בית פורומים כל העולם כולו

דער ריינער אמת ארום סטיוון לעווין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/9/2009 16:21 לינק ישיר 
דער ריינער אמת ארום סטיוון לעווין

 

מורי ורבותי

מיר שטייען א טאג צוויי פאר די וואלן איז צייט פאר א שטיקל חשבון הנפש, איך וויל נישט דא אריין גיין  קיין אין סאטמער פאליטקעס פין אהרונים זאליס איך וויל מיך האלטן סטריקלי צי לאקאלע וואלן פאליטיק'ס

ווי איר ווייסט בין איך אלס פארנומען דא אויפן פארק מיט די וואוטשערס אישו און ענינים וואס איז נוגע צו העלפן מוסדות התורה ווי איר קענט דא זעהן:

פרייליכע נייעס פאר מוסדות התורה בנוגע לאנטש פראגראם

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2674817&forum_id=16386

גיוואלד! אלע מוסדות פון ברוקלין אויף צרות!!!

  http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2635084&forum_id=16386

האלמאנד סוקיורטי קאנפערנץ מיט מוסדות התורה

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2630381&forum_id=16386
 

ר' משה דוד נידערמאן דער פירער פין יו. זשעי. או. האט אנגענימען דעם קאנידידאט סטיוון לעווין
וואס דער לעווין איז שיק יונגעל פין וויטא לאפעז
קודם דארף מען צי וויסן אז וויטא לאפעז האט אלעמאל אינטער געהאקט די פיס פין יודען אין וויליאמסבורג אין אזא מענטש קען קיין טראסט נישט געווינען אין נישט זיינע שלוחים.
ר' משה דוד נידערמאן מיינט מענטשן אין וויליאמסבורג זענען משוגע מען קען קומען יעדע יאר אין צי זאגן בליגע האזניג וכו.

 אינז געדענקען נאך ווען עיב גערזשעס איז געלאפן אין נידערמאן האט דעמאלס ציגעזאגט אפערדבאל האזניג זיי האבן ארום געשיקט א בילד ווי גערזשעיס נידערמאן זענען געשטאנען אויך 225 דיוויזשען אויפן דאך אין געקוקט ווי מען קען בויען ביליגע האזניג .
ווען פאטאקי איז געלאפן האט ער ציגעזאגט אז ער וועט פארדעקן די בי. קיו. אי. מיט הייזער.
 
אין די זעלבע ווען בלומבערג איז געלאפן האט מען דאס זעלבע צי געזאגט.  

יעצט לאמיר רעדן אביסל וועגן די סקול וואטשערס אין איך האב שוין כמה פעמים ארויס געבערנגט די וויכיטקייט וואס אלע מוסדות התורה האבן פין די סקול וואטשערס, אין די הנאה וואס די עלטערן האבן דערפון, ס'איז נישט קיין ספק אז ווען נישט קיין וואטשערס וואלטן די מוסדות מיט די יעצטיגע עקנאמיע נישט געהאט קיין קיום אין זיי וואלטן רח"ל צי זאם געפאלן.

פאר 2 חדשים איז געווען א גרויס מערכה וועגן וואטשערס וואס בלומבערג האט געוואלט אפשאפן
דער איינציגעסטער וואס האט עס אפגערעטוועט איז שמחה פעלדער מיט די הילף פין די עלטערן.

מען האט דעמאלס נישט  געהערט פין מענצער לאפעז מיט די אלע אנדערע וואס פרובירן זיך ארויף צי כאפן אויף די וואגן פין עסקנות אין אינז איין רעדן אז זיי קענען ארלעדיגן מיט קאנעשענס .
מעו האט דעמאלס באשיינפערלך געזעהן אז מען האט א מענטש פין אינווענדיג טוט מען אויף גדולות ונצרות.

יעצט דער סטיוון לעווין האט ביי די דעבאטע קלאר געזאגט אז ער איז קעגן סקול וואטשערס

קוקט'ס דא אויף דעם לינק וועט אייך פינסטער ווערן פאר די אויגן וואס זיין מייניג איז
קוקט'ס די קליפ פין 5:30 ביז 6:10

http://www.blip.tv/file/2488514


קען יעצט קומען ר' משה דוד נידערמאן אין אריין לייגן אין דבר יום אז לעווין איז יא פאר ווטשערס
וואס מיינט ער אינז זעמיר פערדן מען קען קימען אינז איין רעדן ווייל ער האט א אינטערס


 

 היינט קומט ר' משה דוד  מיט א פרישע ספין ווייל מענטשען האבן געכאפט מיט א ליגענט
זאגט ער יעצט אא סקול וואטשעקס איז אומקאנסטעשנעל אין מען קען עס נישט ברענגן


 
ער פרובירט דעם עולם צו פארדרייען א קאפ כאילו ער איז פאר AFTER SCHOOL וואוטשערס יא, און נישט פאר געהעריגע וואוטשערס!
אדרבה פרעגט אייך נאך ביי אייער מוסד אדמיניסטראטאר די וואוטשערס וואס מיר רעדן איז AFTER SCHOOL וואוטשערס!!!!



פרטים יבאו

 



תוקן על ידי לאגיש ב- 13/09/2009 16:36:42




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/9/2009 00:42 לינק ישיר 


http://www.scribd.com/doc/19713748/Leven





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2009 23:42 לינק ישיר 


נאך איין פאינט וואס עס ברויך אויס געשמועסט ווערן איז אונזער קאנדידאט ר' אברהם יצחק אבראהאם:

מען זאגט אז ער איז א ראדיקאלער.

מען זאגט אז ער איז א צעווילדעוועטער.

איך וועל נישט נישט זאגן אז ער איז דער שטילסטער באשעפעניש, אבער קען מיר איינער אנווייזן און במשך די לעצטע 36 יאר פון זיין עסקנות אז א אידיש קינד זאל שאדן האבן פון דעם וואס ער איז א LOUD מענטש? אבער גאר די היפך?

עס דערמאנט מיר די מעשה וואס עמיצער האט מיר נאכגיזאגט פונעם סאטמארער רב דער ברך משה ז"ל, עמיצער האט אים גיפרעגט פארוואס ער האט אויפגענומען א געוויסן איד און קרית יואל אנצופירן די פאליציי? האט ער גיענטפערט אז ער האט דאס אנגעטראגן פאר ר' שמואל קעסטנבוים און ער האט דאס אפגיזאגט...

ר' אברהם יצחק אבראהאם איז נאך צו יעדע צייט אזוי פאסיג וואו שמחה פעלדער און בארא פארק אויב נישט מער, און פרעגט אייך נאך ביי די עסקנים וואס זענען גיווען אינוואלווד יעצט פאר זומער מיט די וואוטשערס מערכה וואס איז גיווען אנגעפירט דורך הרה"ח ר' חיים דוד צוויבל ר' יושע אסטרייכער און נאך עסקנים, וועט איר הערן אז ר' שמחה פעלדער האט באגלייט איעדע טריט און שריט גיזאגט פונקטליך יעדן ריר וויאזוי מען זאל זיך באגיין צום מעיאר אלעס וויל ער איז און קאונסיל! און ער איז א היימישער! און דער איינציגסטער איד וואס איז גוט מיט בלומבערג!


עס זאל זיך קיין איינער נישט איינרעדן אז מענצער דייטש גאלדבערגער ווייל מען זעהט זיי אמאל אויף א בילד אז דער מעיאר ווייסט ווער זיי זענען!

דער מעיאר ווייסט אפילו נישט וויאזוי זיי הייסן!!

און אוודאי רעכנט ער זיך מיט זיי כי הוא זה נישט!!!!

נישט ביי קיין וואוטשערס!!!

אפשר ביי מציצה בפה!!!! וואס דאס איז אגב די גרעסטע שגץ שטיק פון די פאריגע וואלן!!



  
און וועגן דעם פרובירט מען מיט אלע מיטלען אנצורעדן די עולם מיט לגיונות ווי למשל:



אומקאנסטיטוציאנעל!

רעאליסטישע שכר לימוד הילף!

טעקס קרעדיט!
(איז דא אפילו איין איד און וויליאמסבורג וואס ווייסט וואס דאס מיינט???)





און וועגן דעם זעהט מען אזאז צופארנקייט און צורודערדקייט אונעם אוסגאבע דבר יום יעדן טאג זיי אליין ווייסן שוין נישט וואס זיי שרייבן!
(איך ווייס נישט צו ער וויל מיר עפעס אנרעדן אדער זיך?!!)

קדושת עירנו???

שטימען פאר כחפון???
איז דאס א נייער קאנדידאט??? איז ער יא איד?? אדער ער האט נאר א קאפל??? איז ער פאר וואוטשערס? אדער נאר פאר טעקס קרעדיט...





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/9/2009 23:38 לינק ישיר 

איינער זאגט מיר אז אין ברך משה ביהמ"ד האט אינדארסט אהברהאם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2009 21:30 לינק ישיר 

דער גנב נידערמאן שרייבט " כל מי שיש לו מח בקדקדו ויראת ה' נוגע בלבבו "
זאל שטימען פאר לעווין

אז מען עסט טריפה פלייש אז מען רעדט אויפן טעלפאן יום טוב ברבים אין אז מען גייט אין קארט
 
צים סוף איז גאר א מצוה צי שטצין חוקי תועבה, אין ס'קוקט נישט אויס לאנג ווי זיי גיין זאגן
הלל ה' אייר אזוי ווי דער ברך משה האט געזאגט אויף די באנדע . 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/9/2009 19:57 לינק ישיר 

לאגיש א גיטן ארבעט כה לחי'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2009 19:16 לינק ישיר 

עס דארף אויך ארויסגעברענגט ווערן אז דער וויסטער שונא ישרא' וויטא לאפעז, האט אלע יארן געפייט מיט ציין אין נעגל קעגן אידן אז זיי זאלן נישט באקומען עפארדיבעל האזינג, ווער געדענקט נשיט די בערי דירות?

דאס זעלבע גייט אין די גאסן אין בושוויק גאסן נאך גאסן בויעט די רעגירונג עפארדיבעל האזינג, פארוואס איז נישט דא אין ווילי?

פארוואס קען נישט א איד באקומען קין דירה אין די פראדשעקס?

פארוואס קען א איד נישט באקומען קייין דירה אין בעדפארד גארדנס?

פארוואס אין בעדפארד גארדנס האבן אלע משה דוד נידערמאן קינדער און איידעמער באקומען דירות, און קיינער מער באקומט נישט?

פארוואס איז משה דוד נידערמאן די איינציגסטער איד אין בעדפארד גארדנס וואס וואוינט אין א E דירה וואס האט 4 בעדרום, און מען האט אים נאך נישט ארויסגעווארפן פון דארט?

ווי אזוי קען זיין אז דער שונא ישראל וויטא לאפעז וויל היינט צו טאג פלוצלינג צושטעלען עפארדיבעל דירות פאר אידן?, וואס איז געשעהן?

די תירוץ איז אז די גאנצע זאך איז שקר פון קאפ ביז פיס!!!

וויטא לאפעז דער ארכי שונא ישרא' האט געמאכט א דיל מיט משה דוד נידערמאן אז ער זאל ארבעטן פאר אים, ער האט מסביר געווען פאר משה דוד אז ער גייט אים ממילא נישט געווינען, ממילא זאל ער צו אים צו שטיין, און ער וועט זעהן אז ער זאל פאריוואט מאכן אסאך געלט פון די סיטי, און בעדפארד גארדנס זאל געבן דירות פאר זיינע קינדער און איידעמער.

א כפרה מיט אלע אידן פון ווילי, זאלן זיי גיין אויף קאפ ברעכענישט, נידערמאן זאל זיך אנפילען די טאשן מיט גניבה געלט זיינע קינדער זאלן האבן דירות און ווילי זאל אונטער גיין.

דאס זעלבע איז מיט די בראדוועי טריי ענגל, וויטא לאפעז וויל מאכן די בראדוועי טריי ענגל עפארדיבאל דירות פאר ספאנישע גוים, ער וויל דארט בויען א חשבון פון 900 דירות ער וועט געבן דערפון א 30 40 דירות פאר נידערמאן, אז ער זאל עס קענען טייילן פאר זיינע קינדער און גוטע פריינד, און דער עולם וועט ער לאזן זיך אויסמישען מיט די ספאנישע.

טראכט אריין: ווען איר גייט ארויס שטימען און איר שטימט פאר סטיוו לעווין, וואס איז די רעכטער האנט פון דעם שונא ישראל וויטא לאפעז, שטעכט איר זיך אליין אריין א מעסער!!

געדענקט האט רחמנות אויף אייך אליין.!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2009 19:02 לינק ישיר 

זייער גוט ארויסגעברענגט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2009 17:55 לינק ישיר 

יעצט לאמיר אויס שמועסן די ברענדיגע טעמע פין חוקי תועיבות וואס דער סטיוון לעווין שטיצט

1) ר' משה דוד נידערמאן זאגט אז ער דער לעווין רעדט נישט דערפין אין ער האט גארנישט ציטאן מיט חוקי תעובה

2) טענה'ט ר' משה דוד אז די חוקי תועבה האט גארנישט ציטאן מיט סיטי נאר מיט פעדראל אין סטעיט

ליינט וואס ר' משה דוד שרייבט:

( בדרך אגב דא שרייבט ר' משה דוד אז דער לעווין איז נישט קיין יוד בין איך שוין אינגאצען צימישט פארוואס האט ער אן קאפל )




דא שטעלט זיך ארויס אז ר' משה דוד פארדרייט דעם ציבור אין ער מיינט אינז זעמיר קעלבלעך !!!!
סטיוון לעווין שרייבט קליפ אין קלאר אז ער שטיצט עס יא די ביטערע חוקי תועבה









איי וועסטו וועלן זאגן אין הכי נמי סטיוון לעווין שטיצט יא די חוקי תועבה
אבער דאס האט גארנישט ציטאן מיט די סיטי נאר מיט די סטעיט

פין די התאחדות הרבנים איסור קעגן דעם סיטי מאיער קאטש זע מיר אינז אז אפילו פאר א סיטי קאנדידאט טאר מען אויך שטימען
אין א מאיער קען דאך גארנישט דורכפירן קיין שום געזעץ אן די סיטי קאנסול








תוקן על ידי לאגיש ב- 13/09/2009 17:53:03




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/9/2009 17:29 לינק ישיר 

ר' משה דוד לויפט יעצט ארום אז מען טאר נישט וואטן פאר אייזיק אברהאם ווייל ער איז א יוד אין ס'איז נישט גוט אז מען זאל וואטן פאר א יוד.

קודם לכאורה א הארבע שאלה סטיוון לעווין איז דאך אויך א יוד ער האט אפילו א קאפל
איז דען ח"ו דא שתי תורות, פאר לעווין דער יוד איז א מצוה צי וואטן 
אין פאר אברהאם איז טאר מען נישט וואטן 

פארוואס ???? 




אין צווייטנס פארוואס האט מען תשל"ד פארשטאנען די וויכטיקייט פין צי וואטען פאר א חסידישן יוד
אין דעס איז געווען אין דערצייט ווען דער סאטמארער רב ז"ל האט געלעבט אין מען האט זעך נישט גערירט אן זיין הסכמה
אין מען זעט ווי זיין גבאי שרייבט זיך אויך אינטער
זעמיר אינז היינט גרעסערע חכמים





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער ריינער אמת ארום סטיוון לעווין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext