|
|
| נשלח ב-8/9/2009 06:12 |
|
| |
הרב קרשינסקי שליט"א געט א שיעור אין כולל רמ"א (בנין עסטרייכער, וומס"ב)
דעם היינטיגן נאכמיטאג איז הרב קרשינסקי שליט"א געקומען געבן א שיעור אין כולל רמ"א (בנין עסטרייכער) אין וויליאמסבורג, אויפ'ן איינלאדענונג פונעם חשוב'ן ראש הכולל הרה"ג ר' חיים ישעיה שווימער שליט"א. אין דעם כולל געפונט זיך א פארזאמלונג פון בארימטע תלמידי חכמים מסלתה ומשמנה פון די סאטמערע חסידים אין וויליאמסבורג (בעיקר חסידי מהרי"י), וועלכע זענען נישט אינטערעסירט צו הערן וואס די אינטערנעט און צייטונג האט צו פארקויפן, נאר צו הערן פון א כלי ראשון אלעס וואס האט זיך ווירקליך אפגעשפילט אינעם קרית יואל'ן בית השחיטה, כדי צו קענען ריכטיג אפשאצן וואספארא פלייש עס איז טאקע די מערסטע אויסגעהאלטן בכלל, און בפרט אין דער יעצטיגער תקופה. צווישן די אנוועזנדע רבנים און תלמידי חכמים זענען געווען הרה"ג ר' חיים קלמן גוטמאן שליט"א דומ"ץ סאוט 8, און הרה"ג ר' ראובן חיים שטיינבערג שליט"א חבר ועד הכשרות דקיט"ל.
הרב קרשינסקי שליט"א איז א משגיח פאר די לעיקוואודער פרומער פירמע "חבורה". די פירמע פלעגט צו שחט'ן טשיקענס אין עמפייער, אין די לעצטע ניין חדשים האבן זיי אנגעפאנגען צו פארקויפן פלייש פונעם קרית יואל'ן בית השחיטה אונטער'ן לעבל "מיוחד". ווען מ'האט אים אריינגעפרעגט "פארוואס ער איז געגאנגען קיין קרית יואל?" האט ער געענטפערט, צוליב דעם וואס עס איז זיי זייער שטארק געפאלן דער גאנצער סיסטעם דארט, און די ספעציעלע חומרות און הידורים וואס דער בית השחיטה שטעלט פאר, און וואס עס איז נישט דא אין אנדערע בתי שחיטה. אויף אריינגעפרעגטע פראגעס, האט ער געזאגט אז ער איז נאך אלץ דאס מערסטע צעפרידן פון קרית יואל.
זינט ער איז אין דעם פלאץ האט אים דער רב המכשיר הרה"ג ר' משולם פאלאטשעק שליט"א געשטעלט אים צו געבן פערזענליך א פונקטליכע רעפארט וויפיל ער טרעפט פון אלערליי טרפות וואס מען איז נישט בודק מצד הדין, און דעריבער זענען די אנדערע בתי שחיטה נישט מקפיד דערויף. דאס נעמט אריין "צומת הגידין" און "בוקא דאטמא". אויף פראגעס "פארוואס ער האט בודק געווען?" האט ער געזאגט אז: 1) ער האט אייביג געהאט א ספעציעלער געפיל צו די טרפה פון צומת הגידין וויבאלד דאס איז א הארבערע טרפה. 2) ער פאלגט אלעמאל וואס דער רב המכשיר הייסט אים. און ער האט פארציילט אז אין זיין עקספעריענס אין כשרות האט אים א רב אמאל געהייסן בודק זיין פיפיקלעך, און ער האט בודק געווען פיר מיליאן פיפיקלעך און נישט געטראפן קיין איין איינציגע טרפה.
ער האט קלאר ארויסגעברענגט ווי פאר די ערשטע זעקס חדשים האט ער נישט געטראפן כמעט קיין טרפות פון צומות הגידין, נישט מער ווי עס איז אייביג דא פון יעדע טרפה אין יעדע בית השחיטה, וואס מ'איז נישט בודק דערנאך. נאך די זעקס חדשים האט ער באמערקט ווי עס פאנגט זיך אן צו פארמערן צוביסלעך פון א פערטל פראצענט צו א דריטל פראצענט א האלבע פראצענט א.א.וו. ווי נאר די רבנים המכשירים שליט"א האבן געזען אז ס'ווערט אביסעלע ערענסטערע נאמבערס (וואס דאס איז געווען אנפאנג חודש סיון), און עס איז מער נישט גענוג איין משגיח וואס זאל אלעס בודק זיין, האט אים דער רב המכשיר שליט"א באאויפטראגט אויסצולערנען דעם משגיח הרב שפילמאן שליט"א און נאך עטליכע משגיחים וויאזוי מ'איז דאס בודק, לויט ווי ער האט דאס געלערנט אין ארץ ישראל. און כאטש וואס עס קענען דורכגיין גאנצע טעג אן קיין שום טרפות, האט מען געהאלטן א גרעסערע שטאב ספעציעל צו בודק זיין יעדן איינציגן טשיקן, וואס מיט דעם האט מען שוין זיכער יוצא געווען יעדע חשש לכל הדעות.
שפעטער האט דער קרית יואל'ער רבי שליט"א באפוילן מ'זאל מוסיף זיין א חומרא און מ'זאל אויפשניידן יעדן איינציגן עוף אין ביידע פוס, אזויווי עס איז איינגעפירט אין ארץ ישראל דורך די עדה החרדית, כאטש וואס די פראצענטן פון טרפות דאהי דערגרייכן בכלל נישט די פראצענטן וואס עס איז מצוי אין ארץ ישראל און אין אייראפא. דער בית השחיטה האט געשפענדעט א סך געלט איינצושטעלן א פולקאמע סיסטעם פון בדיקות, ווי מ'איז בודק יעדן עוף אויפ'ן טיש, און נישט נאר אין די לופטן וואו עס פארט אויפ'ן קייט.
אויף שאלות לגבי אנדערע בתי שחיטה האט ער געזאגט אז ער קען נישט זאגן פאר זיכער צי דער פראבלעם פאנגט זיך אן אין די העטשערי, פון וואו אלע עופות קומען דאך פון איין פלאץ, אדער ביי די פארמס וואס די עופות קומען פון באזונדערע פארמס. און ער האט דערמאנט אז ער האט געהערט אז מ'האט געטראפן דארט א האלבער פראצענט ווען מ'האט בודק געווען. פון די אנדערע זייט האט ער אבער גע'טענה'ט אז עס איז זייער שווער זיך צו פארלאזן אויף בודק זיין נאר עטליכע שעות, וויבאלד די עקספעריענס אין קרית יואל האט געוויזן אז אפילו היינט קען זיין גאנצע טעג וואס מ'טרעפט כמעט גארנישט, למשל היינט מאנטאג האט מען געטראפן ממש געציילטע טרפות פון די צענדליגער טויזענטער וואס מ'האט בודק געווען יעדן עוף באזונדער! אזוי ווייט אז א רב וואס וואלט דאס געזען וואלט געלאכט פארוואס מ'איז דאס אפילו בודק, וויבאלד דאס איז גארנישט מער ווי אין די אלטע צייטן. דאך קענען זיין אנדערע טעג וואס מ'טרעפט גאנצע פראצענטן, וואס אויף דעם איז מען מחמיר יא צו רעכענען פאר א מיעוט המצוי. למעשה האט ער באטאנט אז ער נעמט נישט קיין שטעלונג לגבי אנדערע בתי שחיטה, וויבאלד ער איז נישט דארט געווען פערזענליך.
ווען איינער פון די חברי הכולל האט אנגעפרעגט ביי הרה"ג ר' ראובן חיים שטיינבערג שליט"א צי ער קען ערקלערן פשט אין דעם מודעה וואס דער "ועד הכשרות" האט פובליצירט דעם פארגאנגענעם פרייטאג? האט ער געזאגט אז מ'דארף פרעגן ר' ישי ליבערמאן נ"י.
[הערת הכותב: די קרית יואל'ער שחיטה קויפט נישט פון קיין איינצעלנעם פארם, נאר פון א בראוקער וועלכער האדעוועט די טשיקענס אין עטליכע פארמס. די חשבונות וואס מ'האלט אויף די טרפות איבערצייגן אז עס איז נישט מעגליך צו אונטערשיידן צווישן איין פארם און דעם אנדערן, און ממילא איז דאך קלאר אז דער פראבלעם פאנגט זיך אן ביי די העטשערי]
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 05:52 |
|
| |
א צווייטער
דיין שאלההאט גארנישט צו טאן מיט הלכה. אויב עס איז דיר וויכטיג, ביטע פרעג אן ר' מאיר הירש הי"ו [קרית יואל] אדער ר' זאב ראטשילד הי"ו [חבורה-מיוחד, לעיקוואד].
ר' זעליג
איך האב דיר געגעבן אן אדרעס. הרה"ג ר' חיים קלמן גוטמאן שליט"א האט גע'פסק'ענט אז וויבאלד עס איז נישטא די ריעותא וואס עס שטייט אין רמ"א, אויף דעם פלאץ וואס עס שטייט אין שו"ע אז עס פסל'ט אויב עס איז איבערגעריסן, איז נישטא קיין פראבלעם צו בודק זיין אפילו ווען ס'איז יא א מיעוט המצוי.
לגבי די קושיא פון הגאון בעל קנה בושם זצ"ל אויף דעם וואס די גדולים פון זיין צייט אין ארץ ישראל האבן איינגעפירט, אז מען איז מכשיר דורך בדיקה אפילו ווען פון דרויסן איז יא דא א שטארקע ריעותא, ווייס איך נישט וואס עס קומט דא אהער בכלל. און איך ווייס נישט ווער עס האט אייך פארציילט אז אין קרית יואל איז מען אויך מכשיר אזא זאך. און ווען עס איז א שוואכע ריעותא, און כש"כ ווען עס איז גארנישט קיין ריעותא, איז ער דאך קלאר מסביר אז עס איז אפילו נישט קיין קושיא. און דאס אלעס איז אפילו ווען עס איז א זיכערע מיעוט המצוי, כל שכן דא וואס איז לכאורה נישט דא קיין מיעוט המצוי עכ"פ לויט די שיטה פון צען פראצענט (ואפילו להפוסקים האחרים יש עוד דיו בקולמוסי, ואכמ"ל).
אין יעדן פאל איז דאך קלאר אז דער "קנה בושם" אליין האט געגעסן פלייש וואס מ'האט גע'שחט'ן, און ער האט נישט גע'פסק'עט למעשה אז מ'זאל מטריף זיין ווען עס איז דא א קלארע ריעותא פונדרויסן, און זיכער נישט אז מ'זאל לכבוד דעם עסן ענדערש פון א פלאץ וואס איז בכלל נישט בודק.
ר' זעליג און גימפעלע - מיר רעדן דא אומזינסט. איך טענה שוין לאנג אז טייל בתי שחיטה זענען נישט בקי בבדיקה און דערפאר טרעפן זיי נישט די טרפות. יעצט האט עס ר' ישי ליבערמאן הי"ו קלאר ארויסגעשריבן: "ואנו" אין בקיאין בבדיקת צומת הגידין של עוף!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 03:48 |
|
| |
איידער מיר גיי מיר צום קנה בושם, לאמיר קלאר שטעלן די רמ"א פון ועד הכשרות דקיט"ל מהרז"ל, און דערנאך קען מיר גיין ווייטער.
די רמ"א זאגט אז אין אנו בקיאין לבדוק בצומת הגידין ביי עופות איז ווי נאר עס איז דא א ריעותא ברויך מען עס מטריף זיין.
מיט וואס פונקטליך איז לויט די רמ"א מער מהודר א בית השחיטה ווי עס מאכט זיך לדבריהם נישט קיין ריעותות און דערפאר ברויך מען נישט אוועקווארפן גארנישט, פון א בית השחיטה וואס טרעפט ריעותות און ווארפט עס אוועק?
ברענג נישט קיין ווערטער פון קנה בושם ביטע, נאר זיי מיר מסביר אויף אידיש פליז.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 01:37 |
|
| |
הרב גימפל און דער פוסק אז מ' רעדט שוין פון'ם רמ''א נעם אויך די מיה און קוק נאך און שו''ת קנה בושם סי' מ''ט ווען ס'איז געווען די זעלבע פרשה און ארץ ישראל בשנת ל''ח, ער פרעגט דארט אז דאס איז יא אריעותא, און ער האט נישט קיין תירוץ אויף די קשי'!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2009 01:36 |
|
| |
הרב גימפל און דער פוסק אז מ' רעדט שוין פון'ם רמ''א נעם אויך די מיה און נאך און שו''ת קנה בושם סי' מ''ט ווען ס'איז געווען די זעלבע פרשה און ארץ ישראל בשנת ל''ח, ער פרעגט דארט אז דאס איז יא אריעותא, און ער האט נישט קיין תירוץ אויף די קשי'!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 21:55 |
|
| |
| דער_פוסק כתב: |  |
כבוד "א צווייטער".
ווי איך האב געשריבן ארבעט הרב קרשינסקי אינעם בית השחיטה מטעם "חבורה" פון לעיקוואד, וועלכע נעמט נאך היינט די טשיקן נאר פונעם קרית יואל'ן בית השחיטה. זיין ארבעט אינעם בית השחיטה איז אויסצופאלגן וואס דער בעל מכשיר הרה"ג ר' יהודה משולם דוב פאלאטשעק שליט"א הייסט אים, ווי ער האט ערווענט, און דאס איז פונקטליך וואס ער טוט.
|
|
ענטשולדיגט אבער איך בין נאך אלץ אביסל צעמישט איז ר' משולם דער בעל מכשיר פון "חבורה" אין לעיקוואוד? עפעס איז דא אומקלאר? לאמיך פרעגן מער בעל באטישער, ווער צאלט אים די וועידזשעס?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 21:39 |
|
| |
כבוד החברים החשובים.
איך האף אז איר ערווארט נישט פון מיר אז איך זאל זיצן 24 שעה א טאג אויף הייד פארק, און ענטפערן פאר יעדע פראגע נאכאמאל און נאכאמאל. אדער זאל מען צואווארטן ביז איך ענטפער אויף די ערשטע פראגע, אדער זאל מען מיר ביטע שיקן א הודעה אישית.
חשוב'ער ר' זעליג.
1) דער אינגערמאן וואס האט אריינגעפרעגט, האט א הויכע ביבער הוט און אן אראנדזשע בארד (איך קען נישט זיין נאמען), און ער האט כסדר פרובירט צו פארהערן דעם הרב קושינסקי (טאקע אינמיטן זיין רעדן...) מיט די זעלבע סארט אגרעסיע ווי דו צימבלסט מיך דא. ווען איך זאל האלטן אז דו ביסט געווען ביי דעם שיעור, וואלט איך געזאגט אז דו ביסט דאס אליינס געווען.
2) ער האט קלאר געזאגט אז ער איז נאך היינט דאס מערסטע צעפרידן פונעם סיסטעם אינעם קרית יואל'ן בית השחיטה.
3) לגבי וויינלאנד האב איך נישט געהערט אז ער זאל האבן געזאגט אז מ'האט אים איינגעלאדנט. דאס איז אבער יא אמת אז ער האט געזאגט, אז ער קען נישט פראוון אז א בית השחיטה איז ריין פון דעם פראבלעם, נאר אויב ער זעצט זיך אריין דארט פאר א לענגערע תקופה, וואס דאס קען ער דאך נישט טאן. נאר זיין חבר [-הרב פערל] איז נאר געווען דארט עטליכע שעות, וואס דאס מיינט גארנישט [-ווי ערווענט].
4) לגבי דעם רמ"א (פונעם צעטל) האט ער געזאגט 6 טעמים פארוואס עס האט נישט קיין שום קשר צו אונזער נידון. און הרה"ג ר' חיים קלמן גוטמאן שליט"א האט צוגעלייגט אז אפילו אויב ס'איז יא א מיעוט המצוי הייסט עס נישט קיין ריעותא, נאר אויב עס איז דא א ריעותא אין דעם זעלבן טשיקן. איך זע נישט פארוואס די פילסט דיך מחוייב צו פארענטפערן ר' ישי ליבערמאן'ס צעטלעך, אינדערצייט וואס הרה"ג ר' ראובן חיים שטיינבערג שליט"א האט זיך קלאר אפגעשאקלט דערפון.
כבוד "א צווייטער".
ווי איך האב געשריבן ארבעט הרב קרשינסקי אינעם בית השחיטה מטעם "חבורה" פון לעיקוואד, וועלכע נעמט נאך היינט די טשיקן נאר פונעם קרית יואל'ן בית השחיטה. זיין ארבעט אינעם בית השחיטה איז אויסצופאלגן וואס דער בעל מכשיר הרה"ג ר' יהודה משולם דוב פאלאטשעק שליט"א הייסט אים, ווי ער האט ערווענט, און דאס איז פונקטליך וואס ער טוט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 20:48 |
|
| |
ר' זעליג, נעמט אייך די מיה און קוקט אליין נאך דארט אין רמ"א, און איך וויל איר זאלט מיר נאכדעם זאגן ווי דער רמ"א קומט דא אהער.
איך וויל נישט שרייבן ווילאנג איר קאנפירמט מיר נישט אז איר האט דארט נאכגעקוקט.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 19:29 |
|
| |
קרושינסקיא איז דער וואס האט לכאו' די ערשטע אנדעקט די פראבלעם פון צומות הגידין אין ק''י שחיטה, ער איז א משגיח פאר חבורה פון לעיקוואד
ער האט פארציילט ער פלעג בעפאר נעמען ביי עמפייער שחיטה, דאן אריבער צו ק''י שחיטה, ער טענה'ט ער איז געווען זייער צופרידען דערפון ביז ער האט אנדעקט דעם פראבלען אינמיטען זיממער, [אהרן האט די ערשטע מאל גערעדט דערוועגן 4 וואכן שפעטער כ''ו אב]
דאן האט ער געזאגט לגבי וויינלאנד אז ער איז די לעצטע מאל דארט געוועזן 24 יאר צוריק... און ער האט פארציילט אז וויינלאנד האט אים אנגערופן יעצט נאך די שערורי' אז ער קען קומען צו זיי באקוקן די עופות, כאטש ער נעמט נישט ביי זיי די פלייש!, אבער ער דארף אפאר וואכן זיך צו אריינזעצן במילא איז עס נאכנישט געשעהן.
דאן האט ער גערעדט איבער די צעטל וואס די "וועד הכשרות שע"י קיט"ל [מהר"יי]" האט ארויסגעשטעלט און ער האט געזאגט אז גראדע די רמ"א וואס זי ברענגען איז נאר ווען די ספעציפישע עוף האט א ריעותא, אבער לפי דעתו העני איז דאס אז ס'איז דא 4-5 % [סותר מיט אהרנ'ן כ''ו אב אז ס'דא 7-8....] פראצענט נאכנישט קיין ריעותא.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 18:53 |
|
| |
מר. פוסק, דו כאפסט צוזאם עפעס צופיל זאכן אין איין שאס,
איך וויל אביסל פארשטיין ווער איז דער קארשינסקי?, וואס איז ער און וואס טוט ער, ווי איז ער אינגעשטעלט? אין לעיקוואוד אדער אין בית השחיטה?,
ביטע קלאר מאכן דעם ענין
|
|
|
|
| נשלח ב-8/9/2009 07:39 |
|
| |
דער פוסק,
געבעקסן האט א אדרעסס, און אז דו ווייסט נישט וואו, וועל איך דיר עס שיקן אין אישי....
איך האב פריער געהערט ווי א יונגערמאן י.פ. וואס לערנט דארט האט דערציילט אין גרויסן ביהמ''ד פאר א גאנצע קופקע, -קיינער האט נישט אריינגעפרעגט פארוואס ער נעמט ביי ק''י כ'האב אליין אזוי פארשטאנען וויל וועלכע בר דעת פרעגט אריין א בעל דרשן לפני קהל ועדה ,,פארוואס נעמסטו וכו' - נאר כ'האב הנאה אז פונקט האב איך עס געהערט פון א כלי ראשון.
כ'האב נישט קיין צייט יעצט, אי''ה מארגן האף איך ארויף צו לייגן מער איבער וואס ער האט גערעדט דארט.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|