איך בין נישט משיג דעם וויליאמסבורגער עולם,
זענען זיי טאקע אזעלעכע קעלבלעך,
אדער טיט זיי משה דוד נידערמאן אינטערשאצן,
דא קומט א נידערטרעכטיגען אינגאטש און שרייט געוואלד
אז מען זאל זיך נישט לאזן פארפירן פון נעגאטיווע אויסשרייען,
משה דוד, זאג נאר באשמיצן א היימישן אינגערמאן א עסקן עצום
לכל הדעות, איז אויך בכלל פון דעם צו נישט, שוין וואכן לאנג וואס דו
באשמוצט דעם עסקן מיט שקרים וכזבים און ער ענטפערט נישט קיין
איין ווארט, סא, ווער באשמוצט וועמען הא?, דו פראקסט עהם שוין
עטליכע וואכן אן קיין שום רחמנות מיט ליגענטס עד אין שיעור און מצידו
איז נישט געקומען קיין שום נעגעטיווער רעספאנדס, און נישט ווייל עס איז
נישטא, ווייל וויסן זאלסטו, YOUR DAY IS COMMING, דו ניצט אויס
דאס ארענטליכקייט פון דעם קאנדידאט און דו שרייסט נאך ווי א קאזאק
הנגזל אז מען זאל זיך נישט לאזן פארפירן פון נעגאטיווע אויסשרייען,
און אין צווייטן צעטיל שרייט דער משה דוד אז ער גייט צו שטעלן אין וויליאמסבורג
4000 טויזענט דירות, משה דוד, איך דארף מודה זיין אז דאס איז אמת, אין
וויליאמסבורג גייט קומען אין די קומענדיגע פאר יאר אריבער 4000 דירות,
אבער ווער עס גייט באקומען די דירות שרייבט נישט דער נוכל וגנב משה דוד נידערמאן,
משה דוד, אינטער דיין רעזשים אפשר זאגסטו מיר וויפיל דירות האבן אנ''ש
באקומען אין שעפעפער, הא?, וויפיל דירות האבן אנ''ש באקומען אויף בערי סטריט,
הא?, דו פאקסט דיר אן די טאשן און דעם עולם שיקסטו לעזאזל, דער ספאנישער
וויטו לאפעז האט דיך אין זיין טאש ווייל ער פילט אן דיין טאש, ער ווייסט אז די
ספאנישע זענען נישט מוותר אויף זייערע דירות און פארלאנגען איבער 60 פראצענט
בו בזמן ווען אנ''ש באקומען ווייניגער ווי 10 פראצענט, אלעס נאר ווייל ביים רידער
שטייט אזא נוכל וגנב ווי משה דוד נידערמאן, און ער האט נאך די העזה אזוי צו באשמוצן
א עסקן וואס ארבייט כולו לטובת הציבור בלי שום קבלת פרס,
ס'איז נישט קיין סוד אז דער שפאנישער ארגעניזאציע LOS SURES איז אלץ געווען
א דירעקטער קאמפעטישן פאר UJO, און ביי יעדע נייע דעוועלאפמענט האט מען זיך
ארום געריסן ווייל ווי לאנג ר' לייבוש לעפקאוויטש ע''ה איז געווען אין מאכט און ער איז
דאך געווען דער עסקן הידוע מיט א ה' הידוע, ער האט געארבייט לטובת הכלל אן קיין
שום מידעקייט, ער האט זיך נישט געלאזט פון די שטאט טאטעס ווען זיי האבן געוואלט
געבן רוב דירות אין וויליאמסבורג פאר די ספאנישע, ער איז געווען דער אמתדיגער
עוסק בצרכי ציבור באמונה, ער האט נישט מוותר געווען כמלא נימה, ער האט געטענה'ט
אז אזוי ווי די ספאנישע באקומען גאנצע 100 פראצענט פון די דירות אין זייער געגענט
דארפן די חסידים באקומען גאנצע 100 פראצענט אבער כאטשיג רוב דירות אין די
חסידישע חלק פון וויליאמסבורג, און על פי רוב האט ער געווינען, מיר געדענקען אלע
ווען ר' לייבוש ע''ה האט פארופן א פראטעסט ביי סיטי האל אקעגן א גיטן פריינד
מעיאר ביעם ווייל ער האט געוואלט נאכגעבן פאר די ספאנישע, און ר' לייבוש האט בשום
אופן נישט מסכים געוען און פארופן א מעכטיגן פראטעסט ביי סיטי האל און אזוי האט
ער געווינען דעם פייט,
דאס אלעס איז געווען ביז ווי לאנג מיר האבן געהאט א ערליכן איד, א עוסק בצרכי ציבור באמונה
ביים רידער, ווי נאר ער איז אוועק לעולמו איז געווארן ואותנו עזב לאנחות, ווייל דער גנב וחמסן
משה דוד נידערמאן וואס האט זיך געקרוינט דער פארזארגער פאר כלל ישראל,
האט פארקויפט גאנץ כלל ישראל פאר א נזיד עדשים, ניין ניין, נישט ממש פאר
א נזיד עדשים, נאר פאר שווערע טויזענטער דאלאר אין זיין טאש, ווייל היינט צו טאג בו בזמן
וואס די שטאט האט געבויט הונדערטער שיינע דירות אין די SOUTHSIDE און דארט האבן
די ספאנישע גויים באקומען גאנצע 100 פראצענט פון די דירות האט מען אין די חרדישע
וויליאמסבורג ווי די שטאט האט אויך געבויט דירות צו געווארפן פאר אנ''ש אינטער 10
פראצענט, און פאר משה דוד'ן האבן זיי נישט מער ווי צוגעווארפן שיינע אלפים אין זיין טאש,
און ווער מיינט איר איז געווען די איין איינציגע שטימע וואס האט פארפירט דערגעגן,
יא, איר האט צו געטראפן, ר' אברהם יצחק אבראהאם, ער האט געשריגן און געמאנט,
און ווען נישט ער באקומט מען ווען נישט אפילו די 10 פראצענט אויך נישט, וכאן מצא בעל חוב
לגבות את חובו, דער נידערטרעכטיגער גנב משה דוד נעמט אצינד נקמה פון אברהם יצחק
און פראבירט עהם אינטער צו שטעלן פיסלעך נאר פאר נקמה,
רבותי, טייערע וויליאמסבורגע ברודער, אני הקטן קען נישט שטימען פאר ר' אברהם יצחק'ן
פשוט ווייל איך וואוין אין בארא פארק, אבער אייך בעט איך, זייטס נישט קיין קעלבלעך,
גייטס ארויס אין מאסן, און מאכט זיכער אז יעדער שטום בארעכטיגטער זאל אפ געבן
זיין שטומע פאר דעם איינציגסטן חרדישן קאנדידאט ר' אברהם יצחק אברהאם,
איר זאלט וויסן אז ער האט זייער א גיטן טשענס, עס לויפן 6 קאנדידאטן און די צאל
וואס מען דארף צו געווינען איז נישט קיין סאך, איר היימישע תושבים קענען עהם אריין
ברענגען, און וויסן זאלט איר אז טאמער קומט אריין ר' אברהם יצחק וועט איר האבן א
שטימע אין קאנסיל וואס מען וועט נישט קענען שטיל מאכן מיט א וויץ אדער א שמייכל
און אפילו נישט מיט קיין טויזענטער דאלאר, ער וועט ארבייטן פארן כלל אן קיין מידעקייט
שלא על מנת לקבל פרס,
איר מיינט אוודאי אז איך בין א באצאלטער קאמפיינער, זאג איך אייך צו אז ניין,
ר' אברהם יצחק ווייסט נישט און האט נישט קיין אנונג אז איך שרייב דא, איי פארוואס
שרייב איך און פון ווי ווייס איך אז ער ארבייט אן קיין מוה שלא על מנת לקבל פרס,
וועל איך אייך דערציילן, איך האב מיך אמאל פארפלאנטערט מיט א ערל אין א געז סטעישאן
אין וויליאמסבורג, און נאכן אוועק פארן זעה איך ווי צוויי פאליציי קארס פארן מיר נאך און שטעלן
מיך אפ און ארעסטירן מיך, אויף מיין פראגע מה פשעי ומה חטאתי, זאגן זיי אז איך האב
געשלאגן א גוי אין געז סטעישאן און יענער האט פארלאנגט אז מען זאל מיך ארעסטירן
איך האב זיי מסביר געווען אז די מעשה איז גאר פארקערט, דער ערל האט מיר דערלאנגט
א זעץ אין פנים און איך האב גארנישט געטוהן, ס'האט מיר נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילינו,
זיי נעמען מיך אריין אין סטעישאן און זאגן אז זיי גייען מיך נעמען צו סענטראל בוקינג אויף איבער נאכט
און אינדערפרי ועל איך גיין פאר א ריכטער, רבותי מיר איז פינסטער געווארן פאר די אויגן, וואס טוה איך
דא, פארצווייפעלטערהייט רוף איך אן מיין שואגער און וויין זיך אויס פאר עהם אז דארף מיר העלפן,
מיין שוואגער וואס איז געווען א באקאנטער פון ר' אברהם יצחק רופט עהם אן און ביז 10 מינוט זעה
איך שוין ר' אברהם יצחק אין סטעישאן הויז, TO MAKE A LONG STORY SHORT,
דער ר' אברהם יצחק האט פאר ארבייט מעשים, ער האט פארפירט אז מען זאל מיך תיכף ארויס לאזן
און אויב ווילן זיי מיך האבן פאר א ריכטער זאלן זיי מיר געבן א סאמאנס אבער נישט האלטן איבער
נאכט, אבער למעשה האט דער ערל געהאט א שואגער אדער א ברודער וואס איז דעווען א ADA,
און יענער האט שטרענג פארלאנגט אז מען זאל מיך יא האלטן איבער נאכט, למעשה נאך בערך א שעה
קומט ר' אברהם יצחק אריין צו מיר מיטן פאליציי טשיף און זאגן מיר די בשורה טובה אז מען גייט מיר
געבן א סאמאנס און איך וועל באלד קענען אהיים גיין, אין דער טשיף גיט מיר א זאג
YOU OWE ISAAC A BIG THANK YOU, און טאקע כך הוה, ביז א האלבע שעה (מען האט געדארפט
ווארטן אויף די פינגער פרינטס רעזולטאטן פון אלבאני) האב איך דעם סאמאנס און לויף ארויס,
איך באדאנק מיך פאר ר' אברהם יצחק, דעם נעקסטן טאג ווען איך האב מיך שוין אביסל בארוהיגט
רוף איך אן ר' אברהם יצחק און זאג עהם אז איך וויל מיך טרעפן מיט עהם, פרעגט ער פארוואס?,
זאג איך אז איך קען נישט רעדן דערפון אויפן טעלעפאן און וויל זיך טרעפן מיט עהם פערזענדליך,
נו, זאגט ער קום אראפ אין מיין געשעפט אויף טשארטש עועניו, איך פאר אראפ און גיי צו צו ר' אברהם
יצחק און דערלאנג עהם 200 דאלאר פרעגט ער מיך וואס איז דאס? זאג איך עהם, אברהם יצחק
דו ביסט געווען אין סטעישן הויז א האלבע נאכט און איך פיל אז איך דארף דיר עפעס באצאלן,
רבותי, הערט אייך גיט צו וואס ר' אברהם יצחק האט מיר גענטפערט, ער האט אויף געהויבן זיינע
צוויי הענט און פראקלאמירט, "איך האב נאך אין מיין לעבן נישט גענומען פון קיינעם קיין פעני פאר מיין
עסקנות און וועל ווייטער נישט נעמען", גיי געזינטערהייט דו ביסט מיר נישט שולדיג גארנישט,
רבותי, איך בין שטום געווארן, איך האב זיך אויסגעדרייט און אוועק פון דארט מיט טרערן אין די אויגן,
איך האב אויסגעשריגן "מי כעמך ישראל" און מיר זענען לאקי צו האבן אזא עסקן בתוכינו,
און דעם דאזיגן ר' אברהם יצחק רייסט דער נוכל משה דוד אראפ, רבותי, זייטס נישט קיין צועקים לשעבר,
איר קענט עהם אריין ברענגען, און איר זענט עהם מחוייב אריין צו ברענגען,
און מיט אייער הילף וועט ער מצליח זיין.
 |
|
|