|
|
| נשלח ב-17/9/2009 21:54 |
|
| |
איז אייך די פורום וויכטיג אין עשרת ימי תשובה?
איך האב א תאוה צו פארמאכן דעם פורום אנגעהויבן פון היינט נאכט 12:00 ביז מוצאי יוה"כ.
אויב זענט איר שארף דערקעגען רופט אייך אן, איר קענט מיר אויך שרייבן אין אישי.
צו זיין אביסל מער ספעציפיש:
איך פארמאך דעם פורום אין די אויבן דערמאנטע זמנים, איך וועל דאס יא לאזן אפען אויב וועל איך הערן גאר שטארקע פראטעסעטן.
רופט אייך אן דא אדער אין אישי.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/9/2009 22:14 |
|
| |
און נאך די עשי"ת?
כל האומר אחטא ואשוב וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-17/9/2009 22:17 |
|
| |
ווי איז אחטא ואשוב א מחותן דא?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/9/2009 22:38 |
|
| |
מיין הסכמה
1)אויב עס וועט געשעהן זייער וויכטיגע גשענישען צו מאכען דערפון נאר 1אשכול
2)אויב דער געבעקס פורם וועט זיך צולאזען מיט שקרים
3) דער גדר פין זייער וויכטיג איז - נייע ריזיגע אידישע גשעהנישען ווי א פראטעסט אבער א סקאנדאל (נישט דעקען א נארמאלע נייעס פין חודש תשרי דער האט געבלאזען אין אין יענער האט געדאווענט אין יענער שלאגט כפרות מיטן אנדערן- אין דער האט געדארשענט- א נארמאלער נייעס פין חודש תשרי)
איך ווייס נישט אויב א ספעלישי בעבעי וועט זיך באמאכען מיט א אינטעווינעס זעקעל אז די קיעלעך זאלען פארגאפט ווערן אין אריין פאלען אין היסטערי צו עס ממש א נייעס אבער נישט א ידעדע זאף פין א יעדן טיפוש דארף ווערן באהאנדעלט
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2009 00:31 |
|
| |
זעהער א פאסיגע שריט, מיין פולע הסכמה.
ס'זאל דיר גערעכנט ווערן.
א כתיבה וחתימה טובה
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2009 00:41 |
|
| |
כמדומני, אז וואס מ'טאר נישט שרייבן עשי"ת, טאר מען א גאנץ יאר אויך נישט...
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2009 00:51 |
|
| |
אין הכי נמי
איך פארשטיי נישט וואס די ווילסט, גימפל
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2009 00:55 |
|
| |
סאיז זייער אגיטע זאך סזאל דיר גערעכנט ווערן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2009 01:02 |
|
| |
מסכים
גימפעל ביזט נישט גערעכט, מען טרעפט אין שולחן ערוך אז מען דארף מער נזהר אין די עשרת ימי תשובה ווי א גאנץ יאר. אויסערדעם דארף מען זיין פארנומען מיט די געהויבענע זמנים מען זאגט נאך פון צדיקים אז אפילו צו וויכטיגע זאכן האבן זיי נישט געהאט קיין צייט אין די יעצטיגע טעג בכלל איז דער זמן יעצט צו הייליג אפילו מען מעג.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2009 01:04 |
|
| |
א געוואלדיגע זאך אויב מען פארשפארט עס, אפשר ביז הושענא רבה (אדער זאת חנוכה גצר החותם)
עניוועי, יעדן טאג באזונדער איז עס א געוואלדיגע זכות.
און עכ"פ אויב חלילה בלייבט עס יא אפן, וועט דער חשובער מנהל אכטונג געבן עכ"פ אויף די נעגאטיווע נייעס פון ביידע זייטן
נישט קיין חילוק וואס דער צווייטער צד שרייבט ערגעץ אנדערש, דא האלט ריין.
ונזכה כולנו לשנה טובה ומבורכת אמן
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2009 01:05 |
|
| |
זייער ריכטיג! וואויל צו דיר, שכרך הרבה מאד.
איך האב סיי ווי נישט געפלאנט צו שרייבן אין די טעג, אפילו די וואך האב איך גאר ווייניג געשריבן.
כתיבה וחתימה טובה פאר אלע אידן.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2009 01:21 |
|
| |
מי יתן והי' צו פארמינערן די בזיון והלבנת פנים אין די הייליגע טעג
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2009 01:53 |
|
| |
באמת ביי וועם עשי"ת מיינט עפעס גייט נישט אויף היידפארק אין די טעג און די זענען זיכער מסכים עס צו פארמאכן און די וואס עשי"ת איז די זעלבע ווי יעדן וואכן טאג וועל אוודאי נישט וועלן מ'זאל עס פארמאכן אבער לבקשתי !!! ביטע עס יא פארמאכן ווייל סחור סחור אמור לנזיר בעסער ס'זאל זיין פארמאכט ווי ס'זאל זיין א נסיון צו גיין כאפן א בליק, און נאכדעם ווערן פארשלעפט מיט אלע שטותים און פארגעסן אינגאנצן אז ס'קומט א יום הקדוש אויפן וועלט און באמת ביי א נאכגעלאזטע מינוט און מ'גייט יא ארויס אויף היידפארק אין מ'שטויסט זיך אן אין דעם פארמאכטען פארעם געט עס א דערמאן ס'קומט יוה"כ
פאר גימפל: לצנות פון יעדע אידישע זאך האט אויך א שיעור
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2009 02:41 |
|
| |
דער מנהל טוט א גוטע זאך,
עשי"ת איז נישט קיין צייט צו זיצן און פארברענגען צייט, און נישט דוקא צו שרייבן לשון הרע ורכילות, נאר פשוט און פראסט צו זיין ביזי מיט הבלי עולם הזה!
א גוט געבענטש יאר פאר יעדן איינעם, אפגעזען וואו ער באלאנגט!
לאמיר מתפלל זיין שילמדו תועים בינה, און עס זאל שוין הערשן שלום ושלוה ביי אחב"י בכל מקומות מושבותיהם!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/9/2009 04:34 |
|
| |
איך בין מסכים
סאיז בעסער אז עס גייט נישט אפי' איך שרייב נישט קיין סאך אבער איך ליין עס כמעט יעדן טאג אין אזוי וועט עס נישט צונעמען קיין צייט
פאר גרויסע נייעס אפשר יא
but no news is good news
|
|
|
|
| נשלח ב-1/10/2009 02:27 |
|
| |
וואס וועגן חול המועד???!!!
ס'איז אויך אן הלכה'דיגע שאלה!!
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|