מענדל אייזיק
זיי ביטע מסביר וואס די פרעגסט.
ווען וואספארא מעשה געשעהט אין NYU אדער מאונט סיני, צו מיר וואלטן געמאכט א פראטעסטן?
צו ווען די שפיטאל באאמטע פירן דורך טעסטן, און געבן פאלשע מעדעצין פאר א אומשולדיג קינד, צו מיר מאכן א פראטעסט, ניין. עס וואלט נישט אויסגעפעלט, די אלע וואס וואלטן געהאט א האנט אין אזא זאך וואלטן געגאנגען זיצן אין תפיסה אויף לאנגע יארן.
ווען עס פאסירט ווען, אז מען זאגט אז די מאמע האט אויסגעשטעקט דעם מאשין און זי טענה'ט אז נישט?, אין אזא פאל וואלט מען זיך שיין מסדר געווען מיטן שפיטאל, מיט די הילף פון עסקנים און דאס איז מעשים בכל יום אז די טשיילד אביוז מישט זיך אריין ביי אונז, און בדרך כלל איז מען זיך זייער שיין מסדר.
ווען מען רופט אראפ די מאמע און די וועלפעיר דעפארטמענט פאר א שמועס, און מען ארעסטירט איר דארט?, אזא זאך וואלט קיינמאל נישט פאסירט.
ווען מען האלט די מאמע אין איין צעל מיט א מערדערין?, ניין מיר וואלטן נישט פראטעסטירט ס'קען געשעהן אזא זאך דא אויך, אבער אייביג וועט זיין ווער ס'זאל שתדלן און אויספירן אין די געביטן פון די תפיסות.
ס'דארף דא זיין קלאר צוויי זאכן:
איינס, רוב אינסטאנצען אין מדינת ישראל ווערן געפירט פול מיט קוראפציע, גארנישט אנדרערשט ווי אין די דריטע וועלט לענדער, ממילא קען אזא שפיטאל ווי הדסה טוהן וואס זיי ווילן.
צווייטענס, איין מאל א חרדישע פרוי האט זיך געטראפן אויפן באשולדיגוגנס באנק, איז זי אויף געבראטענע צרות, און ס'טוט מיר וויי די האנט דאס צו שרייבן, אבער ליידער האט די פרוי נישט קיין שום שאנסן ארויסצוגיין פריי, זי וועט ווארשיינליך דינען א לאנגען טורמע אורטייל, בלויז ווייל זי איז א חרדי.
ווען מען איז געגאנגען זוכן א לויער פאר ישראל אשר וואלעס, האט א גאר גרויסער 'פרייער' לויער דעמאלטס מסביר געווען זייער שיין פארוואס ער האלט נישט ביים אנעמען דעם קעיס, ער האט געזאגט: ער איז פרומער, נישט סתם א פרומער נאר א חרדי, א ירושלימ'ער, ער האט נישט קיין שום שאנסן ארויצוגיין פריי, און עטליכע יאר שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גערעכט, זעקס יאר האט ער באקומען, פארוואס? ווייל ער איז א חרדי!.
א רחמנות נעבעך אויף די מאמע וועלכע איז נעבעך אריינגעפאלן אין אזעלכע אכזריות'דיגע הענט פון די אידישע נאציס, ס'איז דא איין זאך וואס קען יא העלפן, און דאס איז תפילה, לאמיר אלע אינזין האבן אז רבקה בת יוכבד זאל האבן א נס, און באפרייט ווערן פון אונטער די אכזריות'דיגע הענט פון די מדינת ישראל אינסטאנצען.