בית פורומים כל העולם כולו

ווען גייט מען שוין נאכאמאל קיין מאנהעטען פראטעסטירן?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/9/2009 22:31 לינק ישיר 
ווען גייט מען שוין נאכאמאל קיין מאנהעטען פראטעסטירן?

אין די לעצטע 3 וואכן האבן וויליאמסבורגער בחורים און יונגעלייטליך געמאכט א לעבן.
יא, מ'איז געפארן קיין מאנהעטן דריי מאל אין דריי וואכן. בחור'לעך און אברכימ'לעך זענען געפארן קיין מאנהעטן דריי מאל, געשריגן, פארפירט, געקלעפט פלאקאטן

די לעצטע פראטעסט האט זיך געענדיגט דעם דינסטאג עשי"ת, און מ'וויל שוין וויסן ווען וועט מען קענען גיין נאכאמאל.

דערווייל הערט מען נאך נישט פון די חשוב'ע עסקנים פונקטליך ווען מ'וועט שוין קענען פארן נאכאמאל, נישט קיין ערנסטע אינטערשייד וואו דאס איז, און קעגן וועמען מ'וועט דאסמאל פראטעסטירן.

מיר בעטן דא אלע מענטשן, זאלן ביטע אנרופן די עסקנים
ר' אלימלך שטערן
ר' מרדכי ברילל
ר' הערשל קלאר
ר' משה דוד נידערמאן

זיי זאלן שוין אראנזשירן נאך א פראטעסט נאך פאר יום טוב,

זאל עס זיין קעגן שפאניע אדער קעגן ווילנא אדער נאכאמאל קעגן די טריפה'נע מדינה.

ביטע נישט אפשטופן ביז נאך יום טוב. נאך יום טוב זאל מען מאכן נאך איינע.


אויך זענען די אינגעלייטלעך און בחורים געווען אביסל אנטוישט אז קיין שום רב אדער רבי האט זיך נישט באטייליגט.
נישט פאפא רבי
נישט וויען'ער רב
נישט באבוב, קיין איינס
נישט דינוב
און אפילו נישט דער סאטמארער רבי מהרז"ל.
ביי קיין איינס פון די 3 פראטעסטן די לעצטע 3 וואכן.

עס איז טאקע געווען א קליינע פליק פאר די פראטעסטירער.
אבער דאך האט מען געמאכט א לעבן !





עסקנים, ביטע מאכט שנעל נאך א פראטעסט, ולה' הישועה !



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/9/2009 22:34 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/9/2009 22:44 לינק ישיר 

איינער פון די גרויסע עסקנים זאגט מיר אז מ'ווארט אויף עפעס אן עבירה און מ'וועט שוין לויפן.

איך האלט אז מ'זאל נישט ווארטן ביז עפעס וועט חלילה פאסירן.

נאך וואס דארף מען ווארטן מ'זאל חלילה איינשפארן א מאמע?
נאך וואס דארף מען ווארטען מ'זאל חלילה אוועקנעמען א קינד רח"ל?
נאך וואס דארף מען ווארטען אז מ'זאל חלילה מאכן א פארקינג לאט און מחלל זיין דעם הייליגן שב"ק?
נאך וואס דארף מען אז ס'זאל זיין א פרשה מיט א בית החיים אין שפאניע?

מיר דארף גיין נאך פאר די צרה איז דא. ווען עס פאסירט קען מען מאכן נאך איינס.

וואו קען מען ווארטען ווען א צרה קען אויספלאצן  יעדע מינוט???


 מיר בעטן דא זייער שטארק די חשוב'ע עסקנים
ר' אלימלך שטערן
ר' מרדכי ברילל
ר' הערשל קלאר
ר' משה דוד נידערמאן

1) קוקט נישט אויף די בילדער פון די פראטעסטן אז ס'איז אפשר נישט געווען אזוי סאך מענטשן.
דער רבי זי"ע האט אונז שוין אויסגעלערנט: אז אפילו איינער גייט איז שוין גענוג.

2) קוקט נישט צי מ'האט בכלל עפעס אויפגעטאן.
דער רבי זי"ע האט אונז שוין אויסגעלערענט: מ'דארף נישט אויפטאן, מ'דארף טאן.

3) קוקט נישט צי דער אויבן-אן איז געווען שיטער, בלויז מיט לייטנער, שטויבער מארגנשטערן, טענענבוים וכו'.
דער רבי זי"ע האט אונז שוין אויסגעלערענט: פאר משיח קומט איז נישטא מער קיין רבי'ס !


ביטע
געט אונז נאך א פראטעסט, אבער שוין !




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/9/2009 02:56 לינק ישיר 

מענטשן זאגען אז די ציל פין די פראטעסטן איז זיך אהערצושטעלן ווי קנאים, נאכדעם וואס עס שטינקט שרעקליך די  הליכה לערכעות ''אין ציונסטישען בג''ץ'' ר''ל.
אין מ'פייפט אן די הוראה פין די גרעסטע גדולים אין ארה''ק, בראשות הגאון הג' בעל שבט הלוי שליט''א.

כ'גלייב נישט ס'וועט זיי אסאך העלפן.

ס'איז פאר יום הקדוש, גייט'ס ארויס פין ציוניסטישען בג''ץ, אין אויב האט איר סיי וועלכע תביעה, דאן קומט צו א כשר'ע בית דין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2009 16:58 לינק ישיר 

די זאליס פארפירן געפערליך אויף רז"ל היתכן ער איז נישט געגאנגען צו קיין איינס פון די 3 דעמאנסטראציעס.

זיי שרייען אז ער איז א פאררעטער און עס פאסט אים נישט צו זיצן לעבן שטויבער, לייטנער און מארגנשטערן און די אנדערע ווילדע טאליבאנער.

פארוועמען ווילסטו געפעלן שרייען זיי. מיט וואס א רעכט זיצטו אינדערהיים און שיקסט אונז קיין  מאנהעטן, עס פאסט דיר שוין נישט די שטויבער'ס און קאשויער????

ביי די נעקסטע פיקעטינג וועט רז"ל לויפן אויף אלע פיר.
די שאלה איז נאר צי ס'וועט נאך זיין פאר'ן נייעם זמן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווען גייט מען שוין נאכאמאל קיין מאנהעטען פראטעסטירן?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext