בית פורומים אחים אנחנו

אפהאנדלונג אויף די נעכטיגע וואלן און אירע רעזולטאטן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/9/2009 21:05 לינק ישיר 
אפהאנדלונג אויף די נעכטיגע וואלן און אירע רעזולטאטן

באקומען אין אימעיל.

איך לייג עס ארויף ווייל איך וויל הערן צו די זאליס זעעהן דא עפעס אומריכטיג.
די סלאגאנען ווי: שעלטס שעלטס..  נערנים... לוזערס... דאס האב איך שוין געליינט אין די אנדערע אשכולות, אצינד וויל איך הערן עפעס זאכליך...


ברוקלין. – ביי די סיטי קאָונסיל וואַלן נעכטן דינסטאג, איז סטעפאן לעווין אַרויס דער זיגער אינעם 33 טן דיסטריקט, מיט 5,199 שטימען, וואָס באַטרעפט סך הכל 33 פּראָצענט פון אַלע אָפּגעגעבענע שטימען, קעגן די איבעריגע 67 פּראָצענט פון די שטימען וועלכע זענען צעטיילט געוואָרן צווישן די איבעריגע זעקס קאַנדידאַטן.

לעווין האָט אָנגעצויגן זיינע שטימען אינעם גאַנצן 33 טן דיסטריקט וואָס נעמעט אַריין גרינפּוינט, דאָמבאָו, ברוקלין הייטס, באָרום היל, ווינעגאַר היל, וויליאַמסבורג, פּאַרק סלאָופּ, קאַראָל גאַרדענס, די געגנטער וועלכע זענען טייל פון די גאוואַנעס פּריסינקטן.

דער חרדישער קאַנדידאַט פון וויליאַמסבורג הרה''ח ר' אברהם יצחק אבראהאם הי''ו האָט ערהאַלטן נאָנט צו 2,000 אידישע שטימען ( 1,937 ) און לעווין האָט ערהאַלטן אין וויליאַמסבורג 3,466 שטימען, אַריינגערעכנט לכל הפּחות 1,500 שטימען פון שפּאַנישע, לאַטינאָס און שוואַרצע איינוואוינער אין די פּראַדזשעקטס און אין אַנדערע הייזער אין די גרעניצן פון וויליאַמסבורג.

דינסטאָג אינמיטן טאָג האָט אַסעמבלימאַן וויטאָ לאָפּעז, דער אויבערהאַר פון לעווין, אויפגעטרעטן אויף די לאָקאַלע NY1טעלעוויזיע סטאַנציע, וואו ער האָט צווישן אַנדערן דערקלערט: ''איך האָב אַ גרויסע פאַמיליע פון צווישן 1,400 און 1,500 שטימען, וועלכע וואוינען אין די ניו יאָרק סיטי האַוזינג פּראַדזשעקטס אין די 33 סטן סיטי קאָונסיל דיסטריקט. זיי זענען אַלעמאָל לאָיאַלע שטיצער, און מיין פריינט סטיוו לעווין איז זייער באַליבטער אויסוואַל.''

נאָך אינמיטן טאָג, האָט דער באַרימטער ברוקלינער זשורנאַליסט, מר. עהרען שאָרט, וועלכער איז פון די פירענדע מיטגלידער פון די צייטונג ''ברוקלין קאָריער'', געשריבן, אַז ''עס שיינט ווי סטיוו לעווין ציט אָן זייער גוט אין די פּובליק האַוזינג געביידעס, און אין די חסידישע געמיינדע, און ער ציט אָן שטאַרקע נומערן אין די וויליאַמסבורגער און גאָוואַנוס פּריסינקטן.''

מערקווירדיג, האָט דער ברוקלינער זשורנאַליסט מר. עהרען שאָרט פריער געלייגט דגוש אויף האַוזינג געביידעס ווי אויף די
חסידישע געמיינדע, ווייל מען האָט שוין געזען אינמיטן טאָג ווי לעווין, און הויפּטזעכליך זיין אויבערהאַר וויטאָ לאָפּעז, האָבן אַנגאַזשירט מאַסיווע כוחות אין אַלע פּראַדזשעקט געביידעס אין וויליאַמסבורג, אַריינגערעכנט אויף ווילסאָן, ווייט פּלעיס, טעילאָר, קליימער, דעוויזשאן און העוועמאיער און מאַרסי, אין וועלכע עס וואוינען בערך 2500 גויאישע פאַמיליעס. מער ווי 100 לאָפּעז וואָלונטירן האָבן באַלאַגערט די פּראַדזשעקט געביידעס, און געקלאַפּט אומאויפהערליך אויף אַלע טירן.

דער שרייבער עהרן שאָרט האָט באַריכטעט דינסטאג אינמיטן טאָג, אַז לעווין האָט געפּאַרקט זיין קאַר פאַר רוב טייל פונעם טאָג פאָרנט פון די טעילאָר ווייט פּראַדזשעקטס, און איז אַליין געשטאַנען אַרומגענומען מיט זעכצן וואָלונטירן, און קאַמפּיינט ביי די פּראַדזשעקט איינוואוינער.

ווי מען קען ליינען צווישן די שורות, צווישן די סטעיטמענטס פון וויטאָ לאָפּעז, און אינעם באַריכט פון עהרען שאָרט, האָט דער לעווין טיקעט געלייגט גרויס געוויכט אויף פּובליק האַוזינג, ווייל לעווין האָט געשפּירט אַז דאָרט האָט ער אַ וואָרט, מיט דעם וואָס זיין אויבערהאַר לאָפּעז האָט איינגעפירט – אינאיינעם מיט זיינע נעכטיגע און אייער-נעכטיגע חברים, ווי מאַרטין נ י ד ע ל מ אַ ן
אא''וו – דעם דיסקרימינאַטיוון סיסטעם, אַז אַ איד האָט שוין נישט באַקומען קיין דירה אין די פּראַדזשעקטס פאַר די לעצטע צוואָנציג יאָר, און היינט צוטאָג זענען מער ווי 80 פּראָצענט איינוואוינער פון די פּראַדזשעקטס מינאָריטעטן איינוואוינער, ווי שוואַרצע, לאַטינאָס און היספּאַנישע, וועלכע האָבן אַלע צו פאַרדאַנקען לאָפּעז'ן פאַר זייערע דירות, און קומען אַרויס אין די מאַסן שטימען פאַר וועמען לאָפּעז באַפעלט.

אין וויליאַמסבורג איז געווען אַ גרויסער טומל אין טאָג פון די וואַלן, אבער ווי אַלע ווייסן – אחרי ככלות הכל נאָכדעם וואָס די הויכהילכערס זענען שטיל געוואָרן – אַז דאָס פייער אין די אידישע מחנה אין וויליאַמסבורג איז ליידער אָנגעצונדן געוואָרן עטליכע וואָכן צוריק, ווען מ'האָט געשריבן גאַנצעטע זייטן אַרטיקלען אין אַ וועכנטליכע אידישע צייטונג, אונטער אַ פאָרעם פון אַ ''גאַסט עדיטאָריעל'', אָנגעפּיקעוועט מיט האַס און שמוץ, לשון הרע און רכילות, שקרים וכזבים, והלבנת פּני חברו ברבים, קעגן דעם חרדישן קאַנדידאַט ר' אברהם יצחק נ''י – און עטליכע וואָכן אין אַ צי האָט מען ניטאַמאָל געהערט אפילו אַ פּאָזיטיוון ענטפער פונעם אָנגעגריפענעם ר' אברהם יצחק נ''י.

אַנשטאַט די באַשמוצער זאָלן אויסקלויבן אַ מהלך, צו רימען דעם אייגענעם נישט-אידישן קאַנדידאַט און אַרויסברענגען זיין אייגענע ערפאַרונג, אויב ער האָט עפּעס – וואָס ער האָט פאַקטיש נישט געהאַט, צוליב זיין יונגן יאָרגאַנג פון 26 יאָר – האָט מען ענדערש באַשלאָסן אָנצוגרייפן פּערזענליך ר' אברהם יצחק נ''י, צוליב פּאָליטישע חשבונות, עד כדי כך אַז מען האָט מוותר געווען אויף די יסודי היסודות און מען איז געווען גרייט אַרויסצוקומען קעגן אַן אייגענעם ברודער, אָנזייען שנאה, בנוסף אויף מוותר זיין אויף ערליכע יסודי היסודות פון קדושה וטהרה.

וויפיל מען וועט וועלן פאַרלייקענען, וועט דאָס בלייבן פאַר אַ פאַקט, אַז ר' אברהם יצחק האָט אַדווערטייזט אין ''אַלע'' חרדישע צייטונגען, איידעלע, געלאַסענע אַנאָנסן, ווען אין די זעלבע וואָך האָט מען אים מכבד געווען מיט אַ קיתון של שופכין און נישט געטראָפן איין גוטע מעלה אויף דעם עסקן וועלכער האָט אַ גאָלדענעם רעקאָרד פון 36 יאָר עסקנות לטובת הכלל והפּרט.

דער חרדישער קאַנדידאַט ר' אברהם יצחק נ''י האָט פון די ערשטע מינוט געפירט אַ ריינעם און איידעלן קאַמפּיין. אין קיין איינע
פון די קאַמפּיין ליטעראַטור וואָס ער און זיין אָפיציעלער קאַמפּיין האָבן אַרויסגעגעבן, איז נישט געווען קיין איין שלעכט וואָרט אויף אַ איד.

די צייטונג ''דער רעקאָרד'' וואָס איז אַרויסגעקומען פון ר' אברהם יצחק'ס הויפּטקוואַרטיר, איז געווען ריין. עס האָט אַנטהאַלטן 32 זייטן, אָן קיין איין וואָרט לשון הרע, מחלוקת ורכילות. מען האָט אך ורק דערציילט וואָס דער אייגענער קאַנדידאַט האָט אויפגעטון, זיינע דערגרייכונגען פון 36 יאָר עסקנות, באַגלייט מיט דאָקומענטן. אויך האָט עס אַנטהאַלטן דעם דעת תורה פון גדולים וצדיקים נ''ע אַז מען טאָר נישט אינדאָרסירן קאַנדידאַטן וועלכע שטיצן חוקי תועבה.

סך הכל שטעלט זיך אַרויס, אַז ווען מען לייגט אין אַ זייט די לכל הפּחות 1,500 גויאישע שטימען וואָס וויטא לאָפּעז האָט געהאַט אין טאַש פאַר לעווין, בלייבט לעווין איבער מיט עטוואָס מער ווי 1,900 אידישע שטימען אין וויליאַמסבורג. אויב מען שטעלט דאָס צו, צו די 1,937 שטימען וואָס ר' אברהם יצחק האָט ערהאַלטן, איז אַ געוואַלדיגער קידוש השם, אַז אידן וועלכע האָבן אַ גאַנצע וואָך געהערט און געליינט, און באמת אַזוי געהאַלטן, אַז אַ חרדישער איד קען נישט געוואונען קיין בענקל אין סיטי קאָונסיל, בפרט אַ חסידישער איד מיט באָרד און פּיאות, דאָך האָבן זיי ביי זיך אָפּגעמאַכט אַרויסצוקומען און שאַפן אַ קידוש השם דורך  שטימען פאַר אַן אייגענעם ברודער, אַ שומר תורה ומצוות, וועלכער האָט אָפן זיך אַרויסגעשטעלט פאַר די אינטערעסן פון וויליאַמסבורג, ברוחניות ובגשמיות, און זיך נישט געלאָזט מיטשלעפּן מיט'ן אַנדערן צד וואָס האָט ליידער ליידער בוחר געווען דאָס פאַרקערטע.

אין אַ דאַנק בריוו וואָס ר' אברהם יצחק האָט אָפּגעשריבן, עטליכע מינוט נאָכ'ן הערן דעם אויסגאַנג פון די וואַלן, באַדאַנקט ער זיך פאַר אַלע זיינע וויילער, און דרוקט זיין אויס זיין האָפענונג און באַגער צו ווייטער קענען שטיין צום דינסט פון ציבור און אויפטון אינאיינעם לטובת הכלל והפּרט.


תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 16/09/2009 21:05:16




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/9/2009 21:23 לינק ישיר 

איך בעט זייער אלע ארונים די בכל אתר ואתר: האטס געדולד ביז מארגן 9 אזייגער אינדערפרי. דעמאלט וועט ערשיינען די בלאט און דארט וועט איר געוואויר ווערן אסז נישט נאר האט אבאראהאם געהאט 50 פראצענט, נאר ער האט געהאט ד מערהייט פון 70 פראצענט.

אמת אז מיר קענען נישט פאראויסזאגן דעם ספין פון ווידער דעם בונדל מח וואשער, אבער איך גיב אייך מיין עהרן ווארט. מארגן ניין אזייגער צופרי זענט איר אלע ווייטער מיט א שמייכל...

און צו דיר קאלבישער מנחם מענדל:

די ציפערן זענען אזוי: פון וויליאמסבורג האט לעווין-נידערמאן-זאליס געהאט בערך 3500 אידישע שטימעס, און אבארהאם-שמואל ווידער-ארונים האבען געהאט 1630 אידישעשטימעס בערך.

דאס איז קארגע 31 פראצענט.

קיין איין גוי שטימט נישט אויף מארסי און קיין איין גוי שטימט נישט אין העיווארד, און קוק די נומערן פון דארט. אין העיווארד: 1087 פאר לעווין און 504 פאר אבראהאם. מארסי:  467 פאר לעווין און  232 פאר אבראהאם. די ביידע פלעצער האבן אויסגעברענגט איבער דאפעלט פאר לעווין.

עס וואוינען נישט אין די פראדשעקטס קיין 1500 גוים בכלל. און מען האט נישט געזען קיין היספאנישע טורן אוט אין וויליאמסבורג.

אלזא לאז די ספינס פארן בונדל-מח וואשער און דריי א קאפ פאר דיינע קאלבן און שעפסן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2009 21:26 לינק ישיר 

די ביסט אויפן קאפ געפאלען? די זאלי'ס קענען נעבעך נישט ענטפערן צוליב דעם וואס זייט אברהאם האט געווינען שטייען די זאלי'ס מיט די צינג אנדרויסן! בעט נישט קיין תשובה טאנץ נישט אויף אידיש בליט.

נ.ב. וויטא לאפעז האט געזאגט אז ער האט 1500 וויילער און פאבליק הויזינג נישט 1400-1500 אזוי ווי די שרייבסט, ער האט אזוי געזאגט ווייל ער האט נישט געוולאט אנרייצן די קעגנער צו ארבעטן פלייסיגער באמת האט ער באקומען פון די פאבליק האויזינג 3763 שטימעס. (די איבריגע 3 שטימעס פון וו"ב איז געווען 1 פון א ארויני וואס איז פערזענליך אויפגערעגט אויף אברהאם געוויסע זאגן אז דאס איז זיין ווייב, איך בין נישט זיכער אויב ס'איז קראנט. און נאך 2 זאלי'ס).

תוקן על ידי עטגאסט ב- 16/09/2009 21:26:21




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2009 21:29 לינק ישיר 

עס הייסט איצט אז די "ספלעשי" דרשה פון ר' אהרן אין שלש עשרה מידות, וואס מען גייט קענען הערן בכל קצוי תבל און די בכל אתר ואתר, און ואס ער גייט זאגן איינגעהילט אין א טלית, גייט זיין דער תיקון פאר די "חוקי תועבה" וואס לעווין-נידערמאן-זאליס, ווילן אריינברענגען אין וויליאמסבורג.
 
ביי די דרשה גייט ר' אהרן ארויסקומען בעוז ותעצומות, מיט גאטס און קוראזש, מיט עצים ובצים קעגן די חוקי התועבה וואס ער און זיינע מענטשן האבן אזוי זיך געשלאגן דעמיט נעכטן.

ר' אהרן! די וועלט קוקט ארויס אויף אייער דרשה! די וועלט ערווארט פון אייך דעם ריכטיגן צוגאנג צו אלע שמוץ וואס די גרופע לעווין-נידערמאן-זאליס ווילן אריינברענגען אין סאטמאר!

מיר בעטן אייך ר' אהרן, דיסעפוינט אונז נישט! קומט ארויס מיטן שארפסטן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2009 21:34 לינק ישיר 

באלאנד #1
אפשר פארציילסטו פון וואו דו נעמסט דיינע "אמתע" לאקאלע ציפערן?

עטגאסט, באלאנד #2
איר האט פארזעהן מיין הקדמה. ליינט איבער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/9/2009 21:34 לינק ישיר 

It wasn't surprising that Levin, the candidate with the endorsements of unions, party boss Vito Lopez, and several bigfoot elected officials, won more than a third of the vote. It was moderately surprising that Jo Anne Simon, who had the Times endorsement, got only 20% of the vote.

It was somewhat surprising that Isaac Abraham, a candidate with strength mainly in the South Williamsburg Hasidic community, won more votes than Evan Thies, who had endorsements from the Daily News, the Brooklyn Paper, and the Citizens Union.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/9/2009 21:36 לינק ישיר 

באלאנד כתב:
איך בעט זייער אלע ארונים די בכל אתר ואתר: האטס געדולד ביז מארגן 9 אזייגער אינדערפרי. דעמאלט וועט ערשיינען די בלאט און דארט וועט איר געוואויר ווערן אסז נישט נאר האט אבאראהאם געהאט 50 פראצענט, נאר ער האט געהאט ד מערהייט פון 70 פראצענט.

אמת אז מיר קענען נישט פאראויסזאגן דעם ספין פון ווידער דעם בונדל מח וואשער, אבער איך גיב אייך מיין עהרן ווארט. מארגן ניין אזייגער צופרי זענט איר אלע ווייטער מיט א שמייכל...

און צו דיר קאלבישער מנחם מענדל:

די ציפערן זענען אזוי: פון וויליאמסבורג האט לעווין-נידערמאן-זאליס געהאט בערך 3500 אידישע שטימעס, און אבארהאם-שמואל ווידער-ארונים האבען געהאט 1630 אידישעשטימעס בערך.

דאס איז קארגע 31 פראצענט.

קיין איין גוי שטימט נישט אויף מארסי און קיין איין גוי שטימט נישט אין העיווארד, און קוק די נומערן פון דארט. אין העיווארד: 1087 פאר לעווין און 504 פאר אבראהאם. מארסי:  467 פאר לעווין און  232 פאר אבראהאם. די ביידע פלעצער האבן אויסגעברענגט איבער דאפעלט פאר לעווין.

עס וואוינען נישט אין די פראדשעקטס קיין 1500 גוים בכלל. און מען האט נישט געזען קיין היספאנישע טורן אוט אין וויליאמסבורג.

אלזא לאז די ספינס פארן בונדל-מח וואשער און דריי א קאפ פאר דיינע קאלבן און שעפסן


You could be 100% right, where can i see these numbers you quote by precint- polling place?
gimpele



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2009 21:43 לינק ישיר 


אינטערסאנט אז אין אלע אשכולת ווי מ'רעדט וועגן די ציפערן פון די וואלען וועט ער נאר פרעגן די זאלי'ס פון ווי זיי נעמען די נומערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2009 21:54 לינק ישיר 

yes because i really wanna know



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2009 22:08 לינק ישיר 

באשטעטיגטע ציפערן זענען נאך נישט דא!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/9/2009 22:20 לינק ישיר 

aha! so where do people get this numbers from?
I really wanna see them and do a breakdown on them.

gimpele



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/9/2009 01:07 לינק ישיר 

1) עס נעכטן נאכמאל זייער קלאר געשטעלט געווארן אז  שמואל אבראהאם פארטרעט ניטאצאל  30פראצענט  ווילי, וואס אין די האלב געפינען זיך אלע מיליאנען ארונים    פון ווילי  מיט די  אין  באמעס  

 שמואל אבארהאם האט געהאט אין ווילי נעכטן 1937 שטימען, אין די 1937 ליגט, אן ערך פון200 וויסע ארטיסטען , פין גרינפאויט איבריגע איז צוטיילט צווישען מיליאמען ארונים אין די באמעס , , שונאי סאטמאר, וכו'.

די אלע מיליאנען ארונים  האבן געשטיצט שמואל אברהאם , און זיי האבן אהיים געשיקט צעטלעך מיט די קינדער אז מען זאל שטימען נאר פאר שמואל אברהאם, אויך אין זייערע בתי מדרשים האבן זיי געלאזט הענגען צעטלעך נאר פאר שמואל אברהאם, מען האט געבעטען די  גוט מארגען  געבעטן אז זיי זאלן לאזן מאעכן  צעטלעך אויך פאר ר' סטיו לעויין , אבער זיי האבן נישט געלאזט בשו"א, פארוואס איז דאס?

ווייל די אלע מיליאנען ארונים ווי , זענען עבדים פאר  שמואל אבארהם, וואס איז אן עבד פאר גערי שלעזינגער  פארוואס?

יעדער מיט זיין אנדערע מסירה אויף אידן ,שלעדינגער וויל איינזענען זיין פעטער אין דער יועת פרטי וויל איינזעצען וויגדור ובניו . אנדערע מוסרים , טוען דאס אן געלט... זיי זענען סתם וויסטע דם שונאים ווי די מעשה מיט ר אברהם רייכמאן אין  פאר סאטמאר...
 
און דאס איז די איינע סיבה פון ווי עס נעמט זיך די רשעות און אכזריות, אז א איד ווי ר' ר משהדוד  נידערמאן  וואס ארבעט שוין יארן מיט מסירת נפש פאר ווילי, שטיצט איינעם צו לויפן  פאר סיטי קאנסיל, אנשטאט שטיצן איינעם וואס האט דערליווערט , טוט מען גאר פארקערט און מען באשמיצט אים, מען טרינקט אים דאס בלוט!!

2) פון די אנדערע זייט זענען אלע קהילות אין ערליכע אידן געשטאנען כמעט  אליינס, און זיי האבן אנגעצויגען 3700 שטימען כולו קודש, אן קיין שטימען פון קיין ציליאנען ארונים באמעס , וואס איז א מעכטיגע שטארקע נומבער, נאך דערצו וואס די ארונים האבן שוין 20 יאר סבלנות אין די קהילות  האבן  זיך באמת  האבן קוים מיט א יאר צוריק זיך אנגעהויבען צו ארגאנעזירען פאליטיש.

2) עס זענען געלאפן  צוויי קאנדידאטן אידן  אין ווילי איינס קעגן די אנדערע, און די ארונים געשטעלט שמואל אברהאם געגן ר משה דוד  וואלט שמואל אברהאם  פארלוירען!! ביג טיים

3) יעצט ווען מען האלט שוין נאכדעם, איז כדאי נאכמאל ארויס ברענגען די רשעות און אכזריות וואס די ארונים  מיט שמואל אברהאם  האבן געטאן.

דא איז געשטאנען א איד ווי ר' שמואל אברהאם  , וואס איז א אהרוני, ער דאווענט יעדען טאג אין מיליאן הופער מיט מיליאנען אידן , ער שטיצט יעדע השחתה , ער האט א  השחתה רעדארד, ער פרובירט 20 יאר מיט סבלנות  יאר, ער איז  מאסערט אידן רעכט אין לינקס אין ווילי וכו'.

קומט משה דוד נידערמאן  און זאגט ניין, מען גייט נישט שטימען פאר שמואל אברהאם, פארוואס?

ווייל  דער רשע ושונא ישראל גערי שלעזינגער  איז בעל הבית!!  גערי שלעזינגער   איז בעל הבית אין ווילי!!! ו גערי שלעזינגער  איז בעל הבית אויף UJC !!! אין ער זאגט פאר שמואל  אבראהאם  אז ער מיז שטיצן זיין מענטש אברהם יצחק ווידער , און נישט סטייו לעווין . 

שמואל אברהאם  איז גלייך מקבל וואס זיין בעל הביתגערי שלעזינגער  זאגט, און אינדארסירט אברהם יצחק ווידער . און בלייבט נישט ביי דעם, נאר ער נעמט זיך צו ר משה דוד און גיסט זיין בלוט, ער באשמיצט אים מיט לעכערליכע שטותים און נערישקייטן, און טראץ די אלע שמוץ, האט ער נישט געקענט אויפווייזען קיין 1 זאך פארוואסר משה דוד איז נישט גיט איז נישט גוט פאר ווילי, אדער עכ"פ פארוואס איז שמואל אבראהאם  בעסער פאר ווילי ווי סטייו לעווין .

4) איין זאך וואס גערי  האט ארום געזינגען, אז עס איז בעסער צו האבן איינעם אין סיטי קאנסיל וואס וועט ניישט שטערן קיין מסירות , ווי איינער וואס איז א חרסידישער איד ווי ר'משה דוד וואס וועט שטיין אויף דער וואך , אשר ע"כ האלט איך אז אזוי ווי דאס איז גערי שלעזינדערס עס מיינונג, דארף ער ריזיינען פון UJC, און אריינשטעלן א גוי זאל עס פירן...

אדער אפשר איז גערי שלעזינדערס אויך א פרייער איד...

5) נאך א זאך וואס גערי שלעזינגערס האט ארום געזינגען אז ר' ר משה דודו קאנדיטאט  קען נישט געווינען...! ממילא זאל מען נישט שטימען פאר אים, עס איז ארויס געווארפענע שטימע...

ר' משה דוד  פון די אנדערע זייט האט געשריגען אז טאמער די אידן פון ווילי שטימען פאר אים געווינט ער גאר שטארק, ווי ער האט געשריבען אז מיט 4500 שטימען איז ער א זיכערער געווינער.

איצט שטעלט זיך ארויס אז גערי שלעזינגער איז א שקרן, און סטיוו לעווין האט  געווינען גאר שטארק, טאמער גערי שלעזינדער   און די מיליאנען ארונים  וואלטן  אינדארסירט, סטיוו לעווין וואלט ער ווען געהאט בערך 7500 שטימען און שמואל אברהם וואלט געהאט בערך 300 טויזענט שטימען.

און וויליאמסבורג וואלט ווען געהאט ר' גערי שלעזינדער אין סיטי קאנסיל.

6) נאך אזאך, עס מאכט זיך זעלטן אזא געלגענהייט ווי היי יאר, ווייל היי יאר איז די זיץ געווען ליידיג, ממילא איז נישט שייך געווען צו שרייען הכרת הטוב פארן ביז איצטיגען קאנסיל מאן, וואלט מען געקענט רוהיג אינדארסירן סטייו לעווין .

7) וואס איז די אפטייטש פון א ארוני  דאס האט מען קלאר נעכטן נאכמאהל געזעהן. א רשע און א שלעכטער מענטש...! דאס איז די אפטייטש פון א ארוני  דאס וואס עטץ האטס געטאן מיט ר' משה דוד נידערמאן ני"ו על לא דבר, נאר סתם פאר רשעות.

8) צום לעצט אן אויסרוף צו גערי שלעזינדער ז און אלע ארונים , און די אלע וואס אראפ געדריקט דעם "רציחה קנעפל" און געשטימט פאר גערי שלעזינדער  , קעגן ר'משה דודו
ראש השנה איז דא, איר דארפט אלע גיין איבערבעטן ר' משה דוד ני"ו, מיט אייער דריק אפען "רציחה קנעפל" האט איר זיין בלוט פארגאסען על לא דבר, ער האט אייך גארנישט וויי געטאן, נאר איר זיין בלוט פארגאסען מיט אכזריות!!!

יום כיפור איז נישט מכפר אויף א זינד בין אדם לחבירו, די זינד וואס איר האט געטאן קעגן ר' משה דוד  מיטן גיין שטימען קעגן אים און אים טרינקען דאס בלוט, איז אזוי הארב אז אפילו יום כיפור איז נישט מכפר, ביז ווילאנג איר גייט אים איבער בעטן.

לא חרבה ירושלים אלא על שנאת חינם, די אלע אידן האבן ליידער געהאט א חלק אין דעם איצט אפאר טאג פאר ראש השנה!

איבער דעם וואס די אידן האבן געשטיצט אזא שמוץ קאנדידאט און געטראטען בשאט ובנפש משחית געעוען נפשות ישראל אויף דעם קען זיי אפשר יום כיפור מכפר זייין אז זיי וועלן אמת'דיג תשובה טאן.

א כתיבה וחתימה טובה!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > אפהאנדלונג אויף די נעכטיגע וואלן און אירע רעזולטאטן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext