|
|
| נשלח ב-14/9/2009 20:02 |
|
| |
אה, איך פארשטיי, כיתה ב' איז א מורא'דיגע עמערדזשענסי,
אבער כיתה א' איז נישט אזוי געפערליך אז זיי בלייבן אינדערהיים,
יא, ווי געזאגט, די פערדישע זאליס זענען שוין פיל זיסער פון דיר,
ווילסט די נעמען פון די דרייסיג טאטעס, נו, דא האסטו,
שפילמאן, קאטץ, קאטץ, שפילמאן, שפילמאן קאטץ, קאטץ שפילמאן,
שפילמאן קאטץ, קאטץ שפילמאן, נו, ווי האלט איך? אויב פעלט נאך אויס
קענסטו דאס צו שרייבן, אגב, אפשר ברענגסטו די נעמען פון די 50 מיידלעך
אדער לכל הפחות 10 מיידלעך וועמען דער בית דין האט געצווינגען צוריק צו
נעמען, הא?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2009 20:10 |
|
| |
| יענקעלע11 כתב: |  | אה, איך פארשטיי, כיתה ב' איז א מורא'דיגע עמערדזשענסי,
אבער כיתה א' איז נישט אזוי געפערליך אז זיי בלייבן אינדערהיים,
יא, ווי געזאגט, די פערדישע זאליס זענען שוין פיל זיסער פון דיר,
מען רעדט נישט פין קיין כיתה א' יונגעל, מען רעדט פין א יונגעל וואס סהאט נאך נישט קיין פיאות.. אין איך אגרי טאקע מיט דיר סאיז א מורא'דיגע עמערדזשענסי...
ווילסט די נעמען פון די דרייסיג טאטעס, נו, דא האסטו,
שפילמאן, קאטץ, קאטץ, שפילמאן, שפילמאן קאטץ, קאטץ שפילמאן,
שפילמאן קאטץ, קאטץ שפילמאן, נו, ווי האלט איך? אויב פעלט נאך אויס
קענסטו דאס צו שרייבן, אגב, אפשר ברענגסטו די נעמען פון די 50 מיידלעך
אדער לכל הפחות 10 מיידלעך וועמען דער בית דין האט געצווינגען צוריק צו
נעמען, הא?
שפילמאן, קאטץ, קאטץ, שפילמאן, שפילמאן קאטץ, קאטץ שפילמאן
|
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 14/09/2009 20:06:27
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2009 21:44 |
|
| |
| YESWECANכתב: |
 |
|
YWEWECAN איך ברעך מיך קאפ וואס די זאלי'ס פארדינען פון אט די אלע ליגענטס און ספינ'ס...
אנגעהויבן האט זיך עס מיט'ן אנקומען אן קיין טוענים היינט אין בית דין מיט א
"כיטרע" חשבון...
דערנאך מיט די ליגנטס מיט וואס שניאור קליין דער אויסגערופענער פיקח עצום איז אויפגעקומען יעדע מינוט מיט עפעס פריש - אבער האט אנגעהאלטן ביז די דאקומענטן זענען געקומען צו פארן... איין מינוט מיט א מענטש מיטן איינשרייבן און איין מינוט מיט א צווייטן מיטן נישט אננעמען אזש ביזן זיך קריגן אויף א "פין"! יא! איר הערט גוט! אויף א באס פין צו ס'געווען פאלש צו עכט..
פארדריי נישט די שמיס מיט א באס פין..ענטפער האט בית דין געצווינגען אריינצינעמען קינדער וועם ענק האבען נישט געוואלט?..יא אדער ניין..
כאב נישט פארדרייט קיין שמועס! שניאור האט דאס געטוען ביים דין תורה!... - און ניין! בי"ד האט נישט געצוואונגען אריינצונעמען קיינעם! און פארדעם לערנט קאץ'ס זוהן ין דרכי חיים און דער אינגערער ווייסט ער נאכנישט ווי צו שיקן, אפשר קיין מאשלוי....
און ווי איז מען אנגעקומען? נעבעך אין ערגעץ נישט!! אה! וואס זאג איך? אין ערגעץ? טעות גמור! מ'איז אנגעקומען מיט א הילכיגע פראסק אין פנים אז אפילו דער כבוד קדושת קעצל אליין - כביכול , דארף מען אויך נישט אננעמען!! נעבעך.. אודה ולא אבוש אויף אזאנס האבן מיר זיך אליין נישט געראכטן עכ"פ אויף היינט...
דעס וועלען מיר נאך זען פארדעם איז באשטימט א זיצינג פאר נאך יום טוב..
וואס וועלן מיר זעהן? א שורה ארויפ\ף זאגסטו דאך אז בי"ד באט געצווינגען?!!.. וועלעכע באשטימעטע זיצונג? א' נח? אי"ה, אבער מ'האט נאכנישט דערווייל באשטימט וואס מ'גייט דארט רעדן אפשר די אלס נביא ווייסט...
פאלט דער נאכט צו, בי"ד גיט ארויס זייער באשלוס.. און נישט מער און נישט ווייניגער ס'נעמט נישט קיין צעהן מינוט און עיקול'עך קומען צופליען פון אלע זייטן, נאר עיקול'עך? אפילו דעיטס אויפן נעקסטן זיצונג! און א פערטיגע טעמע ! די אינגלעך...
סאיז זייער נארמאל אז בית דין האט נאר געהייסען אננעמען די מיידלעך..ווייל די מיידלעך הייבען שוין יעצט אן סקול ממילא איז עס געווען א אימערדזשנסי..אבער די יונגלעך הייבען אן נאך סיכות ממילא האט מען צייט דן צי זיין אויף נאך יום טוב..
וואס נארמאל ווען נארמאל?? ווער רעדט דא צו ס'איז נארמאל??!! מ'רעדט דא צו ס'איז בכלל געשעהן במציאות!! און דער אמת ווייסטו דאך אוודאי! טא פארוואס קומסטו פארקויפן שטותים ?!! ווייסטו דען נישט אז ביז אפאר מינוט גייט דיינע לגיונות ממילא אין די לופט ווי א באבל?? וואס האסטו פון זאגן ליגנט??
איינער געדענקט נאך ווען יעס ווי קען האט דא געשריגן אז ס'שאקלען זיך וועלטן??? ס'איז דא אן עיקול... אוואו איז עס? קיינער ווייסט נאך יעצט נישט.
עה סאיז נישט דא קיין עיקול..אמת?..זאג נאר האט בית דין געצווינגען אריינצינעמען קינדער וועם ענק האבען נישט געוואלט?..יא אדער ניין..
עודך כי ענתני! נאכאמאל מיטן זעלבן נארישן וויץ אז בי"ד האט געצווינגען... איך ווייס נישט צו ביסט נעבעף פאדראגט אדער א ל"ע פאלנער משוגענער! ברענג דא "איין" נאמען וועם בי"ד האט געצוואונגען אריינצונעמען... נ י י ן!!! טייערקייט, בי"ד האט ב"ה גארנישט געצווינגען אויף קיינעם דערווייל... סאו גיי כאפ א דרימל און ניכטער דיך גוט אויס..
נאכער איז מען אויפגעקומען מיט א פרישע ספין: טא מ'דארף נישט קיין עיקול, ווייל - הערט א בייפאל - גביןף'ס עיקול איז דאך אין פלאץ ווייל והא ראי' - דא דרייט מען מיט די פינגער - בי"ד האט דאך קיינמאל נישט געזאגט בפירוש אז גביוף'ס עיקול איז קיין עיקול....
כא כא..דא איז דיין גרעסטע דרוכפאל..- גביןף'ס עיקול האט נאר געזאגט אז מען טאר נישט ארויסווארפען..סהאט בכלל נישט גערעדט פין ארייננעמען..אין דא קימט בית דין אין הייסט אריין נעמען...אבער פארגעס נישט ענק האבען געהאט א גיטען טאג היינט אמת?..אה איך האב פארגעסען בית דין האט נאר געהייסען ארייננעמען מיידלעך...
שוין ווייטער אפשר זאגסטו וועמען בי"ד האט געהייסו ארייננעמען - חוץ פריעדמאן וואס מ'האט שוין געהאט אריינגענומען און דאס קינד איז שוין געווען אין חדר און בי"ד האט געבעטן די הנהלה זאל אים נישט ארויסווארפן - , זאג שוין וועלעכע מיידל (עך) בי"ד האט געהייסן ארייננעמען, כעל זיין נייס צו דיר כעל דיר נישט בעטן קיין צעהן נעמען און אוודאי נישט קיין פופציג.. אבער איינס!!!!...
דארפסט זיך נישט איבערארבעטן, איך ווייס אז די האסט נישט..
היינט זעהט אויס איז דאס שוין אויך נישט גענוג געווען האט מען געבוירן א פרישן עיקול.. די מיידלעך! און. יעס ווי קען האט שוין פופציג! מיידלעך וואס קומען מארגן צופליען אין סקול...
קהל..איך זעה אז די ווערסט ווילד ווען די הערסט די ניומבער פין מיידלעך איז 50 ...איך וועל זיין נייס איך וועל עס לויערען צי 10 אקעי? נא וואס איז מיט דיר? סאיז אלף סליחות..
דער תגובה מאכט סענס אזוי ווי דער פריערדיגע מיטן הייסן אוויוון...
קינדערליך גייטס צאהלן די התחייבות פון 1800 הינדערט דאלער מען זאל קענען קלאוזן פאלאק'ס לאט... און האטס אן אנגענעמע שלאף...
נאך אלץ ביליגער פין די 5000 וואס יעדער האט געדארפט געבען פאר ענק ביי די היתחדשות המסדות..קראסנא...
מיין קינד דאס איז נאר די התחלה!!
אגב דערמאנט מיר איינער צו איך געדענק נאך ווי ס'איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער ברית מילה פון דעם היינטיגן מדובר.. אז איך מאך נישט קיין טעות דוכט זיך אין ספינקא בעיסמענט....
יא אא נאך אזא געווינס ווי היינט אוודאי דארף רעדען פין וואס סאיז געווען...קהל..זאג נאר פארוואס האסטי מורא צי רעדען פין היינט?...
זיכער! איין גוטע טאג דערמאנט די צווייטע! אוי קאסט א לאך ווען מ'דערמאנט זיך ענקערע חלומות, חזיונות און הבטחות אז די ברית וועט פארקומען אין ביהמ"ד הגדול אויף 53 ....
ויישן ויחלום שנית...
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 01:01 |
|
| |
לאמיר מאכן די סך הכל.
די אהרונים זאגן אז בי"ד האט געפסקנט נעכטן אז מען דארף נישט אנעמען די נייע זאלי קינדער אינגלעך און מיידלעך, נאר פון איינעם פריעדמאן ותו לא.
די זאליס זענען אויפגעקוומען מיט א געבעקס אז בי"ד האט געפסקענט אז 50 זאלי מיידלעך פון די זאליס דארף מען שוין אנעמען, און די אינגלעך וועט מען פסק'נען איסרו חג.
קשיא 1) היינט איז געווען די ערשטע טאג וואס די 50 מיידלעך זענען שוין געקומען אין מיידל שולע?
קשיא 2) לאמיר הערן די נעמען פון די עלטערן פון די 50 מיידלעך וואס זייערע מיידלעך זענען נישט געגאנען אין סקול ביז היינט, און היינט זענען זיי שוין אין סקול געווען?
קשיא 3) די מיידלך גייען שוין אין סקול 1 וואך, און לערנען שוין אין די נייע קלאסן פאר איבער א גאנצע וואך, טא די אלע 50 מיידלך זענען ביז יעצט געווען אינדערהיים?
קשיא 4) יעדער פארשטייט אז בי"ד איז דן איבער די עלטערן צו זיי זענען מוסרים, מהרסים וכו', אז מען האט שוין געפסקנט איבער די מיידלעך, פארוואס האט מען נישט געפסקענט איבער די אינגלעך, וואס איז א חילוק, א מיידל פון א מסור צו א אינגעל?
אזוי ווי איך ווייס ממילא אז קיין תירוץ וועל איך נישט באקומען.
וויל איך נאכמאל זאגן די אמת'ע זאך וואס איז געווען נעכטן אז בי"ד האט געפסקענט אז מען דארף נישט אנעמען די קינדער פון די זאליס.
די מעשה פון די זאליס איז אזוי אמת ווי בי"ד האט געגבען א עיקול...
און ווי די זאליס האבן די בית החיים...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 01:10 |
|
| |
דער יונה איזס נאך אלס ביזי אפצופרעגן די זאליס, זאג וואו האלט מען מיטן ארויף בויען דער שטאק אויף ויואל משה???
ווען מען האט אימפאטירט דעם זלמניו פונעם ווייטען מזרח, דא א אהער צו די פאראייניגטע שטאטען, האט מען די ערשטע אפגעשטעלט די קאווע פסח און אלטען ביהמ'ד אויף ראדני,
דערנאך האט יענקל כהנא פון די גמ''ח פאקאלאמירט ביי יעדע דרשה אז מען גייט ארויף בויען א שטאק אויף ויואל משה,
ווען דער שטאק וועט שטיין, וועלן מיר זיך ווייטער ספארעווען מיט די ליגנערישע זאליבאנער!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2009 02:02 |
|
| |
מ'פארקויפט זיי די וומ''ס בריק
-----Original Message-----
From: Satmar Report [*[email protected]]
Sent: Sunday, September 13, 2009 9:31 PM
Subject:
BP, Din tora today = all girls must be takin into school, Boys hering
will be ISRE CHAG SIKOS
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 00:05 |
|
| |
YESWECAN וואס גייט פאהר? א שלאף האט דיר באנומען ? אדער האסט פלעין פארגעסן דעם פעסווארד פון דעם ניק?
לאמיר גיין צושטאט:
פארגאנגענע וואך האסטו ביים ברעכן די ברעיקינג ניוס פונען "אימערדשענסי זיצונג" געשריבן:
אימערדזענסי זיצינג באשטימט אויף דין תורה בארא פארק אויף זינטאג
אזוי בית דין האט פאר א חודש צירוק ארויס געגעבען א עיקול אז ר' אהרן וועלץ טאר נישט אפזאגען..קיין קינדער פין אריינקימען אין מוסד, האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אין די לעצטע פאר טעג אז סאיז דא פראבלעמען...האט בית דין מחליט געווען אז געניג איז געניג..מען גייט שוין דן זיין וועגען דעם.יא שוין.. נישט נעקסטע חודש נישט נעקסטע יאר..די נעקסטע ארגינעלע זיצינג איז געווען באשטימט אויף נאך יום טוב....וואזו האט נאר ר' שימעון ווייס ע''ה געזאגט...?, מיט דעם הרה"ג ר' אהרן..נאר קארט דעס איז די איינציגסטע זאך וואס ער פארשטייט..
ס'קומט זינטאג... מ'האלט שוין נאך דעם אימערדשנסי זניצונג.. און גארניקס טוישט זיך...
שרייבסטו ווייטער:
כא כא..דא איז דיין גרעסטע דרוכפאל..- גביןף'ס עיקול האט נאר געזאגט אז מען טאר נישט ארויסווארפען..סהאט בכלל נישט גערעדט פין ארייננעמען..אין דא קימט בית דין אין הייסט אריין נעמען...אבער פארגעס נישט ענק האבען געהאט א גיטען טאג היינט אמת?..אה איך האב פארגעסען בית דין האט נאר געהייסען ארייננעמען מיידלעך...
אבער ס'שוין היינט דינסטאג און האסט דיך שוין איבערצייגט אז ס'איז דא אן עיקול אזוי ווי עטס האטס דעם בית החיים...
כאב נישט ערווארטעט קיין תגובה פון דיר צו זאגן "רבותי טעיתי...(אדער בעסער געזאגט "שקרנו"...), אבער אינגאנצן א שטיל שווייגעניש??
שוין! לאמיר דאס אצינד לאזן אין דער זייט, דיר קען מען פארקויפן לאקשן.. אבער וואס איז דאס ווילדעניש וואס האט אנגעכאפט דעם טוען ענקערער שמואל פריד אין ביהמ"ד תו"ת פארגאנגענעם מוצש"ק??? ער סטראשעט אז מ'וועט זיך דארפן באנוצן מיט "יאסעלעך" (מיינענדיג יאשקע פון מאנרא).. וואס איז געשעהן?
ס'דאך שוין דא אן עיקול פון גביוף...
ס'איז שוין דא אן עיקול פון בי"ד...
מ'האט שוין אפילו געמאכט אן אימערדשענסי זיצונג ווייל "מ'פאלגט נישט" דעם עיקול...
בי"ד האט שוין געגעבן נאך אן עיקול באזינדער פאר 50 מיידלעך...
און דא סטראשעט מען?? וואס גייט פאהר?
נאך מער! היינט טרעף איך א זאלי זאגט ער מיר אז: "מ'גיימער אליין רופן ר' אהרן וועלץ צו דין תורה! מ'גיימער אינטערשרייבן אייגענע שטרי בירורין! גענוג געווען! מ'וועט ענק לערנען!...
וואס איז געשעהן ביטע?? אלעס גייט דאך אוואו ענק וואונטשן זיך, ניין?
 |
|
|
|
|
|