בית פורומים כל העולם כולו

אפשר וואלט כדי געווען צו פארמאכן דעם פורום אויף עשי"ת

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/9/2009 16:11 לינק ישיר 
אפשר וואלט כדי געווען צו פארמאכן דעם פורום אויף עשי"ת

די זאלויניס האבן פארמאכט זייערס, איך האלט אז ס'ווערד עס צו נאכטאן, ס'דא מענטשן וואס האבן נישט גענומען א ברעיק אויף היידפארק פאר 10 יאר, ס'ווערט עס צו אויספרובירן, איך האל מ'וועט זיך מחי' זיין, מ'קען נאר בעניפיטרן דערפון.


א כתיבה וחתימה טובה



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/9/2009 00:55 לינק ישיר 

היידפארק איז נאך א וועג פון קאמוניקירן איינער מיט'ן אנדערן, הערן און שרייבן נייעס. אויב ווערט עס געניצט צום שלעכטן, איז דאס נישט גוט א גאנץ יאר. אויב נישט, איז דאס דאך נישט קיין פראבלעם.

דער אמת איז נאר, אז איינע פון די הויפט בענעפיטן פון הייד פארק איז , אומדירעקט, אז מענטשן זאלן קומען דא אנשטאט גיין ערגעץ אנדערש אויפ'ן אינטערנעט. זאל מען כאטש דא פארברענגען און נישט פאשען אין פרעמדע פעלדער... ממילא, דער טעם איז דאך אויך שייך אין די עשרת ימי תשובה. ווייל נאך אלעם איז שווער צו גלייבן אז אויב זאל הייד פארק זיין פארמאכט וועט דאס איינעם ברענגען צו פארמאכן דעם אינטערנעט אין די צייט. דעריבער איז בעסער אזוי, נאר למעשה דארף מען זיין נאך מער ערליך אין די יעצטיגע טעג, דעריבער אויב מעגליך זאל מען טאקע שרייבן מער בכבוד, ווייניגער שטעכעריש אין די יעצטיגע טעג.
א גמר חתימה טובה פאר אלע חשוב'ע חברי הפורום.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/9/2009 18:38 לינק ישיר 

פארשטיי, ס'ברענט מיר פשוט די הויט צו קרעקטירן דיין מעשה מיטן חזון איש, וויזוי איך האב עס געהערט דעם כ"א כסלו, ביים סאטמארען דינער פון ר' אליקים שלעזינגער,

דער חזון איש פרעגט דעם איד: האסט געדאווענט מנחה? ענטפערט ער, יא, פרעגט ווייטער דער חזון איש, האסט געזאגט די ברכה פון ולמלשינים, זאגט דער איד, אוואדי, פרעגט דער חזון איש "ערב יו"כ ולמלשינים?!"




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/9/2009 17:36 לינק ישיר 

עס איז א מחיה צו צוזען וואו דער עולם ווערט בארירט מיט אמת'ע הרהורי תשיבה, אשריכם ישראל,

 

דער הייליגער חזון איש האט אמאל ערב יו''כ גערעד זייער שארף אויף איינער פון די גרויסע ציוניסטישע פירער, האט מיט אים געפרעגעט היתכן? ערב יו''כ? האט ער געזאגט אויף איינעם וועם מען מיז רעדען, מיז מען רעדן אפי' ערב יו''כ! און אויף איינעפ אויף וועם מען טאר נישט רעדען טאר מען נישט רעדען א גאנץ יאר אויך נישט,

 

כלפי מה דברים אמורים?

 

און די לעצטע 10 יאר איז אויף געשטאנען א כת, ליצים, רשעים, גנבים, וואס האבן גענימען פאר זיך איין ציהל, לוחם צו זיין מיט כ''ק רבינו שליט''א, מיט יעדע מיטל וואס איז נאר און זייער דיספאציע, לאו דווקא כשר'ע,

 

אלעס מיטען ציהל: נישט איך נישט דו!

 

זיי דערשרעקן זיך נישט פון  סליחות, זיי דערשרעקען זיך נישט פון ר''ה, ערב יו''כ, יו''כ, גארנישט!

 

איין זאך וואס זיי האבן מורא איז, ווען מען שמיעסט אויס זייער שייגעץ שטיק, דא אויפן פארק, און מען איז מגלה זייער געמיינע מעשים,

 

דעריבער, אויב גייען זיי אן מיט זייערע שטיק, (עיין ערך דער יוד ער''ה, ערך ר' יענקל שווארטץ ע''ה) דארף מען ווייטער אנגיין מיט  מיט מגלה זיין זייער ''מעשים טובים''




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2009 19:24 לינק ישיר 

די פינסטערע זאליס פילן נעבעך דעם יום הדין אין הייבן אן צי ציטערן זענען זיי אויף געקימען מיט א פלאן זיי וועלן אפנארן דעם באשעפער מיט אפשפארן דעם פורום ביז מוצאי יום הקדוש, און וואס מיינט איר האבן זיי דען אפגעשפארט, ניין, זיי האבן אפן געלאזט אלע ניוול, הלבנת פנים, מוצא שם רע, שקרים וכזבים, הרמת יד בתורת משה, אלעס איז געבליבן אפן נאר וואס דען מען קען נאר ליינען אין נישט שראבן, א דאס איז זזייער גרויס געווינס, זיי האבן נכטן געשריבן א געוואלדיג ווייטאגלעכע ארטירקל אין מיט יאמערלעכע טרערן באווינען זיי דעם פאקט אז מען רח''ל ציגינימען די חזקה פין ר' מענדל דאווידאויטש אין מע לאזט עם נישט דאווענען פארן עמוד, אין ווער איז שילדיג נאר (רבינו הקדוש) אהרן, אין ערב ראש השנה ראסן זיי עם אראפ כאחד השפלים, האב איך זיי גישריבן אז לאמיר צוזאמען וויינען זיי פאר מענדל דאווידאוויטש אין איך פאר די אלע חזקות וואס מע האט דא ציגינימען, ר' יודל ווערצבערגער (בעל קורא), די גבאות שאפט פון: ר' שמואל דוד מארקאוויטש, ר' חיים אליעזר גראס, ר' דוד שמעון פראמאוויטש, ר' חיים אלי' ליכטמאן, ר' שמואל ראזענפעלד, און שמשות פין ר' שלמה ווערצבערגער שמש, אין אפיס ארבייטער ר' דוד הירש מערץ, וכו' אין געהאפט אז בזכות הוויינען ברבים וועט דער באשעפער העלפן שלא ישמע עוד שוד בשבר במחנינו, סא וואס מיינט איר זיי האבן אוסגימעקט מיין תגובה (אין מיך חוסם גיווען) אבער זיי האבן איבערגילאזט זייער אייגענע מיאיסע גימיינע ארטיקל אויף רבינו שליט''א, אין אזוי ווילן זיי ציפרידן שטעלן דעם באשעפער, זאליס, אפשפארן מיינט אפגעשפארט אינגאנצן, ס'זאל זיין פארמאכט, אפילו נאר פראוויזאריש, אבער אינגאנצן פארמאכט, נישט אויסמעקן די ארונישע ארטיקלען אין איבערלאזן די זאלונישע שמוץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2009 17:27 לינק ישיר 

וואס עפעס עשי''ת?
איך האלט אז מען זאל דאס צו מאכן ביז ראשון לחשבון עוונות (סוכות),
ניין ניין, כאטשיג ביז נאכ'ן "גיט קוויטל" (הושענא רבא),
אופס, שיעור נישט פארגעסן, לויטן בני יששכר איז זמן תשובה ביז נאך חנוכה,
NO NO, צו מאכן ביז נאך שובבי''ם,
העי, און וואס איז מיט פורים ווי אלע ספרים הקדושים שרייבן דאך אויף יום הקדוש אז ס'איז יום כ-פורים,
נו, פאר פסח פאסט זיכער עס נישט צוריק צו עפענען,
און זאג מיר נישט אז מען זאל עס עפענען פאר קבלת התורה,
און תמוז איז דאך שוין זמ''ן תשוב''ה ממשמשי''ן ובאי''ן,
על כן טראג איך אן,
שפארט צו דעם סייט לחלוטין,
אבער לאזט דאס אפן און מאכט זיכער נישט וויי צו טין פאר קיין שום איד,
די זאליס לאזן נישט שרייבן מטו''ב ועד רע,
איך האלט אז טוב זאל מען ווייטער שרייבן,
און רע זאל מען פארשפארן לעד ולנצח,

האטס מיר אלע א גיט געבענטשט יאר,
שנת עושר ואושר, ברוחניות ובגשמיות,
אלע אידן זאלן געהאלפן ווערן בבני חיי ומזוני,
און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו גיין אקעגן גואל צדק
ומלכינו בראשינו במהרה בימינו, אמן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/9/2009 17:15 לינק ישיר 

איך האב הנאה אז זיי זענען מודה אז זיי זענען בעלי עבירה
אין דער איד פאר ראש השנה איז איין שטיק גרויל אין עקל ס'איז נישט מער ווי א א שטיק פין זייער פאליטיק אין בלויף

זיי דארפן פארמאכן זייערע מוסדות אין זייערע ישבות ווייל אלעס ביי זיי טראגט איין פנים
אלעס איז אויף געשטעלט לקנטר גארנישט אויף צי טיען פאר יודישקייט.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אפשר וואלט כדי געווען צו פארמאכן דעם פורום אויף עשי"ת
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext