בית פורומים כל העולם כולו

הייער געווינט בארא פארק – לענדער געווינט דעם דיסטריקט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/9/2009 05:26 לינק ישיר 
הייער געווינט בארא פארק – לענדער געווינט דעם דיסטריקט

 
א מעכטיגע מערכה איז פארגעקומען אין בארא פארק איבער וועלכע קאנדידאט צו שטימען פאר סיטי קאנסול מיטגליד פון דעם 39'סטען דיסטריקט.

די רבנים, עסקנים, כלל טוער, מוסדות פירער, אלע האבן זיך פאראייניגט אונטער איין קאנדידאט: דזשאן הייער. פארוואס? זייער פשוט! ווי נאר עס האט זיך אנגעהויבן די פארמעסט האבן עטליכע עסקנים וועלכע טוען אינעם געביט פון פראגראמען פאר מוסדות התורה, אינאיינעם מיט אנדערע עסקנים, אראפגעגאנגען צו די קאנדידאטן, צו הערן זייערע מיינונגען איבער אלע אנגעלעגנהייטן וואס זענען נוגע דעם היימישן ציבור, א קורצע צייט שפעטער זענען זיי אלע כולם פה אחד ארויסגעקומען אין שטיצע פון דזשאן הייער.

הגם, הייער האט נישט געהאט עפעס ספעציעלע אויסזיכטן צו געווינען מער די אנדערע פיר קאנדידאטן, פארקערט ער האט געהאט ווייניגער שאנסן צו געווינען, צוליב דעם וואס ער האט נישט געהאט קיין שום באזע אין די גויאישע געגענטער.

דאך האבן אבער די עסקנים מחליט געווען אים צו שטיצן פאר דעם אמט, פאר צוויי סיבות איינס צוליב די גרויסע טובות הנאה מען קען פון אים געניסן, אין פאל ער קומט יא אריין אין סיטי קאנסול, צווייטענס אפילו ער געווינסט נישט וועט דאס אבער דינען אלס א צייכן אז די בארא פארקע שטימעס קען מען נאר באקומען אויב שטיצט מען אונזערע אינטערעסן, וואס דאס וועט אויטאמאטיש ברענגען קאנדידאטן צו קומען בעטן אונזערע שטימעס, און זיך שטעלן אויף די זייט פון אונזערע באדערפענישן.

דער קאמפיין איז פון אנהויב געגאנגען גאנץ רואיג און געלאסן בלויז עטליכע פאוסטער, באזוכן ביי אפאהר רבנים אלעס איז געגאנגען שטיל, א נארמאלער קאמפיין.

פלוצלינג איז געווארן א פייער, וואס איז געשעהן? אין בארא פארק איז ווי אין יעדע אידישע ארט דא אן אלטע געווארדיע פון עסקנים וועלכע זענען שוין גאר שוואך און כמעט נישט אקטיוו, און ס'איז אויך דא א יונגע קבוצה פון עסקנים פול מיט ענגעריע וועלכע פירן כסדר אן מערכות, קאמפיינען, געלט אקציעס, עפענען נייער אראגאנעזאציעס, וכדומה.

דא האבן זיך די יונגערע גרופע פון עסקנים גענומען צו הייער אים צו העלפן אויפטרייבן שטיצע ביים ציבור, די עלטערע עסקנים האבן באשלאסן דאס נישט צוצולאזן, וו יל זיי האבן געשפירט אז זיי בלייבן אן קיין שום מאכט, זיי האבן דערקלערט קריג און אנגעהויבן א העפטיגען קאמפיין פאר ברעט לענדער קעגן דזשאן הייער און זיינע שטיצער.

צו זיך האבן זיי מיטגענומען ר' דוב הייקינד וועלכער זייענדיג אין עסקנות יארן לאנג, וואלט ער דארף לכאורה געדארפט צו האבן א מעכטיגן השפעה אויף בארא פארק, און ר' דוב הייקינד איז א נאנטער פריינט מיט לענדער, און אינאיינעם האבן זיי געפענט א מעכטיגן (?) פראנט פאר ברעט לענדער.

אבער צו זייער גרויס שטוינונג איז דאס עפעס נישט געגאנגען אזוי גוואונטשען, קהילות און מוסדות פון סיי וועלכע קרייז ס'זאל נאר זיין, זענען אלע ווי מיט איין שטימע ארויסגעקומען פאר הייער, ס'איז נישט דורך כמעט קיין טאג וואס דזשאן הייער האט נישט באקומען די טיצע פון נאך א מוסד און נאך א קהילה.

דער לענדער קאמפיין איז נישט געשלאפן און האבן געטוהן וואס זיי האבן נאר געקענט, געשריגן, פארפירט, געשיקט אי-מעילס, געהאנגען צעטליך און ויקרא שמו בישראל (?) 'ברוך לאנדער', (הערט זיך גענונג היימיש?).

ר' דוב הייקינד וועלכע במשך די יארן אסך געהאלפן פאר מוסדות און יחידים, האט אנגערופן צענדליגער עסקנים און מוסדות, מען זאל זאפארט אויפהערן שטיצען הייער'ן און זיך שטעלן אויף זיין זייט מיט לענדער, ס'האט אבער קיין סך נישט געהאלפן.

א שטארקער קלאפ פאר זיי איז געווען וואס דזשאן הייער איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס רעספעקט אין די שטיבער פון די גדולי אדמורי"ם ורבנים שליט"א אין בארא פארק.

די עסקנים פון לענדער וועלכע האבן זיך דערווייל שטארק אראגאנעזירט האבן געארבייט גאר שווער צו באקומען נאך עסקנים צו פרובירן צו ראטעווען די שטאט פון די יונגע עסקנים, זייער קאמפיין האט געארבייט גאר שווער, און לענדער אליין האט אויך געארבייט שווער אין די בארא פארקער געגענט ארום לויפענדיג אין די גאסן אינאיינעם מיט דוב הייקינד צו בעטן דעם עולם צו שטימען פאר זיי, לענדער האט זיך אזוי געדרייט אין בארא פארק ביז די נאכט פאר די וואלן ווען ער איז געשטאנען עטליכע שעה ביים ביהמ"ד שומר שבת און זיינע עסקנים האבן זיך געוויינט צום עולם: שטימט פאר ברוך לאנדער!!!

אנקומעדיג אין וואל טאג האט די חרדישער לענדער קאמפיין ווידער גאר שווער געארבייט ארויסצוברענגען דעם עולם פאר לענדער, ארומפארענדיג מיט מייק קארס, ון טיילענדיג צעטליך ביי יעדן ווינקעל אין ב"פ מיט בריוון פון דוב הייקינד.

אבער הערנדיג די רעזולטאטן פון די וואלן אין 'בארא פארק', גלייב איך שווער אז די עסקנים וועלכע האבן געארבייט פאר לענדער קענען זיך ווייזן דאס פנים פאר בושה, זענדיג אז פון זייער גאנצער ארבייט פון א שווערער קאמפיין, מיט טויזענטער דאללער אינוועסטירט זענען זיי ארויסגקומען מיט די נישטיגע סומע פון ארום 200 שטימעס וואס דזשאן הייער האט געהאט העכער 1700 שטימען!!!

דאס ווייזט אונז אז עבר זמנם פון די דאזיגע עסקנים, זייער גאנצער ארבייט און שווערע הארעוואניע האט זיך אויסגעזאלט מיט א זייפן בלאז און אין די בארא פארקער שטים בודקעס איז ער אריינגעקומען בלויז 13 פראצענט, קעגן הייער וועלכע האט באקומען די שטיצע פון 74 פראצענט פון די חסידישע בארא פארק וועלכע האבן געפאלגט זייערע רבנים און קהילה פירער און געשטימט פאר דזשאן הייער.

ברעט לענדער האט למעשה באקומען דעם סיטי קאנסול זיץ, נאכדעם וואס ער איז אריינגעקומען מיט א ריזיגן מערהייט און די גויאישע געגענטער ארום ב"פ ווי צום ביישפיל פארק סלאופ און נאך געגענטער, און דזאן הייער האט כמעט נישט געהאט קיין שום באזע ביי די נישט אידישע וויילער, האט ער פארלוירן.

דער געווינס פון לענדער מאכט גארנישט קלענער דעם שרעקליכן דורכפאל וואס זיין חרדישער קאמפיין האט געליטן אין די געגענט, וועלכע צייגט אז די עסקנים זענען ווערטלאז און זיי פארשטייען אז אצינד וועלן אנדערע פאלעטישענס אויפהערן קוקן אויף זייער זייט, זייערע אינדארסירונגען און שטיצע פאר קאנדידאט פון היינט און ווייטער גייט זיין ווערט כקליפת השום, וויסענדיג אז דאס ברענגט נישט קיין שטימעס.

נישט קענענדיג אויסהאלטן דעם שרעקליכען דרוכפאל, האבן זיי היינט ארויסגעגעבן א פאשקעוויל ווי זיי וויינען זיך אויס איבער די שארפע שטיצע וואס הגאון רבי משה וואלפסאן שליט"א האט געגעבן פאר הייער'ן, וועלכע צייגט אויך אן זייער שטארקער פארצווייפעלקייט.

 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2009 16:17 לינק ישיר 



http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2687646&forum_id=13951



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2009 05:27 לינק ישיר 

מוסדות נישט אבער געוויסע היימישע עסקנים וואס האבען זיך היימיש געמאכט אלע יארן מיט די לאקאלע פאליטיקאנטען אין געלעקט די פירות האבען זיך צוגעשטעלט צו לענדער

מצד שני האבען די מוסדות גארנישט געהאט פון די פאליטשאן'ס ווייל מען האט געוויסט אז בארא פארק קען מען אפקויפען מיט אפאר דאלער אפילו די אישוס זענען ווייט פון די אינטרעסן פון היימישע ציבור.

דאס האט זיך יעצט גענדיקט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/9/2009 20:56 לינק ישיר 

איז דא איין מוסד וואס האט אינדארסירט לענדער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/9/2009 06:04 לינק ישיר 

באמת האב איך נישט געוואלט שרייבען וועגן דעם ביז קומענדיגע וואך, ווען עס וועלן ארויס קומען די פיינעלס פון די באורד אוף עלעקשענס, און מען וועט קענען פונקליך זען וויפיל מענטשען זענען געקומען וואוטען און בארא פארק און פאר וועם זיי האבן געשטימט.
אבער אזוי ווי משה מענטש האט געעפנעט דעם אשכול וועל איך צושרייבען:
יהדות החרדית האט געווינען און בארא פארק, לענדער קעמפענט שוין און בארא פארק כמעט א יאר, ער האט שוין געקלאפט און בארא פארק ביי צענדליגע טירען, א גאנצע רשימה פון עסקנים, (וואס טוען נישט גארנישט), באטייליגט ביי צענדליגע מסיבות, אבער דער עולם האט געזאגט אונז וועל מיר שטימען פאר וועמען די תורה הייסט.
אלע יא אלע רבנים און בארא פארק און אין קענזיגטאן האבן געהייסען שטימען פאר הייער, אמת טאקע אין די אנדערע חלק פונעם דיסטריקט איז ער נישט געווען אזוי שטארק, אבער בארא פארק האט דעליווערט וואוטס און בארא פארק האט דערליווערט א מעסי'ג הלנו או לצרינו ביזט פון אונזערע אדער נישט, און דאס וועט בעזרת השם זיין א לעסאן פאר די אלע אלטע מאשין פולטיקאנטען און בארא פארק, ווער עס וויל בארא פארקע שטימען מיז זיך צושטעלן צו די תורה, אז נישט וועט מען שטימען פאר איינעם אנדערש.
אסאך מענטשען האבן מיר היינט גערופען וואס זענען געגיינגען מיט לאנדער, און מיר מודה געווען אז די הייער קעמפעין האט געפירט א מעכטיג שטארקע מערכה.
ב"ה עס איז געווען א שיינע טורנאוט פון בארא פארק, און ווי פריער געשריבען ווען די באורד אוף עלעקשענס וועט ארויס קומען מיט פונקטלעכע נומערן וואס ווי און ווען וועל איך עס בל"נ ארויף לייגען דא, אז יעדער זאל קענען זען למי החותמת ולמי...
און צו אלע מיינע חברים דא אויפן פארק וויל איך איין ווינטשען א כתיבה וחתימה טובה א גוט געבנטש יאר, שנה טובה ומתוקה, שנת גאולה וישועה און דער אייבשטער זאל מקבל זיין אונזערע תפילות, און אונז זאל מיר אלע זוכה זיין אויף צו טוהן נאר גוטע זאכן צוזאמען מיט אחדות, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין מקבל צו פני משיח צדקנו בב"א   



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הייער געווינט בארא פארק – לענדער געווינט דעם דיסטריקט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext