| נשלח ב-23/9/2009 18:15 |
|
| |
שומרי החומות פושקעס פליען ארויס פון סאטמאר מהר"א שולען
וויפיל מאל סאטמאר מהר"א האט זיך געבעטן ביי די מנהלים פין כולל שומרי החומות צי סטאפן אדווערטייזן אין דער איד ווייל זיי באשמוצען מהר"א שליט"א איז עס געפאלן אין טויבע אויערן.
קהל האט זיי געווארנט נאך פין אינמיטן זוממער אז מען גייט אראפ נעמען די פישקעס פין די בתי מדרשים האט זיך כולל שומרי החומות אויס געלאכט
היינט איז געקומען די גיטע נייעס אז קהל אין קרית יואל אין בארא פארק האבן שוין אראפ גענימען די פישקעס.
,אין די זעלבע צייט טיען מיר בעטן אנשי שלמינו וואס דאוונען אין שולן ווי מען האט נאך נישט אראפ גענימען די פישקעס
ח"ו צי טיען אליינס אייגענע שריט אין אראפ נעמען די פישקעס
נאר א יעדער זאל גיין צי קהל אין אויף פאדערן אז זיי זאלן אראפ נעמען די פישקעס
סאטמאר מהר"א קענען נישט געבן געלט פאר א מוסד וואס סאפנסערט טעראר מעגן עס זיין די הייליגעסטע..
דערווייל הייסט אז זינבערעגן פישקעס ווען איבער נעמען כולל שומרי החומות פלאץ.
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 23/09/2009 21:09:26
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2009 19:07 |
|
| |
די פושקע וועלכע איז געווען אנגענומען ביי אונזערע עלטערן און אור עלטערן איז ארויס געווארפן געווארן דורך עטליכע מענטשען וואס פארמאגן בלויז א דעת בעה"ב, און ווי עס שיינט האבן זיי פארגעסן אז עס איז יעצט עשי"ת, עס איז א שפיל מיט פייער, אזא הייליגע פושקע איז נישט געמאכט צו ניצן פאר פאליטיק, אפגעזעהן וואס די אנפירער פון שומרי החומות טיען.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2009 19:18 |
|
| |
א גוטען הרב פאלאנד! א גוט געבענטשט יאר!
איך האב יעצט געפויעלט ביי קהל מען זאל עס צוריק לייגען, היות עס איז געווען פארהייליגט ביי די עלטערען,
אבער!
זיי האבן געבעטן אז די זאלסט אויך פוילען א קלייניקייט ביי די פירער פון כולל שומרי החומות! אז זיי זאלן אויף הערן צו עטווערטייזען און די צייטונג וואס שרייבט וואך איין און וואך אויס קעגן איר סגן נשיא מהר"א שליט''א,
ביטע לאמיר וויסען די גיטע נייעס אז די האסט געפויעלט
כל טוב
הק' פארשטיי
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 23/09/2009 21:12:26
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2009 19:52 |
|
| |
דער כותל מערבי איז פיל פיל הייליגער. און מ'האט עס געמוזט בויקאטירן.
אויב ווילן זיי אונזער געלט, זאלן זיי אויפהערן אדווערטייזן אין דער איד.
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 23/09/2009 21:13:22
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2009 20:17 |
|
| |
פאלאנד זיסער
די תורה הקדושה וועלכע איז געווען אנגענומען ביי אונזערע עלטערן און אור עלטערן איז ארויס געווארפן געווארן דורך עטליכע דיינים וואס פארמאגן בלויז א נגיעה בדעת התורה, און ווי עס שיינט האבן זיי פארגעסן אז עס איז יעצט עשי"ת, עס איז א שפיל מיט פייער, אזא הייליגע תורה איז נישט געמאכט צו ניצן פאר פאליטיק, אפגעזעהן וואס די אנפירער פון סאטמאר איז.
טראכט אריין, אויב איז ארויס ווארפן א פושקע פון כולל שומרי החומות א שפיל מיט פייער,
דאן וואס איז ווען מען האט בשאט נפש ארויס געווארפן די תורה, מען איז א מרים יד בתורת
משה, דער הפרו תורתיך איז היינט צו טאג נר לרגלם, אלעס איז מותר געווארן נאר פאר
אביסל שררה, את אשר אסרתי היתרתם ואת אשר התרתי אסרתם, מהודר'דיקע אריזאנא
ווייץ איז אסור בהחלט, מהודר'דיקע שחיטה מונחת פלייש איז איסור גמור, מהודר'דיקע בית
השחיטה דקרית יואל פלייש איז חזיר טריפה, אבער גיין אין ערכאות העכו''ם ובג''ץ הציוני איז
א מצוה מן המובחר, מה אני שואל מעמך, א מילתא זוטרתא, א קלייניקייט, שטעלטס
אייך צו דין תורה ווי אלע אידן האבן זיך געפירט ווען מען האט געהאט א סכסוך,
והכל על מקומו יבא בשלום, און פארגעס נישט כשיש דין למטה אין דין למטה,
ובזכות זה וועלן מיר אלע ארויס גיין זכאי בדין און געבענטשט ווערן מיט א שנה טובה
ומבורכת,
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2009 20:24 |
|
| |
אמן, און א גוט געבענטשט יאר פאר דיר פארשטיי.
ווילסט איך זאל פויעלן? יאך קאן נישט, איך ארבייט נישט דארט און איך האב נישט קיין שום השפעה אויף זיי, ווי אויך האב איך נישט קיין שום השפעה אויף קיט"ל אז זיי זאלן עס צוריק לייגן, און איך בין בלויז דא אויסצודריקן מיין מיינונג און נישט צו פויעלן.
אין נאכאמאל מיין מיינונג איז, אז ווי גערעכט קיט"ל זאל נאר נישט זיין, איז עס א שפיל מיט פייער זיך ארום צו ווארפן מיט די הייליגע פושקע אפילו זייער אנפירער היינטיגע טעג זענען באנדיטן, און צו טון אזא זאך דארף מען האבן א דעת תורה וואס באשטעטיגט אז עס פארלאנג זיך, און נישט די דעת פון עטליכע בעלי בתים, און יא איר אנ"ש אין אנדערע שולן זאגטס נישט פאר אייערע גבאים עס אראפ צו נעמען, נאר זאגט זיי עס נישט אראפ צו נעמען ווי לאנג א דעת תורה זאגט אז מען זאל עס טון.
רבי יונה, גערעכט, אבער ווער האט בויקאטירט די כותל? רביה"ק בעל דברי יואל! האט יעצט מהר"א אויך בויקאטירט די פושקע? האבן די דייני הקהלה עס בויקאטירט? אדער אפילו בלויז איין דיין?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2009 20:26 |
|
| |
יענקעלע דיר פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו ווילסט, איים סארי ווי קומט דא אריין אריזאנע ווייץ וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2009 20:55 |
|
| |
פאלאנד,
איז דאס טאקע אזוי שווער צו פארשטיין?
איך האב פשוט געשריבן אז אויב דיין הארץ פלאקערט טאקע אויף דעם
גרויסן פארברעך ואס מען טיט אז מען ווארפט ארויס די הייליגע פושקע,
וואלט איך געוואלט אין איין וועגס זעהן עפעס א שטיקל מחאה אויף כבוד שמים,
דער חילול השם פון גיין צום בג''ץ איז זועק עד לב השמים, ווען פאנאוויטשע
בחורים קומען מיט פלאקאטן ביי די בחירות און שרייען "היפיקראטן, גייטס
ארויס פון בג''ץ און דערנאך קענט איר מוחה זיין אויף די בחירות" ווען פאלנע ציונים
קומען מיט א קאנטער פראטעסט און צייגן פלאקאטן וואס שרייט "גייט ארויס פון
בג''ץ הציוני און דערנאך קענט איר פראטעסטירן אקעגן בנדזשעמין נתאניאהו"
און אין פוצה פה ומצפצף, דאס פנים פלאמט פאר בושה, און די ביסט ביזי מיט
הייליגע פושקעס?
ר' יצחק שטיין וואס רופט זיך עפעס א ראב''ד'ל האט זיך פאראיאר אויפגעשטעלט און
מסביר געווען די געוואלדיגע פירצה פון נכשל ווערן אין עסן מצות פון אריזאנא ווייץ,
און אצינד דעם קומענדיגן חוה''מ סוכות גייט ער ווייטער מסביר זיין דעם איסור גמור
פון עסן פלייש פון קרית יואל'ער בית השחיטה וועגן צומות הגידין, נו, אלל רייט
פארן שכר פון באקומען א באנגאלא ביי די זאלונישע מיידל קעמפ קומט זיך זיי אזויפיל,
אבער דאס בלוט גייט ארויף ווען מען פילט א חוב מוחה צו זיין אויף אכילת אריזאנא ווייץ
וצומות הגידין און על כבוד שמו יתברך וואס ווערט נתחלל באופן אכזרי אשר לא נשמע כזאת
ביים יהדות החרדית און דארט נעמט מען א מויל פיל מיט וואסער, על כבודכם מחיתם
ועל כבודי לא מחיתם, און דאס איז ווי אריזאנא ווייץ קומט אריין, ס'איז אלעס איינס,
מאך נישט די פושקע אזוי הייליג וועט דער פארברעך פון ארויסווארפן נישט זיין אזוי מעכטיג,
און אויב טיט דיר באמת וויי כבוד הפושקע דאן זאל דיר כאטש אביסל וויי טוהן כבוד שמים,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2009 21:52 |
|
| |
הרב פאלאנד! דו האסט נישט אנונג מיט וואס פארא בכיות קהל האט אראפ גענימען די פישקעס! די מיינסט אז עס איז גרונג אנגעקימען? די כולל וואס דער הייליגער חתם סופר זי''ע איז געווען נשיא! דער כולל וואס עס איז געוען הייליג ביי אונזערע עלטערען!
נאר וואס דען עס איז דא א יוד ער הייסט שלמה מייער! קאנסט אים? עס איז דא אזאך וואס ער האט פיינט, און עס איז דא א זאך וואס ער האט ליב!
וואס?
אה! איך וועל דיר זאגען!
פיינט האט ער! סאטמאר! מיט א שנאה שאינו תליה בדבר!
ליב האט ער! געלט! מיט א אהבה שאין לשער!
ער מיז יעצט מאכען אן החלטה! א שווערע החלטה וואס צו טאן!
דעריבער לייג צו א פלייצע גיב אים א קאל אן! און מאך זיכער אז די אהבה זאל גובר זיין!
וחפץ ה' בידך יצליח
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2009 23:21 |
|
| |
די פושקע פון כולל שומרי החומות איז שוין לאנג לאנג נישט הייליג!
עס איז אזוי הייליג ווי די פושקע פון בית היתומים דיסקין, צו ווי די פושקע פון רבי מאיר שפירא ישיבה!
די אמאליגע הייליגע כולל שומרי החומות וואס מרן החתם סופר האט געגרינדערט לעבט שוין לאנג נישט, עס איז שוין לאנג טיף באגראבן אין דער ערד.
די היינטיגע כולל שומרי החומות האט מיט רבי מאיר בעל הנס, צו מיטן חתם סופר קיין שום שייכות.
עס האט א שייכות גענוי ווי תפארת קאקאש קעיק האט א שייכות מיט תפארת שבתפארת... צו ווי בית יוסף פיצא האט א שייכות מיטן הייליגען בית יוסף...
כולל שומרי החומות ליגט היינט אין די הענט פון א באנדע גנבים אנגעפירט דורכן הויפט גנב שלמה מייער, וואס פילן זיך אן די טאשן מיט געלט, זיי מאכן איבער 7 מיליאן דאלער שנאר א יאר, און גייט פרעגט די ארץ ישראל אידן זיי טיילן נישט דארט אויס פון אנהייב יאר ביזן סוף אפשר 300 טויזענט דאלער.
עס האט מיט אלקא דמאיר ענני נישט קיין שייכות, עס איז ווי איר ווארפט געלט אין מיסט, עס איז אלקא דגנבים ענני!
זייערע מוסדת נעמען היינט געלט פון די מדינה הטמאה, און כפי פסקו הגדול פון רביה"ק זי"ע טאר מען אזא מוסד נישט שטיצן, און נישט האבן קיין חלק דערמיט.
זייער כולל פון 80 אינגעלייט פון ירשולים און בית שמש אינאיינעם, נעמט עמטליך געלט פון די מדינה הטמאה.
זייער היים פאר אלטע אידן איז זיי א מעכטיגע אינקאם די מדינה הטמאה האלט עס אויף אינגאנצען.
די דענטיסט וואס זיי האלטן אויף ווער באצאלט דורך קופת חולים פון די מדינה.
דאס איינציגסטע וואס בלייבט איז די חלוקה פון 2 מאל א יאר וואס זיי טיילן, זיי געבן בערך אזוי 50 שקל פאר יעדע קינד, דאס איז בערך $12 א קינד!!! און פאר א טאטע מאמע באקומען יעדע באזינדער 100 שקל, דאס איז בערך $25!!
דאס מיינט אז א משפחה פון 5 קינדער גייט אהיים מיט בערך $62.50 פאר די 5 קינדער, און $50, פאר די טאטע און מאמע, אינאיינעם איז עס $112.50, דאס איז ממש ליצמות געמאכט פון ארעמעלייט.
און צו באקומען דעם ריזיגען סכום איז דא א גאנצע צעטיל מיט תנאים ווי:
מיט זיין א אפשטאמיגער פון אונגארן.
טאמער ער שטאמט פון רומעניע, פולין, אמעריקא, וכו' באקומט ער נישט קיין פעני.
א סאטמאר ירושלים איד וואס אזוי ווי איצט איז סאטמאר אין רומעניע... און זיין עלטער זיידע האט דארט געוואוינט, ממילא קען ער גארנישט באקומען.
נאר א ירושלים'ער איד קען באקומען, א אונגארישער איד וואס וואוינט אין בית שמש, בני ברק וכו' קען נישט באקומען.
מען דארף ברענגן א צעטיל פון די קהלה ווי מען באלאנגט אז מען איז א ארעמאן.
די סך הכל דערפון איז אז אפילו די אונגארישע נעמען עס שוין אויך נישט, ווייל מען דארף אדורך גיין אזאנע יסורי איוב און בזיונות.
אזוי גייען די גנבים אן און שנארן שנארן, און זינגען אלקא דמאיר ענני, רעדן איין דעם עולם גולם, אז מען שטיצט דא א הייליגע מוסד, בשעת די גאנצע זאך איז בלאף און שקר פון קאפ ביז פיס.
נעמט "להבדיל" בין גניבה לצדקה אזא איד ווי הרה"צ רבי זלמן אשכנזי שליט"א, וואס טיילט אויס איבער 3 מיליאן דאלער, צדקה פאר אידן אין ירושלים א יאר, יעדער באקומט נישט דא קיין אונגארישע, פולישע וכו'.
צו אזא איד ווי הרב שישא, צו ווי ר' משה היללער שבת פעקלעך.
צו ווי מוסדת יטב לב דסאטמאר, כולל ויואל משה דסאטמאר, כולל עצי חיים דסאטמאר, צו אלע ערליכע ארץ ישראל'דיגע מוסדות און כוללים, וואס פלאגן זיך מיט מסירות נפש ממש אנצוגיין, דאס זענען היינט די צדקות רבי מאיר בעל הנס, און די צדקה פון מרן החתם סופר זי"ע.
ווען איר גיט צדקה פאר זיי וועט אייך די זכות פון רבי מאיר בעל הנס באשטיין בכל מילי דמיטיב.
אלקא דמאיר ענני!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2009 23:35 |
|
| |
אבער פארוואס טוט מען עס נאר מיט איינעם וואס אדווערטייזט אין דער איד, אין נישט מיט איינעם וואס אדווערטייזט אינעם טעגליכען שמוץ בלעטל דער שמיציגער ''דבר''?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2009 23:46 |
|
| |
יענקעלע 11, שפתיים יושק ווי אייביג
אגב, פארוואס האבען די זאלי'ס געמעגט בויקאטען די מוסדות תולדות אברהם יצחק וכו' וואס האבען געהאט די פשוט'ע חטא אז זייער רבי האט נישט געוואלט משנה זיין א אכסניא???
{אגב, הגר''מ בראנסדארפער ז''ל אבד''ק תוא''י, האט דאן געזאגט, אז זיין בעל אכסניא האט נישט געטוהן קיין שום זאך נגד התורה, אין ער האט נישט קיין שום היתר צו משנה זיין א אכסניא}
אין פארוואס בויקאטען זיי די מוסד חכמת לב, וכו' וכו' {זיי האבען נעבעך זייער א לאנגע ליסט....}?
דא, האט קהל נישט אויסגערופן קיין שום בויקאט קעגן כולל שוה''ח, נאר פינקט ווי ער קען מיך נישט צווינגען אריינצומען זיין פישקע ביי מיר אינדערהיים, קען ער נישט צווינגען קהל אז מ'דארף לאזען זיינע פישקעס אין אינזערע בתי מדרשים {פין ווי ער שארט גאלד}.
למעשה איז קהל איז גרייט צו פארקוקען אויף רש''מ שמיציגע פעולות בשנת תשס''א, אין מ'לאזט אים מאכען א אפיעל אין מ'לאזט זיינע פישקעס אין ביהמ''ד אין מ'פארלאנגט נאר אז ער זאל נישט ניצען די הייליגע צדקה געלט פין כושוה''ח צו שטיצען איינס פין די שמיציגסטע צייטונגען ובעל מחלוקת בדורינו, אין אז ער וויל דאס נישט נאכגעבן....
סוי, ווער מאכט דעם בויקאט????
 |
|
|
|
|
|