וועגן די נושא פון תועבה, שטיץ איך די זאליס. וועגן די נושא פון בראדוועי טרייענגל וואלטן ביידע צדדים זיך געדארפט ווענדן צו א פראמינענטן פוסק פון חושן משפט, אן דעם טאר מען נישט אוועקנעמען (אדער שתדל'ן ביי די שטאט אוועקצונעמען) די פראפערטי פון די אייגנטימער.
ר' משה דוד העלפט מענטשן, און ר' אברהם יצחק אבראהאם העלפט אויך, למעשה לויפט נישט ר' משה דוד יעצט, נאר ר' אברהם יצחק. די ארוני'שע קאנצעליי זעט נישט אויס אז זיי האלטן ביים אהערשטעלן וואס ר' משה דוד שטעלט אהער, לגבי דעם וואס דאס איז דאס וויכטיגסטע, כאטש עס הייסט אז זיי האבן באקומען א סך געלט. ר' משה דוד טוט אן עולה מיט דעם וואס ער פארטרעט נישט גאנץ וויליאמסבורג אייניג. פאר וועמען זאלט איר שטימען? איך ווייס נישט. אבער דאס איז זיכער אז מ'דארף גיין שטימען.
נשלח ב-15/9/2009 22:09
ווען די וואלסק געוויסט אפילו נאר אביסעלע פאקטן מילא, אבער זיך נישט שעמען צו זאגען א מיינונג בשעת מ'האט נישט קיין אהנונג? דאס קען נאר א ארויני.
נישט קיין נפק"מ ווי וועלכע צד מ'וועט למעשה פארניצן דעם בראדוועי טרייענגל וועלן די אלע וואס דארפן פארלירן פראפערטי דאס סיי ווי פארלירן. (פינטל)
די חילוק איז נאר אז לויט סטיוו לעווין'ס שיטה וועט מען פון די גאסען מאכן נאך פשוטע וויליאמסבורגע גאסען און 50% וועט זיין פאר לאוי אינקאם, משא"כ לויט דעם מנוול אברהאמס שיטה וועט מען בויען נאר 15% לאוי אינקאם אין די איבריגע וועט זיין לאקזשוריעס הייזער פאר ארטיסטען!