היינט האב איך באקומען אויף מיין סעלפאן א וואויס מעיל, אז דא רעדט חיים יחתקאל ניימאן דער טאטע פונעם קינד וואס איז אראפגעפאלן אין עלאוועטער, אין ער וויל בעטן אז מען זאל שטימען פאר אבראהאם, ווייל ער האט אים זייער אסאך ארויסגעהאלפן בשעת די צרה.
קודם האב איך געמיינט אז עס איז א פאני מעסעדזש וואס דו ארונים האבן אהער געשטלט לכבוד דו וואלן, אריינצוריקן איינס פאר משה דוד נידערמאן, ביזדערווייל בין איך געוואר געווארן ניין, דער טאטע חיים יחתקאל האט בשאט נפש געמאכט דעם ריקארדינג וויסענדיג אז ער שטעכט אריין א מעסער אין הארץ פון משה דוד נידערמאן
שטעלט זיך דו שאלה איז מען שוין בכלל שוין בגדר אנישי? אויס נארמאלקייט מען איז שוין ערגער ווי דו גיים להבדיל?
צו פארשטיין וואס איך פרעג מיז איך דא אראפ ברענגן וואס עס האט זיך אפגעשפילט דעמעלטס ביי דעם אומגליק
נאכן אומגליק רח"ל ווען יעדע טענשן סיקער אין כמו כלל טוער האט זיך שוין אפגעפיקטשערט אין דו פרעסע אין געגעבן קנאקעדיגע סטעטמענטס פאר דו פרעסע אין אפאר גיטע מוסר פארציעס פאר דו שטאטישע באמטע, איז אנגעקומען די טשיילד אביוס אין געוואלט צונעמען דו קינדער, ווייל ווען דו מעשה האט פארסירט איז קיינער פון דו עלטערן נישט געווען אינדערהיים אין איך דארף נישט פארשטעלן וואס עס מיינט ווען די טשיילד אביוס זעצט זיך ארויף אויף איינעם וואס דאס מיינט, דעמאלטס העלפט נישט קיין לעלאס אין אוואדאי נישט לעזעאנס, זיי זענען אסאך שטערקער פון דע אלע, נא דא קומט אריין דער איש החסד ר' משה דוד נידערמאן וואס האט אסאך געטוען פאר דו משפחה זיך ארויסצודערזען פון דעם ביטערן פעקל ביז ב"ה עס איז געווארן אלעדיגט
גלייך ווען דו משפחה איז פטור געווארן פון דע טשיילד אביוס באקומט ר' משה דוד א מעסעדזש פון א ברודער פון חיים יחתקאל ניימאן אז חיים יחתקאל וויל פון היינט מער נישט האבן קיין שייכות מיט דיר אין זאלסט אים מער נישט קאלן
איך דארף נישט מסביר זיין ווי געטראפן ר' משה דוד איז געווארן דערפון, וואס האט ער שוין געקענט טוען פאר דע משפחה אז עס זאל קומען אזא מעסעדזש, האט ער זיך נישט געפוילט אין אפגעקאלט חיים יחתקאל אין געפרעגט וואס עס גייט פאר ? פארוואס ער האט געשיקט אזא מעסעדזש
חיים יחתקאל האט עס קאטעגאריש געלייקענט אז ער האט דאס נישט געשיקט
אבער ביז א וואך שפעטער האט זיך אלעס פארענפערט, ווייל דעמאלטס איז געווען פאר דו וואלן אין וומ"ס וואס דעמאלטס האבן זיך דו ארונים געגרייט צו מאכן אן ענדע צו משה דוד נידערמאן אין אזוי ווי חיים יחתקאל באלאנגט צו דו ארוינישע פארטיי אין דא וועט מען נאך אויפשפילן אז ר' משה דוד האט אים געראטעוועט, נא האט מען זיך אן עיצה געגעבן אז מען האט קודם געמאכט זעכער אריינצולייגן אביסעל זיוערס אין מויל פון ר' משה דוד אז ער זאל זיך נישט דערוואגן צו רעדן אז ער האט דא עמעצען געהאלפן, נאר ער זאל אויסהערן ווי ארי' לייב שרייט אין דו גאסן הכרת הטוב פאר וועמען ? מיט דו שטיצע פון דו ניימאן משפחה
יעצט ווען דער טאטע איז געגאנגן מאכן א מעסעדזש אז מען זאל וואטן פאר אבראהאם שטלעט זיך דו פראגע איז מען אין שטאט סדום ? איז מער נישט פארהאן מענטשליכקייט ? גארנישט גארנישט פינקט ווי א חיה וואס קען פארציקען זיין בעל הבית וואס געט אים צופרעסן יעדן טאג אן געפיל ?
ווי איך הער האט אים עמעצער געפרעגט דו שעמסט דיך נישט פאר משה דוד וואס ער האט דיר געהאלפן ? האט ער יענעם גענפערט אז ער באלאנגט צו דו ארונים פארטיי, אין זיין פארטיי איז פאר אלעם אין נאך דערצו ער איז א פרענד מיט אבראהאם האט ער עס געטוען
נא קען איינער מסביר זיין אויף וועלכן פלאנעט איז געפון מיר זיך ?
להבדיל דער גוי איז שוין בעסער וויפיל מאל האט מען שוין געהערט ביי דו גיים אז איינער שטיצט א קאנדידאט פון א אנדערן פארטיי ווייל ער האט געהאט פון יענעם א טובה אין זיך צושלאגן מיט זיינע פארטיי פירערס ?
נא ווילסט נישט גיין אקעגן דיין פארטיי אין זאגן יישר כח פאר משה דוד וואס עס קומט זיך ערליך על פי תורה אין על פי מענטשליכקייט אין על פי גוי , נא זיי שטיל , אבער גיין אריין שטעכן א מעסער אין רוקן פאר ווער עס האט דיר געהאלפן ? פארוואס פאר א פארטיי? פאר ארוניזים ?