בית פורומים אחים אנחנו

היינט נאכט גענעראל פארזאמלונג בביהמ"ד הגדול

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/9/2009 18:47 לינק ישיר 
היינט נאכט גענעראל פארזאמלונג בביהמ"ד הגדול


היינט נאכט א' סליחות וועט פארקומען א גענעראל פארזאמלונג בביהמ"ד הגדול
בשעה 7:00 רבינו שליט"א וועט אויפטרעטען
מעריב ברב עם בשעה 9:00
די ראשי קהלה געבן איבער אז מ'וועט אי"ה ענדיגען זייער צייטליך כדי נישט אויפצוהאלטן דעם עולם שפעט אין די ימי הסליחות
א הוק-אפ וועט זיין צוגעשטעלט בבית המדרש הגדול בקרית יואל אין די עזרת נשים

ווייסט איינער אויב סוועט זיין א טעל # צי קענען מיט האלטן די גענעראל פארזאמלונג



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 16:04 לינק ישיר 



תוקן על ידי יוספ7 ב- 14/09/2009 16:01:18




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 05:57 לינק ישיר 

דו ביזט געשיקט!, אזוי שנעל.....

עס איז געווען באמת א ערהאבבען מעמד, אלפי אלפי ישראל יונג און אלט,
יעדער איז געעוען מורא'דיג איבערגענומען ווען הרבני הנגיד רבי שאול פערשטיין מראשי קהלתינו האט אנגעהויבן רעדן - נאכ'ן ווערן אויסגערופן דורך ר' קלמן ווייס פון די חברה קדישא [יוסל ווייסנ'ס ברודער] אנגעהויבן פון  
 ר' שאול'ס עמאציענעלע חלק, און דאן איז ער צוגעגאנגען צום בעל -תיש'ן חלק, -  אז אנשטאט ווען איינעם פאסירט ל''ע א אומגליק זאל מען אים גיין באלעסטיגן נאכמער מיט'ן באצאלן פאר א חלקה, האט די רבי איינגעפירט א נייע פאלאסי, [וואס גייט בלייבן ווען מ'געווינט בעזהשי''ת צוריק די אלטע חלק אויכעט] אז מ'צאלט איינמאל איין 1,800 דאללער און דאן אז ס'זאל זיך נישט מאכן איז עס אומזוסט. 

דאן האט ר' עזריאל גערעדט, ער האט נישט געקענט באהאלטן זיין התרגשות פון'ם עולם זיך אויסדריקנדיג, ס'איז ממש א נחת צו זעהן אזא עולם אדיר וואס וויל זיך האלטן צו די ערליכע קהלה וואס איז נתייסד געווארן דורכ'ן רבי'ן, נאכן הערן אזעלכע מעשים וואס ווערט ליידער אפגעטוהן דורך יודן וואס רופן זיך 'סאטמאר' זאגט ער איך וויס די רבי האט געוואלט א יוד זאל זיך אינגאנצן אוועקגיבן פאר א צווייטן, ווער רעדט נאך פון אזא מעשה וכו'

ער האט פארציילט וואס זיי האבן געטוהן ווען ער איז געווען אין שפיטאל, זענען זיי געגאנגען און געפעלטשט זיין אינטערשריפט פאר זייערע צוועקן וד''ל

דאן האט די רבי גערעדט, עפעס זעלטן שיין געזאגט, ארויסברענגענדיג די כח הרבים ווען מען איז מיט אן ערבות זה לזה, ברענגענדיג די גמרה  -ווען עס ר''ל געעוועזן א דבר בימי רבא, און די שטאט וואו רבא האט געוואוינט איז ניצול געווארן, האט רבא אנגעפרעגט אין וועמענ'ס זכות?                         האט מען אים מודיע געוועזן אין זכות פון א יוד וואס האט אוועקגעגיבן פון זיך א מרא וחצינא צוצוהעלן לקבורה פון א יוד!! און די מהרש''א שמועסט דארט אויס וויאזוי איז מעגליך אז רבא איז נישט גענוג געוועזן, נאר זאגט ער ס'האט שוין נישט אויסגעפעלט! דאס איז די כח פון העלפן אחד לחבירו, בעטנ'דיג יעדער זאל צוהעלפן מיט'ן גיבן די דמי חבר

מען קען נאר אויספירן נאך אזא דערהויבענע מעמד ס'זאל שוין אוועקגיין פון אונז די שטן פון שנאת חינם, און ס'זאל שוין געעפנט ווערן די אויגן פון די וואס מיינען אז די גאנצע וועלט איז א שפילכ'ל פאר זייערע שמאלע אינטערעסן. 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/9/2009 05:28 לינק ישיר 

SatmarNews: R Shaul Perlstein just announced that every member have to pay $1,800 for the new Beis Hachaim (Kollel Yingeleit $1,200)l














תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 14/09/2009 17:02:24




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2009 00:37 לינק ישיר 

נו, וואס איז געבליבן איז דא א נומער ווי מ'וועט קענען הערן דעם אסיפה כללית?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2009 22:40 לינק ישיר 

yes or no



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2009 22:39 לינק ישיר 

will be a tall # for the drusha



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > היינט נאכט גענעראל פארזאמלונג בביהמ"ד הגדול
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext