בית פורומים כל העולם כולו

מאנטריאלער שוחטים בעטן זיך ביי ר' הלל וויינבערגער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/9/2009 02:16 לינק ישיר 
מאנטריאלער שוחטים בעטן זיך ביי ר' הלל וויינבערגער


א שטוינדגיער בריוו ווי א מאנטריאלער שוחט פין מארוויד בעט זיך ביי ר' הלל וויינבערגער שוין דריי וואכן צוריק ער זאל טאן עפעס וועגן צומת וגידין ווייל מען טרעפט גרויסע פראצנטען ביי די עופות מיט צומת וגידין .

אבער ווי פארשטענדליך איז התאחדות הרבנים ארויס געקומען מיט א קאווער אפ אז ביי זיי איז גארנישט דא.







פרייע איבערזעצנוג.


אמע"כ הרהגה"צ חו"פ רבי הלל וויינבערגער שליט"א
אחדשה"ט באה"ר באתי בזה אני הק' לבקש מכמ"ע שליט"א למען כשרות הבשר שמע"כ עוסק בזה רבות בשנים.
היות שאני הק' החו"מ שו"ב זה כמה שנים בבית השחיטה המהודרת מארוויד, פה מאנטרעאל יע"א, שעומדת תחת השגחת התאחה"ר, וכאשר נתגלה שיש חששות בצומת הגידין באיזה בתי השחיטה, נטלתי ע"ע ועוד כמה שו"ב לבדוק בעצמנו מספר קטן מהעופות וכן עשינו, ובשבוע שעעל"ט בדקנו בערך ג' ימים ומצאנו שממספר מאה ועשרים עופות בערך מצאנו כחמשה או ששה עופות שיש בהם חששות הללו.
והגם שחמשה וששה אחוזים יש לסמוך על גדולי האחרונים ובראשם בעל משכנות יעקב ועוד, ואין בשביל זה להצריך בבדיקת לכל העופות ובודאי אין לאוסרם, עכ"ז האיך אפשר לומר שהם בלי פקפוק כלל – והיאך הותר לכתוב דברים שאינם, שאינם בנמצא בו בזמן שנמצא.
וכבר ידוע שאין יום אחד דומה לחבירו, וכל יום משונה, ומי יודע אם לא נמצא יותר מו' אחוז, ומי יאמר זכיתי לבי וכו'.
והיות שדברתי עם הגה"צ רבי משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ סאטמאר אודות ענין זה , ואמר לי שידבר עם מע"כ. לכן הננו בזה לחלות פני הדרה"ג שליט"א, נא ונא למען כשרות הבשר יתקן שיבדקו כל העופות ע"י מומחים מובהקים שיהי' בתכלית הכשרות ובלי פקפוק, שבלאו הכי לבנו נוקף שמא חלילה יצא מת"י דבר שאינו מתוקן.
ותקוותינו חזקה שבודאי יעשה כהדרה"ג שליט"א הצדק והנכון, והנני בזה לאחלו בברכת כחו"ט ושנת גאולה וישועה בב"א.

הק'..........




* http-equiv="x-dns-prefetch-control" content="on">



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2009 02:19 לינק ישיר 

פארוואס האט דער שוחט מורא צו שרייבען זיין נאמען,
וואס פאר א עבירה האט ער געטוהן?

(יעדער ווייסט!)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2009 02:19 לינק ישיר 


די זאלי דיינים מיט זייער קאווער אפ.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2009 02:22 לינק ישיר 

קוק ווי די עמי הארצים ברענגן נאך דעם רמ''א וואס זאגט אין אנו בקיאים

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2683418&forum_id=16386
פין געגאנגען:
דער אמת איז נאך אסאך מער.

זייער נארישער צעטל פון דעם אויסגעטרוקנטן א.ג. 'ועד הכשרות' דערקלערט אז ס'איז דא א מעלה אין נישט בודק זיין כמבואר ברמ"א יו"ד סי' נ"ו סעיף ט'.

יעצט דארף מען אויפזוכן ווי עס שטייט פאקטיש. דער רמ"א זאגט נישט אז מ'זאל נישט בודק זיין, דער רמ"א שרייבט נאר אז אנו אין בקיאין בבדיקת צומת הגידין. און פארשטייט זיך אז אויב מיר זענען נישט בקי איז דא א מעלה אין נישט בודק זיין.

למעשה איז עס אבער טרוקן עם הארצות און פראסט פשוט מסלף געווען די ווערטער פון רמ"א. דא איז פאראן 2 חלקים. 1) טרעפן א פראבלעם אין די צומת הגידין, וואס פון דעם רעדט נישט דער רמ"א. 2) אויב מ'האט געטראפן א ריעותא און מ'וויל עס יעצט גיין בודק זיין אויב ס'איז כשר. אויף דעם זאגט דער רמ"א אז אין אנו בקיאין און במילא איז עס אויטאמאטיש טריפה נאך וואס מ'האט געטראפן די ריעותא.

יעצט גייען די פראפעסיאנאלע מסלפי דברי אלקים חיים און מאכן א קוגל צווישן די צוויי ערליי בדיקות. אדרבא, אויב זאל זיין ריכטיג אז ביי אונזער פאל גייט אויך אן דער "אין אנו בקיאין" מיינט עס אז ס'איז מער נישטא קיין איין עוף אין דער וועלט וואס איז כשר! ווייל מ'קען דאך שוין קיינמאל נישט בודק זיין צי ס'איז דא א ריעותא אין די צומת הגידין [פונקט ווי דער רמ"א פסק'עט אז דארט וואו מ'טרעפט א ריעותא אין די צומת הגידין איז עס באלד טריפה וועגן אין אנו בקיאין].

אבער אויב מ'קען ארויסלאזן א פרעכן שקר קעגן א פאליטישן שונא דאן זענען דאך אלע מיטלען כשר, אריינגערעכנט דאס פארקרומען און פארדרייען די ווערטער פון הייליגן רמ"א! ווי אויך דאס זיין גרייט צו לאזן דעם אייגענעם ציבור עסן שאלה'דיגע עופות, אבי צו שטעכן יענעם!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מאנטריאלער שוחטים בעטן זיך ביי ר' הלל וויינבערגער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext