א כתיבה וחתימה טובה פאר אלע ליינער און שרייבער
געווענליך בין איך נזהר ווען איך שרייב מיינע מיינונגען, נישט צו טשעפענען מענטשן פריוואט
אדער שרייבן נעמען פון פריוואטע מענטשן, אבער קען זיין אז איך בין אמאל דורכגעפאלן
צום נייעם יאר וויל איך יעדן איבערבעטן אויב איך האב איינעם געטשעפעט אדער וויי געטאן,
והריני מוחל לכל מי שהכעיס והקניט אותי
בין בניק זה ובין בניק אחר
ולא יענש שום אדם בסבתי.
בעטס אייך אויס אלעס גוטס, און זייטס מתפלל פאר "אלע אידן" און פאר גאנץ כלל ישראל.
מיר זאלן שוין בקרוב אויסגעלייזט ווערן.