סאטמאר און לעווין געווינען מעכטיגע לענדסלייט קעגין די ארונים!
Stephen Levin 5,199 34%
חרידישער ציבור קעגן די ארוינים
פון די פארלאפענע וואלען שטעלט זיך ארויס, אז בעסיקלי האבען מיר צוויי זייטען:
דער גאנצער חרידישער ציבור, אקעגן די ארוינים!
ס'איז נישט זאליס קעגן ארויניס, ס'איז ארויניס קעגן כלל ישראל!
UJO, וואס פאראייניגט אין זיך אלע היימישע קהילות און מוסדות האבען אינדארסד איין קאנדידאט, און די ארויניס "אליינס" האבען אינדארסד א צווייטען. די מעלות און די חסרונות פון ביידע איז נישט רעלעווענט פאר דעם פוינט, די ארויניס האבען פשוט געוויזען אז זיי זענען אין א קאמפ מיט'ן אידענטום.
נא, עס איז טאקע א קאמפ, אבער תהילה לאל יתברך אז מיר, דער חרידישער ציבור, האבען די אויבער האנט. זאל דער באשעפער העלפען ווייטער.
מאנכע פארשטייען נישט די אזוי געריפענע "נארמאלע" ארויניס ווי אזוי זיי זעען נאך נישט איין זייער חורבן. אבער לויט ווי מיר זעען אז אין היינטיגען דור קומען די נסיונות בעיקר ליידער פין די אידען, ציונים, ארוינים אדג. איז אזוי ווי אמאל ביים ערשטען ביהמ"ק איז די נסיון פון ע"ז געוועהן אזוי שטארק אז ס'האט ליידער מיט געריסען די נארמאלע מענטשען, איז אפשר קען מען דאס היינט אזוי פארשטיין, אז דער ארויניזם איז היינט אזא שטארקער נסיון, וואס שלעפט זיי נעבעך מיט.
ווי זוי האט נאר בוש דער צווייטער געזאגט: (ארויניס) איר זענט אדער מיט אונז, אדער אקעגן אונז (אידענטום)!
און איצט טאקע א ווארט פאר די "נארמאלע" ארויניס: ווי טיף וועט מען נאך אייך אראפ שלעפען אז איר זאלט אייך כאפען?!
ער איז שוין נעלם געווארן פון ביתו נאווה בית הקדישה 152 הויז סט',
תוקן על ידי 1satmar ב- 16/09/2009 6:22:13
 |
|
|