דאס איז אין צוגאב צו די אנדערע שמוציגע, גוי'אישע און מיואש'יגע טאקטיקן וואס זיי האבן אונטערגענומען קעגן ר' אברהם יצחק'ן.
היינט איז וויליאמסבורג באהאנגען געווארן מיט ריזיגע מעכטיגע פאוסטערס וועלכע שרייען:
ר' אברהם יצחק אבראהאם שטיצט תועבה !
ר' אברהם יצחק אבראהאם וויל חרוב מאכן וויליאמסבורג !
ר' אברהם יצחק אברהם האט קיינמאל גארנישט געטאן !
דאס בלוט פארגיסונג פון ר' אברהם יצחק'ן דארף א באלדיגן ענטפער !
דינסטאג אין די וואל בודקעס.
נשלח ב-3/11/2010 16:23
so who won? abraham or levin ??????
נשלח ב-2/11/2010 21:33
sorry wrong page
תוקן על ידי יכול ב- 02/11/2010 21:43:23
נשלח ב-15/9/2009 15:24
SatmarText: http://twitpic.com/ht84y - HAYOM! Vote ISAAC ABRAHAM for Councilman for a better Williamsburg!
נשלח ב-15/9/2009 08:13
למעשה ווייסט איינער פארוואס נידערמאן פירט איצט אזא העסליכן קאמפיין?
אויב וואלט ער געוואוינט אין ירושלים (וויי פאר ירושלים פאר אזא פארטרעטער) וואלט ער געפירט אזא העסליכן קאמפיין קעגן דעם ירושלים'ער רב שליט"א פארן פירן דעם מלחמה כבידה קעגן די חוקי תועבה וואס די רשעי הציונים ווילן איינפירן? דארט וואלט ער אויך אנגעפארבט די גאסן מיט ספרעי פעינט קעגן די הייליגע מערכה וואס די עדה החרדית פירט אן?
אז די האסט פארלוירן ביי סקוואדראן ווען די וויליאמסבורגער ציבור האט געוויזן אז מ'ברויך אייך גאנץ קנאפ אלס פארטרעטער, מיינט נאך נישט אז דעריבער ברויכסטו שווענדן מיליאנען פאר אזא העסליכן קאמפיין אין אזא שווערע עקאנאמיע. דער ציבור וואלט אייך אסאך מער דאנקבאר געווען אויב איר וואלט געניצט די געלטער וואס קומט אריין פון שטאטישע פראגראמען פאר בעסערע צוועקן. (ליידער איז דא גענוג פלעצער דאס צו נוצן.)
נידערמאן, דער ציבור ראט אייך אז איר זאלט אייך ענדערש גענצליך אריינזעצן אונעם אפיס פון וויטא לאפעז, און לאזט איבער וויליאמסבורג פאר די געטרייע עסקנים וואס פארטרעטן שוין וויליאמסבורג מיט גרויס אחריות פאר די לעצטע צענדליגע יארן מיט גרויס אחריות.
און אויב האסטו יא איבריג צייט, פארענטפער כאטש פארוואס דער לעגענדארער ראש הקהל ר' סענדר ז"ל האט געברויכט פירן אזא ביטערע מערכה קעגן דעם צורר היהודים וויטא לאפעז ימ"ש. אפשר פארציילסטו אביסל איבער די טרויעריג באקאנטע מארשן מיט ברענעדיגע פאקלען פון דעם צורר היהודים, ווי איידער צו באשולדיגן אזא טייערן איד וואס גאנץ וויליאמסבורג אינדארסירט?
צוליב הרחק מן הכיעור, ברענג איך נישט אראפ די גאנצע סטעיטמענט זיינע.
און זעה נאכאמאל איין די שקרים וואס מ'ען פארקויפט דיר, און דו פארקויפס עס ווייטער.
יעצט לאמיך הערן. זאג אז דו ציסט צוריק.,
נשלח ב-14/9/2009 22:04
איך האב נישט געוואוסט אז די ביסט דער בלאט פוסק וואס פסקנ'ט די הלכות.
אויף דעם קול קורא פון וואס עטץ רעדסט שטייט נישט די הלכה אז מען מעג שטיצען תועבה אויב עס איז נישטא קיין אויסוואל.