ברעקינג! זאליס צוקנאקט אויף שטיקער
די זאליס האבן אין גרויס פארצווייפעלונג, נאכדעם וואס זיי קענען זיך נישט דורך קומן מיט ר' זלמן פאלאק, איבער די בית פאלאק לאט וואס זיי ווילן אפקויפן פון אים, און איצט שלאגן זיי זיך ארום מיט פאלאק, וואס בעט א טייערן געשוואלענעם פרייז, פאלאק זאגט זיי אז ער האלט עוזיאל פערלשטיין אלס משכון, טאמער מען קלאזט נישט לאזט ער נישט באגראבען דארט קיינעם, און פערלשטיין מיטן נפל וועלן בלייבן ליגן דארט ווי אן עגלה ערופה.
די זאליס האבן שוין פרובירט אלע מיני אופנים, אבער זיי טאפן א וואנט, פאלאק רירט זיך נישט און פארלאנגט זיין געלט, ער זאגט אז מען האט אפגעמאכט א פרייז מיט אים, און מען דארף איינהאלטען וואס מען האט צוגעזאגט, ר' זלמן מיט זיין משפחה וואוינען נאך דארט, ווייל די זאליס זענען נאך נישט אויפגעקומען מיט א הויז פאר אים ווי צו וואוינען ווי מען האט אים צוגעזאגט.
פאלאק זאגט פאר יעדעם אז ווי לאנג מען קלאזט נישט מיט אים און מען באצאלט אים נישט וואס מען איז אים שולדיג, ליגט עוזיאל פערלשטיין און א גע'גנב'טע גע'גזל'טע לאט, און דאס איז א שרעקליכע ווייטאג פאר א די נשמה פונעם נפטר, די זאליס האבן געמיינט אז מען וועט אריין ריקען פאר פאלאק א נפטר, און דערנאך וועט פאלאק נישט האבן קיין ברירה און מיזן פארקויפן די לאט פאר ביליג פאר די זאליס, דערווייל זאגט פאלאק ניין, איצט בין איך נאך מער ידו על העליונה, ווייל איך האב א משכון שאול פערלשטיין זין אין מיין בעק יארד.
איצט קען זיך ר' זלמן לייב אויפשטעלן און וויינען אויף זיין נייע בית פאלאק לאט, שרייען חמסנים גזלנים...
די זאליס האבן זיך דערזעהן דא אין א ביטערן בראך, זענען זיי אין גרויס איילענישט געלאפן פאריגע וואך סוף וואך פרובירען איבערצושרייבען די בניני המתיבתא הק' אין קרית יואל, אויף זייער נייע בית החיים קאפערשאן ויואל משה סעמיטערי, אזוי וועלן זיי מיט איין שאס שיסן ביידע סיי די אהורנים און סיי פאלאק, ווייל אז זיי וועלן האבן די בניני המתיבתא וועלן זיי מאכן דארט א בית החיים, און איינוועגס אויך באקומען אלע בניני המתיבתא, א שיינער זיסער חלום....
אבער די קאנטי קלערק האט גלייך מודיע געווען פאר די הנהלת המתיבתא וואס די חמסנים גזלנים ווילן טאן, און זיי האבן ארויסגעטראסקעט די טרענספער וואס די זאליס האבן געוואלט מאכן בגניבה.
איצט זענען די זאליס מיטן צינק אינדעראויסן, און ווייסן זיך נישט ווי אהין צו טאן מיט פאלאק.
 |
|
|