בית פורומים כל העולם כולו

מוסדות רמ"א ביי ר' מנשה אין בונקער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/9/2009 00:32 לינק ישיר 
מוסדות רמ"א ביי ר' מנשה אין בונקער

היינט נאכט קומט פאר די יערליכע מסיבה פאר מוסדות רמ"א לע"נ  הרה"ק ר' משה ארי' פריינד זי"ע
וואס זיין יארצייט געפאלט מארגן אויס.

ליידער ליידער קומט די מסיבה פאר  ביי א יוד א מחלל שם שמים בפהרסיא
ר' מנשה  איז מתיר ערכאות ווען אימער די זאליס ווילן
ר' מנשה האט געמאכט א עירוב אין ראדני יארן לאנג פאר פוילשע גוים אין יעדער האט מיט דעם געטראגן.
ר' מנשה האט מתיר גיין געווען צי גיין אינעם טמא'נעם ציניסטישן בג"ץ.
ר' מנשה איז דער וואס איז מתיר דעם פריצתדיגן עטרת בלעם זאל מיט ביימלעך.
א מקוה טהרה וואס ער טרעט נישט אריין אזוי גרויס ווי די יאר איז.
א השגחה פאר בוטשער נאר פין מליחה ואילך.
 ער איז א יוד וואס נעמט שוחד א פעריאל דיין.

ס'איז קלאר ווי די טאג א ס'איז א מורא'דיגער צער פאר הרה"ק ר' משה ארי' זי"ע אז ר' מנשה איז דער וואס מאכט א יארצייט נאך אים.

אבער ב"ה ער איז נישט געווארן זיין ממלא מקום ער האט נישט מטמא געווען די עדה החרדית במגא ומשא.





דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/9/2009 06:14 לינק ישיר 

מבקש איך מיין זאלסט טאקע אויף הערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 05:53 לינק ישיר 

קיינער פארטיידיגט נישט בכי הוא זה די שרעקליכע עוולות וואס ריח"מ איז באגאנגען אין די לעצטע יארן, און האט מיר פערזענליך שוין פארשאפט גענוג שלאפלאזע נעכט. ס'איז ביי מיר קיין ספק נישט אז ער וועט מיטנעמען מיט זיך א גרויסן פעקל פארן בי"ד של מעלה, וואס אפילו זיינע ברייטע פלייצעס וועלן נישט קענען דערטראגן.

אבער פון דארט ביז אים פארגלייכן מיט קוק?! שבתי צבי?!

מיין איינציגער לימוד זכות אויף ענק (?) איז אז איר האט שוין לאנג נישט באזוכט ביים דאקטאר.

איך מצדי וועל מער נישט אנהאלטן דעם זינלאזן שמועס, פשוט ווייל כ'וויל נישט האבן קיין חלק אין ווידער ארויפרוקן דעם אשכול וואס שטעלט פאר דעם דעת פון די פסולת שבפסולת ביי אונז כאילו דאס איז אן אפיציעלע שטעלונג (און דאס איז שוין ווען כ'בין איינגעהאלטן), און אנטייל נעמען אין דעם שרעקליכן בזיון וזלזול ת"ח.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2009 05:36 לינק ישיר 

ווייסט איינער די טעם פארוואס ר' ישראל חיים מנשה איז ארויס פין פאסוט אפיס
איז עס געווען ווי מאנכע טענה'ן א סקאנדאל, איז ער ארויס..
 אדער ער איז ארויס סתם אזוי ארויס ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 05:22 לינק ישיר 

איך האב נאר יעצט געליינט דעם אשכול איך האלט אויך אז אזוי צי שרייבען
איז נישט אויסגעהאלטען נישט להלכה אין נישט ווי עס פאסט פאר אינז ארוינים ווי אינזער רבי שליטא פיהרט זיך מיט א מהלך פין איידעלקייט פאר יעדע איינעם זאל דאס זיין א חסידות, בן תורה, אדער א פשוטער בעה"ב

אפילו וואס די שונאים ברענגען אלץ ארויף קאשוי אין נאכאמאל קאשוי  איז ער געווען דער זעלבער VICTIM ווי אינז אלע זענען געווען אינטער דעם טעראריסט משה גבאי

והא ראיה ווי ער האט עטליכע מאל אנגעריפען קאשוי רב ז"ל ער זאל עיהם מוחל זיין ווי דאס ווייזט זיינע איידעלע מידות,  אין נאך אין נאך וואס דא איז נישט דאס די נושא
נאר צי ווייזען אז דאס איז דער דרך התורה וואס דער רבי שליט"א לערענט אינז ובפרט
ווען ער ווערט פארעכענט פאר זיין  רבו מבהק




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 04:54 לינק ישיר 

פאני, אויף די גרעסטע שקצים זענען די אהרונים מחפה, אפילו די וועלכע גייען צו די בחירות אדער למשל אזעלכע שקצים ווי בעלז און קלוזנבורג פארפירן זיי אז "מאיז געגאנגען צו שארף" און "מטאר נישט רעדן אזוי אויף שומרי תורה ומצוות", אלעס ביז סקומט צו איינעם וואס רירט אן זייער קרוין די מאכיל טריפות און מעמיד ע"ז פון מאנרא, דארט ווערט אלעס מותר 

תוקן על ידי לולא_תורתך ב- 10/09/2009 4:53:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 04:09 לינק ישיר 

איך קען אזוי פיל זאגן, אז ווען דער עולם וועט הערן די שרעקליכע טעיפס, ווי ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן העצט און טרינקט דאס בלוט פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ביי די 91 יאר.
 
און אוי וויי! ווען מען הערט נאך דער שרעקליכען בלוטיגען קרעכץ פון רבינו זי"ע, און ער זאגט אים מיט א צושאסענעם צובראכענעם געבעט: לאזט מיר אפ ווייל עס טרעט מיר צו צום הארץ!!!

וואלט דער עולם געשריבן אויף אים, ארגער ווי מען שרייבט אפען תלמוד חכם קוק, צו אפען צדיקת גאלדע מאיר.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2009 21:55 לינק ישיר 

קיינער איז נישט מחולק אויף די גרויסע אומדערהערטע עוולות וואס די אידן טוען ליידער, אבער אין די זעלבע צייט קען קיינער נישט מחולק זיין אז זיי זענען תלמידי חכמים, און אפי' אויך יראי השם, זיי לערנען און דינען השי"ת "אביסל" מער ווי מיר ראצערלעך דא. דעריבער איז א געמיינע זאך צו שרייבן דא מיט אזא זלזול קעגן יענע דיינים פריוואט! יא, די עוולות מעגן ווערן ארויסגעברענגט, אבער נישט מיט א פערזענדליכע  זלזול! הזהרו בגחלתן! (להוי ידוע: יעדע איינשטענדיגע ארוני שעמט זיך אוועק מיט ענק!).

לגבי יודעלעס טענות מיט רח און ירבעם וכו', איך מוז דיר זאגן, איך פארשטיי נישט דעם רבין ז"ל דער דברי יואל. פארוואס האט ער נישט געשריבן קיינמאל פערזענדליך קעגן די רבנים וועלכע האבן געהייסן גיין צו בחירות (א יהרג ואל יעבור!)?? פארוואס האט ער נישט אויסגעשריגן ביי שלש סעודות אז די אלע רבנים דארף עמן נאשרייען אין די גאסן?? פארוואס האט ער נישט אויסגערופן אז די אלע רבנים זענען מטמא במגע ומשא?? הא? איז ער געווען א פאליטיקאנט?? נו! יודישקייט!!! הא?
איך מיין די תי' פארשטייסטו גוט.

לגבי צא ובדוק בדייני ישראל, עס איז אמת ויציב! עס איז זיכער אז די דיינים מאכן א חילול השם און עס איז א צער השכינה, אבער פארוואס טיטשסטו אזוי שלעכט עברי מיט טייטש? צא ובדוק מיינט זיי מבזה זיין? צא ובדוק מיינט אז זיי זענען מטמא? צא ובדוק מיינט אז יונגעלייטלעך מעגן שריייבן וואס זייער הארץ גלוסט אויף זיי?

הערה: שכל צו פארקויפן האב איך נישט, דערפאר באצי איך מיך צום אנדערן חלק וד"ל




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/9/2009 21:22 לינק ישיר 

עס איז כדי נאך צו זאגען א ווארט וואס רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע האט געזאגט ביי די מחלוקה פון ר' עמרם בלוי ז''ל מיט די עידה החרידית, וואס זיי האבן געטענה'ט אז אזא גרויסע מענטש וואו ר' עמרם, פאסט נישט אז ער זאל חתונה האבן מיט א גיורת,

האט רבינו הקוה''ט געזאגט: מאכט אים נישט אזוי גרויס וועט די עבירה נישט זיין אזוי גרויס,

 

מען איז מוחה אז קאלעגע ''ארגינעלער'' רעד מיט זלזול אויף ר' מנשה, לאמיר פארשטיין,

די זאליבאנער האבן זיך דערזען און א גרויס פראבלעם, זיי האבן אויף גענימען דעם ר' זלמניו, און אים א נאמען געגעבן  ''סאטמאר רב''  מען האט אים געזעצט אויף א פאזיציע וואס ער דארף קענען ענפערן שאילות,

אויף חלב עכו''ם, אתרוגי ארץ ישראל,זרעה ממלכתית, כשרות החלב, כשרות הבשר, כשרות המקווה, גיורות שלא ע''פ תורה, לולב שמיטה, און נאך און נאך,

און זיי האבן גאנץ גוט געוויסט אז ווען דער ר' זלמניו עפענט אויף א מויל און זאכען וואס האט צו טון מיט יודישקייט, הלכה, השקפה, לאזט דאס איבער אויף די זאליס א ערענסטע זויערע נאך טעם, די בישות זענען שרעקליך,

דערמאנט אייך נאך ציריק, ווען דער עם הארץ הגדול האט געוואלט געבן פאר רבינו שליט''א א משנה ברורה אויף הלכות אבילות,

אדער ווען ער האט געבעטן א חומש ביי די תנאים פון די ''גאלדענע יואלי'' זיכענדיג דעם פסוק און משלי המגיד מראשית אחרית, און דער נאך איינגענימען א טאטאלע שטילשווייגעניש, פיצי פריעדמאן איז דאן נישט געקימען א פאר וואכען און קראלי מקווה,

אדער דער שקל שלום תורה, אז יודען האבן א שקל שלום צו בויען די אדנים, צו ווייזען אז מען דארף דינען דעם אייבישטען מיט ביידע כוחות, סיי מיט די כוח פון די יונגע יארען, סיי מיט די דעת פון די עלטערע יארען, איין האלב איז מרמז אויף די עלטערע יארען און די אנדערע האלב איז מרימוז אויף די יונגערע יארען,

און דאס האבן די קווינס בויעס אפגעדרוקט, און כלל ישראל האט ממש געוויינט פאר געלעכטער,

ווער געדענקט דען נישט ביי די אסיפה פון די התאחדות הרבנים ביי די גיורות פרשה, ווען דער זאב''ד איז געזיצען ביי די אסיפה פון ערענסטע גדולי תורה, און ער האט זיך דארט געשפריט וואו א כהן און פאלאקס סעמעטערי,
 
וועלענדיג ווייזען אז ער איז באהאווענט האט ער מעיר געווען אויפן ניסח פונעם קול קורא,
 
''
אז איינער וואס וועט טיען אזא זאך, וועלן זיינע קינדער נישט קענען לערנען און די מוסדות'', אזוי איז געשטאנען דארט,

 הייבט אונזער זלמניו אן צו קלאפען אויפן טיש, און ער עקלערט קאטאגאריש, אז וועט דאס נישט אונטערשרייבען, וואו לאנג מען לייגט נישט צו די ווארט הק', מוסדות הק'

 

, די רבנים וואס זענען דארט געזיצען, אריינגערעכענט ר' אברהם ליינטער ז''ל, ר' מענדל זילבער שליט''א רב ביק שליט''א, און נאך האבן געמיזט ניצען די סגולה פון קיקען אויף די נעגל,

עכ''פ זענען די זאליבאנס אויף געקימען מיט א קאפשטיק, א קליגע עיצה, (די ליצים זאגען אז דער ערפונדער פון דער דאזיגער פלאן איז געווען נישט קיין צווייטער וואו דער ר' סענדער דייטש בדורינו ליפא'לע קרוס)

מען וועט מאכען א ב''ד, מען וועט קרוינען מיט 38 הכתרות ר' מנשה פאר ראב''ד, און דער דאזיגער ב''ד וועט מען ניצען און א פאל אז מען דארף עפעס אריין רעדן און א דבר הלכה, דער ב''ד זאל רעדן במקום הזאלי, ווען אימער עס וועט אויספעלען,

און מען האט אנגעהויבן א פאמפע דראמפע, איבער די גרויסקייט פון ר' מנשה, מיט זיינע שיתפים, וואו גרויס און הייליג זיי זענען,

 

אדש דער פשוטער יוד וואס האט געקענט ר' מנשה אלע יארן, און ער האט געוויסט, יא! ער לערנט פאר א שיעור יעדן טאג, ער דאווענט שפעט, ער פאסקענט א האלבע שעה און טאג שאילות פאר יודען, און אויב עס מאכט זיך א שווערע שאילה (וואס מען קען ח''ו חושש זיין אז עס איז פארהאן א חסרון ידועה) נויגט ער מער  לחומרא, ער שרייט ר''ה אביגדור( המלך) האט ערענסט אנגעהויבן זיך איינצורעדען אז דא איז דא א ראב''ד, א זאב''ד, חברי ב''ד, און דער ראב''ד  א גדול, א קדוש, א בעל מסגף, א שונא בצע, א ת'''ח, אד''ג

מען מאכט א גאנצע מחאה אז מען האטט גערעד אויף אים, גוט עס קען זיין אז מען דארף נישט רעדען, אבער מאכן א מחאה? ער איז עפעס אזוי גרויס? ווייל ליפא'לע קרויס מיט זיין ברידער לייגען אריין גאנצעטע רעפעטאשען און דשיד אז ר' מנשה איז אזוי גרויס, און אזוי הייליג, ?
און די גאנצע זאלי פראפעפאנגע מאשין שרייט אזו



תוקן על ידי פארשטיי ב- 09/09/2009 21:23:40




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 20:24 לינק ישיר 



עס איז דא מענטשען דא וואס ציען זיך אראפ די היט אין שרייען, נו איך בין מוחה תלמוד חכם, תלמוד חכם וכדומה.

לאמיר זעהן אביסל די היסטאריע פין כלל ישראל, דתן ואבירם זענען נישט געווען אזאלכע גרויסע מענטשן זיי זענען אויך געגאנגן מיט ווייסע בעקיטשעס אין עטרות אויפן ריקן, אין אזאלכע ת"ח, אין וואס זיי זענען געווען רשעים.

טאר מען אויף דתן ואבירם אויכט נישט רעדן??

די מרגלים זענען נישט געווען אזאלכע גרויסע מענטשען, (די תורה זאגט אזוי אויף זיי), אין זיי זענען געווארן רשעים אין געמאכט א חרבון אין כלל ישראל.

טאר מען אויף זיי אויכט נישט רעדן??

קרח איז נישט געווען אזא גרויסע מענטש, ווי פין דעם וואס מען רעדט דא??, די רבי ברענג אז ווען משיח וועט קומען וועט ער זיין א כהן וכו'.

טאר מען אויף קרח אויכט נישט רעדן??

קוקט נאר אביסל אין נ"ך וועט איר זעהן וויפיל נבאי שקר זענען געווען, אין זיי זענען נאך געווען אזאלכע גרויסע צדיקים אין ת"ח, אין וואס זענען זיי געווען רשעים ארורים אין גורם געווען די חורבן בית המקדש.

טאר מען אויף זיי אויכט נישט רעדן??

ירבעם בן נבט איז נישט געווען אזא גרויסע מענטש, פון וועם מען רעדט דא?, די גמרא אין סנהדרין קב. פארציילט אמר רבי אבא אחר שתפשו הקב"ה לירבעם בבגדו, ואמר לו חזור בך ואני ואתה ובן ישי נטייל בגן עדן, אמר לו מי בראש בן ישי בראש. אי הכי לא בעינא. נו ער האט זוכה געווען אז הקב"ה אליין האט גערעדט צו אים, איז ער זעכער געווען א גרויסע מענטש. מיט דעם אלעם איז ער געווען א חוטא ומחטא את הרבים.

טאר מען אויף ירבעם אויכט נישט רעדן??

לאמיר לויפן אביסל ווייטער דער שבתי צבי ימ"ש, איז נישט געווען אזא גרויסע תלמוד חכם ווי ער?

טאר מען אויף די שבתי צבי ימ"ש אויך נישט רעדן??

איז קוק נישט געווען אזא גרויסע מענטש אין תלמוד חכם ווי ער?

טאר מען אויף קוק אויך נישט רעדן??



וועם מיינט די גמרא שבת קלט. אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל. מיינט די גמ' גוים אדער שוואכע אידן, אדער מענטשען וואס זענען תלמידי חכמים אין דיינים ביי כלל ישראל??

וועם מיינט די נביא יחזקאל פרק לד, מיט הוי רעי ישראל, וואס די רבי אין דברי יואל פ' שופטים זאגט אז א איד דארף דאס צי חזר'ן יעדן טאג??

מיינט דאס נישט דיינים וואס רייסן אויס שטיקער פין די תורה און רייסן אויס גאנצע סמנים אין שלחן ערוך, אלעס פאר אביסל אייגענע אינטערעסן אין פאר אביסל כבוד המדומה אין פאר נקמה (פאר וואס ווייס איך נישט, אדער ער האלט אז רבינו שליט"א האט אים אמאל געטשעפט), נאר אויף אים טאר מען נישט רעדן???

רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט אונז אויס געלערנעט, אז ווען מען זעט איינעם טוהן א עבירה, אפי' די וועלט האלט אז ער איז א צדיק זאל מען וויסן אז די תורה בלייב תורה אין ער איז א שגץ. 
ס'איז ידוע וואס די רבי האט אמאל געזאגט די חילוק פון א געוויסע חסידות אין זיין חסידים, ביי יענע חסידות אויב זייער רבי וועט נעמען א חזיר יום הקדוש פאר נעילה אין ארויף גיין אויפן בלעמער אין דאס שעכטן, וועלן די חסידים זאגן אז די רבי איז אברהם אבינו אין די חזיר איז יצחק אין ער ברענגט אים יעצט אויף די עקידה, אבער מיינע חסידים האט ער געזאגט, וועלן זאגן אז די חזיר איז א חזיר אין די רבי איז א שגץ...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 06:40 לינק ישיר 

ארגינעלער איך ווייס צי די האסט געשריבן שארף אדער א מילד
די האסט געשריבן דעם ריינעם אמת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 05:02 לינק ישיר 

איז פארוואס ביסטו נאך דא???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 04:52 לינק ישיר 

allgood1s כתב:
איך ווייס נישט צו וועלכע פארטיי דער מנחם מענדל באלאנגט...


דאס איז די נומער 2 וואס פארעקלט מענטשן דא.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/9/2009 04:46 לינק ישיר 

איך ווייס נישט צו וועלכע פארטיי דער מנחם מענדל באלאנגט... אבער דאסמאל זאג איך קבל את האמת ממי שאמרו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 04:23 לינק ישיר 

הנני מצטרף למחאה אויף ארגינעלער ודעימי', נישט בלויז אויף די היינטיגע, נאר אויף אלעמאל ביז היינט.

ארגינעלער, אויב דיין גאנצע פראבלעים איז "מצות מחאה", דאן האב איך דיר אן עצה:
ווענד זיך צו איינע פון די "היימישע" דיינים, אזוינע וואס האבן גוט ארויס די אלע ענינים און זיי ווייסן אלע עוולות, אפשר קען דאס אפילו זיין פאר כ"ק רבינו שליט"א זעלבסט, און ווייז אים וויאזוי דו שרייבסט דא אויף ריח"מ שליט"א און אויף די איבריגע זאלי דיינים (יא! די וועלכע ווערן ליידער טעגליך נכשל אין זיין א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה). דערנאך קום דא צוריק מיט א תשובה וואס זיי האבן דיר געזאגט דערויף. ווארשיינליך וועט עס זיין א שווערע תשבה, איך האף זיי וועלן דיר נישט הייסן אפשניידן די פינגער.

יעצט פאליטיש גערעדט, איך ווייס נישט וואו דיין שכל ליגט, אבער דו קלערסט אז א נארמאלע היימישע איד האט הנאה ווען ער ליינט ענקערע ווילדע געשרייבעכצער דא? עס פארעקלט יעדן! דו מיט נאך עטליכע נארישע שרייבער פארעקלען יעדן נארמאלן מענטש פון צו ליינען דעם פארום.

אין "ערגסטן פאל" וואלט איך אין דיינע הויזן אזוי געשריבן (דיינע ווערטער בקצת שינוי):

היינט נאכט קומט פאר די יערליכע מסיבה פאר מוסדות רמ"א לע"נ  הרה"ק ר' משה ארי' פריינד זי"ע
וואס זיין יארצייט געפאלט מארגן אויס. 
לדאבונינו וועלן אנ"ש זיך נישט קענען משתתף זיין דארט, צוליב וואס די מסיבה קומט פאר ביי א דיין וואס ליידער ליידער איז מען עפ"י הסכמתו מחלל שם שמים בפהרסיא.
אויף זיין סמך:
גייט מען צו ערכאות
גייט מען אינעם טמא'נעם ציניסטישן בג"ץ.
האלט מען אפן דעם פריצתדיגן עטרת בלעם זאל מיט ביימלעך.
פירט מען א מקוה טהרה אן א געהעריגע השגחה.
פירט מען א בוטשער מיט השגחה נאר פין מליחה ואילך.

קענסט מיר זאגן וואס דיר וואלט געפעלט ווען דו שרייבסט ווען אזוי??



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/9/2009 03:53 לינק ישיר 

ארגינעלער  keep on

I like when you show for the whole world your real face



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מוסדות רמ"א ביי ר' מנשה אין בונקער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext