בית פורומים כל העולם כולו

פאר זענען די זאלי'ס יצא מדעתם? ווער איז שילדיג אין דעם?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/9/2009 23:08 לינק ישיר 
פאר זענען די זאלי'ס יצא מדעתם? ווער איז שילדיג אין דעם?

 ווי יעדער באמערקט זענען די  זאלי'ס לעצטנס זייער ווילד,

ס'קוקט אויס ווי זיי זענען יצא מדעתם, זיי זענען דעביטערט אין ציקאכט.

פרישע געבעקסן ווערן פארבריצירט יעדע פאר שעה, קעגן סאטמאר אדער קעגן סיי וועלכע עסקן וואס האט א שיכות מיט זיי (אריינגערעכנט אזא ארגענעזאציע ווי חברה הצלה דק''י, וואס די גאנצע שיכות מיט סאטמאר איז: אז זייער גרינדער אין מנהל איז א סאטמערער) יעדע חבר הנהלת הקהילה והמוסדות באקומט עפעס א מעכטיגע צונאמען (ווי מער ס'ענדלט אין ניוויל פה איז בעסער), קללות גיסן זיך דארט ווי פאר א נחמה אויף עפעס שטארקע  ''ניצחון'',

זייער משכיל'שער צייטונג, {וואס האט מיט קיין בזיון ת''ח קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם זינט זי האט דער איצטיגער רעדאקטער}, קען נישט נאכקומען די פארלאנג, אין מ'האט איינגעשפאנט אפאר  שרייבער'ס איטליכער פין זיי מיט א דאזען ניקס, מיט די הילף פין וואלענטירן ''מצינים פין בלומענפעלד'ס ישיבה'', אין זיי פירקלען אן זייער אייגענע פארום, מיעס, אימאראליש אין קינדיש.

יעדער  זאלי'ס קייט איבער אין ביהמ''ד די געבעקסן, אין פאר די וואס האבען נאכנישט קיין אינטערנעט עקסעס, טיילט מען אין ראדני די היידפארק ארטיקלען שיין געסטעיפעלט, אין מ'שיקט ארום יעדע געבעקס אויף אימעיל דורך א ספעציעל נייעם אימעיל גרופ, אלעס מ'זאל ''גלייבען אין וויסען'' די עשרת הדברות.....

אויף די ווענט אין זייערע שילן הענגן גרויסע פאשקעווילען ציטיילט אויף עטליכע צעלטעך/פאסטערס, {צווישען אנדערע קעגן הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו וואס זיי באוויינען נאך היינט די נער'ישע נקמה  שריט קעגן אים וואס האט געפירט אז ער איז מער נישט דארט},

יעדער נארמאלער מענטש וואס קומט אריין אין ראדני רייבט זיך די אויגען, ער קען נישט גלייבן אויב ער איז אין א ביהמ''ד, אדער אין א..... די ווענט שרייען קללות אין די מיילער שטייגען זיי איבער, קעגן רבנים אין קעגן וועם נישט (אפי' קעגן איינעם וועם זיי האבען לעצטנס אנגערופן אלס א חשובער רב פין לעיקוואד) {איז שוין טאקע נישט דא קיין איין נארמאלע מענטש דארט???}

יעדער בחור אין קווינס איז  געווארען איינגעשפאנט אין די ארבעט, ווי זיי לאזען איבער זייער פינגער  אפרדריקען, נאכברעגנדיג די משכיל'שע לשונות פין זייער מנהל אין ראש ישיבה.

יעדער פרעמדער מענטש וואס קומט מיט זיי אין בארורינג ווינדערט זיך וואס פאר א  בריאה שטייט קעגן אים, זיי באמערקן נישט ווי מאדנע זייער שפארך אין התנהגות איז געווארען.

קען איינער מסביר זיין וואס גייט פאר?

וואס איז  געשעהן?

וואס האט זיי אזוי ארויסגענומען פין די כלים?

זיי גייען דורך עפעס זייער אימגערישט אין שווער, אין אנטוישט.

איז דאס א פראמינענטע דעמיזש, אדער זיי קענען זיך נאך סעטלען?

ווער עס האט א הסבר  זאל ביטע פאוסטען, זאלי'ס: ענק זענען אויך געלאדענט צו  ברענגן אייער מיינונג {דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים}

{אגב, ווי שטענדיג ערווארט איך אז די זאלי'ס וועל נאכמאכען מיין אשכול, קעגן זייער בלוט שונאים, זייערע אשכולות מיזען דאך נישט שטימען מיט די מציאות, כידוע}



תוקן על ידי rebyankel ב- 07/09/2009 23:09:41




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2009 22:33 לינק ישיר 

בלעקבערי כתב:
שוואכער ווי די מיינסט


דעמאלטס וואס גייט געשעהן אויב זיי וועלן פארלירן אינגאנצען די בית החיים?
כ'קען נישט טראכטען וואס פאר א אטאקעס קען געשעהן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2009 21:59 לינק ישיר 

או דער העלד האט אנגעהויבען נאכצומאכען די ארוינים,
די ארונים זענען זיך נוהג אפצולאכען פונם זאלי, נישט שעלטען, און בילען, מיט טויטע קללות
אבער די זאליבאנער זענען זיך נוהג צו שעלטען די ארוינים מיט טויטע ביטערע קללות, עיין ערך דער יוד, הספד פונעם זאב''ד אויף המנוח פערלשטיין ז''ל, פארמעגליך אד''ג,

זעט אויס אז אונזער העלד האט באשלאסען א די טאקטיק פון די ארוינים, ארבייט בעסער, און ער איז מער געזינטער, כה לחי'






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2009 20:13 לינק ישיר 

יענקל עטס מוזטס אונז פארשטיין מיר כאפן לעצטנס צופיל פעטש און דאס איז די סיבה
פארוואס מיר זענען אזוי בעיביש און ווילד מיאוס און אוממאראליש קודם כל

1) מיר האבן פארלוירן שלמה ווערצבערגער פון די שמשות א בראך וואס איך גלייב
נישט מען וועט זיך קענען סעטלען דערפון.

2) עטס האטס ערקלערט אזא זשיהאד מערכה אקעגן אונזער צייטונג דער יוד וואס האט ממש פאראליזירט דעם איד און מיט דעם צוגענומען אונזער שופר.

3) מען האט געטראפן אין ענקער בית השחיטה עפעס א מוראדיגע הידור
 וואס קיינער האט נישט,
עס רופט זיך צומת הגידין וואס זייט דעמאלס זענט עטס די איינציגסטע כשרע
 טשיקענס און מיר האבן נעבעך ספק טריפות רח''ל.

4) עס איז געשען א טראגעדיע רח''ל  מיט א זון פון אונזערע ראשי הקהלה
און די אהרונים וועלעכעזענען יעצט בעלי בתים אויפן בית החיים ווי אויך דער
 בלאט האבן זיך אויפגעפירט לפני ולפנים משורת הדין און מענטשליך זיך
רעכענענדיג מיטן טראגעדיע און בזיון המת,
 וואס דאס האט געוויזן פאר די וועלט אז די אהרונים זענען גאר נארמאלע
 ארענטליכע מענטשן וואס מיר האלטן דאס נישט אויס.

5) מען האט אונז געכאפט מיט א פאלשע ווידעא טעיפ ווי בחורים זינגען לעבעדיג
ביים קידוש ביתהחיים און מיר זענען מוראדי'ג פארשעמט דערפון.

6) ווי אויך האט מען אונז געכאפט מיט א פאלשע צעטל געשיקט צו די אלמנה
אז איהרע יתומיםלי'ך זענען ארויסגעווארפן פון די מוסדות א זאך וואס האט זיך
ארויסגעשטעלט שקר, נאכדעם וואס דוד עקשטיין האט גערופן א טאג שפעטער
אז עס מיינט נישט זיי,
אודך געפערליכע בושות פארן פעלשן, און א כבוד פאר דיאהרונים פון אזא לפנים
 משורת הדין צוגאנג.

7) אין קרית יואל טוט זיך א ווארפעריי אונזערע קינדער און טיטשערס פליען פון
 ענקערע מוסדות,און נאך הונדערטער קינדער שרייבן זיך איין פארן קומענדיגן
 זמןאין מוסדות ויואל משה און מיר זענען געווען געצווינגען צו עפענען א היי סקול וואס
 באשטייט פון איבער 120 מיידלעך נאך יעצט חודש אלול וואס דאס האט
אונז זייער שווער באטראפן צוליב דעם שווערן בוזשעט וואס דאס קאסט אפ
שווערע געלטער, און מיר שעלטן געפערליך דערפאר.

איך האף אז יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס מיר זענען אזוי צובראכן און צוקלאפט
 און אלע קווינס בחורים שרייבן  זייערע משכילישע לשונות ווי דער מנהל,
 
ווען עס וועט אונז גיין אזוי גוט ווי עס גייט ענק וועלן מיר שרייבן אזוי נארמאל און
 מענטשליך ווי דיר און ר' יונה און ארגינעלער און בלעקבערי און דעקלעראציע,
אן קיין צונעמען אן קיין קללות אן פריוואטע שמוץ נישט מיאוס און אוממאראליש 
מיר וועלן ווערן זייער נארמאל ממש ווי אין כל העולם כולו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2009 04:27 לינק ישיר 

שוואכער ווי די מיינסט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2009 00:17 לינק ישיר 

האלטס אז זיי האבען דאס אזוי גענומען צום הארצען?
דאס האט זיי אזוי שטארק ארויסגענומען פין גלייכוויכט, ממש זיי זאלען ווערן אזעלכע שוטים אין בעיבי'ס?
אזוינע שוואכע מוחות האבען זיי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2009 00:07 לינק ישיר 
לדעתי איז דאס די סיבה אויף זייער ווילדקייט


לדעתי איז דאס די סיבה אויף זייער ווילדקייט

אזוי ווי כשרייב שוין אין א שכינותדיקען אשכול נאר אזוי ווי אונזער פריינד ר יעינקל בעט מזאל פאוסטען שטעל איך עס נאכאמאל אריין לחביבות הענין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2009 23:56 לינק ישיר 

ר' יענקל! איך מיז דיר זאגען דע אשכול איז זייער קארני...עס פאסט נישט פאר אזא גיטער שרייבער ווי דיר..איך האף אז די ביסט נישט ברוגז.. איך האב גארנישט א קעגען דיר, איך וויל פשוט אכטונג געבען אויף דיין כבוד..



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 07/09/2009 23:54:07




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פאר זענען די זאלי'ס יצא מדעתם? ווער איז שילדיג אין דעם?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext