ווער גייט זיין די ספאוקסמען? ווער וועט געבן באמבאדיסטישע אומפאראנטווארטליכע סטעיטמענטס פאר די פרעסע? ווען איך האב נאר אנגעצויגן א נישטיגע 13 פראצענט, און איך בין דאס גענאר פון שטאט...
איך האב פשוט קיין צייט נישט געהאט ארויפצולייגן פריער. תוקן על ידי צום_פונקט ב- 16/09/2009 5:45:22
דאס מאכט מיך נישט פרייליך, אבער מען זעט וויאזוי זייער מהלך המחשבה איז זיך צו קלאפן דעם קאפ און וואנט, צומאכן די אויגן, און שרייען הויעך "געווינען"
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 16/09/2009 22:01:29
נשלח ב-16/9/2009 21:24
די מערסטע אינטערסאנט איז אז אנשטאט איינזען דעם מציאות וואס פאטשט זיי אין פנים, קומען זיי אויף מיט פרישע תירוצים יעדע סעקונדע פארוואס די ארונים האבן יא געווינען.
עס איז דא דא 2 פוינט'ס, די ערשטע פוינט איז ווער עס האט ארויסגעברענגט מער שטימען, וואס אויף דעם טענה'ן די ארונים אז זייערע 1700 שטימען זענען מער ווי די איבער 3 אהאלב טויזנט פון די זאליס.
די צווייטע פוינט איז ווער עס איז אין סיטי קאונסיל, דער אומפאראנטווארטליכער ווילדער בחור ספאוקסמען, וואס האט געוואלט גרינדען א "באמישע" פארטיי ווי ער און נחום רז"ב און טולי גראס זאלן פירן וויליאמסבורג, די דריי עלטסטע באמעס פון וויליאמסבורג, אדער דער ערנסטער קאנדידאט סטיוו לעווין.
אבער חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, דער בראדוועי טרייענגל איז שוין נענטער צו א פאקט, און די ארונישע פארטיי האט נישט נישט ראדני, נישט דער גרעסטער בית המדרש אין די וועלט אויף בעדפארד, נישט די ריזיגע uta אימפעריע בילדונגס, גארנישט האבן זיי נישט אין וויליאמסבורג, חוץ א כאטקע נעבן תשליך ווי מען גייט זיי באגעגענען שלש עשרה מידות ווען דער עולם גייט צו תשליך. (דער 2 וואכעדיג געבויטע כאטקע איז נאך אונטער א פראגע צייכן וועמענס עס איז).
די ארונים האבן געהאט מער מענטשן ביי די וואלן? קאנגרעטולאציעס! אבער אדאנק די א.ג. ספאנישע וויילער בלייבט עטץ אין ענקער מויזן לאך, און דער "גרעסטער" חרדישע שטאט אין אמעריקא ווערט "נישט" געפירט דורך דער "גרעסטער" סבלן בדורינו.
נשלח ב-16/9/2009 20:14
אינטערעסאנטע פוינטס
*-- candidate #1 name goes here *Stephen Levin (Dem)
5199
33.71%
Jo Anne Simon (Dem)
3109
20.16%
Isaac Abraham (Dem)
1937
12.56%
Evan Thies (Dem)
1915
12.42%
Ken Diamondstone (Dem)
1324
8.59%
Doug Biviano (Dem)
1127
7.31%
Kenneth Baer (Dem)
811
5.26%
Reporting: 147 of 147 precincts - 100.00 percent
די טאבעלע איז פון היינטיגן טאג אין ניו יארק 1 פון די נעכטיגע וואלן. די איבריגע איז פון די בעקערי פארום וואס איז געשריבן געווארן פאראיאר נאך די סקוואדראן אפערע
דאס האט ר' יונה געשריבן ביי די וואלן פון סקוואדראן פאראיאר:
מזל טוב מזל טוב!!!
סקוואדראן האט געווינען!!!
וויליאמסבורג האט געווינען!!!
ועל כולם "סאטמאר" האט געווינען!!!
פארלוירען און טויט זענען די שונאי ישראל די חוט המשולש וויטא לאפעז, מאטי נידערמאן, נידעלמאן!!!
היינט אין מיטען טאג האט נידערמאן געשריגען אז ער וויל נאר מציצה בפה.
איצט ביינאכט האט מען געמאכט די ברית מילה אויף אים מיט א קראבארד...!
די פאליטישע וועלט אין ניו יארק שאקעלט זיך!!
אלע זענען אויף מיט די געווינס פון דניאל סקוואדראן, און דאס אז א דאנק א נייע ארגענעזאציע u jcare וואס איז אלט אינגאנצען א האלב יאר, האט ארויסגעווארפן דער מאכטפולער סטעיט סענעטער וואס אזי שוין דארט "30 יאר".
די גאנצע דעמאקראטישע פארטיי איז אויף דערמיט.
11:15 האט דער ניו יארק'ער מעיאר בלומבערג אנגערופען ר' ארי' לייב גלאנץ ני"ו אויף זיין סעל פאן און אים פרעזענדליך גאר שטארק באדאנקט, און ער האט אים געזאגט ראביי גלאנץ איך האב אלס געוואסט אז די קענסט דעליווערן, איצט האסטו מיר דעליווערט די זיג פאר סקאוואדראן, איך וועל דאס געדענקען אויף שטענדיג איך איך וועל גוט באצאלען פארדעם, די מעיאר האט אויך געלאדענט ר' ארי' לייב קיין סיטי האל ווי ער זאל אריבער קומען די וואך ווייל די מעיאר וויל אים באדאנקען פרעזענדליך.
אויך סענאטער טשאק שומער און הילערי קלינטאן האבן אנגערופען פריער ר' ארי' לייב, זיך צו באדאנקען פאר די זיג פון סקוואדראן וואס ער האט דעליווערט.
ר' ארי' לייב איז אויך געווען היינט די קינאט רעדנער ביי די זיג פארטיי פון דניאל סקוואדראן, וואס איז פארגעקומען איצט ביינאכט אין דאנטאן ברוקלין ביי קאנעל סט., אויך האט אים סקוואדראן גאר שטארק באדאנקט ביי זיין רעדע, ער האט געזאגט אז דאס אז איך בין איצט סענעטער איז נאר צו פארדאנקען פאר ר' ארי' לייב!
דאס איז פון האקאבו אין די זעלבע אשכול:
אשריכם וויליאמסבורגער איינוואוינער פאר'ן מאכן א קידוש השם און שיקן א מעסעדזש פאר די גאנצע וועלט אז נידערמאנ'ס טעראריסטישע רעזשים איז געקומען צו א ענדע.
און צו נידערמאן: בור כרה ויחפרהו. ווען דו האסט באשלאסן צו שיקן דיין זון חיים יאסל קיין קרית יואל איבערצודרייען איז דיר נישט איינגעפאלן אז מען קען מאכן מיט דיר דעם זעלבן דזשאב אין וויליאמסבורג.
יעצט האבן מיר דיר געוויזן וואס מיר קענען און דאס איז נאר די אנהייב.
דא וועלן מיר שרייבן די סיבות פארוואס די "אהרונים" האבן געווינען, ווייל ujo האט געווינען עפ"י פשטות, אבער די ארונים האבן געווינען עפ"י סוד (ארויסגענומען פון כל העולם כולו מיט רשות):