היינט איז געווען ארויסגעלייגט מודעות אין ב"פ אז מהרז"ל, וועלכער האט געגנב'עט דעם נאמען סאטמאר כדי 'צו ראטעווען דעם רבי'ן זכרונו לברכה', גייט האלטן א רעדע אין א שול פון אלטע אמעריקאנער ציונים אין בארא פארק דעם קומענדיגן א' סליחות, ארום די זעלבע צייט וואס שאול פערלשטיין גייט קלאגן אין ראדני אויף די חוצפה פון אים וועלן צווינגען צו קומען צו די"ת.
יענע שול איז א שכן 'טוב' פאר די נייע שול וואס די זאליס בויען אין ב"פ, און רח"ד כ"ץ האלט זיך נאנט מיט יענעם 'רב' ווייל ער האט אן אויג אפצוקויפן די געביידע (די מתפללים אין יענע הונדערט יאריגע קהלה זענען בעיקר אלטע יענקיס), און ווי באקאנט איז אלעס אין דער וועלט מותר פאר די זאליס אויב ס'דינט דעם צוועק פון שטעכן סאטמאר. ווי דער אלטער סלאגאן פון אלע רשעים אין אלע דורות: דער ציל הייליגט די מיטלען.
דאסמאל איז דער מיטל אויפטרעטן אין א שול וואו די פרויען גייען מיט אייגענע האר, און די פרויען גאלעריע האט בכלל נישט קיין מחיצה. יעדן חנוכה הענגט דארט א פראכטפולע עלעקטרישע מנורה, און יעדן ה' אייר ווערט דארט אויפגעהאנגען דער דגל הטמא פון די פארשאלטענע מדינה הטמאה.
אבער וואס זענען דען די קלייניגקייטן ווען ס'קומט צום 'אנהאלטן די נקודה הפנימית פון רבי'ן ז"ל' דורך עובר זיין אויף אלע איסורים שבתורה?! קעגן זיצן אין בג"ץ איז דאס שוין א קינדער שפיל!
נשלח ב-1/3/2011 18:27
נאכדעם וואס זיין עלטערע ברודער האט מתיר געוועהן דעם מגן דוד ביי זיינע אפטע באזוכן ביי בתי חב"ד, האט ער זיך מורה היתר געוועהן צו גיין, יש על מה לסמוך
נשלח ב-1/3/2011 15:47
נאך וואס זיין נאמען ערשיינט שוין ליידער אויף א קלאגע אין די ציונות'דיגן געריכט,
איז די איסור פון מגן דוד שוין ביי איהם נישט מער ווי א מצוה...
נשלח ב-1/3/2011 12:21
דרשה אין לעיקוואד מיט א מגן דוד...
rebyankel כתב:
איינער ווייסט פארוואס ביי די בילדער ווי דער בגץ'ניק רעדט זעהט מען שוין נישט הגאון ר' מלכיאל קאטלער?
פארוואס איז ער נישט געבליבן צו הערן די דא''ח?
{ער האט נישט קיין פארבלעם צו הערן א חסידישע שמיעס/דרשה, ער האט שוין אויסגעהערט רבינו שליט''א ביים איין'ס פין די סיום'ס פין יסודי התורה אין ביי איין'ס פין די סעות הודאה'ס כ''א כסליו - אבער קיין עמי ראצעס קען ער נישט אויסהערן....}
_________________
נשלח ב-11/9/2009 23:39
חוץ דעם דער קליינער עולם וואס באטייליגט זיך דארט איז סתם פורים, די גאנע דרשה איז נישט מער ווי א פורים.
איך בין געווען אין אנטווערפען מיט רבינו בעל ברך משה זצוק"ל תשמ"ו ווען ער איז דארט געווען שבת שקלים. האט ער געדאווענט אין די שטאטישע שוהל וואו עס זענען דא מגן דוד'ס אויפ'ן דאך, ארון הקודש, די ווינדאוס אא"וו. אין די זעלבע שוהל האט געדאווענט רבינו הקדוש זי"ע תשי"ב ווען ער איז געווען אין אנטווערפען. און להבדיל דער קדוש'ל אהרן האט דארט געדאווענט תש"ס ווען ער האט געמאכט דעם שבת התוועדות. אין דעם אנטווערפענער שוהל איז דא די זעלבע מחיצות ווי די ב"פ שוהל,
===================================================================
ביז יעצט האב איך ארויס געברענקט וואס רבתינו הקדשים האבען געטיען אין יעצט וועל איך ארויס ברענגען וואס זיי האבען נישט געטיען...
1#זיי האבען נישט אויפגענימען ציניסטישע פירער אזוי די מייער פין בני ברק..
2# זיי האבען נישט געגעבן אינטערוויעס..פאר טריפהנע ציניסטישע..מאגעזינס..אזוי משפחה..וכדמה...
3#אין זיי זענען אויך נישט געגאנגען אין בגץ...
דער עצם מגן דוד איז נישט די גרעסטע פראבלעם פין אריינגיין אין א שול וואס יעדער אין ב''פ ווייסט אז דארט גייט מען נישט אריין {פאר די זעלבע סיבה פארוואס יעדער האט געוויסט אז מ'גייט נישט אריין אין די תפארת ישראל שול ביי בעדפארד קליימער אין וומ''ס} הגם ס'נישט קיין אפיציעל ריפארעם טעמפל.
די רבי ז''ל האט אויפגענומען יעדן ציוני ביי זיך אין שטיב, {אפי שלמה יענקל איז עס מודה}
די רבי ז''ל האט געגבן די זעלבע סטייל אינטערוויוס פאר די ציוניסטישע צייטונג {ניין, ער האט נישט געגבן קיין אינטערוויוס, נאר עס האט געשמיסט מיט א צייטונג שרייבער די זעלבע וועג ווי רבינו שליט''א}
די בעסטע פין אלעם געפעלט מיר דיין לעצטע תגובה אין אויף דעם קען דיר קיינער נישט ענטפרן
טראץ ענקער סטראשנינגען א גאנצען טאג פאר די גבאים אין פארן רב פינם בית המדרש אז זיי זאלען ציריוק ציען פין איינלאדענען רבינו שליט''א האבען זיי ענק גאלאכט אין די פויסטען.ארוניםלך קיין סך קען איך ענק נישט העלפען איך קען נאר ענדיגען מיט א ן פוסק..המקום ינחם אתכם..זייט אייך מחזק עס וועס נאך קימען בעסערע צייטען.......
WE WANT MORE
YES YOU CAN!!!!
נשלח ב-11/9/2009 19:40
הרב שודריך איז רב דארט ?
נשלח ב-11/9/2009 19:21
אזא יוד וואס געט די הענט פאר חברי הכנסת לייזערזאהן
אזא יוד וואס חבר'ט זיך דוד שמידל וואס רח"ל אריין כנסת המינים
אזא יוד וואס זיצט אינעם ציוניסטישן בג"ץ רח"ל
איז נישט קיין ווינדער ער זיצט אין פלאץ ווי סאיז דא א פאן מיט א מגן דוד
ס'איז אינז די גרעסטע כבוד אז ער איז אריין אויף דעם פלאץ.