נעגאטיווע, שמוציגע קאמפיין?
איך דריי מיך אין די גאס אין וויליאמסבורג זע איך צעטלעך אויף די ווענט און אין דבר יום ביומו אז מ'זאל זיך נישט לאזן פארפירן פון קיין "נעגאטיווע אויסשרייען" נישט וועלן פאר די וואס באשמוצן דעם באגאבטן עסקן און שתדלן ר' משה דוד נידערמאן, די וואס פירן שמוציגע קאמפיין'ס
גיי איך ווייטער און איך פרוביר צו זעהן ווער איז דאס וואס באשמוצט? הער איך א הויכהילכער אויסרופן "בשון אופן זיך לאזן פארפירן פון דעם קאנדידאט וואס האט "קיינמאל" נישט געטוהן פאר וויליאמסבורג! אביסל שפעטער טרעף איך א בלעטל מיטן נאמען "וויליאמסבורג" שטייט דארט ווי שעדליך אבראהאם איז פאר וויליאמסבורג, זעה איך דעם דבר יום ביומו פון נעכטן,אייער נעכטן זעה איך אז אבראהאם וויל ממש אונטערברענגן וויליאמסבורג, אויסשרייען פון ולא יהי' "בך" ערות דבר, אונטערגעשטראכן דעם "בך" אזוי צו זאגן אז אבראהאם איז תועבה,
קוק איך אביסל אין די אבראהאם ליטעראטור זעה איך ער רעדט פון זיך ווי סאך ער האט וועט טוט וכו' וכו' און אז סטיווען לעווין וועט נישט און ער יא
וויל איך אייך פרעגן מורי ורבותי! ווער פירט דא א נעגאטיווע שמוציגע קאמפיין פון באשמוצן היימישע אידן און עסקנים????????
 |
|
|