שרעקליכע טעראר און רציחה אקעגן ר' משה דוד
א נייע פרעצעדענט אינעם טעראר קאמפיין וואס די מיואש'דיגע פארטרעטער פון וויליאמסבורג האט אנגעהויבן היינט, האט נאך וויליאמסבורג נישט בייגעוואוינט.
מ'האט באשמירט גאסן קעגן ר' משה דוד'ן, אלעס פאר דעם איינעם חטא פון אינדארסירן דעם אנטי תועבה קאנדידאט
סטיוו לעווין און פאר דעם קומט אים סקילה, שריפה הרג און חנק.
די טעראר מאשין האט אנגעהויבן אויסשפייען ווילדע אויסברוכן קעגן ר' משה דוד נידערמאן שליט''א, אויף אזא מאסשטאב וואס רופט אויס פאראיבל און אפשיי ביי יעדן רעכט דענקיגן מענטש - און אזוי ווילן זיי אז מענטשן זאלן זיי טראסטן.
דאס איז אין צוגאב צו די אנדערע שמוציגע, גוי'אישע און מיואש'יגע טאקטיקן וואס זיי האבן אונטערגענומען קעגן ר' משה דוד'ן.
היינט איז וויליאמסבורג באהאנגען געווארן מיט ריזיגע מעכטיגע פאוסטערס וועלכע שרייען:
ר' משה דוד נידערמאן שטיצט תועבה !
ר' משה דוד נידערמאן וויל חרוב מאכן וויליאמסבורג !
ר'משה דוד נידערמאן האט קיינמאל גארנישט געטאן !
|
|