רמ''מ טירנויער: די געבעקסן פין די זאלי פורום איז אמת.....
כ'וועל ברענגן א שטיקעל וואס די זאלי'ס האבען ארויפגעלייגט אויף זייער פורום
א הייס שטיקעל, פין זייער טיי אווענט נעכטן פאר די בג''ץ מוסדות אין ירושלים וואס איז פארגעקומען אין מאנטריאל.
מיט דברות קודש דער דיין הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער שליט"א, בתוך דבריו האט ער געלאזט הערן אז ער האט היינט גערעדט מיט כ"ק מרן גאב"ד ירושלים הגה"צ ר' יצחק טובי' ווייס שליט"א איבער דעם ענין, און דער ירושלימ'ער רב האט עם געזאגט, אז מ'שטייט פאר ראש השנה, און אזוי ווי מ'איז מוציא לעז אז מ'גייט אין ערכאות אין בני ברק, אין מ'וויל נישט גיין צו א דין תורה, וויל ער לאזן הערן אז די נתבעים הנהלת חברת קרית יואל (זאלוינים) גייען נישט אין ערכאות און זענען גרייט צו שטיין לדי"ת בכל עת ובכל שעה, און זיי האבן פארגעשלאגן בתי דינים כדת של תורה, און מ'טאר נישט מוציא לעז זיין אויף זיי, און זיי האבן אלעס געטאן עפ"י תורה, דאקעגן די צווייטע צד די תובעים קומען נישט צו דין תורה און זענען זיך מתחמק פון קיין ענטפער
קאמענטורן זענען איבריג
כ'וועל נאכמאל ברענגן א שורה:
די נתבעים הנהלת חברת קרית יואל (זאלוינים) גייען נישט אין ערכאות
זעהט אויס אז דער איד גלייבן זיי שוין נישט, האט געמאכט די פאבריקאציע אין נאמען פין ירושלימ'ער רב שליט''א, אין מ'האט געגבן רמ''מ זאל עס אויפשפילן פאר די קעלבלעך.
ביי זיי איז דאך נישט גילטיג דער כלל מילתא דעבידא לגלי' וכו'י
וויאזוי האט ש' פ' געזאגט זינטוג?
מיר זענען קיינמאל נישט אריין אין ערכעות...... נאר פארוואס ליגט דיין זין אין פאללאקס בעקיארד????
תוקן על ידי rebyankel ב- 15/09/2009 21:39:35
 |
|
|