| נשלח ב-7/9/2009 00:04 |
|
| |
די דעבאטע
אנ"ש וואס האכן הערות צו מיר קאנען זיך ווענדן דא אדער אין אישי אדער [email protected]
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 22:01 |
|
| |
ר' גימפל כ'וויל דיך גראטעלירן פאר דיין געווינס.
נאכדעם וואס פארמעגליך האט ''נישט געהאט קיין צייט'' {די זעלבע ת' וואס זיין רבי ענטפרט ווען מ'רעדט אין לערנען} צו ענטפרן די סתירת אויף זיין פארבריקאציע
אין ער האט דערפאר געשיקט דעם חכם פימפענאטער אין ער איז פליצלונג נעלם געווארען.
כ'לייג דא א לינק צו די דעבאטע, פאר די אלע וואס ווילן נישט אריינגיין אין דעם שמיציגען פארום, דא האט איר א דירעקטע לינק
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2682180&forum_id=20420
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 19:08 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 05:54 |
|
| |
אומגלויבליך אבער א פאקט!
נאך וואס די זאלי דיבעיטער האט זיך געשוואוירן ביים אויבערשטנס נאמען פאר זיינע ליינער אז: "אדער וועל איך געווינען די דעבאטע און גימפעלע וועט חרטה האבן פארן אנהייבן, אדער וועט גימפעלע נעלם ווערן אינדערמיט", האט פאסירט אזוי אז: דער זאלי איז נעלם געווארן! די מויל איז אים פארשטאפט. פשוטו כמשמעו.
נאכדעם וואס ער האט מיט האלבע ווערטער געמוזט מודה זיין אז שאול פערלשטיין האט זיי פארקויפט פרעכע שקר ביי די ביה"ח דרשה, און נאכדעם וואס וויפיל ער האט פרובירט צו פארדרייען די שמועס איבער די קבורה פון ר' זילא פערשטיין ע"ה, פרובירנדיג ארומצודרייען מיט אלע שקרים און סתם געפילישע בלאזערייען פונעם "איד", האט זיך גימפעלע געהאלטן אויף זייער א גראדע ליניע או איבערגעגאנגען מיט אים נאכאמאל און נאכאמאל די טרוקענע פאקטן, האט ער זיך דערזעהן מיט "איין" פארבליבענע אפציע, נעמליך:
אויפגעבן!
כי יסכר פי דוברי שקר.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 21:53 |
|
| |
גימפל איך בין אויף דיין זייט.
סתם שרייבען אין די זאלי פארום אין פירן א דיסקאשען אויף זייערע געבעקסן איז א נערישע אין אומ'שכל'דיגע זאך, אין אויף יענע ניקס קען מען האבען טענות.
אבער אויב קומט איינער אין ווייזט אויף פאר די פרעמדע באזיכער אין זייער פארום, ווי אפגעפרעקט זייערע בעקערייען זענען, אין ווי זיי טרעטן אויף די תורה, טוט ער א גיטע זאך. {- פארשטייט זיך די זאלי'ס וועט ער נישט קענען איבערמאכען ווייל השאנה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם.}
חזק ואמץ, ווען די וועסט ענדיגען דיין ארבעט, אין וועסט קענען צייגען פאר יעדן דיין סוקסעס וועט יעדער זעהן אז איך בין גערעכט.
אבער כ'וויל קלארשטעלן: וואס יעדער ווייסט: גימפל'ס מיינונג איז א דעת יחידאה, אין טאמער רעדט ער שטותים אד''ג זאל קיינער נאר שרייען נאר אויף אים.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 19:56 |
|
| |
איך האב מיך באצויגן צו זיין פארלאנג אז קיינער מצדו זאל נישט אריינשטעקן די נאז און די דעבאטע און אלע טענות קאן מען שיקן צו אים.
ענה כסיל כאולתו פן־יהיה חכם בעיניו זאגט שלמה המלך, האב איך געשריבן אז איך בין יא גרייט עס צו הערן. נאר אויב וויל מען אים נישט וויי טון, קען מען מיר שיקן א אימעיל.
מיין טעות פון שרייבן גימפעל איז דאס וואס עס איז א סימפל טעות.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 19:25 |
|
| |
איז גימפל און פימפנאטער איינס?
דאס שרייבט גימפל דארט
"חשוב'ע חסידי מהרז"ל, אויב מאיזה סיבה פילט איר אז איר פארמאגט אנדערע טענות און הוכחות כנגדי, און איר ווילט נישט וויי טאן מיין חשוב'ע קאלעגע גימפעל מיטן זיי שרייבן דא. קענט איר מיר שיקן א אימעיל און איך וועל אייך ענטפערן, אויב איך וועל האבן וואס, אויך אויף אימעיל. א דאנק,
[email protected] דברי גנאי ובוז אדער קללות, אויב פילט איר דערין א נויט, ביטע שיקן נאר אין אישי און נישט אין אימעיל." תוקן על ידי gimpele ב- 10/09/2009 17:10:43
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 12:40 |
|
| |
סופרעמעסי,
עס טוט מיר וויי צו זעהן מיט וואספארא שנאה דו שרייבסט כנגדי, בפרט ווען איך האב שטארק הנאה געהאט פון דיינע רבי ז"ל ארטיקלעך, און פון א שכל הישר כמותך האב איך עפעס אנדערש ערווארטעט.
הלוואי זאל ווען דער פארום באשטיין פון לויטער אזעלכע תוכנ'דיגע ארטיקלען כמו מה שכתבת, כי אז החרשתי.
איך וויל נאכאמאל ווידערהוילן אז איך פלאן נישט צו זיין גאט ב"ה'ס פאליסמאן דא. מיין לעצטע תגובות איז נאר געווען צו ווייזן פארוואס עס גלוסט מיר נישט צו שרייבן פאליטיק דא מהטעמים שכתבתי. איך פארגין יעדעם וואס עס פארגלוסט זיך צו שרייבן ככל העולה על רוחו, עס טוט מיר נאר ווי ווען דאס איז אויף א פאבליק פארום וואס מאנכע האלטן עס פאר א אפיציעלע זאך מטעם עדתינו, און דערמיט איז מען מבזה ומשפיל לדעתי כ"ק רבינו שליט"א ווי די גמרא וואס איך האב מעתיק געווען זאגט.
אז מ'וועט מיר אויסשפארן וועט מיר עס נישט וויי טון איך וועל העכסטענס זיך קענען מער צופלייסן אין מיין פארנאכלעסיגטן דזשאב און מאכן מער געלט. איך האב נישט געפלאנט צו ווערן א פאליטיק שרייבער נישט דא און נישט דארט, אז דו וועסט וויסן מיין אידענטיטעט וועסטו פארשטיין אז דאס איז לגמרי נישט פאר מיר. איך האב געפענט מיין ניק בעיקר צו שרייבן אויף ספרים וסופרים וכדו'. עס האט מיר נאר וויי געטון צו זען מיט וואספארא זיכערקייט די זאלונים דרייען זיך ארום מיט פארמעגליך'ס מעשיות, און איך האב דעריבער באשלאסן צו שרייבן דארט מיט קאלטע לאגיק און רעדן בדך כבוד צו יעדן וואס דאס איז לענ"ד געווען גאר עפעקטיוו קעגן די ווילדע מאנאלאגן וואס מ'איז צוגעוואוינט צו הערן דא אויף היידפארק אלס תגובות.
אבער אזעלכע אויסדרוקן כנגדי ווי פוסטער שוטה, בחור'ל מיטן בלעקבערי אנטושן מיר לגמרי און דיר מיין טייערער סופרעמעסי.
תוקן על ידי gimpele ב- 10/09/2009 12:39:28
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 07:19 |
|
| |
סופרעמעסי, איך האלט נישט פון אזא תקנה, ווייל דער וואס וויל שרייבען אויך דא (כאטשיק ער עקלט זיך פון אונזער פורום...) וועט ווייטער שרייבען מיט א צווייטען ניק, לאזט אים יא ניטצען די זעלבע ניק וועט מען כאטש וויסען מי ומי ההולכים...
|
|
|
|
| נשלח ב-10/9/2009 05:35 |
|
| |
זאג דו, מיט דיינע צענדליגער נעמען. טראג זיך אפ פון אונזער פארום.
קיינער דארף דיך נישט דא האבן.
דער מנהל דא האט נאך קיינמאל נישט באקריוודעט א זאלי, ווי ווייט איך ווייס.
די מנהלים דארט טרייבן ליצי ליצנות פון דיר, דו נארישער און פוסטער שוטה, יעדער אשכול וואס דו עפנסט אויף ווערט ארומגעטוישט און ארומגעבאבערט.
דו פירסט פי. אר.? וואס? א בחור'ל מיט א בלעקבערי? ער פירט די פי אר פאר די אהרונים?
מנהל, מאך א נייע תקנה, ווער ס'שרייבט דארט קען נישט שרייבן דא.
וואספארא חוצפה דאס איז צו שרייבן דארט און קומען בעטן דא פון דעם ציבור צו געבן שטאף אז ער זאל עס קענען שרייבן דארט!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 19:26 |
|
| |
[quote]יענער פארום איז ביי זאליס, דורך זאליס, פאר זאליס. די מנהלים דארט פירן א מערכה קעגן סאטמארע אשכולות און ניקס.
א סאטמארער האט נישט וואס צו זוכן דארט. און א סאטמארער וואס שרייבט דווקא דארט און נישט דא איז סוספישעס.
גימפעלע, מי שמך לאיש? קיינער האט דיר נישט געבעטן זאלסט זיך ארויסשטעלן פארטרעטן אונזער צד. לא מעוקצך ולא מדובשך.
דו
האסט נישט קיין שום רעקארד דא ביי אונז. אויב עפעס וואלט אזא כיבוד
געדארפט גיין צו יאנקעלע אדער קושקע, וכדו' און פארשטייט זיך נישט
דארט.[/quote]
ארגינעלער קיפ אין מיינד, דער פארום דא איז ביי ארונים, דורך ארוינים, און פאר ארונים, די מנהלים דא פירן א מערכה קעגן זאלונים.
ארגינעלער,
מי שמך לאיש? דו האסט נאך אין די לעצטע יאר צייט נישט געשריבן קיין נארמאל
ווארט, אויסער מאכן שיינע גראפיקס אויף דיין בילד מיט וועקי אינטער דעם,
און פארשטייט זיך אס עס פאראינטערעסירט פאר מענטשען גאנץ קנאפ וואס דו שרייבסט
ווען ביסט פארנומען א גאנצן טאג שרייבן שטותים און לאקשען געמישט מיט קללות.
אנדערש
איז גימפעלע וואס האט גענומען א נארמאלע וועג, און האט זיך געשטעלט
דיפענדן זיין זייט אויף א נארמאלע וועג, מיט זאכליכע טענות אן די אלע
נארישע זאכן רינגס ארום, און ווי מאדנע געטס א קוק ווער ס'קריטיקירט אים?
דער וואס האט נאך קיין נארמאל ווארט נישט ארויס געברענגט אויף זיינע לעפצן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 17:30 |
|
| |
אה אה
כ'האב הנאה איינער עפנט זיך שוין דאס מויל, איך נעם נישט קיין שטעלונג ווי גימפעלע באלאנגט, מעגליך אין מאנטרעאל.... וד"ל, אבער וואס עפעס באוואשן איינעם ווייל ער שרייבט אין צווייטן פארום, ווען רוב אשכולות אין דעם פארום זענען פול מיט שטותים, יא דארט איז פול מיט רשעות און בזיון ת"ח, אבער ענטפער ווי א מענטש און שרייב ווי א מענטש, ווי צוויי געגנזייטיגע צדדים, נישט ענטפער ווי א כתה א' יונגל.
"דער פוסק" אפגעזען זיין רעקארד האט למעשה גוט ארויסגעברענגט דעם פוינט, פון דער בלאט און דער איד, און דער חילוק צווישן דעם פארום אין יענע, אז דא שרייבט יעדער אינגערמאן צוויי חדשים נאך די חתונה ווען ער גייט ארבעטן און האט צוטריט צו א קאמפיוטער, און דארט שרייבן אלע ריטייערטע יודן.
מיר שיינט אז די גאנצע כעס איז אויפן מי בראש, ווער האט דיך געפרעגט? און נאך אזעלכע קשיות?
ארגינעלער זאל מוחל זיין און ענטפערן ווער ס'האט אים געפרעגט
הייד פארק איז נישט באשאפן געווארן פאר מענטשן וועם מען פרעגט, ס'איז באשאפן פאר מענטשן וועם קיינער וויל נישט אויסהערן קומט ער זיך דא אויסגעבן.
למשל ס. ט"ב א פארדראגטער צורודערטער משוגענער, מיינט עטץ איינער קוקט אפילו אויף זיין זייט, ביי זיין שווער אינדערהיים קען מען נישט רעדן קיין פאליטיק, וואס טוט מען, מען געט זיך דא אויס
עניוועי, אזוי ווי עטליכע האבן קלאר געשטעלט, קהל האט נישט אויפגענומען גימפל, און אפילו אויב וועט ער ברענגן בזיונות פארטרעט ער אונז נישט אפיציעל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 16:58 |
|
| |
גימפעלע, ס'נישטא פארוואס זיך צו פארענטפערן פאר די פאר אידן דא. גיי אן דיין גוטע ארבייט.
(הערה: נישט אז איך שטיץ דאס שרייבן דארט אין אלגעמיין, אבער אז ס'איז שוין דא איין מענטש וואס קען זיי יא שטעלן אין פלאץ, דארף ער דאס טוען. און דאס אים אראפרייסן דא [דורך א שלשה שהם אחת..] איז 'זייער' נאריש).
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 16:45 |
|
| |
מבקש,
אז דו וועסט ליינען מיינע תגובות, דוכט זיך מיר אז דו וועסט זען אז דאס איז שווער צו בלאפן.
און ווי אויך איז נישטא קיין מאדעירעטאר איך פרעג די קשיות
|
|
|
|
|