בית פורומים אחים אנחנו

אברהאם -איך גיי ברענגען שבת עלעוועטערס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/9/2009 16:03 לינק ישיר 
אברהאם -איך גיי ברענגען שבת עלעוועטערס

היינט אין דעלי ניוס איז דא א באריכט פין די אנטיסעמיטן וואס קלאגען אין קארט אז די אידן קענען נישט גיין שבת קריכען שטאקען  אין די פראדזדשעק
סThe plan also caps building heights at eight stories - which opponents charged is a nod to Orthodox Jews who cannot take an elevator on the Sabbath. They further contended that Orthodox Jews' attraction to the shorter buildings

Read more: http://www.nydailynews.com/ny_local/brooklyn/2009/09/10/2009-09-10_racial_and_religiuos_discrimination_alleged_in_triangle_homes_plan_lawsuit.html#ixzz0QhyuCiRX


ביים אנפרעגן מר אברהאם  פארוואס ער לאזט צו א אנטיסימיטשע העצע אין  זיי נישט צולאזען צו צוגענליכע הייזער וואס אידן זאלען קענען וואינען   ?


 

אין נישט מער אין נישט ווייניגער האט אברהאם דערקלערט אז אידן אין די פראדזשעקס קענען  נוצען שבת עלעוערטס 
 http://en.wikipedia.org/wiki/Shabbat_elevator
 

תוקן על ידי hasidjudge ב- 10/09/2009 16:07:13

 



תוקן על ידי hasidjudge ב- 10/09/2009 16:18:08




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 23:09 לינק ישיר 

סקאטמאלען

סאטמאר האט שוין א פאליסי אין וויליאמסבורג אסאך יארן שוין בערך 60 יאר
אלעמאל האט זיך דעי פאלעסי ארויסגעשטעלט צו זיין גוט פארן ציבור
סאטמאר האט אלעמאל געשטיצט דעי קאנדידאט וואס האט אין עבר געטון טובות
געווענליך אין די וועלט גייט א אינדערסירינט כדי צו באקומען טובות
מה שאין כן אין סאטמאר גייט א אינדארסירינג כדי צו באצאלן פאר טובות
דעי שיטה האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א געוואלדיגער טובה
ווייל אפילו אויב דער קאנדידאט וועם מען האט נישט אינדארסירט געוויט
וועט ער יא טון טובות וועלענדיג צוריק באקומען ביי די נעקסטע וואלען
אין סאטמאר איז מען קיינמאל קיינמאל נישט געגאנגען צו דער קאנדידאט וואס זאגט צו צו טון טובות
דאס האט גורם געווען אז קאנדידאטען ווייסן אז אויב זיי ווילן באקומען די שטימעס
דארפן זיי באמת זיין גוטע קינדער
צוזאגן און ליב האבן קאסט נישט קיין געלט
די זעלבע זאך פאסירט דא
לעווין מיט זיין אויבערהאר לאפעז האבן שוין אסאך טובות געטון פאר יהדות וו"ב
יעצט איז צייט צו באצאלן פארן עבר

אברהאם ווואלט דאס געדארפט אליינס פארשטיין, און אויב נישט, קומט אים טאקע נישט אונזערע שטימעס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 22:57 לינק ישיר 

עטגאסט, לערן דיך פון דיין קאלעגע hasidjudge, ער זאגט א נארמאלער סברה רעדט ווי א מענטש, דיינע פערזענליכע אטאקעס קעגן מיר איז קינדיש און זינלאז



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 22:32 לינק ישיר 

פערזענליך קען איך אייזיק זייער גוט

ער איז גיט פאר פראטעסט געגן די מדינה אין בפרט ביי די וואשינגטאן פראטעסט  אין ל יארן

אבער פאר צו פארטרעטען אין א פאליטישע אמט וועט עס זיין זעלבסמארד אויף עפעס אמת צו טוען פאר א איד אין בפרט פאר א חסידישען איד


עס א פאקט אז א יעדע זאך וואס א איד בפרט א ארטהדאקסשער אין זיכער א חרדי אין אפגערעד א חסידישער איד
וועט אין ווערט ווערן נאכגקוקט מיט א פארגרעסרונג גלאז אין א יעדע זאך וואס ער וועט נאר טוען וועט זיין מיט סקאנדאלען

ווי קען מען מיט דעם אנקומען?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 22:25 לינק ישיר 

יא סקאט, די מאכסט אונז שפירן פאר קליינע קינדער וואס וועלן פאלגן א הייד פארק שרייבער קעגן די דעת פון אלע היימישע מוסדות און קהלות פון וו"ב (חוץ די גרינע מוסדות מיט די גע'גנב'עטע שול קהל).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 22:21 לינק ישיר 

די ניו יארק סיטי קאנסיל איז בלי גוזמא א צאמגעמישאכטס פון אלע סארט ראסעס און עלעמענטן, דארט זענען דא אלעס, שווארצע, ספאנישע, אזיאנער, אינדיאנער, הינדוס מיט די טורבאנס און די געדרייטע שנאלצן, מיסלומענער, פאקיסטאנער מיט די נאכטהעמדער, א חסידישער איד איז בכלל נישט בולט דארט, די מערסטע בולט איז א ווייסער אמעריקאנער מאן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 22:10 לינק ישיר 
א היימישער קאנדיאט וועט נאר ברענגען אנטיסעמיטיזים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 22:07 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס די שרייסט אזוי אויף מיר, רופסט מיך ליידיגייער, האב איך דיר אמאל געטשעפעט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 21:52 לינק ישיר 

אויב די האלט'ס אז מ'דארף אים שטיצן, שטיץ אים געזינטערהייט, (ביי אונז אין וו"ב איז נישט דא קיין קעמרע'ס אין די וואָטינג בוטס...) און מיר דארפן טון פונקט דאס פארקערטע וואס די זאגטס.

פון איין זייט איז דא די עוסקים בצרכי ציבור באמונה לגודמא UJO, ראשי קהלות פון סאטמאר, פאפא, קלויזענבורג, צעהלים וכו'

פון די צווייטע זייט איז דא א ליידיגייער וואס שרייבט אויף הייד פארק, נאך דערצו מיט א קרימער קאפ,  הייסער ארויני וואס  שפילט נייטראל, איין רגע ווייסט ער נישט ווער אברהם יצחק סטיוון איז און א רגע דערויף איז ער שוין מעיד אויף זיינע גאלדענע מדות.

וועם דארף מען פאלגן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 21:50 לינק ישיר 

לעווין איז געווען שטאב הויפט פארן מאכטפולן אמסעבלימאן לאפעז
ר' משה דוד האט דארט מיט געוואלדיגע סייעתא דשמיא און יארן הארעוואניע אנגעקניפט א גוטן קשר
 מיט לאפעז און זיין סטעף און דאס האט שוין געהאלפן זייער אסאך יחידים און מוסדות התורה און דאס איז די סיבה פארוואס מען אינדארסירט לעווין יעצט און אויטאמאטיש האט ער מער פארצוג צו די זאלמונים





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 21:47 לינק ישיר 

איך האלט ס'א עולה וואס ענק טוען, ער איז באמת א גוטער מענטש, האט ענק קיינמאל נישט קיין שלעכטס געטאן. און איך גאראנטיר ענק אז ער וועט נישט בעתיד,

וואס לויפט עטס צו א פאלנער גוי, שטייטס כאטש נייטראל, איך האלט ס'אפילו א חילול השם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 21:47 לינק ישיר 

מאכט'ס נישט קיין טעות, אונזערע פאליטישע פארטרעטער לדוגמא ר' משה דוד נידערמאן פירן בשום אופן נישט א "פערזענליכע" קאמף קעגן אים, און אויב וועט ער געווינען (א זאך וואס איז מעגליך נאר אין די קליינע הופער מוחות) וועט ר' משה דוד זיך אויפירן צו אים מיט'ן גרעסטען מאס רעספעקט, גארנישט ווייניגער ווי צום גוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 21:46 לינק ישיר 

סקאט, איך וועל דיר מסביר זיין

אברהם יצחק לעווין לויפט קעגען סטיוו אבראהאם, אברהם יצחק איז א אלטער גוטער פריינד פון וו"ב אבער אין מציאות האט שוין סטיוו אויפגעטון מער, פון די אנדערע זייט קומען ענק און ענק מאכן זייער א ברייטע החלטה, א החלטה מיט א ערוואקסענעם מוח, קודם איז מען מברר, ווער איז קעגן וועם, אויב אבראהאם איז נישט קעגן די זאלי'ס דארף מען מבררר זיין אויב אברהם יצחק איז קעגן די זאלי'ס, אויב קיינער איז נישט קעגן די זאליס איז מען מברר קעגן וועם די זאליס זענען. די רגע מ'הערט קעגן וועם שאול כהן מיט יענקל פערשלשטיין זענען ווייסט מען שוין אז מ'דארף שטיצן דעם צווייטען.

נ.ב. דא איז דא א פשוט'ער אשכול וועגן שבת עלעוועטער'ס ווען א קאנדידאט צו א שטאטישע שטעלע ס'איז דא גענוג נושאים פון וואס צו רעדן, פיר נישט יעדע שמועס תיכף צו ארויני'שע נושאים.

לעצם הענין איינער וואס האט נישט קיין שכל און ברענגט אויף אזא סענטענס אין די צייטונגען דארף א דאקטער און קען אויף קיין פאליטישע אמט נישט לויפן.

he suit also contends that ''almost 50 percent'' of the 2,000 units of public housing in the area are occupied by Hasidic Jews, ''despite federal court orders requiring the end of discriminatory practices and despite the fact that the waiting list for such housing has remained at over 90 percent Latino and African American for
more than 30 years

בהמה וואס ער איז



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 21:36 לינק ישיר 

זאגסט אז אבראהאם נעמט קיין נישט שום שטעלונג אין די סאטמארע פאליטיק.

וואס טוט זיך מיט לעווין, נעמט ער יא א שטעלונג? האט ער מער פארצוג צו די זאלמונים ווי די ארונים?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 21:19 לינק ישיר 

ר' אברהם יצחק איז נישט קיין אהרוני און די זאליס אינדארסירן איהם נישט
 נישט אלס אינערליכע פאליטיק נאר צוליב זיינע שטעלונגען און זיינע מהלכים

און בעיקר ווייל סטיוו לעווין איז גאר א גוטע פריינד פאר אונזערע פארשטייער
און האט שוין אסאך ארויסגעהאלפן וויליאנמסבורגע יודן און וועט קענען אי''ה אסאך אויפטאן
אינעם צוקנופט אי''ה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2009 21:14 לינק ישיר 

העלד, ווען די זאגסט "פאליטיק" מיינסטו די רעגירונג פאליטיק אדער חסידישע פאליטיק?

עכטער, דיין סברה אז א נישט אידישע מענטש איז בעסער איז זייער וועליד און ס'שוין אן אלטער דערהער, אבער דער מיינונג קען פונקט אזוי האבן סיי וועלכער פרומער איד, א פאפענער, וויזניצער, ארויני זאלמויני, איך האב געמיינט צו פרעגן צו מטעם הזאלונים איז מען קעגן אבראהאמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > אברהאם -איך גיי ברענגען שבת עלעוועטערס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext