בית פורומים כל העולם כולו

סיטי קאנסול קאנדידאט ברעט לענדער ביי סאטמאר ב"פ רב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/9/2009 02:29 לינק ישיר 
סיטי קאנסול קאנדידאט ברעט לענדער ביי סאטמאר ב"פ רב



ווערט געזעהן
 סאטמאר בארא פארקער רב
זיין איידים באבווער רב זון
ר' בעריש פרייליך
ר' יצחק פליישער
ר' אהרן וועלץ










ר' אהרן וועלץ מיט ר' יצחק פליישער







[אזהרה: פאר שרייבן פאלשע אינפארמאציע ווערט מען אויסגעשפארט פון דעם פארום. דער מנהל]


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/09/2009 2:31:11




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/9/2009 00:47 לינק ישיר 

צדיקל
זאת התורה לא תהא מוחלפת!!!!!

דער רמב"ם האט נישט געמאכט דעם איסור לשעה נאר לדורות עס איז נישט דא קיין שום היתר צו שטימען פאר איינעם וואס שטיצט מנובלות.

איך שמועס שוין נישט פון דעם אז ער איז אויך קעגען פריוואטע סקול'ס אין קעגען אלע היימישע אישוס.

איז זאל שוין זיין אז מען מעג שטימען פאר אים אים די תורה איז טעמפארערי רח"ל, זאל איך גיין שטיצען א פרייער איד וואס איז חתונה געהאט מיט א גויטע א מעמבער אין א ריפארם שול וואס זיין רב איז א מנובלת רח"לאון א פרא אראבער און  וועט גארנישט טון פאר אונזער עולם, נאר כדי צוויי דריי עסקנים זאלען זין קענען אנפאקען די טאשען?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2009 20:27 לינק ישיר 

די לעצטע קול קורא איז ארויסגעקומען אינגאנצען עטליכע יאר ציריק, - לאנג נאך עד קאטש,  ווי עס האבען ג'חתמ'ט צענדליגע רבנים
ווען עס קען זאל ביטע ברענגן א קאפי
כ'האף וועסט ניטש באלד אויפקומען אז עד קאטש איז געלאפען פאר מעיאר 4 יאר ציריק...

ס'גארנישט: זאגסט נאך די דערביטערער מעסעזש פינעם חבר למושחת וואס ער נעכטן ארומגעשיקט צו אלע הייזער אין וומ''ס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2009 20:16 לינק ישיר 

די תועבה איסור נאר געווען לשעה !
דעברעצינער רב
האט יעצט געזאגט אז זיין טאטע'ס איסור איז נאר פאר סטעיט באאמטע נישט פאר סיטי קאנסיל די גאנצע בארא פארקע הייער קאמפיין איז פוסטע לופט
הגם דער קאשויער רב פלעגט זאגן עס איז יא אויף יעדן פאליטישאן זיין זוהן שליטא וויל אבער נישט יעצט גארנישט זאגן דער סקולענער רבי האט אויך געזאגט אז נישט קאנסילמאן לאנדער מיינט מען
און לגבי סאטמאר דער ברך משה אליין האט אויפגענומען אויפן פארלאנג פון הערשל קעסטענבוים עד קאטש אפילו נאכן קול קורא, און מען האט איהם געשטיצט
דער גאנצע אישו וועט צופאלן ווי א זייפן בלוז




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 01:59 לינק ישיר 

סיי וויאזוי שוין איך יעצט די זאלי'ס
וועם גייען  זיי אינדארסירן?

פארוואס קומט נישט קיין איין קאנדידאט בעטן זייער מעכטיגע ציפער שטימען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2009 20:07 לינק ישיר 

עס קוקט אויס ווי לאגיש ווערט באצאלט דוריך לנדער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2009 04:02 לינק ישיר 

גראדע האב געזען אין דער בלאט די וואך אז סאטמאר אינדארסירט בפירוש דעם קאנדידאט הייער ממילא איז דער פותח האשכול א פשוטער שקרן.

אבער אפילו ווען עס וואלט נישט געשטאנען אין בלאט וואלט נישט געווען מעגליך צו גלייבען אז הרב בעריש מייזליש וואס איז א תלמוד חכם מובהק פון די בעסטע תלמידים אין טעלז זאל אינדארסירען איינעם וואס שטיצט אפיציעל תועבה ווייל עס איז קעגען אלע פוסקים אין גדולים האבען עס שוין ארויסגברענגט אין קול קורא אפאר יאר צוריק

פאליטיק אין אדער אהער אונז זענען אידען מיר קענען נישט טרעטן אויף די תורה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2009 02:57 לינק ישיר 

קודם וואו זעהסטו דא אן אינדארסירונג???
איך זעה דא אן אויפנאמע אין שטוב פון הגה"צ אב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א.

אצינד לאזט מיר קלאר שטעלן וואס דא גייט פאר.

די סאטמאר'ע ראשי המוסדות אין בארא פארק האבן באשלאסן צו שטיצען דזאן הייער פאר סיטי קאנסול, צוליב זיין שטיצע פאר פריוואטע מוסודת, און נאך. אין אויף דעם איז נישט דא קיין שום חולק.

נאר דא האט פאסירט עפעס אנדערשט, ס'איז דא אן עסקן וואס הייסט ר' יצחק פליישער וועלכער איז א פריוואטע פריינט מיט ברעט לענדער, און ער האט באשלאסן אנצוהייבן א קאמפיין לטובת ברעט לענדער אין בארא פארק.
 
ר' יצחק פליישער באלאנגט קיין באבוב 48, אבער דערווייל איז נאך זיין אייגענע קהילה נישט ארויסגעקומען אין שטיצע פון פון ברעט לענדער, צוליב סיבות וואס יעדער וואס קען די קאנדידאטן פארשטייט זייער גוט.

אין די צייט קומט אבער קומט איין קהילה נאכן אנדערן און אינדארסירן מיט א שטארקייט דזאן הייער, ווייל ער איז בעסער פאר 'אלע' אידישע אינטערעסן, און דאס האט צוגעברענגט אז דער לענדער קאמפיין אריין אין פאניק בפרט נאכן זעהן אז די גרעסטע קהילות אין בארא פארק ווי בעלזא, סאטמאר, ראחמיסטריווקא, פאפא, אגודת ישראל, ועוד (די נעמען זענען נאר א קליינע טייל) שטיצן אינגאנצען פה אחד הייער'ן.
 
במילא האט ער באשלאסן צו פארטוישען די מוחות, און ר' יצחק זייענדיג א גוטער חבר מיט ר' חיים שלום האלבערשטאם דער זוהן פון באבוב'ער רבין פון 48, האט ער פון אים געבעטן אז ער זאל אים ערלעדיגן אן אפוינמענט ביי זיין שווער הגה"צ ר' דוד בעריש מייזליש שליט"א, רב דקהל סאטמאר ב"פ, און אזוי ארום פרובירן צו פארדרייען דעם עולם דעם קאפ, דערווייל קויפט עס נישט דער עולם, די בילדער זענען זייער שיין, אמת ר' אהרן וועלץ זיצט דארט, אבער האט ער אינאיינעם מיט די אנדערע חברי ההנהלה האבן שוין אינדארסירט דזאן הייער אין די אפיס פון די מוסודת פאריגע וואך.

דער עולם אין בארא פארק וועט שטיצען דזאן הייער, דאס פארזיכערט אים אבער נישט קיין געווינס, אבער עס וועט האפענטליך יא פארזיכערן אז מער וועלן אויסגעשפראכענע תועבה שטיצער און קאנדידאטן וואס שטיצען נישט אונזערע געברויכן נישט קומען צו אונז זיך חנפ'נען, נאר ווייזן זייערע אמת'ע פרצופים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סיטי קאנסול קאנדידאט ברעט לענדער ביי סאטמאר ב"פ רב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext