די מיינונג פון זאלי דיינים איבער צומות הגידין
היות די זאליס שרייבען כסדר (ווען שטיפט זיי צו די וואנט) אז הלכה טאר מען נישט פרעגען אויף היידפארק (חוץ אויב עס איז קעגען די ארונים...) אויף היידפארק און אריינגערעכענט דער איד האבען זיי געשריגען ק"י נבילה וטריפה אזאש מ'דארף כשרן די כלים, פון זייערע דיינים און אויך פון זייער רבי (חוץ התאחדות) איז נישט ארויס געקומען קיין שום פסק בכתב בנוגע די פרשה. עס וואלט כדאי געווען די עולם זאל דא לייגען וואס די "זאלי" דיינים טוהן למעשה וואס פארא פלייש עסען זיי? זענען זיי מקפיד צו עסען דוקא פון מליחה ואילך געשעפט אדער דוקא נישט? צום ערשט וואלט איך געברענגט די דעת פון רש"ל וויינבערגער וואס א זאלי האט מודה געווען אויפען זאלי פורם ביים אנפאנג פון די פרשה, האט ער איהם געזאגט אז "די פראבלעם איז אין אלע בית השחיטות" אריינגערעכענט די ממליחה ואילך געשעפט, און ווי באוויסט עסט ער טאקע נישט פון די ממליחה ואילך געשעפט נאר פון ר' מתתי' קאהן'ס פלייש וואס איז היינט אויך שוין בודק איבער צומות הגידין.
רז"ל פילאף זייענדיג אין פליישמאנס האט איינגעקויפט פון די ק"י טשיקען.
די אפיצעילע פלייש געשעפט אין מאנסי פון ר' ח"י פארקויפט אויך ק"י טשיקען.
מ'בעט די עולם זאל דא לייגען וואס די איבריגע זאלי דיינים עסען ביי זיי אין שטוב
|