ר יונה-שמואל אבראהאם זאגט מוסר אין געבעקס פורם
1) עס נעכטן נאכמאל זייער קלאר געשטעלט געווארן אז שמואל אבראהאם פארטרעט ניטאמאל 30 פראצענט ווילי, וואס אין די האלב געפינען זיך אלע מיליאנען ארונים פון ווילי מיט די אין באמעס
שמואל אבארהאם האט געהאט אין ווילי נעכטן 1937 שטימען, אין די 1937 ליגט, אן ערך פון200 וויסע ארטיסטען , פין גרינפאויט איבריגע איז צוטיילט צווישען מיליאמען ארונים אין די באמעס , , שונאי סאטמאר, וכו'.
די אלע מיליאנען ארונים האבן געשטיצט שמואל אברהאם , און זיי האבן אהיים געשיקט צעטלעך מיט די קינדער אז מען זאל שטימען נאר פאר שמואל אברהאם, אויך אין זייערע בתי מדרשים האבן זיי געלאזט הענגען צעטלעך נאר פאר שמואל אברהאם, מען האט געבעטען די גוט מארגען געבעטן אז זיי זאלן לאזן מאעכן צעטלעך אויך פאר ר' סטיו לעויין , אבער זיי האבן נישט געלאזט בשו"א, פארוואס איז דאס?
ווייל די אלע מיליאנען ארונים ווי , זענען עבדים פאר שמואל אבארהם, וואס איז אן עבד פאר גערי שלעזינגער פארוואס?
יעדער מיט זיין אנדערע מסירה אויף אידן ,שלעדינגער וויל איינזענען זיין פעטער אין דער יועת פרטי וויל איינזעצען וויגדור ובניו . אנדערע מוסרים , טוען דאס אן געלט... זיי זענען סתם וויסטע דם שונאים ווי די מעשה מיט ר אברהם רייכמאן אין פאר סאטמאר...
און דאס איז די איינע סיבה פון ווי עס נעמט זיך די רשעות און אכזריות, אז א איד ווי ר' ר משהדוד נידערמאן וואס ארבעט שוין יארן מיט מסירת נפש פאר ווילי, שטיצט איינעם צו לויפן פאר סיטי קאנסיל, אנשטאט שטיצן איינעם וואס האט דערליווערט , טוט מען גאר פארקערט און מען באשמיצט אים, מען טרינקט אים דאס בלוט!!
2) פון די אנדערע זייט זענען אלע קהילות אין ערליכע אידן געשטאנען כמעט אליינס, און זיי האבן אנגעצויגען 3700 שטימען כולו קודש, אן קיין שטימען פון קיין ציליאנען ארונים באמעס , וואס איז א מעכטיגע שטארקע נומבער, נאך דערצו וואס די ארונים האבן שוין 20 יאר סבלנות אין די קהילות האבן זיך באמת האבן קוים מיט א יאר צוריק זיך אנגעהויבען צו ארגאנעזירען פאליטיש.
2) עס זענען געלאפן צוויי קאנדידאטן אידן אין ווילי איינס קעגן די אנדערע, און די ארונים געשטעלט שמואל אברהאם געגן ר משה דוד וואלט שמואל אברהאם פארלוירען!! ביג טיים
3) יעצט ווען מען האלט שוין נאכדעם, איז כדאי נאכמאל ארויס ברענגען די רשעות און אכזריות וואס די ארונים מיט שמואל אברהאם האבן געטאן.
דא איז געשטאנען א איד ווי ר' שמואל אברהאם , וואס איז א אהרוני, ער דאווענט יעדען טאג אין מיליאן הופער מיט מיליאנען אידן , ער שטיצט יעדע השחתה , ער האט א השחתה רעדארד, ער פרובירט 20 יאר מיט סבלנות יאר, ער איז מאסערט אידן רעכט אין לינקס אין ווילי וכו'.
קומט משה דוד נידערמאן און זאגט ניין, מען גייט נישט שטימען פאר שמואל אברהאם, פארוואס?
ווייל דער רשע ושונא ישראל גערי שלעזינגער איז בעל הבית!! גערי שלעזינגער איז בעל הבית אין ווילי!!! ו גערי שלעזינגער איז בעל הבית אויף UJC !!! אין ער זאגט פאר שמואל אבראהאם אז ער מיז שטיצן זיין מענטש אברהם יצחק ווידער , און נישט סטייו לעווין .
שמואל אברהאם איז גלייך מקבל וואס זיין בעל הביתגערי שלעזינגער זאגט, און אינדארסירט אברהם יצחק ווידער . און בלייבט נישט ביי דעם, נאר ער נעמט זיך צו ר משה דוד און גיסט זיין בלוט, ער באשמיצט אים מיט לעכערליכע שטותים און נערישקייטן, און טראץ די אלע שמוץ, האט ער נישט געקענט אויפווייזען קיין 1 זאך פארוואסר משה דוד איז נישט גיט איז נישט גוט פאר ווילי, אדער עכ"פ פארוואס איז שמואל אבראהאם בעסער פאר ווילי ווי סטייו לעווין .
4) איין זאך וואס גערי האט ארום געזינגען, אז עס איז בעסער צו האבן איינעם אין סיטי קאנסיל וואס וועט ניישט שטערן קיין מסירות , ווי איינער וואס איז א חרסידישער איד ווי ר'משה דוד וואס וועט שטיין אויף דער וואך , אשר ע"כ האלט איך אז אזוי ווי דאס איז גערי שלעזינדערס עס מיינונג, דארף ער ריזיינען פון UJC, און אריינשטעלן א גוי זאל עס פירן...
אדער אפשר איז גערי שלעזינדערס אויך א פרייער איד...
5) נאך א זאך וואס גערי שלעזינגערס האט ארום געזינגען אז ר' ר משה דודו קאנדיטאט קען נישט געווינען...! ממילא זאל מען נישט שטימען פאר אים, עס איז ארויס געווארפענע שטימע...
ר' משה דוד פון די אנדערע זייט האט געשריגען אז טאמער די אידן פון ווילי שטימען פאר אים געווינט ער גאר שטארק, ווי ער האט געשריבען אז מיט 4500 שטימען איז ער א זיכערער געווינער.
איצט שטעלט זיך ארויס אז גערי שלעזינגער איז א שקרן, און סטיוו לעווין האט געווינען גאר שטארק, טאמער גערי שלעזינדער און די מיליאנען ארונים וואלטן אינדארסירט, סטיוו לעווין וואלט ער ווען געהאט בערך 7500 שטימען און שמואל אברהם וואלט געהאט בערך 300 טויזענט שטימען.
און וויליאמסבורג וואלט ווען געהאט ר' גערי שלעזינדער אין סיטי קאנסיל.
6) נאך אזאך, עס מאכט זיך זעלטן אזא געלגענהייט ווי היי יאר, ווייל היי יאר איז די זיץ געווען ליידיג, ממילא איז נישט שייך געווען צו שרייען הכרת הטוב פארן ביז איצטיגען קאנסיל מאן, וואלט מען געקענט רוהיג אינדארסירן סטייו לעווין .
7) וואס איז די אפטייטש פון א ארוני דאס האט מען קלאר נעכטן נאכמאהל געזעהן. א רשע און א שלעכטער מענטש...! דאס איז די אפטייטש פון א ארוני דאס וואס עטץ האטס געטאן מיט ר' משה דוד נידערמאן ני"ו על לא דבר, נאר סתם פאר רשעות.
8) צום לעצט אן אויסרוף צו גערי שלעזינדער ז און אלע ארונים , און די אלע וואס אראפ געדריקט דעם "רציחה קנעפל" און געשטימט פאר גערי שלעזינדער , קעגן ר'משה דודו
ראש השנה איז דא, איר דארפט אלע גיין איבערבעטן ר' משה דוד ני"ו, מיט אייער דריק אפען "רציחה קנעפל" האט איר זיין בלוט פארגאסען על לא דבר, ער האט אייך גארנישט וויי געטאן, נאר איר זיין בלוט פארגאסען מיט אכזריות!!!
יום כיפור איז נישט מכפר אויף א זינד בין אדם לחבירו, די זינד וואס איר האט געטאן קעגן ר' משה דוד מיטן גיין שטימען קעגן אים און אים טרינקען דאס בלוט, איז אזוי הארב אז אפילו יום כיפור איז נישט מכפר, ביז ווילאנג איר גייט אים איבער בעטן.
לא חרבה ירושלים אלא על שנאת חינם, די אלע אידן האבן ליידער געהאט א חלק אין דעם איצט אפאר טאג פאר ראש השנה!
איבער דעם וואס די אידן האבן געשטיצט אזא שמוץ קאנדידאט און געטראטען בשאט ובנפש משחית געעוען נפשות ישראל אויף דעם קען זיי אפשר יום כיפור מכפר זייין אז זיי וועלן אמת'דיג תשובה טאן.
א כתיבה וחתימה טובה!
תוקן על ידי פערדעריי ב- 17/09/2009 1:05:39
תוקן על ידי פערדעריי ב- 17/09/2009 1:06:11
 |
|
|