בית פורומים אחים אנחנו

כפוי טובה האט אויך א שיעור

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/9/2009 08:39 לינק ישיר 
כפוי טובה האט אויך א שיעור

היינט האב איך באקומען אויף מיין סעלפאן א וואויס מעיל, אז דא רעדט חיים יחתקאל ניימאן דער טאטע פונעם קינד וואס איז אראפגעפאלן אין עלאוועטער, אין ער וויל בעטן אז מען זאל שטימען פאר אבראהאם, ווייל ער האט אים זייער אסאך ארויסגעהאלפן בשעת די צרה.

קודם האב איך געמיינט אז עס איז א פאני מעסעדזש וואס דו ארונים האבן אהער געשטלט לכבוד דו וואלן, אריינצוריקן איינס פאר משה דוד נידערמאן, ביזדערווייל בין איך געוואר געווארן ניין, דער טאטע חיים יחתקאל האט בשאט נפש געמאכט דעם ריקארדינג וויסענדיג אז ער שטעכט אריין א מעסער אין הארץ פון משה דוד נידערמאן

שטעלט זיך דו שאלה איז מען שוין בכלל שוין בגדר אנישי? אויס נארמאלקייט מען איז שוין ערגער ווי דו גיים להבדיל?

צו פארשטיין וואס איך פרעג מיז איך דא אראפ ברענגן וואס עס האט זיך אפגעשפילט דעמעלטס ביי דעם אומגליק

נאכן אומגליק רח"ל ווען יעדע טענשן סיקער אין כמו כלל טוער האט זיך שוין אפגעפיקטשערט אין דו פרעסע אין געגעבן קנאקעדיגע סטעטמענטס פאר דו פרעסע אין אפאר גיטע מוסר פארציעס פאר דו שטאטישע באמטע, איז אנגעקומען די טשיילד אביוס אין געוואלט צונעמען דו קינדער, ווייל ווען דו מעשה האט פארסירט איז קיינער פון דו עלטערן נישט געווען אינדערהיים אין איך דארף נישט פארשטעלן וואס עס מיינט ווען די טשיילד אביוס זעצט זיך ארויף אויף איינעם וואס דאס מיינט, דעמאלטס העלפט נישט קיין לעלאס אין אוואדאי נישט לעזעאנס, זיי זענען אסאך שטערקער פון דע אלע, נא דא קומט אריין דער איש החסד ר' משה דוד נידערמאן וואס האט אסאך געטוען פאר דו משפחה זיך ארויסצודערזען פון דעם ביטערן פעקל ביז ב"ה עס איז געווארן אלעדיגט

גלייך ווען דו משפחה איז פטור געווארן פון דע טשיילד אביוס באקומט ר' משה דוד א מעסעדזש פון א ברודער פון חיים יחתקאל  ניימאן אז חיים יחתקאל וויל פון היינט מער נישט האבן קיין שייכות מיט דיר אין זאלסט אים מער נישט קאלן

איך דארף נישט מסביר זיין ווי געטראפן ר' משה דוד איז געווארן דערפון, וואס האט ער שוין געקענט טוען פאר דע משפחה אז עס זאל קומען אזא מעסעדזש, האט ער זיך נישט געפוילט אין אפגעקאלט חיים יחתקאל אין געפרעגט וואס עס גייט פאר ? פארוואס ער האט געשיקט אזא מעסעדזש

חיים יחתקאל האט עס קאטעגאריש געלייקענט אז ער האט דאס נישט געשיקט

אבער ביז א וואך שפעטער האט זיך אלעס פארענפערט, ווייל דעמאלטס איז געווען פאר דו וואלן אין וומ"ס וואס דעמאלטס האבן זיך דו ארונים געגרייט צו מאכן אן ענדע צו משה דוד נידערמאן אין אזוי ווי חיים יחתקאל באלאנגט צו דו ארוינישע פארטיי אין דא וועט מען נאך אויפשפילן אז ר' משה דוד האט אים געראטעוועט, נא האט מען זיך אן עיצה געגעבן אז מען האט קודם געמאכט זעכער אריינצולייגן אביסעל זיוערס אין מויל פון ר' משה דוד אז ער זאל זיך נישט דערוואגן צו רעדן אז ער האט דא עמעצען געהאלפן, נאר ער זאל אויסהערן ווי ארי' לייב שרייט אין דו גאסן הכרת הטוב פאר וועמען ? מיט דו שטיצע פון דו ניימאן משפחה

יעצט ווען דער טאטע איז געגאנגן מאכן א מעסעדזש אז מען זאל וואטן פאר אבראהאם שטלעט זיך  דו פראגע איז מען אין שטאט סדום ? איז מער נישט פארהאן מענטשליכקייט ? גארנישט גארנישט פינקט ווי א חיה וואס קען פארציקען זיין בעל הבית וואס געט אים צופרעסן יעדן טאג אן געפיל  ?

ווי איך הער האט אים עמעצער געפרעגט דו שעמסט דיך נישט פאר משה דוד וואס ער האט דיר געהאלפן ? האט ער יענעם גענפערט אז ער באלאנגט צו דו ארונים פארטיי, אין זיין פארטיי איז פאר אלעם אין נאך דערצו ער איז א פרענד מיט אבראהאם האט ער עס געטוען

נא קען איינער מסביר זיין אויף וועלכן פלאנעט איז געפון מיר זיך ?

להבדיל דער גוי איז שוין בעסער וויפיל מאל האט מען שוין געהערט ביי דו גיים אז איינער שטיצט א קאנדידאט פון א אנדערן פארטיי ווייל ער האט געהאט פון יענעם א טובה אין זיך צושלאגן מיט זיינע פארטיי פירערס  ?

נא ווילסט נישט גיין אקעגן דיין פארטיי אין זאגן יישר כח פאר משה דוד וואס עס קומט זיך ערליך על פי תורה אין על פי מענטשליכקייט אין על פי גוי , נא זיי שטיל , אבער גיין אריין שטעכן א מעסער אין רוקן פאר ווער עס האט דיר געהאלפן ? פארוואס פאר א פארטיי? פאר ארוניזים ?

דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 18:42 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:

דו רעדסט אינגאנצן נישט צום דבר, דער שורת הדין זאגט אז שטיצן א אידישער פריינד ווי אבראהאם וואס לויפט נאר קעגן נייע גויאישע קאנדידאטן, דארף גארנישט שטערן א צווייטער אידישער פריינד וואס איז נישט מער ווי א לאביאיסט, נידערמאן האט פשוט מחליט געווען אז אויב מ'שטיצט נישט זיין קאנדידאט "שטעכט מען אין איהם א מעסער", דאס איז נישט קיין גערעדעכטס, קען זיין ניימאן האט ליב ביידען, און אפשר נידערמאן מער, אבער נידערמאן איז פארט נישט קיין קאנדידאט.

איך וויל דיר פרעגן א צווייטע פראגע אויב נידערמאן וועט מארגן מחליט זיין אז אויב ניימאן גייט אריין מיט א קוויטעל צו ר' אהרן "שטעכט ער אריין א מעסער אין איהם", וועט ניימאן אפשר אויך זיין א כפוי טובה אויב ער גייט צו ר' אהרן?

הער אויס מיט דעם וואס דו טיסט זיך ווייטער אן דעם רשעותדיגן קעלביש פנים האסטו נישט פארענפערט דעם רשעות

אבראהאם איז א איד אבער ער וואלט געשאסן משה דוד אויף טויט ווען ער קען ווען, אין אז אבראהאם איז אים א דם שונא אין באשמוצט משה דוד נאך ערגער ווי א גוי טוט ,האט נישט ניימאן צו אינדארסן אבראהאם נאך דערצו אין פאבליק ,מעג אבראהאם גיין מיט א ווייסע בעקעטשע איז עס נאך אלטס א כפוי טובה מיט פילן זין פין ווארט

אין דעס וואס ער איז א איד וויל איך דיר זאגן ,וואס ער האט שוין חרוב געמאכט, אין קען חרוב מאכן ,קענען נישט קיין 100 גיים אויפאיינמאל טוען

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 18:23 לינק ישיר 

דו רעדסט אינגאנצן נישט צום דבר, דער שורת הדין זאגט אז שטיצן א אידישער פריינד ווי אבראהאם וואס לויפט נאר קעגן נייע גויאישע קאנדידאטן, דארף גארנישט שטערן א צווייטער אידישער פריינד וואס איז נישט מער ווי א לאביאיסט, נידערמאן האט פשוט מחליט געווען אז אויב מ'שטיצט נישט זיין קאנדידאט "שטעכט מען אין איהם א מעסער", דאס איז נישט קיין גערעדעכטס, קען זיין ניימאן האט ליב ביידען, און אפשר נידערמאן מער, אבער נידערמאן איז פארט נישט קיין קאנדידאט.

איך וויל דיר פרעגן א צווייטע פראגע אויב נידערמאן וועט מארגן מחליט זיין אז אויב ניימאן גייט אריין מיט א קוויטעל צו ר' אהרן "שטעכט ער אריין א מעסער אין איהם", וועט ניימאן אפשר אויך זיין א כפוי טובה אויב ער גייט צו ר' אהרן?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 18:11 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:

איך בין אינגאנצן צימישט, אפשר קענסטו מיר ענטפערן, פארוואס אויב מ'שטיצט אבראהאם שטעכט ער א מעסער אין נידערמאן? ווי קומט דא אריין נידערמאן? נידערמאן איז נישט קיין קאנדידאט. נידערמאן'ס פאזיציע איז נישט אויפן וואגשאל דא, קען זיין אז ווען די קאנדידאטן וואלטן געווען אבראהאם קעגן נידערמאן וואלט ער אפשר געשטיצט נידערמאן. ואפי' אם תמצא לומר אז נידערמאן אינדארסירט א צווייטן קאנדידאט, איז דאף סתם צידרייט צו זאגן אז "ער שטעכט א מעסער" ווייל ער שטיצט א צווייטן קאנדידאט. ער שטיצט ביידען, אבראהאם אלס סיטי קאנסיל און נידערמאן אלס דער לאביאיסט.

א גיטע קשיא

פארוואס ווען מען שטימט פאר יענקל כהנא פארשטייסטו אז עס איז א מעסער פאר ר' אהרן ?

טו דיר אויס דע רשעותדיגע קעלבישע תמימות אין ענפער ווי א נארמאלער מענטש

מעג זיין א כפוי טובה מיט א שמיץ אריבער ווייל מען איז ארוני?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 18:06 לינק ישיר 

mechel19 כתב:
יא, ווען דאס וואלט אמת געווען וואלט עס געווען זייער א מיאוסע זאך, אבער אזוי ווי די גאנצע זאך איז ליגינט פיל מיט שקרים וכזבים נאר אויפצובויען משה דוד לאפעז מיט סטיוו נידערמאן, איז דאס שוןין נישט אזוי גיפערליך.

אבי דו ביסט מודה אז אויב עס איז אמת איז עס אן עוולה וואלסט דאך געקענט זאגן אזוי ווי אלע ארונים זאגן אז מען דארף משה דוד הענגען סיי ווי אזוי ווייל ער ווייסט ווער עס איז רוב אין וומ"ס

נשלח ב-15/9/2009 17:30 לינק ישיר 

איך בין אינגאנצן צימישט, אפשר קענסטו מיר ענטפערן, פארוואס אויב מ'שטיצט אבראהאם שטעכט ער א מעסער אין נידערמאן? ווי קומט דא אריין נידערמאן? נידערמאן איז נישט קיין קאנדידאט. נידערמאן'ס פאזיציע איז נישט אויפן וואגשאל דא, קען זיין אז ווען די קאנדידאטן וואלטן געווען אבראהאם קעגן נידערמאן וואלט ער אפשר געשטיצט נידערמאן. ואפי' אם תמצא לומר אז נידערמאן אינדארסירט א צווייטן קאנדידאט, איז דאף סתם צידרייט צו זאגן אז "ער שטעכט א מעסער" ווייל ער שטיצט א צווייטן קאנדידאט. ער שטיצט ביידען, אבראהאם אלס סיטי קאנסיל און נידערמאן אלס דער לאביאיסט.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 17:16 לינק ישיר 

יא, ווען דאס וואלט אמת געווען וואלט עס געווען זייער א מיאוסע זאך, אבער אזוי ווי די גאנצע זאך איז ליגינט פיל מיט שקרים וכזבים נאר אויפצובויען משה דוד לאפעז מיט סטיוו נידערמאן, איז דאס שוןין נישט אזוי גיפערליך.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > כפוי טובה האט אויך א שיעור
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext