בית פורומים כל העולם כולו

אנאליז פון נאך די קאונסיל וואלן.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/9/2009 18:42 לינק ישיר 
אנאליז פון נאך די קאונסיל וואלן.

לאמיר יעצט מישן דאס בלעטל צו היינט ביינאכט 10:00. ווען די וואל בודקעס זענען שוין פארמאכט.

אנאליז 1: לעווין געווינט.
טאטאלער דורכפאל פאר די ארונים.
טאטאלער און מעכטיגער געווינס פאר די זאליס און פאר נידערמאן בפרט.

פארוואס:
איבריג צו זאגן.

שאנצן: גאנץ גוטע שאנצן.
חוץ אויב ס'איז דא א שוואכער טוירנאוט פאר לעווין פון אנדערע קהלות אין וויליאמסבורג.



אנאליז 2: לעווין און אבראהאם פארלירן. א דריטער געווינט.

שטארקער דורכפאל פאר נידערמאן און די זאליס.
גרויסע שמחה פאר די ארונים.

פארוואס:
פאר די ארונים איז עס נישט קיין גרויסער דורכפאל, ווייל זיי גייט באמת נישט קיין סאך אן ווער עס זיצט אין ביטי קאונסטיל, אבי נישט לעווין. און 2טנס, ווייסט יעדער אז אבראהאם האט נישט קיין ערנסטע שאנסן אריינוצוקומען. מ'דארף פשוט שטיצן אבראהאם ווייל דאס פארלאנגט זיך אלסס מענטשליכקייט, אלס תורה'דיגקייט.

שאנצן: אויב לעווין צו נישט אן צו שטארק אין וויליאמסבורג, איז דא גרויסע מעגליכקייט אז ער זאל פארלירן און א דריטער זאל אריינקומען, כנ"ל.



אנאליז 2: אבראהאם געווינט.

מאסיווער דורכפאל פאר נידערמאן און די זאליס.
טאטאלער געווינס שמחה פאר די ארונים.

פארוואס:
איבריג צו זאגן.

שאנצן: נאר א נס משמים קען מאכן אז אבראהאם זאל זיגן.
וויבאלד ער האט כמעט נאר אידישע שטימען, און אלע זאליס וועלן נישט שטימען פאר אים.



 
 



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/9/2009 18:49 לינק ישיר 

דאס האב איך געשריבן נעכטן צופרי אין מיין ערשטע אנאליז.

עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער אקורא.



אנאליז 1: לעווין געווינט.
טאטאלער דורכפאל פאר די ארונים.
טאטאלער און מעכטיגער געווינס פאר די זאליס און פאר נידערמאן בפרט.

פארוואס: איבריג צו זאגן.

שאנצן: גאנץ גוטע שאנצן.
חוץ אויב ס'איז דא א שוואכער טוירנאוט פאר לעווין פון אנדערע קהלות אין וויליאמסבורג.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2009 23:29 לינק ישיר 

עס איז כדאי צו נעמען אין באטראכט אז לעווין וועט שטארק בענעפיטירן פון די שחורים, מעקסיקאנער און לאטינא באפעלקערונג וואס לאפעז דעליווערט אים.

אבראהאם קען נישט קאמפיטן מיט די ערלים, ווייל זיי זענען שולדיג פאר לאפעז א גרויסן דאנק פאר'ן זיי צושטעלן די האוזינג. זיי מוזן האבן לאפעז, ווייל אן אים האבן זיי נישט קיין דאך אויפן קאפ.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2009 21:06 לינק ישיר 

מישמאש,
ביטע ליין איבער וואס איך האב געשריבן.

איך האף אז דו ביסט נישט בארירט געווארן פונעם היץ פונעם וואל טאג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 20:49 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 20:33 לינק ישיר 

ווייל מ'מוז שטימען פאר א היימישן איד.

איינס, ווייל ער איז דער איינציגסטער מענטש וואס האט באמת געטאן פאר אלע איינוואוינער.
יעדער מוז עס מודה זיין.

צווייטנס, ווייל ער איז קעגן חוקי תועבה און לעווין איז דערפאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 20:19 לינק ישיר 

סך הכל
אבראהאם קען נישט געווינען
לעווין איז נישט קיין חילוק צו איך זיץ אינדערהיים צו איך שטים פאר אבראהאם
אבראהאם איז נישט קיין אהרוני אויך נישט
צווואס זאל דער טיפיקעל אהרוני ארויסגיין שטימען?
מאכט מען דא פורים?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 20:11 לינק ישיר 

איך האלט נישט אבראהאם קען אנציען מער ווי לעווין אין וויליאמסבורג.

פארוואס:

קיין שום גוי וועט נישט שטימען פאר אבראהאם. פארוואס יא?

דערקעגן פאר לעווין איז דא וויליאמסבורגער ערלים, מעקסיקאנער, פארטאריקאנער און לאטינא'ס וועלכע וועלן יא שטיצען דעם קאנדידאט פון וויטא לאפעז.

יעצט אז אלע זאלונים וועלן שטימען פאר דעם פרא תועבה לעווין, פלוס גאנץ א שיינער מספר פון לאטינא'ס און שחורים, איז נישט לאגיש צו קלערן אז אבראהאם וועט אנציען מער פון לעווין.


מיר האבן ביז היינט געוואוסט דעם כלל אז : עשו שונא ליעקב...
היינט זענען מיר ליידער געוואויר געווארן אז ויעקב אוהב את עשו !

אויב דאס הייסט יעקב איז זייער ביטער.
לעווין איז זיכער אן עשו.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2009 20:06 לינק ישיר 

דער עקר וואס דארף ארויסגברענגט ווערן איז, אז דער משה דוד נידערמאן פארטרעט נישט וויליאמסבורג, ער האט מצער געווען טויזענטער אנ''ש,

מיטן ארויסנארען אונזער חתימות ביי מציציה בפה, איז עס דער נאך ניצען קעגן אונז.

מיטן רעדען אויפן טעלעפאן שמיני הצרת צופרי צו די פאליציי, אז זיי זאלן אונז ארויסטראגען פון אונזער ביהמ''ד,

מיטן דיסקרעמינערן קעגן טויזענטער אנ''ש וואס וואוינען און וומ''ס,

אבארהאם, לעווין, עס איז אלעס איינס,

די עקר נידער, מיט נידערמאן!!!

וויליאמסבורג וועט אים נישט באוויינען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 19:42 לינק ישיר 

איך האלט אז לעווין וועט אי"ה פארלירן.
און מיר דארפען טוען אוזער פארט, און ארויסקומען שטימען פאר אבראהאם, אפגעזען צי ער וועט זיגן אדער פארלירן.

מיר דארפען טאן אונזער'ס, און דאס איבריגע לאזן מיר פאר'ן בוכ"ע.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 19:22 לינק ישיר 

דאס איז אויך א מעכטיגער געווינס פאר אברהאם און די אהרונים,

אבער דער פאקט איז אז די אהרונים זענען נישא אזוי הייס פאר אברהאם
ווי די זאליס פאר לעווין, און דער חשבון איז פשוט, דער אברהאם איז ווייט
פון צו זיין א אהרוני, ער דאווענט ביי בירך ליפא זענטע, און מען האט עהם
נאך קיינמאל נישט געזען ביי די אהרונים, ער האט לגמרי נישט
קיין שייכות מיט די אהרונים,
אבער דער לעווין איז א פאלקאמער זאלי,
ער עסט נישט קיין קרית יואלער פלייש,
ער עסט נישט אריזאנא מצות,
ער לערנט נישט דעם יסודי התורה שיעור,
ער טרעט נישט אריין אין האפפער,
ער באצאלט נישט קיין מעמבערשיפ פאר די אהרונים,
ער ליינט נישט דעם בלאט,
ער איז אקעגן שחיטה מונחת,
און בכלל איז ער א גרויסער עם הארץ,
בקיצור א פאלנער זאלי,
על כן זענען די זאליס זייער ווארעם פאר זייער קאנדידאט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 19:20 לינק ישיר 

סקאט דאס איז א דערהער ,איך מיין אז דאס גייט זיין די אוטקאם

אבער נישט געזארגט דער שונא ישראל וויטא וועט אונז מכיר טובה זיין אין וויטער טיען טובת מיט זיין אהבה מוסתרת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2009 18:55 לינק ישיר 

וואס טוט זיך אויב לעווין געווינט אבער אבראהאם ציעט אן 70% אין וומ"ב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אנאליז פון נאך די קאונסיל וואלן.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext