בית פורומים אחים אנחנו

נייע פלעי: "דיען תארע"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/9/2009 20:57 לינק ישיר 
נייע פלעי: "דיען תארע"

די ארונים האבן לעצטענס אנגעהויבן אויפשפילן זייער "דיען תארע" פלעי, ווי זיי קומען אין געריכט מיט מאושענס מיר ווילן א "דיען תארע"

אבער ווען מ'זעצט זיך אראפ צום טיש מיט די באנדיטן הייבן זיי אן שלעפן צייט און האלטן נישט ביים אונטערשריבן קיין שטרי בירורין. (אזוי איז געווען אין בארא פארק, אין אנטווערפן, אין מאנטרעאל, אין לאנדאן, אין אזוי גייט איצט פאר אין בני ברק)

אויף יעדן פאל ווי זיי ווייסן אז זיי גייען פארלירן אין געריכט, הייבן זיי אן שרייען "דיען תארע", אבער ווי זיי ווייסן אז זיי גייען עס מאכן, איז נישטא קיין "דיען תארע"


ביים בית החיים פרשה, האבן די חמסנים געפעלשעוועט דעם "דיעד" פאר 4 יאר און זענען עס געגאנגען באשטעטיגן ביים באנדיט ראזענוואסער אן קיין היתר בי"ד, זיי האבן די ערשטע אריינגעפירט די בית החיים אין געריכט, נישט קיין צווייטער.


יעדעס מיטל אין געריכט וואס קהל יטב לב דסאטמאר האט אנגענומען קעגן די ארכי-חמסנים, איז זיך מתגונן זיין פון א גניבה אין געריכט וואס זיי האבן געטאן שלא ברשות בי"ד.

ווי יעדער ווייסט, האבן זיי דערלייגט דעם בית החיים ביים ניו-יארק אפעלאט געריכט דעוויזשאן, און קאורט אוו אפיעלס אין אולבאני, און אלע דריי געריכט הייזער האבן זיי אריינגעטראגן די קלאגע, זיי זענען געווען די תובעים ביים גנב ראזענוואסער (ביים דומ"ץ שלום לאנדא'ס חבר), און אפעלאט, און אין אולבאני.

נאך וועך איינער דערלייגט א תביעה אין געריכט וועלכע איז אנגעגעבן געווארן שלא ברשת בי"ד, ווערט גע'פסקנ'ט "בכגון דא בית דין אין נזקקין לו", מ'דארף מער נישט גיין מיט עם צו א דין תורה.

און אפילו לשיטתם אז דער בית החיים איז א טייל פונעם הויפט סכסוך, וועלכע עס געווען באהאנדלט אין געריכט ביים ריכטער מאלווין באראש, האבן זיי נאכנישט ביז היינט אפיר געקראצט דעם "היתר בי"ד" פון וויענער רב'ס שיפלאד, וואס מיינט צו זאגן אז דער הויפט סכסוך האבן די באנדיטן אויך אריינגעטראגן אין געריכט אן קיין היתר בי"ד.


עכ"פ, זיי זענען געווען די תובעים אין געריכט אן קיין היתר בי"ד ווי זיי האבן דערלייגט זייער תביעה, און איצט קומען די מנוולי המת פון קרית יואל, און שרייען דיען תארע !  דיען תארע!  דיען תארע!

וואס ענטפערט מען זיי אויף אזא פאל?

בכגון דא בית דין אין נזקקין לו!


תוקן על ידי yuchw ב- 09/09/2009 20:59:45




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 18:52 לינק ישיר 

yosel waldman has on record how he asks reb aron to come to din torah, should be a lesson for reb zalmen leibs ppl to record it too.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 04:53 לינק ישיר 

איך קען דיר נישט ציזאגן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 04:47 לינק ישיר 

ווי אזוי די זאגסט בלי נדר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 04:33 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס עטס דרייטס דא א קאפ מיט "אין נזקקין". 

עטס ווילטס דאך די ביה"ח, ניין? פון זיצן און וויינען "אין נזקקין" וועט עטס עס נישט באקומען, גייטס צו דין תורה, געווינטס עס, און פטור אן עסק, ס'ביליגער, ס'א גאראנטי אז עטס וועטס געווינען, ווייל די תוה"ק איז דאך מיט ענק.

תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 10/09/2009 4:31:04




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 02:55 לינק ישיר 

סקאט, ווי איך פארשטיי וויל מען נישט גיין קרימינעל מען זאל קיינעם נישט איינזעצען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2009 01:21 לינק ישיר 

סקאט

שתי תשובות לדבר

ביים ניו-יארקער אמריקאנער געזעץ איז ארביטעישאן פאר געריכטליכע פארצעס, זיי נעמען נישט אן די אין נזקקין טענה.

צווייטענס, אין בארא פארק זענען מיר געווען די תובעים לדין תורה, און מיר האבן געוואלט גיין צו דין תורה, און די באנדיטן האבן זיך ארויסגעדרייט באמתלאות שונות, און ווען זיי האבן געזען אז זיי וועלן דערלייגן אין געריכט האבן זיי פארגעשלאגן "דיען תארע" פאר'ן געריכט, און אזוי ווי מיר האבן לכתחילה פארגעשלאגן די תורה, אלס תובעים, האבן מיר מסכים געווען צו די תורה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 23:34 לינק ישיר 

מסתמא?  אהא! איך האב נאר געוואלט וויסן ווייל שאול כאהאן, מיט יענקל פערלשטיין זאגן אנדערש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 23:21 לינק ישיר 

מסתמא די ארויניס, ווייל עטס טענה'טס דאך "אין נזקקין"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 23:11 לינק ישיר 

אין בארא פארק האט ווער עס געבעטן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 22:34 לינק ישיר 

1. אויב מ'האט טאקע ממש געגנבעט און געפעלשעוועט א דיד, דאן באלאנגט דאס אין א קרימינאלער געריכט,

2. קען טאקע זיין די ארויניס האבן פארלוירן די זכות פאר די"ת לנצח נצחים, זעהט אבער נישט אויס אז זיי האבן פארלוירן די זכות עס צו טענה'ן אין "געריכט" אלס א "נתבע", והא ראי' דער דשאדש נעמט דאס ערענסט אין באטראכט, אין און בארא פארק האבן זיי אפי' אויסגעפירט, טראץ ענקערע "אין נזקקין" מעשיות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 22:09 לינק ישיר 

פאר בערך 8 יאר צוריק האבן די שלוחים פון  "סבלן הדור" הגה"ק אהרן טייטלבוים מזמין געווען קהל יטב לב ד'סאטמאר, מחנות רב טוב ד'סאטמאר, מוסדות תורה ויראה דרבינו יואל ד'סאטמאר, גמ"ח דקהל יטב לב ד'סאטנמאר, ביה"ח דקהל יטב לב ד'סאטמאר, בית אופה (מצות) דקהל יטב לב ד'סאטמאר, ועוד, צום געריכט אן קיין היתר בי"ד טראץ די אזהרות פון רוב רבנים אין וו"ב (מקום המחלוקות) און אויך פרעזענליך פון רבינו בעל ברך משה ז"ל.

די הולכי ערכאות האבן דערלייגט אלעס, דאס האט זיי געמאכט על פי הלכה פארלירן אלע זכותים פון שרייען דין תורה. אזוי ווי חז"ל האבן קובע געווען כדאי ס'זאל נישט זיין ח"ו חוטא נשכר! ביסט געגאנגען אין געריכט אין פארלוירן? קומט זיך דיר, נעקסט טיים זיי מזמין צו דין תורה
זייט דעמאלט'ס פראבירן ענק אויף אלע אופנים עפעס צו באקומען, סקאט ס'וועט דיר גארנישט העלפן, אמאל איז דאס א אומלעגאלע דיעד טרענספער אמאל איז דאס א פרישע תביעה אין געריכט און אמאל איז דאס שרייען דין תורה.

סקאט, קהל יטב לב האט בשעתו מסכים געווען "לפנים משורת הדין" אריבערצופירן די דין תורה פון איר ארגינעלער פלאץ וואס דאס זענען די דייני הקהל צו דרויסענדיגע בתי דינים, נאך מער קהל יטב לב האט געאפפערט דריי בתי דינים נישט איינס! ענק האבן ביי קיין דין תורה נישט געהלאטן! האבן ענק זיך גענומען טאנצען בוררות... קהל יטב לב האט צו דעם אויך מסכים געווען אבער זיי האבן געפאדערט א פערסינאל גערענטי פונם גרעסטן מייקר שם אלילים בדורינו "סבלן הדור" הגה"ק אהרן טייטלבוים... "אביסעלע טינט פון א קליינע פעדער" זיי האבן געפאדערט ער זאל אינטערשרייבן אז ער איז זיך מכניע פאר'ן פסק פון די בוררות. ער האט נישט געהאלטן דערביי
יעצט קענסטו גיין בארן קלאפען צוזאמען מיט דיין רבי בארען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 22:08 לינק ישיר 

סקאט

א גנב וואס מ'כאפט בי א גניבה, האט גע'גנב'עט נאכאמאל


סאטמאר אלס מתגוננים פונעם גנב (ווי דער געריכט הייזער האבן באשטימט) איז תובע צוריק די גניבה פונעם גנב.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 21:52 לינק ישיר 

איים סארי, ביסט אביסלע צו קלוג פאר מיר, איך כאפ עכט נישט וואס דיין פוינט איז דא

איך וויל דיר פרעגן זייער א פשוטער פראגע, אויב די ארונים זענען געווען די פארלירער, וויזוי איז דאס אז עטס זענטס די וואס לויפן אין קארט אלס די תובעים? ווי זעמיר דא אין קובא?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 21:37 לינק ישיר 

סקאט

איך האב דיר קיינמאל נישט געהאלטן פאר אזא טיפש, אשער מאכסטט זיך טאמעוואטע.

די געריכט הייזער האבן נישט באשטעטיגט דעם זיוף פון די באנדיטן, און האבן געהייסן די פאסיגע אפישלס אינסטאנצן צו צוריק שטעלן דעם דיד כמקד, וואס דאס מיינט אז די גנבים האבן דערלייגט זייער טרענספער פארלאנג וואס זיי האבן איינגעגעבן ביים גנב סטאורט ראזנוואסער.
 

אפילו לשיטתך אז דער געריכט האט נישט אויסגעשלאסן אז קהל יטב לב טרענספערן פון אופסניי דעם דיד, האבן די באנדיטן נאכן זיצן אין געריכט 4 יאר (אן קיין היתר בי"ד)  ווי זיי האבן דערלייגט זייערע קלאגעס, ווידער געמאכט א זיוף, מיט אזעלכע הולכי ערכאות, וועלכע האבן דערלייגט דאס בעלות אין געריכט איז מען נישט מחוייב צו גיין מער צו א דין תורה.

ווייל האבן דארף מען פארלייגן די אין נזקקין טענה ביי א בי"ד, האט מען עוקר געווען די גאנצע הלכה פון אין נזקקין, ווייל יעדעס מאל וועט קומען דער תובע באיסור וואס האט דערלייגט, און וועט זאגן איך נעם נישט אן דעם אין נזקקין, און איך וויל גיין צו א דין תורה.



דער כלל דארף זיין קלאר אויב האט דער תובע אן היתר בי"ד פון א בי"ד א מזמין, דאן קען דער נתבע נישט טענה'ען אין נזקקין.

אויב האט דער תובע נישט קיין היתר בי"ד, דאן ווערט ער א תובע באיסור, דאן קען מען עם שרייען אין נזקקין.


ווי עס אונזער פאל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2009 21:21 לינק ישיר 

איך האב געליינט דעם אפילס קארט פסק הדק היטב, און הער מיך צו, די געריכט האט גארנישט געהייסן די ארונים צו טאן, ס"ה האבן זיי געהייסן פאר די "אראנדש קאנטי דיד רעקארדער" צו אנולירן א געוויסער טרענספער, און דאס פונקטליך האט אראנדש קאנטי געטאן. נישט קיין "ארונים"

דא רעדט מען פון אין גאנצן א נייער דיד, וואס מ'האט געמאכט נאכן פסק, און דער אפילס קארט האט מפורש געשריבן אז זיי קענען נישט צוריקהאלטן בעתיד צו מאכן פרישע דידס.

און אלנספאל איז עס נישט משנה די פאקט איז אז ענק זענען די פלעינטיפס און די אהרוניס די דיפענדענט, ס'שטימט נישט דא די ווארט מתגונן אדער אין נזקקין, ווען מ'איז א תובע.

די אלע טענות קענט עטס פארלייגן פאר א בי"ד כשר און אויב א בי"ד וועט פסק'ן אז די אהרוניס זענען מחויב צו אנולירן דעם דיד קען מען עס ענפארסן אין געריכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > נייע פלעי: "דיען תארע"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext