בית פורומים אחים אנחנו

ר' געציל בערקאוויטש: מיר האבן מאכיל געווען טריפות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/9/2009 23:49 לינק ישיר 
ר' געציל בערקאוויטש: מיר האבן מאכיל געווען טריפות

 

ח) והנה כאן במדינת אמעריקא, מעולם לא הי' מיעוט המצוי טריפות של צומת הגידין, אמנם בזמן האחרון,ראינו על כמה עופות ריעותא מבחוץ במקום הצומת הגידין, ובמשך כמה וכמה חדשים עמדנו על המשמר על העופות בבית השחיטה פה קרית יואל, וראינו במשך הזמן, שמצוי הריעותא של צומת הגידין מזמן לזמן,דהיינו שהיה זמן שהיה מצוי הריעותא בכמה אריזות (לאטס בלע"ז), ואף שלא היה חיוב בדיקה בהם בכל עוף מדין מיעוט המצוי, לפי דעת המשכנות יעקב ודעימיה, מ"מ בדקנו את האריזות שהיה מצוי בהם הריעותא הנ"ל, והבדיקה הי' ע"י ראיה ומישוש בכל עוף, ונעשה ע"י מומחין גדולים, שלא תצא מתחת ידינו עוף שיש בו ריעותא מבחוץ וניכר עכ"פ ע"י מומחה, ולחוש למה שכתב בשו"ת קנה בשם ובשו"ת מנחת יצחק הנ"ל, ועפ"י רוב העוף שהיה ניכר בו ריעותא מבחוץ ונבדק אח"כ, מצאנו שהיה נפסק גיד אחד מהצומת הגידין, וכמה פעמים היה בו לקותא, ואח"כ היה כמה שבועות שלא היה מצוי כמעט כלל, וכמה פעמים אח"כ היה בכמה אריזות מיעוט המצוי הריעותא בהצומת הגידין, ואחר העיון בד' הפוסקים הנ"ל ובשו"ת דבר שמואל הנ"ל שכתב וז"ל ובכגון זה אין לדיין אלא מה שעיניו רואות לתקן ולגדור במקום שהוא שם עכ"ל, ראינו בראשות כ"ק מרן רבינו שליט"א, לתקן תקנה גדולה כפי המצב כעת, שמצוי כמה פעמים ריעותא בצומת הגידין, שבכל האריזות אף שלא ניכר בהעופות כלל, שום ריעותא מבחוץ, יש לבדוק כל עוף בפני עצמו, דהיינו לחתוך בכל רגל העוף ולבדוק הצומת הגידין, להנצל מחשש הנ"ל.ובאעה"ח אלול תשס"ט לפ"ק

הק' געציל בערקאוויטש 
 


א סאך הכל

 על העופות בבית השחיטה  פה קרית יואל, , שמצוי הריעותא של צומת הגידין בכמה אריזות (לאטס בלע"ז)-, בכמה אריזות מיעוט המצוי-וכמה פעמים אח"כ היה בכמה אריזות מיעוט המצוי הריעותא בהצומת הגידין כפי המצב כעת, שמצוי כמה פעמים ריעותא בצומת הגידין יש לבדוק כל עוף בפני עצמו,

 על העופות בבית השחיטה  פה קרית יואל- שמצוי הריעותא של צומת הגידין 
כפי המצב כעת, יש לבדוק כל עוף בפני עצמו

עס איז א זעכערע זאך אז עס מער מהודר צו עסען א זאך וואס דארף מיטאמאל א בדיקה  ווי מארוידד אין וויילאנד ווי מען האט בודק געווען אז עס איז נישטא
ווי אנדערע שחיטות ווי עס איז בכלל נישט אין מציאות  דער פראבלעם


קרישקלעך אין ראזינקעס

על העופות בבית השחיטה -וואס איז מיט מהודרת?

 פה קרית יואל-- (אין אנדערע שחיטות איז ב"ה דער פראבלעם אינגאצען נישט אין מציאות
שמצוי הריעותא של צומת הגידין בכמה אריזות (לאטס בלע"ז)-, דזשאנק טשיקענס בלע"ז

מיעוט המצוי הריעותא בהצומת הגידין - מיינט אז ער האט  ליידער געקענט נכשל ווערן אין א ספק טריפות 

  יש לבדוק כל עוף בפני עצמו-ביז דער שוטה רשע וגס רוח וואס האט מבזה געעוען מתים- וועט זיך איין טאג זאגן אז דער שפיעל איז אריבער ( ווער  האט אין אזא איינעם א נאמנות אויף כשרות?

כפי המצב כעת- זאל מען נישט עסען פין די קרית יואל שחיטה נאר פין א פלאץ ווי עס איז נישט דא דער פראבלעם



 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 

 





 



 



 


 



תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 09/09/2009 19:37:09




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2009 06:12 לינק ישיר 

רח"י הלברשטאם און ר"י שטיין ווען זיי האבן גענומען פלייש פון קרית יואל, האבן זיי נישט געוויסט אז עס קומט פאר א פראבלעם פון צומות הגידין, ווייל דאהי האט נישט עקזעסטירט דעם פראבלעם ביזט יעצט, און די בעלי אחריות פון קר"י מהודרת (איך ווייס נישט ווער דאס איז) האבן נישט פארציילט דעם סוד אז זינט שבועות ווארפט מען אוועק אסאך סחורה, און דאס איז לכאורה די גרעסטע עולה אז מען האט מכסה געווען אז עס איז דא א שאלה אפילו אויב מען מאכט בדיקות, דעריבער ווען מען הייבט אן חושד זיין אז עס האט פאסירט נאך עולות במשך יארן און מען האט נישט פארציילט איז מען נישט קיין חושד בכשרים, ווייל דער חזקת כשרות האט שוין דער פאבריק פארלוירן,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 22:50 לינק ישיר 

דער פוסק שרייבט
זייער פשוט. דאס אז מ'איז בודק כהלכה אין קרית יואל ווערט באשטעטיגט דורך יעדן רב וואס באזוכט דארט, ואני הקטן בכללם. דאס וואס איר שרייבט אז מ'האט בודק געווען הונדערטער טויזענטער עופות אין וויינלאנד, איז פשוט שקר
ווייטער וואס דו ווילסט נישט איז שקר משמרת למשמרת שרייבט יותר ממאה אלף עופות, התאחדות האט אויך בודק געווען אין די שווערע טויזענטער 
 קיינער האט נישט בודק געווען דעם צאל (אפשר קענט איר שרייבן וויפיל טשיקענס "וויינלאנד" שחט אין א גאנצע וואך?). וויפיל מ'האט יא בודק געווען, איז לפענ"ד נישט גענוג אויף צו באשטעטיגן אז עס איז נישטא אין אנדערע טעג. ווייל קרית יואל האט במשך "גאנצע" טעג אין א צי, בודק געווען און גארנישט געטראפן, און אין דעם נעקסטן טאג איז געווען היבש א סך, טראץ דעם וואס די טשיקנס זענען געקומען פון דעם זעלבן פארעם.

 וועמען דארף איך דא גלייבן? אז נישט די פירערשאפט פון דעם בית השחיטה ו
ואס געבן ארויס די ציפערן און זאגן פון וועלעכע פארם מען נעמט עס?


איך האב שוין דאס געשריבן אמאל. מ'וואלט געדארפט מאכן לינקס צו אלעם וואס איז שוין געשריבן געווארן, ווייל איך האב נישט קיין כח איבערצושרייבן די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל.

אין קרית יואל קומען יעדן איינציגן טאג באזוכן עטליכע רבנים, אין וויינלאנד - זייט אנפאנגט שערוריה - זענען נאר געווען רבנים וואס קויפן וויינלאנד טשיקנס, און פאקן עס אונטער זייער לעבל. קיין שום "פרעמדע" זענען נישט אריינגעלאזט געווארן, און האבן גארנישט באשטעטיגט. נאכאמאל, "איר" מעגט זיי גלייבן, איך (אין ליכט פון די אינפארמאציע וואס איך באזיץ) גלייב זיי נישט. ליידער. 
דו גלייבסט זיי נישט נאר וועסט ענדערש גלייבן  אז עס איז דא דארט א מצוידיג'ע פראבלעם פון טריפות און די אלע רבנים האבן זיך אפגעשמועסט צו מאכן א גרויסע קאוועראפ און מכשיל זיין דעם ציבור
רבוש''ע דו גלייבסט דאס??


לגבי דעם נושא פון וואס דער איד אדער דער בלאט האט געשריבן, איז באמת נישט מיין עסק, כ'שרייב דאס נאר לויט וויפיל אינפארמאציע איך זע דא. צווישן אונז גערעדט, איז גענוג דער בלוטיגער קעפל פון דעם דאזיגן אשכול.

לויט וויפיל איר שרייבט נאך פון "דער בלאט" "כל חלב וכל דם לא תאכלו" דאס איז באמת נאר א ליידיגע פראזע,
 
 
איך פארשטיי דיר נישט כל חלב וכל דם אויף א חומרא פון רביה''ק איז סתם א ליידיגע פראזע, אבער אז עס איז א שאלה אין די צייט ווען עס רעדט זיך טאקע פון א מצוי פראבלעם פון טריפות  דאס איז שוין געפערליך קאם אן

ווילאנג עס איז נישט געשטאנען במפורש אז עס איז א שאלה אויף די פלייש, הגם דאס איז אויך אן עולה. אבער לויט ווי איך הער איז געשטאנען אין "דער איד" אז מ'איז מאכיל נבלות וטרפות בשאט נפש.
 
שקר
דו שרייבסט אזוי אויף וויינלאנד אז דו גלייבסט נישט קיין איין רב וואס האט געשריבן אז דארט איז נישט דא קיין פראבלעם, נאר לויט דיר איז מען מכשיל יודן מיט טריפות איעדן טאג בשאט נפש רח''ל

דאס איז א (לפענ"ד) א שרעקליכער חטא, וואס קען נאר מכופר ווערן ווען דער שרייבער וועט מקבל נזיפה זיין ביי אלע רבנים וועלכע געבן השגחה און נעמען פלייש פאר זייערע קהילות פון קרית יואל בית השחיטה (כולל הגה"צ ר' חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א, און הרה"ג ר' יצחק שטיין שליט"א).
זיי מוחל גיי בעט איבער אלע רבנים וועלעכע
זענען ביי דיר אזוי חשוד אויפן ערגסטן און דעם גאנצן ציבור אויף וועם דו ביזט מוציא לעז אז זיי עסן טריפות רח''ל.
טריפות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 21:23 לינק ישיר 

זייער פשוט. דאס אז מ'איז בודק כהלכה אין קרית יואל ווערט באשטעטיגט דורך יעדן רב וואס באזוכט דארט, ואני הקטן בכללם. דאס וואס איר שרייבט אז מ'האט בודק געווען הונדערטער טויזענטער עופות אין וויינלאנד, איז פשוט שקר. קיינער האט נישט בודק געווען דעם צאל (אפשר קענט איר שרייבן וויפיל טשיקענס "וויינלאנד" שחט אין א גאנצע וואך?). וויפיל מ'האט יא בודק געווען, איז לפענ"ד נישט גענוג אויף צו באשטעטיגן אז עס איז נישטא אין אנדערע טעג. ווייל קרית יואל האט במשך "גאנצע" טעג אין א צי, בודק געווען און גארנישט געטראפן, און אין דעם נעקסטן טאג איז געווען היבש א סך, טראץ דעם וואס די טשיקנס זענען געקומען פון דעם זעלבן פארעם.

איך האב שוין דאס געשריבן אמאל. מ'וואלט געדארפט מאכן לינקס צו אלעם וואס איז שוין געשריבן געווארן, ווייל איך האב נישט קיין כח איבערצושרייבן די זעלבע זאך נאכאמאל און נאכאמאל.

אין קרית יואל קומען יעדן איינציגן טאג באזוכן עטליכע רבנים, אין וויינלאנד - זייט אנפאנגט שערוריה - זענען נאר געווען רבנים וואס קויפן וויינלאנד טשיקנס, און פאקן עס אונטער זייער לעבל. קיין שום "פרעמדע" זענען נישט אריינגעלאזט געווארן, און האבן גארנישט באשטעטיגט. נאכאמאל, "איר" מעגט זיי גלייבן, איך (אין ליכט פון די אינפארמאציע וואס איך באזיץ) גלייב זיי נישט. ליידער.

לגבי דעם נושא פון וואס דער איד אדער דער בלאט האט געשריבן, איז באמת נישט מיין עסק, כ'שרייב דאס נאר לויט וויפיל אינפארמאציע איך זע דא. צווישן אונז גערעדט, איז גענוג דער בלוטיגער קעפל פון דעם דאזיגן אשכול.

לויט וויפיל איר שרייבט נאך פון "דער בלאט" "כל חלב וכל דם לא תאכלו" דאס איז באמת נאר א ליידיגע פראזע, ווילאנג עס איז נישט געשטאנען במפורש אז עס איז א שאלה אויף די פלייש, הגם דאס איז אויך אן עולה. אבער לויט ווי איך הער איז געשטאנען אין "דער איד" אז מ'איז מאכיל נבלות וטרפות בשאט נפש. דאס איז א (לפענ"ד) א שרעקליכער חטא, וואס קען נאר מכופר ווערן ווען דער שרייבער וועט מקבל נזיפה זיין ביי אלע רבנים וועלכע געבן השגחה און נעמען פלייש פאר זייערע קהילות פון קרית יואל בית השחיטה (כולל הגה"צ ר' חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א, און הרה"ג ר' יצחק שטיין שליט"א).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2009 22:14 לינק ישיר 

פוסק שרייבט
אגב וואלט עס זיך פיל בעסער געלייגט אויפ'ן שכל. דאס אז מ'איז בודק אין קרית יואל, איז דאך יעדער מודה, ממילא פארשטיי איך נישט וויאזוי עס קען זיין א שאלה אויף די פלייש וואס מ'האט בודק געווען. דאס אז אין וויינלאנד קומט נישט אריין קיין טשיקענס וואס האבן נישט דעם פראבלעם, לאזט זיך נאך דעבאטירן.


פוסק נעמסט אן א מציאות וואס דו ווילסט און וואס נישט זאגסטו לאזט זיך דעבאטירן

 דאס אז מען איז בודק אין קרית יואל כהלכה
נעמסטו אן פאר א מציאות פארוואס ווייל די דארטיגע רבנים
און שוחטים זאגן אזוי,  ווי אויך איז עס באשטעטיגט געווארן פון פרעמדע רבנים,
 
אבער אז אז אין וויינלאנד קומען נישט אריין קיין טשיקענס
מיטן פראבלעם דאס זאגסטו לאזט זיך שוין דעבאטירן
 פארוואס?
זייערע רבנים זאגן פונקט אזוי אז עס איז נישטא קיין פראבלעם
דארט און אויך פרעמדע רבנים באשטעטיגן אזוי
ממילא מאי שנא??

אפשר איז די מעשה פארקערט דאס אז אין וויינלאנד איז נישטא קיין פראבלעם
איז דאך באשטעטיגט פון מומחים נאכן בודק זיין הונדערטער טויזענטער עופות
אבער אז מען איז בודק כהלכה אין קרית יואל לאזט זיך שוין דעבאטירן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2009 21:59 לינק ישיר 

אין בלאט ווען די סאטמארע בוטשער האט נישט גענוצט צוליב סיבות
בידיעת ובהסכנת הרבניםנישט גענוצט קיין שטיינזאלץ וואס איז לכל
 הדיעות נאר א חומרא פון רביה''ק זי''ע איז עס געווען עטליכע וואכן
 אויפן פראנט פעיזש און דערנאך געלאפן וועכענטליך גאנצעטע ארטיקלען 
צומאל מיטן שארפן קעפל פון  "כל חלב וכל דם לא תאכלו"
איך האב פשוט געלאכט וויאזוי שמואל מאכט פרטאש פון זיינע קיען
און ניצט אויס זיין תמימותדיג'ן עולם צו מאכן גענאר פון זיי

לאמיר זיך נאר מצייר זיין די מציאות פארקערט ווען מען טרעפט ווען דעם צומת הגידין
פראבלעם אין וויינלאנד און רבנים און מומחים באשטעטיגן אז קרית יואל איז ריין דערפון
 וויאזוי וואלט דער בלאט אויסגעקוקט??
 איך קען זיך ניטאמאל פארשטעלן אוי וואס שמואל קען מיט ענק מאכן
א רחמנות אויף אייך!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2009 19:34 לינק ישיר 

העלד
וואס וואלסטו געזאגט ווען עס וואלט געשטאנען אין די בלאט אז עס איז א "שאלה" צי מ'דארף כשר'ן די כלים פון וויינלאנד פלייש? (אפשר איז שוין געשטאנען? איך ווייס נישט, איך ליין נישט קיין צייטונגען)

אגב וואלט עס זיך פיל בעסער געלייגט אויפ'ן שכל. דאס אז מ'איז בודק אין קרית יואל, איז דאך יעדער מודה, ממילא פארשטיי איך נישט וויאזוי עס קען זיין א שאלה אויף די פלייש וואס מ'האט בודק געווען. דאס אז אין וויינלאנד קומט נישט אריין קיין טשיקענס וואס האבן נישט דעם פראבלעם, לאזט זיך נאך דעבאטירן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2009 20:55 לינק ישיר 

ער איז גערעכט און וואס איך שרייב גלוי וידוע לכל מיינט נישט צו זאגן אז סי בי עס מעלדט עס יעדער צען מיניט, איך מיין אזויפיל אז רבנים וואס האבן עוסק געווען דעראין, למשל די התחאחדות און די משמרת כשרות, זיי שרייבן א בריוו לידיעת הרבים, מיינט דאס ידוע לכל, חוץ ווער עס וויל עס נישט ליינען דוקא, אדער וויל עס נישט גלייבן מאיזה סיבה שהוא, אבער דער אדרעס איז קלאר און אפען, רבנים וואס זאגן אז זיי האבן בודק געווען,

בנוגע ר' זלמן לייב פיליפ שליט"א, איז אבסורד צו שרייבן אז ער עס נאר קרית יואל שחיטה, מיט א ריאה פון א קעכער אין פליישמאן, ווייל אפילו אויב עס איז אמת אז זיין משפחה האט געקויפט ביי דעם קעכער איז נאכנישט קיין באווייז אז ער האט דאס געגעסן און אפילו אויב יא איז זיכער נישט וווייל ער איז מקפיד דערויף, די זאגסט דאך אליין אז קיין אנדערע פלייש איז נישטא דארט,

ובנוגע די שאלה פון כשר'ן כלים, פארשטיי איך אז מען רעדט פון די פלייש וואס מען האט געקאכט די לעצטע פאר יאר פון קרית יואלע שחיטה וואס האט א שאלה פון טריפה, איידער מען האט אנגעהויבן בודק זיין וואס לכאורה איז די שאלה סאך ווייניגער, און רז"ל פיליפ האט דאך לכאורה לויט דיין מעשה געקויפט שוין נאכן בדיקה, ווייס איך נישט וואס דיין קשיא איז,

ובכלל איז דער גאנצע מעשה געבויט אויף א קעכער פון פליישמאן'ס וואס זאגט אז ער האט דארט געקויפט, עס מוז דאך נישט זיין אמת, עס איז דא א גאנצער שטאב מיט בעקערס אין שכינות וואס פארקויפן יעדע מיניט מעשיות וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן,






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2009 20:34 לינק ישיר 

געדענק
דו פרובירסט אונז צו באשולדיגן אז מיר האלטן אז קרית יואל פלייש איז חלילה טריפה
 חס ושלום
אין דער איד איז דאכט זיך איז אויך נאר געשטאנען אז עס איז א שאלה פון כשר'ן
 כלים דער תירוץ אויף די שאלה האט ר' זלמן לייב אודאי געוואוסט אז אין ערגסטן
 פאל איז עס נישט מער ווי א מיעוט המצוי און מען דארף נישט כשר'ן קיין כלים,





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2009 20:18 לינק ישיר 

כ'האב דיר נישט געזאגט אז "אפילו ער אדער ער - א אנדערע ניק אויף הייד פארק - האט געזאגט",
כ'האב דיר אויך נישט געזאגט "יעדער ווייסט" אדער "ס'איז גלוי וידוע לכל", איך געב דיר דאך אן אדרעסס וועם די זאלסט פרעגן!
קאל אן די קעכער און פרעג אים, ער (נישט ער אליינס, א קינד) האט עס פון אים געקויפט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2009 20:05 לינק ישיר 

געדענק, זייער אינטערסאט, ווען מ'הערט עפעס א שמועה, דארף מען גלייבן צו נישט?
קודם שרייבסטו אז נישט, און תיכף דערויף אז יא.

ר' זלמן לייב פילאפ האט קיין פלייש פון ק"י נישט געגעסען דארט, און "דווקא" ק"י אזוי ווי די שרייבסט איז זיכער נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2009 19:50 לינק ישיר 

העלד שרייבט:
אודה ולא אבוש איינער האט מיר געזאגט אז אז ר' אהרן זאגט אזוי אין א שמועס
 פאר ר' יחזקאל ראטה שליט''א און איך האב איהם געגלייבט און נישט נאכגעקוקט
למעשה האב איך יעצט געקוקט אין שולחן מלכים און מען זעהט טאקע אז ר' אהרן
האט זיך נאכנישט מודה געווען,


כ'האב דיר געוואלט ווייזען אז מ'מוז נישט אלעס גלייבען וואס איינער זאגט בשם א צווייטען אז פאר א דריטען האט זיך געדאכט,
נאכדערצו ווען ס'איז אזוי גרינג נאכצוגיין.

העלד שרייבט ווייטער:
און עס איז אמת אזוי ווי אז ר' זלמן לייב פילאפ עסט דוקא
קר''י פלייש,

דא איז שוין אביסעל שווערער נאכצוגיין, אבער אויב וויל מען דוקא קען מען עס עררייכען,
ווער געוואויר וואסערע פלייש ר' זלמן לייב פיליפ האט געגעסן אין פליישמאנס,

כ'וועל דיר עס מאכען גרינגער, איך וועל דיר זאגען און די ווער געוואויר אויב ס'איז אמת,

איינס פאר די לעצטע שבת פון קעמפ, יענע וואך וואס ס'איז געשטאנען אין דער איד אז די אלע וואס האבען גענוצט ק"י פלייש דארפען כשר'ן די כלים, האט רז"ל פיליפ געקויפט זיין שבת'דיגע עסן ביי די סאטמאר ב"פ קאך (זיי האבען זייער בחורים קעמפ אין פליישמאנס) וואס ער האט געוואוסט אז זיי נוצען ק"י פלייש און זיי האבען נישט גע'כשר'ט קיין כלים,

און נישט נאר האט ער דארט געקויפט פיש און פערפעל וואס איז געווארען געקאכט אין א טרפה'נע (לשיטתו/ך) טאפ, נאר ער האט אויך געקויפט 14 (פערצען!) באדעמס, פאר זיך און פאר די משפחה.

פרעג דיך נאך ביי די פליישמאנס קעכער, ער (נישט ער אליינס, א קינד) האט עס פון אים געקויפט.

העלד פירט אויס:
אבער די נקודת הדברים טוישט זיך נאכנישט אז די רבנים ומומחים שרייבן פה אחד אז נאך
 בדיקות פון הונדערטער טויזענטער עופות זעהט מען נישט דעם פראבלעם דארט.
וויינלאנד האט נישט


איבער די נקודות הדברים נאך שבת אי"ה,
1- כ'האב נישט יעצט קיין סאך צייט.
2- איך דארף איבערפרעגן אפאר זאכען פונקטליך פאר איך שרייב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2009 19:17 לינק ישיר 

געדענק
אודה ולא אבוש איינער האט מיר געזאגט אז אז ר' אהרן זאגט אזוי אין א שמועס
 פאר ר' יחזקאל ראטה שליט''א און איך האב איהם געגלייבט און נישט נאכגעקוקט
למעשה האב איך יעצט געקוקט אין שולחן מלכים און מען זעהט טאקע אז ר' אהרן
האט זיך נאכנישט מודה געווען, און עס איז אמת אזוי ווי אז ר' זלמן לייב פילאפ עסט דוקא
קר''י פלייש, איך האף לעתיד צו זיין מער נזהר אין וואס איך שרייב

אבער די נקודת הדברים טוישט זיך נאכנישט אז די רבנים ומומחים שרייבן פה אחד אז נאך
 בדיקות פון הונדערטער טויזענטער עופות זעהט מען נישט דעם פראבלעם דארט.
וויינלאנד האט נישט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2009 18:23 לינק ישיר 

איך נעם מיך נישט אן פאר העלד און אויך נישט פאר שארטקאט, ביידע רעדן אביסל איבערגעטריבן,

די פאקטן זענען אז,
די רבנים פון התאחדות הרבנים, וואס עטליכע פון זיי האלטן זיך עמטליך פאר ר' אהרן'ס מענטשען, שרייבן ארויס קלאר אז זיי האבן בודק געווען אין דריי בתי שחיטה און דער פראבלעם איז נישטא, מען קען זיין נישט חושד זיין מיט ארבייטן קעגן ר' אהרן,

די רבנים פון משמרת למשמרת וואס האבן נישט קיין שום שייכות קעגן ר' אהרן שרייבן אויך אז מען האט בודק געווען איז עס איז בכלל נישט שכיח דארט

איך גלייב אז די רבנים ווייסן עניטיים וויאזוי בודק צו זיין אזוי גוט ווי די בודקים פון קרית יואל,

די בודקים פון קרית יואל בית השחיטה באשטייט פון אינגעלייט וואס טויגן נישט פאר קיין נארמאלע זשאבס און זענען געווארן זאלצער פאר אכט דאלאר א שעה, אנשטאט מעקסיקאנער גוים,
ווען צומות הגידין האט אנגעהויבן אנדעקט צו ווערן אין די ריזיגע נומבערס, האט מען די זאלצערס גאמאכט בודקים,

איך גלייב דיר אז מן הסתם איז דא טעג וואס אין קרית יואל איז קלין פון טריפה, אבער עס איז אויך דא טעג וואס דער פראצענט איז מורא'דיג אסאך, און ליידער גייט דאס שוין אן באלד פיר חדשים, און מען האט געמאכט א שווייג,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2009 17:11 לינק ישיר 

OK מיט העלד בין איך לכאורה פארטיג,
ער האט געשריבען "אז די אנדערע בית השחיטות האבן נישט דעם פראבלעם נאר קרית יואלע עופות דארפן ווערן נבדק
און ר' אהרן אליין האט דאס מודה געווען אין א שמועס פאר הגאון ר' יחזקאל ראטה שליט''א. "

און ער קען מיר נישט ווייזען ווי אין די שמועס ער זעהט עס,

***

יעצט קומט אן שארטקאט און שרייבט:
דאס מציאות אז אין אנדערע בתי שחיטה איז נישט דא דער פראבלעם איז גלוי וידוע לכל, און מען דארף נישט אהרן'ס הודאה דערצו

וויל איך דיך פרעגן שארטקאט, דאס מציאות אז אין אנדערע בתי שחיטה איז נישט דא דער פראבלעם איז גלוי וידוע לכל, ידוע לכל? איך ווייס נישט דערפון!!!

די ווייסט אז אין ק"י טרעפט מען נישט יעדן טאג טרפה'ס?!
די ווייסט אז אין ק"י קען זיין טעג וואס איז שיין! קלין! נישטא קיין גאנצע 5 טשיקענס פון די 35,000 (פינף אין דרייסיג טויזענט!)וואס מ'שעכט דארט?!
האט מען אין אנדערע פלעצער בודק געווען א גאנצע וואך אז די זאלסט זיין זיכער אז דארט איז נישטא?
אויב יא, ווער האט בודק געווען??? קענען זיי די מלאכה פון בודק זיין?

אבער איין מינוט... לאמיך נישט פארקריכען און פרעגן 10 זאכען אויף אמאל, לאמיר גיין צושטאט און הערן פון ווי די נעמסט דיינע ווערטער אין אנדערע בתי שחיטה איז נישט דא דער פראבלעם???

גלוי וידוע לכל איז ביי מיר נישט גענוג גוט, ווייל ס'ווענד זיך וואס מיינט ביי דיר לכל, גראדע מיט וועם איך רעד ווייסט אנדערש ווי וואס די שרייבסט.








דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2009 16:52 לינק ישיר 

געדענק: קיינער דא איז נישט אינטערעסירט צו ליינען די שטותים פון דיין שוטה'לע, און ווי איז נוגע וואס ער זאגט, ער האט נישט קיין פראבלעם צו זאגן איין זאך נאכעם זאגן אנדערש,

אויפן קאשוי'ער רב האט ער אריינגריקט מנה אחת אפים אין זיבעטן ריפ, און אים מכבד געווען מיט עפרא לפומיה ווייל ער האט מערער געווען אויף דעם סדר השחיטה פונעם פעטער ז"ל,
צען יאר שפעטער קומט דער זעלבער חצוף אין זאגט עס איז מיר אלע יארן געווען לבי נוקפו אויף די פלייש, ווייל ער האט געוואלט מאכן כבוד און ביזנעס פון פלייש האט ער פליצלינג שוין געמעגט מערער זיין אויפן קאשויער רב,

און דער עצם זאך אז די ברענגסט א שמיס מיט ר' יחזקאל ראטה, וואס מיט צען יאר פריער האט ער אויף אים צאמגערעדט און אים דן געווען למיתה אין געשיקט די בחורים פארשטיינערן, זעסטו נישט אז זיין ווארט מיינט נישט גארנישט. און זיין מייינוגנ איז קיין מיינונג

דאס מציאות אז אין אנדערע בתי שחיטה איז נישט דא דער פראבלעם איז גלוי וידוע לכל, און מען דארף נישט אהרן'ס הודאה דערצו




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > ר' געציל בערקאוויטש: מיר האבן מאכיל געווען טריפות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext