עס עס קאכט זיך אין די אידישע ניו יארק ווען יעדן טאג קומען איצט צו פרישע נעמען וועם די ארונים האבען אנגעזעצט אויפן גרעסטן פארנעם, אויפן וועג צו ווערן די גרעסטע, די שנעלסטע, די בעסטע, די געלונגעסטע.
איך וועל ציטירן א שטיקל פון "פארמעגליך" וואס האט אנאליזירט די פינאנציעלע אספעקט וויזאוי די ארונים האבען געטון ביזנעס:
"זיי קענען וואס קיינער קען נישט. קיינער האט נאך נישט געבויעט א בית המדרש אזוי שנעל, און דערצו עס איז די גרעסטע אין אמעריקע. קיינער האט נאך נישט געבויעט אזוי שנעל קיין נייע מוסדות ווי זיי. און קיינער האט נאך נישט אזא גרויסער בנין ווי זיי.
"און ב"ה אלע ארונים זענען לעבעדיג. אנגעהויבען פון די נורסערי קינדער, ביז די בני שמונים, די ר' דוד הויערלעך און ר' יקותיאל הערשעלעך, ר' מאיר שטיינעלעך, אלע זינגען די זעלבע ניגונים. מיר זענען די גרעסטע, מיר זענען די בעסטע, מיר זענען די שנעלסטע, מיר זענען די געטרייסטע, מיר זענען די געלונגענסטע, מיר זענען, נאר מיר זענען און נאר מיר קענען."
*
מען ווייסט שוין פון צוויי אידן וואס זענען ארויסגעקומען אין די עפנטליכקייט שרייען אז די ארונים זענען "גזלנים וחמסנים העולמי, דאס איז די פישמאן ברודער ווואס שרייען אז דער "הופער" ביהמ"ד איז גזילה, און נאכדעם, דער בעל מלאכה פון די "אייזן" וואס האט זיי געלייגט די אייזן אויף די ווייט עוועניו געביידע.
איצט האבען מיר דערווישט נאך א פירמע וואס יצחק ראזענבערג מיט זיין חמסני'שע סוויטע האבן אנגעזעצט: אן אדוואקאטן פירמע מיט'ן נאמען "טעטשערס פראפיט".
די ארונים האבן געדינגען די פירמע זאל זיי פארטרעטן אין ערשטן "אפעלאט" קארט. פארוואס עפעס האבן די ארונים געוואלט די פירמע דייקא? ווייל די פירמע האט געהאט אן אדוואקאט מיט'ן נאמען "קעווין פלאנקעט", וועלכער איז געווען א גרויסער שישקע ביי די רעפובליקאנער פארטיי, און דער פלאנקעט איז געווען פערזענליך גאר נאנט מיט'ן געוועזענעם רעפובליקאנער גאווערנער פון ניו יארק, דשארדש פאטאקי.
דער פלאנקעט איז געווען אזוי נאנט מיט אלע רעפובליקאנער פירער אז ער איז געווען דער וועלכער איז געווען געשטעלט אויסצווועלן די ריכטער צום אפעלאט דיוויזשאן וואס פאטאקי האט נאכדעם געשטעלט. אלזא, אויב אזא סארט גרויסער פארשוין וועט זיי פארטרעטן איז דאך זיכער אז די ריכטער – וועם ער האט אריינגעשטעלט אויפן אפעלאט געריכט – וועלן ציטערן צו פסק'נען אנדערש ווי ער וויל.
און דער פלאנקעט לאזט זיך טאקע באצאלן ווי עס ברויך צו זיין. ער האט פון די ארונים פארלאנגט 500 דאלאר א שעה. נישט שלעכט.
אין די פאלגענדע פאפירן וועט איר זען אז די ארונים האבן אים "ריטעינד" און די קאנטראקט וואס זיי האבן געשריבן מיט די פירמע "טעטשערס פראפיט".
מיט אויפנעמען די פירמע און דעם אדוואקאט "פלאנקעט" זענען די ארונים געגאנגען "לשיטתם" ווייטער געווען די בעסטע, די שנעלסטע, די געטרייסטע און די געלונגענסטע.