בית פורומים כל העולם כולו

מאיר פרוש אין שרעקליכער התגרות באומות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/9/2009 22:51 לינק ישיר 
מאיר פרוש אין שרעקליכער התגרות באומות

דער ארכי ציוני פון די 'אנטי'-ציוני'סטישע אגודה, ח"כ מאיר פרוש, אן אלטער שטיצער פון די התנחלויות און פון די שפארבערישסטע אגודי'סטן איז היינט ארויף [לייען:אראפ] א שטאפל אין זיין ציונות.

ביי א פייערונג פארן גרינדן א נייע שכונה אין מעלה אדומים האט פרוש ערקלערט מיט רשעות און חוצפה אז "דאס איז אונזער ענטפער צו דער אינטערנאציאנאלער דרוק (לייען: אמעריקע/אבאמא) אפצושטעלן דאס בויען אין די שטחים"!

אפגעזען פון דעם שרעקליכן איסור און די הארבע שטראף פון עובר זיין אויף די שבועה "שלא יתגרו באומות", אבער מיט בלויזן שכל, וויאזוי וועט ער זיך אויפהייבן דאס פנים נאך די קומענדיגע טעראר אטאקע  אין א חרדי'שע געגנט רח"ל היל"ת, וועט ער קענען קוקן די צעטרייסלטע עלטערן אין די אויגן און זאגן "ידינו לא שפכו את הדם הזה"?

אין דער צייט וואס זיין 'הייליגע' מדינה שמייסט אין פנים פון אלע חרדי'שע אידן. זיין געוועזענער קעגנער און דער היינטיגער ירושלימ'ער מעיאר פירט אן די אגענדע אויסצורייסן יעדן זכר פון אידישקייט אין פלטרין של מלך, און די גאנצע מדינה האט זיך געשטעלט אויף די אונטערשטע פיס צו באשמוצן און באקעמפן די חרדים מיט די ערגסטע מיטלען, האט ער נישט קיין אנדערע דאגות ווי אויפרייצן די גאנצע וועלט קעגן חרדי'שע אידן?!

עד מתי יהיה זה לנו למוקש?!




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2009 01:38 לינק ישיר 

אזא פנים האבען די אלע וואס שטייען מיט די ציונים למחצה ולשליש.

רבינו הק' ז''ל האט וועגן דעם פארגאסען טייכען  טרערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2009 23:40 לינק ישיר 

מעגליך אלס ישראלי, אלס איד וועט ער ביטער טייער באצאלן דערפאר, האפנטליך נאך אויף דער וועלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2009 23:33 לינק ישיר 




תוקן על ידי chiefrabbi ב- 07/09/2009 23:57:29




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מאיר פרוש אין שרעקליכער התגרות באומות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext