיתכם האלט עס היינט זייער ווייט פין דעם ציפער.
אין זיי האבען א מאנגעל.........., זיי האבען א מאנגעל אין עפעס אנדערש!
שטעלט ענק פאר אז די זאלי'ס גייען איין טאג שפילען מאנגעל אין פלאץ אין ''ראדני'' ווי מ'האט נאר וואס אוועקגעטראגען די אלטע טישען אין בענק אין ערזעצט לכה''פ 35% זיצען מיט ספרים שענק, טישען, אין דורכגענג.......
תוקן על ידי rebyankel ב- 30/09/2009 23:57:42
|
|
|
|
|