|
|
| נשלח ב-16/9/2009 20:58 |
|
| |
רבינקעל
קענסט נישט זיין מער נישט גערעכט ווי דו ביסט, איי עים סארי
פאליטישענס גלייכען א בלאק וואט, און דערפאר האט קר"י עסקנים אייביג באקימען וואס זיי האבן געדארפט, און סקוויר איז די זעלבע, סקוויר האט יעצט באקימען 1.5 פאר זייער בית השחיטה, אלעס צוליב זייער קנאפע 2000 שטימע בלאק וואט, פינטל
קר" און די גיטע צייטן, דאס הייסט בעפאר מענדל שווימער'ס ערשטע וואלן, איז נישט באשטאנען פון מער ווי אונטער 2500 שטימען, און דאך איז דאס געווען א מעכטיגע בלאק וואט וואס יעדער האט געדארפט, און דערפאר האט די קר"י עסקנים אייביג דעליווערט
און וומסב"ג איז קיינמאל נישט געווען קיין בלאק וואט, און דערפאר האבן די עסקנים קיינמאל נישט דעליווערט קיין ערנסטע גרויסע זאכן, ווייל פאליטשענס גלייכען וואטס, און וומסב"ג האט עס קיינמאל נישט ציגעשטעלט
די לעצטע צוויי דריי וואלן האט זיך אנגעהויבן העפטיג אז מען גייט האבן אין וומסב"ג א בלאק וואט, דער צד שכנגד האט געוואלט האבן די מאנפאל דערויף, ער האט געוואלט זאגן אז "זיי" פארטרעט'ן די מענטשן, און אז "זיי" דעליווער'ן די וואטס, דערפאר האט זיי נעכטן געכאפט א הילכיגען פראסק אויף ביידע באקן, ווייל מען האט געוויזן פאר די פאליטישענס אז נישט "זיי" פארטרעט'ן וומסב"ג, עס איז דא איבער 50% וועם זיי קענענן נישט ברענגן. פינטל
איז אזוי, איה"נ אז עס איז געווען איבער 3000 פאר לעווין, אבער יעדער גוי וואס וויל באקימען וואטס ליינט אפ די מאפע, ער ליינט אפ די קאמינוטי,א.ד.ג און ער זעט גלייך וואס דא גייט פאר, קיינער, מאכט זיך נישט צי די אויגן אין זאגט אז עס איז אלעס שטימען פינעם צד שכנגד, יעדער וואס פארשטייט צו וואלן, און ער האט צוויי אפענע אויגן, זעט און פארשטייט, אז ספאנישע האבן נעכטן געוואט פאר לאפעז-לעווין, 51% האבן געוואט פאר זייער'ס א היימישען קאנדידאט אבראהם, און די איבריגע האבן געוואט פאר {דעם מיט א א קאפעל?..} ר' סטיוו לעווין ני"ו און דער פאר וועם 2000 וואטס איז וויכטיג דער וועט זיך ביקען אין צווייען פאר אונז, און פאר דעם וואס עס איז נישט וויכטיג דער וועט זיך נישט ביקען צום צד שכנגד אויך נישט, פינטל
צום סוף, איה"נ מיר זענענן זייער אומארגענעזירט, דאך האבן מיר באוויזן צי האבן די זעלבע נומער וואטס ווי זיי מיט זייער מעכטיגע מאשין, דאס ווייזט וואס פאר א גרויסע כח מיר האבן און וומסב"ג, יא עס איז דא פלאטץ ווי זיך צי פארבעסערן, אבער די אנהייב איז זייער גוט, און ב"ה מען האלט שוין דא, אז מיר שטייען און די ציפערן אייניג מיט זיי,
איך האף אז די עסקנים וועלן עס בארבייטען ווי עס באדארף צו זיין, און מען וועט ארויסנעמען די מאקסימום בענעפיט דערפין
.
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 16/09/2009 21:06:33
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 21:10 |
|
| |
אין אפסטעיט איז 2500 וואוטס, וווערד מער ווי 10000 וואוטס אין ניו יארק סיטי, ווי עס איז דא סאך א גרעסערע באפעלקערונג וואס שטימט
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 21:12 |
|
| |
יא!! דיין צד האט דאך אבער נישט מער ווי מיין צד, ענק האבן אויך געהאט נאר 2000
דער וואס עס וועט נישט דארפן מיינע 2000 וואטס וועט נישט דארפן דיינע אויך נישט!!!
וואס פארקויפן דער ער צד שכנגד??? 2000 בלאק וואטס!! דאס האבן מיר אויך ב"ה
========
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 16/09/2009 21:14:22
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 21:15 |
|
| |
אה''נ
כ'זעה פין דיין פריעדיגע תגובה אז די האסט מיך עפעס שלעכט פארשטאנען,
תוקן על ידי rebyankel ב- 16/09/2009 21:24:32
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 21:24 |
|
| |
| rebyankel כתב: |  | | אין אפסטעיט איז 2500 וואוטס, וווערד מער ווי 10000 וואוטס אין ניו יארק סיטי, ווי עס איז דא סאך א גרעסערע באפעלקערונג וואס שטימט |
|
חכם די באדעם ליין איז נישט וויפיל מאענטשן עס וואטען , נאר מעו געווינט מיט די דיפרענס
דאס הייסט ווען אין א געגענט גייען א מיליאן מענטשען וואטען אין איינער באקימט א האלב מיליאן מיט הינדערט וואטס אין דעם איז אריין גערעכנט א בלאק וואט פין 500 מענטשען האבן די פינעף הינדערט מענטשען אריין געברענגט דעם קאנדידאט
אין יא קיין איין פאלעטישאן קיקט נישט אויף ווילי ,נידערמאן קען מיט ענק טין וואס ער וויל, נאר ווייל ענק גייען נישט וואטן
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 21:29 |
|
| |
דער מציאות איז:
1) אבראהאם האט געפירט א שוואכן קאמפיין.
ער האט נישט ארונטערגעריסן דעם שונא זיינעם (UJO) נאר געהאקט אויף לעווין
אין די צייט וואס נידערמאן האט געריסן שטיקער פון אבראהאם פערזענליך.
2) די ארונים האבן נישט רעגיסטרירט קיין שום נייע שטימען דאס יאר.
UJO האט יא.
3) די ארונים האבן געמאכט א סטראטעגישן פאליטישן טעות מיט'ן קאמפיין פאר אבראהאם.
דער מציאות איז געווען זייער קלאר אז אבראהאם האט נישט געהאט קיין שאנס. אלזא אלע ארונישע שטימען איז געגאנגען אין מיסט קאסטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 22:58 |
|
| |
תוקן על ידי rebyankel ב- 16/09/2009 23:38:29
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 23:01 |
|
| |
דאס איז וואס די "גוט מארגען" האט געשריבען מאנטאג:
און יעצט איז די קרוב צו 2000 שטימען נאר יודישע...
פון 1200 שטימען איז געווארען איבער 5000!!!
נישטא ווער זאל לאכען...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 23:16 |
|
| |
ביזט גערעכט
ער האט נישט געוויסט אז די זאלי'ס האבען מער ליב די היספאנישע באפעלקערונג וואס האט אינז ארויסגערוקט פין די פראזשעקס, ווי א היימישער חרדישער יוד.
גראדע האט ער כמעט ציגעטראפען, ווייל לאפעז האט ווי שוין באקאנט, נעכטן געזאגט אז ער האט א משפחה פין 1400-1500 וואוטערס אין די פראזשעקס.
{ער האט נאך דעמאלטס נישט געוויסט אז די זאלי'ס זענען אויך מיט אים איין משפחה, כל..... ערבים}
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 23:45 |
|
| |
פינעם היינטיגען ''גיט מארגען''
אפהאנדלונג אויף די נעכטיגע וואלן און אירע רעזולטאטן
באקומען אין אימעיל.
איך לייג עס ארויף ווייל איך וויל הערן צו די זאליס זעעהן דא עפעס אומריכטיג.
די סלאגאנען ווי: שעלטס שעלטס.. נערנים... לוזערס... דאס האב איך שוין געליינט אין די אנדערע אשכולות, אצינד וויל איך הערן עפעס זאכליך...
ברוקלין. – ביי די סיטי קאָונסיל וואַלן נעכטן דינסטאג, איז סטעפאן לעווין אַרויס דער זיגער אינעם 33 טן דיסטריקט, מיט 5,199 שטימען, וואָס באַטרעפט סך הכל 33 פּראָצענט פון אַלע אָפּגעגעבענע שטימען, קעגן די איבעריגע 67 פּראָצענט פון די שטימען וועלכע זענען צעטיילט געוואָרן צווישן די איבעריגע זעקס קאַנדידאַטן.
לעווין האָט אָנגעצויגן זיינע שטימען אינעם גאַנצן 33 טן דיסטריקט וואָס נעמעט אַריין גרינפּוינט, דאָמבאָו, ברוקלין הייטס, באָרום היל, ווינעגאַר היל, וויליאַמסבורג, פּאַרק סלאָופּ, קאַראָל גאַרדענס, די געגנטער וועלכע זענען טייל פון די גאוואַנעס פּריסינקטן.
דער חרדישער קאַנדידאַט פון וויליאַמסבורג הרה''ח ר' אברהם יצחק אבראהאם הי''ו האָט ערהאַלטן נאָנט צו 2,000 אידישע שטימען ( 1,937 ) און לעווין האָט ערהאַלטן אין וויליאַמסבורג 3,466 שטימען, אַריינגערעכנט לכל הפּחות 1,500 שטימען פון שפּאַנישע, לאַטינאָס און שוואַרצע איינוואוינער אין די פּראַדזשעקטס און אין אַנדערע הייזער אין די גרעניצן פון וויליאַמסבורג.
דינסטאָג אינמיטן טאָג האָט אַסעמבלימאַן וויטאָ לאָפּעז, דער אויבערהאַר פון לעווין, אויפגעטרעטן אויף די לאָקאַלע NY1טעלעוויזיע סטאַנציע, וואו ער האָט צווישן אַנדערן דערקלערט: ''איך האָב אַ גרויסע פאַמיליע פון צווישן 1,400 און 1,500 שטימען, וועלכע וואוינען אין די ניו יאָרק סיטי האַוזינג פּראַדזשעקטס אין די 33 סטן סיטי קאָונסיל דיסטריקט. זיי זענען אַלעמאָל לאָיאַלע שטיצער, און מיין פריינט סטיוו לעווין איז זייער באַליבטער אויסוואַל.''
נאָך אינמיטן טאָג, האָט דער באַרימטער ברוקלינער זשורנאַליסט, מר. עהרען שאָרט, וועלכער איז פון די פירענדע מיטגלידער פון די צייטונג ''ברוקלין קאָריער'', געשריבן, אַז ''עס שיינט ווי סטיוו לעווין ציט אָן זייער גוט אין די פּובליק האַוזינג געביידעס, און אין די חסידישע געמיינדע, און ער ציט אָן שטאַרקע נומערן אין די וויליאַמסבורגער און גאָוואַנוס פּריסינקטן.''
מערקווירדיג, האָט דער ברוקלינער זשורנאַליסט מר. עהרען שאָרט פריער געלייגט דגוש אויף האַוזינג געביידעס ווי אויף די
חסידישע געמיינדע, ווייל מען האָט שוין געזען אינמיטן טאָג ווי לעווין, און הויפּטזעכליך זיין אויבערהאַר וויטאָ לאָפּעז, האָבן אַנגאַזשירט מאַסיווע כוחות אין אַלע פּראַדזשעקט געביידעס אין וויליאַמסבורג, אַריינגערעכנט אויף ווילסאָן, ווייט פּלעיס, טעילאָר, קליימער, דעוויזשאן און העוועמאיער און מאַרסי, אין וועלכע עס וואוינען בערך 2500 גויאישע פאַמיליעס. מער ווי 100 לאָפּעז וואָלונטירן האָבן באַלאַגערט די פּראַדזשעקט געביידעס, און געקלאַפּט אומאויפהערליך אויף אַלע טירן.
דער שרייבער עהרן שאָרט האָט באַריכטעט דינסטאג אינמיטן טאָג, אַז לעווין האָט געפּאַרקט זיין קאַר פאַר רוב טייל פונעם טאָג פאָרנט פון די טעילאָר ווייט פּראַדזשעקטס, און איז אַליין געשטאַנען אַרומגענומען מיט זעכצן וואָלונטירן, און קאַמפּיינט ביי די פּראַדזשעקט איינוואוינער.
ווי מען קען ליינען צווישן די שורות, צווישן די סטעיטמענטס פון וויטאָ לאָפּעז, און אינעם באַריכט פון עהרען שאָרט, האָט דער לעווין טיקעט געלייגט גרויס געוויכט אויף פּובליק האַוזינג, ווייל לעווין האָט געשפּירט אַז דאָרט האָט ער אַ וואָרט, מיט דעם וואָס זיין אויבערהאַר לאָפּעז האָט איינגעפירט – אינאיינעם מיט זיינע נעכטיגע און אייער-נעכטיגע חברים, ווי מאַרטין נ י ד ע ל מ אַ ן
אא''וו – דעם דיסקרימינאַטיוון סיסטעם, אַז אַ איד האָט שוין נישט באַקומען קיין דירה אין די פּראַדזשעקטס פאַר די לעצטע צוואָנציג יאָר, און היינט צוטאָג זענען מער ווי 80 פּראָצענט איינוואוינער פון די פּראַדזשעקטס מינאָריטעטן איינוואוינער, ווי שוואַרצע, לאַטינאָס און היספּאַנישע, וועלכע האָבן אַלע צו פאַרדאַנקען לאָפּעז'ן פאַר זייערע דירות, און קומען אַרויס אין די מאַסן שטימען פאַר וועמען לאָפּעז באַפעלט.
אין וויליאַמסבורג איז געווען אַ גרויסער טומל אין טאָג פון די וואַלן, אבער ווי אַלע ווייסן – אחרי ככלות הכל נאָכדעם וואָס די הויכהילכערס זענען שטיל געוואָרן – אַז דאָס פייער אין די אידישע מחנה אין וויליאַמסבורג איז ליידער אָנגעצונדן געוואָרן עטליכע וואָכן צוריק, ווען מ'האָט געשריבן גאַנצעטע זייטן אַרטיקלען אין אַ וועכנטליכע אידישע צייטונג, אונטער אַ פאָרעם פון אַ ''גאַסט עדיטאָריעל'', אָנגעפּיקעוועט מיט האַס און שמוץ, לשון הרע און רכילות, שקרים וכזבים, והלבנת פּני חברו ברבים, קעגן דעם חרדישן קאַנדידאַט ר' אברהם יצחק נ''י – און עטליכע וואָכן אין אַ צי האָט מען ניטאַמאָל געהערט אפילו אַ פּאָזיטיוון ענטפער פונעם אָנגעגריפענעם ר' אברהם יצחק נ''י.
אַנשטאַט די באַשמוצער זאָלן אויסקלויבן אַ מהלך, צו רימען דעם אייגענעם נישט-אידישן קאַנדידאַט און אַרויסברענגען זיין אייגענע ערפאַרונג, אויב ער האָט עפּעס – וואָס ער האָט פאַקטיש נישט געהאַט, צוליב זיין יונגן יאָרגאַנג פון 26 יאָר – האָט מען ענדערש באַשלאָסן אָנצוגרייפן פּערזענליך ר' אברהם יצחק נ''י, צוליב פּאָליטישע חשבונות, עד כדי כך אַז מען האָט מוותר געווען אויף די יסודי היסודות און מען איז געווען גרייט אַרויסצוקומען קעגן אַן אייגענעם ברודער, אָנזייען שנאה, בנוסף אויף מוותר זיין אויף ערליכע יסודי היסודות פון קדושה וטהרה.
וויפיל מען וועט וועלן פאַרלייקענען, וועט דאָס בלייבן פאַר אַ פאַקט, אַז ר' אברהם יצחק האָט אַדווערטייזט אין ''אַלע'' חרדישע צייטונגען, איידעלע, געלאַסענע אַנאָנסן, ווען אין די זעלבע וואָך האָט מען אים מכבד געווען מיט אַ קיתון של שופכין און נישט געטראָפן איין גוטע מעלה אויף דעם עסקן וועלכער האָט אַ גאָלדענעם רעקאָרד פון 36 יאָר עסקנות לטובת הכלל והפּרט.
דער חרדישער קאַנדידאַט ר' אברהם יצחק נ''י האָט פון די ערשטע מינוט געפירט אַ ריינעם און איידעלן קאַמפּיין. אין קיין איינע
פון די קאַמפּיין ליטעראַטור וואָס ער און זיין אָפיציעלער קאַמפּיין האָבן אַרויסגעגעבן, איז נישט געווען קיין איין שלעכט וואָרט אויף אַ איד.
די צייטונג ''דער רעקאָרד'' וואָס איז אַרויסגעקומען פון ר' אברהם יצחק'ס הויפּטקוואַרטיר, איז געווען ריין. עס האָט אַנטהאַלטן 32 זייטן, אָן קיין איין וואָרט לשון הרע, מחלוקת ורכילות. מען האָט אך ורק דערציילט וואָס דער אייגענער קאַנדידאַט האָט אויפגעטון, זיינע דערגרייכונגען פון 36 יאָר עסקנות, באַגלייט מיט דאָקומענטן. אויך האָט עס אַנטהאַלטן דעם דעת תורה פון גדולים וצדיקים נ''ע אַז מען טאָר נישט אינדאָרסירן קאַנדידאַטן וועלכע שטיצן חוקי תועבה.
סך הכל שטעלט זיך אַרויס, אַז ווען מען לייגט אין אַ זייט די לכל הפּחות 1,500 גויאישע שטימען וואָס וויטא לאָפּעז האָט געהאַט אין טאַש פאַר לעווין, בלייבט לעווין איבער מיט עטוואָס מער ווי 1,900 אידישע שטימען אין וויליאַמסבורג. אויב מען שטעלט דאָס צו, צו די 1,937 שטימען וואָס ר' אברהם יצחק האָט ערהאַלטן, איז אַ געוואַלדיגער קידוש השם, אַז אידן וועלכע האָבן אַ גאַנצע וואָך געהערט און געליינט, און באמת אַזוי געהאַלטן, אַז אַ חרדישער איד קען נישט געוואונען קיין בענקל אין סיטי קאָונסיל, בפרט אַ חסידישער איד מיט באָרד און פּיאות, דאָך האָבן זיי ביי זיך אָפּגעמאַכט אַרויסצוקומען און שאַפן אַ קידוש השם דורך שטימען פאַר אַן אייגענעם ברודער, אַ שומר תורה ומצוות, וועלכער האָט אָפן זיך אַרויסגעשטעלט פאַר די אינטערעסן פון וויליאַמסבורג, ברוחניות ובגשמיות, און זיך נישט געלאָזט מיטשלעפּן מיט'ן אַנדערן צד וואָס האָט ליידער ליידער בוחר געווען דאָס פאַרקערטע.
אין אַ דאַנק בריוו וואָס ר' אברהם יצחק האָט אָפּגעשריבן, עטליכע מינוט נאָכ'ן הערן דעם אויסגאַנג פון די וואַלן, באַדאַנקט ער זיך פאַר אַלע זיינע וויילער, און דרוקט זיין אויס זיין האָפענונג און באַגער צו ווייטער קענען שטיין צום דינסט פון ציבור און אויפטון אינאיינעם לטובת הכלל והפּרט.
קרעדיט: מנחם מענדל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2009 23:47 |
|
| |
It wasn't surprising that Levin, the candidate with the endorsements of unions, party boss Vito Lopez, and
several bigfoot elected officials, won more than a third of the vote. It was moderately surprising that Jo Anne Simon, who had the Times endorsement, got only 20% of the vote.
It was somewhat surprising that Isaac Abraham, a candidate with strength mainly in the South Williamsburg Hasidic community, won more votes than Evan Thies, who had endorsements from the Daily News, the Brooklyn Paper, and the Citizens Union.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/9/2009 00:02 |
|
| |
די זאליס זעען גארנישט אומריכטיג, עס איז די גוט מארגען אליינס וואס זעהט עפעס אומריכטיג.
קוק נאכאמאל אריין אין די גוט מארגען פון מאנטאג, וואס איז דא אויבן, און זאג די מיר פארוואס די היינטיגע איז אומריכטיג.
און אצינד וויל איך הערען עפעס זאכליך...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/9/2009 00:23 |
|
| |
9 קרישקעלעך איבער די נעכטיגע וואלן.
1) עס איז נעכטן נאכמאל זייער קלאר געשטעלט געווארן אז משה דוד לאפעז פארטרעט נאר אפשר האלב ווילי, וואס אין די האלב געפינען זיך רוב קהלות פון ווילי צוזאמען מיט די זאליס.
סטיוו לעווין האט געהאט אין ווילי נעכטן 3106 שטימען, אין די 3106 ליגט, אן ערך פון 12-1400 ספאנישע, און די איבריגע איז צוטיילט צווישען זאליס, פאפא, וויען, שאפראן, נייטרא, תשב"ר, צעהלים, שונאי סאטמאר, וכו'.
די אלע מוסדות האבן געשטיצט סטיוו לעווין, און זיי האבן אהיים געשיקט צעטלעך מיט די קינדער אז מען זאל שטימען נאר פאר סטיוו לעווין, אויך אין זייערע בתי מדרשים האבן זיי געלאזט הענגען צעטלעך נאר פאר סטיוו לעווין, מען האט יעדעם פון די מוסדות געבעטן אז זיי זאלן לאזן אהיים שיקן צעטלעך אויך פאר ר' אברהם יצחק, אבער זיי האבן נישט געלאזט בשו"א, (פארשטייט זיך אז רוב עלטערן שטימען פארן צעטיל וואס די קינד ברענגט אהיים פונעם מוסד), פארוואס איז דאס?
ווייל די אלע ראשי קהלות ווי ישעי' שווארץ, יוסי וועבער, פראמאוויטש, מענצער, גאלדבערגער, בצלאל כהנא, זענען עבדים און שותפים צו משה דוד נידערמאן, וואס איז אן עבד פאר וויטא לאפעז, פארוואס?
יעדער מיט זיין פעקל למשל, פאפא וויל אז נידערמאן זאל זיי געבן ווי מער געלט פון די דייטשע רעגירונג, מענצער און גאלדבערגער פילן זיך אן די טאשן פון די רעגירונג, וויען וויל אז משה דוד זאל זיי העלפן מאכן ווי מער געלט אין אשל אברהם. שאפראן, צעהלים, טוען דאס אן געלט... זיי זענען סתם וויסטע דם שונאים פאר סאטמאר...
זיי האבן זייערע קהלות און מוסדת אין דער ערד, און זייערע אייגענע מענטשען, מעמבערס וכו', האבן זיי אויך אין דער ערד, דער עיקר איז אז זיי פרעזנדליך זאלן זיך אנפילן די טאשן, און משה דוד זאל זיי העלפן מיט ווי מער.
און דאס איז די איינע סיבה פון ווי עס נעמט זיך די רשעות און אכזריות, אז א איד ווי ר' אברהם יצחק אברהאם וואס ארבעט שוין יארן מיט מסירת נפש פאר ווילי, לויפט פאר סיטי קאנסיל, אנשטאט שטיצן א איד, טוט מען גאר פארקערט און מען באשמיצט אים, מען טרינקט אים דאס בלוט!!
2) פון די אנדערע זייט זענען די אהרונים סאטמאר געשטאנען כמעט איינער אליינס, און האבן אנגעצויגען 1937 שטימען כולו קודש, אן קיין שטימען פון קיין זאליס, גוים, ספאנישע, שאפראן, לאפעז וכו', וואס איז גאר א מעכטיגע שטארקע נומבער, נאך דערצו וואס זיי האבן קום מיט א יאר צוריק זיך אנגעהויבען צו ארגאנעזירען פאליטיש.
3) ווען עס לויפן ווען צוויי קאנדידאטן אידן נאר אין ווילי איינס קעגן די אנדערע, און די ספאנישע האבן איין אייגן מענטש, וואלט משה דוד'ס קאנדידאט פארלוירען!!
4) יעצט ווען מען האלט שוין נאכדעם, איז כדאי נאכמאל ארויס ברענגען די רשעות און אכזריות וואס די זאליס מיט משה דוד לאפעז האבן געטאן.
דא איז געשטאנען א איד ווי ר' אברהם יצחק אברהאם, וואס איז נישט קיין אהרוני, ער דאווענט יעדען טאג אין קליימער, שבת אין ברך משה דזענטא, ער שטיצט 82, ער האט א קלינעם רעדארד, ער העלפט שוין ווילי 36 יאר, ער איז זיך מוסר נפש פאר יעדען איד אין ווילי וכו'.
קומט משה דוד לאפעז און זאגט ניין, מען גייט נישט שטימען פאר אברהאם, פארוואס?
ווייל וויטא לאפעז דער רשע ושונא ישראל איז בעל הבית!! וויטא לאפעז איז בעל הבית אין ווילי!!! וויטא לאפעז איז בעל הבית אויף UJO !!! אין ער זאגט פאר משה דוד אז ער מיז שטיצן זיין מענטש סטיוו לעווין, און נישט דעם איד ר' אברהם יצחק.
משה דוד איז גלייך מקבל וואס זיין בעל הבית וויטא לאפעז זאגט, און אינדארסירט סטיוו לעווין. און בלייבט נישט ביי דעם, נאר ער נעמט זיך צו אברהאם און פארגיסט זיין בלוט, ער באשמיצט אים מיט לעכערליכע שטותים און נערישקייטן, און טראץ די אלע שמוץ, האט ער נישט געקענט אויפווייזען קיין 1 זאך פארוואס אברהאם איז נישט גוט פאר ווילי, אדער עכ"פ פארוואס איז סטיוו לעווין בעסער פאר ווילי ווי אברהאם.
5) איין זאך וואס משה דוד לאפעז האט ארום געזינגען, אז עס איז בעסער צו האבן איינעם אין סיטי קאנסיל וואס איז נישט משלנו (לייען: א פרייער איד..), ווי איינער וואס איז א חסידישער איד ווי ר' אברהם יצחק, אשר ע"כ האלט איך אז אזוי ווי דאס איז משה דוד לאפעס מיינונג, דארף ער ריזיינען פון ujo, און אריינשטעלן א גוי זאל עס פירן...
אדער אפשר איז משה דוד לאפעז אויך א פרייער איד... צו איז ער א ספאנישער...
6) נאך א זאך וואס משה דוד לאפעז האט ארום געזינגען אז ר' אברהם יצחק אברהאם קען נישט געווינען...! ממילא זאל מען נישט שטימען פאר אים, עס איז ארויס געווארפענע שטימעס...
ר' אברהם יצחק פון די אנדערע זייט האט געשריגען אז טאמער אלע אידן פון ווילי שטימען פאר אים, געווינט ער גאר שטארק, ווי ער האט געשריבען אז מיט 4500 שטימען איז ער א זיכערער געווינער.
איצט שטעלט זיך ארויס אז משה דוד לאפעז איז א שקרן! ר' אברהם יצחק וואלט ווען געקענט געווינען גאר שטארק, טאמער משה דוד לאפעז און די אנדערע קהלות וואלטן אים אינדארסירט, ר' אברהם יצחק וואלט ווען געהאט בערך 4000 שטימען און לעווין וואלט געהאט בערך 3 טויזענט שטימען.
און וויליאמסבורג וואלט ווען געהאט ר' אברהם יצחק אברהאם אין סיטי קאנסיל.
7) נאך אזאך, עס מאכט זיך זעלטן אזא געלגענהייט ווי היי יאר, ווייל היי יאר איז די זיץ געווען ליידיג, ממילא איז נישט שייך געווען צו שרייען הכרת הטוב פארן ביז איצטיגען קאנסיל מאן, וואלט מען געקענט רוהיג אינדארסירן ר' אברהם יצחק.
8) וואס איז די אפטייטש פון א זאלי, דאס האט מען קלאר נעכטן נאכמאהל געזעהן. א רשע און א שלעכטער מענטש...! דאס איז די אפטייטש פון א זאלי, דאס וואס עטץ האטס געטאן מיט ר' אברהם יצחק אברהאם ני"ו על לא דבר, נאר סתם פאר רשעות.
9) צום לעצט אן אויסרוף צו משה דוד לאפעז און אלע זאליס, און די אלע וואס אראפ געדריקט דעם "רציחה קנעפל" און געשטימט פאר סטיוו לעווין, קעגן ר' אברהם יצחק:
ראש השנה איז דא, איר דארפט אלע גיין איבערבעטן ר' אברהם יצחק אברהאם ני"ו, מיט אייער דריק אפען "רציחה קנעפל" האט איר זיין בלוט פארגאסען על לא דבר, ער האט אייך גארנישט וויי געטאן, נאר איר זיין בלוט פארגאסען מיט אכזריות!!!
יום כיפור איז נישט מכפר אויף א זינד בין אדם לחבירו, די זינד וואס איר האט געטאן קעגן ר' אברהם יצחק אברהאם מיטן גיין שטימען קעגן אים און אים טרינקען דאס בלוט, איז אזוי הארב אז אפילו יום כיפור איז נישט מכפר, ביז ווילאנג איר גייט אים איבער בעטן.
לא חרבה ירושלים אלא על שנאת חינם, די אלע אידן האבן ליידער געהאט א חלק אין דעם איצט אפאר טאג פאר ראש השנה!
איבער דעם וואס די אידן האבן געשטיצט אזא שמוץ קאנדידאט און געטראטען בשאט ובנפש אפען איסור פון רבנים הצדיקים זי"ע אויף דעם קען זיי אפשר יום כיפור מכפר זייין אז זיי וועלן אמת'דיג תשובה טאן.
א כתיבה וחתימה טובה!
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 17/09/2009 0:32:40
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2009 05:38 |
|
| |
די מחלוקת אין וויליאמסבורג איז אפשר זייער שלעכט פאר אידישקייט אבער פאר פאליטיק איז עס זייער גוט.
יעדער צד האט ארויס געברענגט אסאך מער שטימען ווי ביידע צדדים צוזאם פלעגען באקומען, אין יעדער פאליטישאן וועט מוזען רעכענען מיט ביידע.
|
|
|
|
|