בית פורומים אחים אנחנו

סוכות ביילאגע חלק א'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/10/2009 20:11 לינק ישיר 
סוכות ביילאגע חלק א'

איך וועל אנהייבען מיט א ווינטש אז מיר זאלן אלע האבען אויסגעבעטען א גוט געבענטשט יאר מיט א גמר חתימה טובה.

 

*

אזוי ווי מיר האלטען שוין צו גוטען אין יאר תש"ע איז העכסט וויכטיג איבערצוגיין אין קורצען די יארען תש"ס-תש"ע, וואס אין די צען יאר האט זיך אפגעשפילט א וועלט מיט געשעענישען אין סאטמאר. צען יאר איז א לאנגע צייט; אין א צירקע פון צען יאר האט מען געווענליך שוין ארויס א קלארען בילד פון די היסטארישע געשעענישען. אבער דאס איז נאר ביי מענטשען וואס פארמאגען אפענע קעפ, מענטשען וואס ווילען פארשען און נאכגיין דעם אמת און די אלע כללים זענען נאר טאקע ביי נארמאלע מענטשען. מענטשען וואס ווילען נישט וויסען דעם אמת, מענטשען וואס מוזען זייערער קעפ איינטינקען אין זאמד ווי די "בת היענה", כדי נישט צו זען וואס זיי ווילען נישט זען, דאן איז הונדערט יאר היסטאריע אויך נישט פאר זיי א לעקציע. און אזעלכע מענטשען וועלען בלויז טאן אלעס וואס איז אין קעגענזאץ צו היסטאריע. אבער אונזערע מאמרים זענען נישט געשריבען געווארען פאר די "בת ביענה" בצורת אדם-גרופע, אונזערע ארטיקלעך זענען אויסדרוקליך געשריבען פאר מענטשען וואס ווילען וויסען און נאכגיין די היסטאריע, און ווילען זיך פון די היסטאריע לערנען ווי מער און באקומען פארשטאנד און ידיעות.

אין די פארלאפענע צען יאר איז סאטמאר געווארען צוטיילט אין צוויי, און נישט צוטיילט פונקט אויף העלפט, נאר גאר דער יונגערער סאטמאר איז איבערגעוואקסען די עלטערע סאטמאר, נישט נאר בכמות (וואס דאס קען מען ציילען דורך די קינדער און בחורים פון די מוסדות וכדו') נאר אויך און פיל מער אין איכות, דאס הייסט אין אינהאלט.

פאר תש"ס, איז ר' אהרן געווען דער איינציגער רבי אין סאטמאר, און היינט צען יאר שפעטער איז ער געווארען, נישט נאר דער קלענערער, נאר ער איז אויך געווארען, א איזולירטער רבי פון די איבריגע רבנים און רביים. און נישט נאר איז בלויז ר' אהרן געווארען איזולירט פון אלע אנדערע רביס, נאר אויך אלע זיינע פארטיי מעמבערס, די ארונים, זענען געווארען איזולירט און אפגעזונדערט פון די איבריגע קהילות און חסידותן און איזולירט פון אלע סאטמארע מערכות וואס האט צו טאן מיט סיי וואס סאטמאר איז אלעמאל געווען, און איז ווייטער, אריינגעטאן.

די ארונים זענען געווארען אזא סארט פארטיי ווי ליבאוויטש, וואס איז אלץ געווען איזולירט און אפגעטיילט פון אלע אנדערע קהילות און חסידותן.

און די סיבה דערצו וועל איך מקדים זיין מיט א משל: ווען איינער פרעגט זיין חבר, וויפיל איז איינס מיט איינס, און יענער ענטפערט, דריי, קען נאך דער חבר מסביר זיין מיט פארשידענע אופנים אז איינס מיט איינס איז באמת צוויי. אבער אויב ענטפערט דער חבר אז איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל, דעמאלטס איז א שאד אויף די צייט. אין אזא פאל טאר מען נישט אפילו פראבירען אויפצוקלערען דעם חבר אז ער איז נישט גערעכט. מען דארף פון דעם מענטש זאפארט אנטלויפן.

לענינינו. אין די פארלאפענע צען יאר זענען די ארוינים צוגעקומען צו א מצב וואס ביי זיי איז איינס מיט איינס א חלה-דעקל. אין ליבאוויטש איז שוין פאר די לעצטע 60 יאר יאר, איינס מיט איינס א חלה-דעקל.

די סיבה פארוואס ביים ליבאוויטשער רבין איז איינס מיט איינס א חלה-דעקל איז, צוליב א מחלה וואס ער האט געליטען. עס זענען געווען מענטשען, ספעציעל אין סאטמאר, וואס האבען דעם ליבאוויטשער רבין געהאלטען פאר א ציוני, פאר א מיליטאנט, און נאך ערגער. אבער דער אמת איז, אז מען קוקט גוט נאך זיין היסטאריע און זיין גאנג אויף יעדע זאך, זעט מען אז ער איז געווען "אטיסטיק" און ער האט אויך געליטען פון "עספערדזשערס סינדראם". די ביידע "מח מחלות" ליידט מען פון געבורט אן, און אויף ביידע איז נאך ביז היינט נישט פארהאן קיין היילונג, ווייל מען ווייסט ניטאמאל די סיבות צו די קרענק. ביידע מחלות, שטערען שטארק דעם מענטש צו קאמיוניקירען מיט אנדערע. די מחלות מאכען דעם מענטש צו ווערען איזולירט פון אנדערע ווייל מען קען מיט זיי נישט רעדען.

דער ליבאוויטשער רבי ר' מענדל שניאורסאהן ז"ל האט פארמאגט אייגענארטיגע טאלאנטען, אבער ער האט געמאכט זיין גאנצע פארטיי, זיינע אלע חסידים, פאר א גרופע משוגעים ממש. ער האט אזוי משנה געווען דאס חסידות פון זיין שווער, נאכמער ווי א 360 דעגרי טוירען. ער האט זיי פארוואנדעלט אין מענטשען פון גאר א אנדערען קולטור, פון גאר א אנדערען סארט ווי אלע אנדערע חסידישע קרייזן. און דאס איז געווען ווייל ער איז געווען א "מענטעל" ליידענדער מענטש, און ווייל ער איז געווארען דער מ"מ פון זיין שווער, און איז געווארען דער רבי, האבען זיי געמוזט נאכטאנצען אלע זיינע משוגעתן, ביז זיי זענען צוגעקומען צו דעם מצב ווי זיי שטייען היינט.

אין אלע שטעט וואו חב"ד האט א בית חב"ד, פארטראגען זיי זיך נישט מיט די אנדערע קהילות וואס געפינען זיך אויך אין יענע שטאט. כמעט איבעראל זענען זיי אין א קריגס צושטאנד מיט די איבריגע פרומע קהילות. פארוואס איז דאס טאקע אזוי? ווייל זיי זענען געווארען איזולירט פון די מענטשהייט אז זיי קענען ממש נישט זיך צונויף לעבען מיט אנדערע פרומע אידן.

און פארוואס זענען זיי געווארען איזולירט? ווייל ביי זיי איז איינס מיט איינס א חלה-דעקל. אז מען פרעגט א ליבאוויטשער חסיד, אויבען אויף א נארמאלער מענטש, פארוואס ער איז א משיחיסט, פארוואס האלטסטו דיין רבי לעבט אין די צייט ווען איך בין אליין געווען ביי די לוי', און ער ענטפערט דיר אין פנים, עס איז נישט אמת, ער לעבט יא, ער גייט באלד אריין קומען דאווענען, ער גייט באלד טיילען וואדקע, דאן איז צייט צו לויפען. זיי געהערען זיך אן צו א אנדערען פלאנעט.

און דאס רעכנען איינס מיט איינס פאר א חלה-דעקל, האט זיך נישט אנגעהויבען נאך זיין פראקלאמירען זיך אלץ משיח און ווען ער איז נפטר געווארען. עס האט זיך נישט אנגעהויבן זייער איזולאציע ווען זיי האבען זיך אנגעטאן געלע "משיח-קנעפ" אויף זייער רעקלעך און "יחי אדונינו מלך המשיח" קאפלעך אויף די קעפ. ניין. עס האט זיך אנגעהויבען גלייך ווען ער איז געווארען רבי.

ער איז געווען אזוי פאני אז עס מוז זיין אז ער איז געווען "אטיסטיק", ער האט זיך געלעבט אין זיין איינזאם און אייגענעם וועלטעל. ער האט אלעס געטון און אלעמאל גערעדט ווי איינער וואס לעבט נישט אויף די וועלט. ער האט זיך נישט געקענט צוזאמפארען מיט די מענטשהייט.

איך וועל אייך דערציילען נאר איין מעשה פון וואס איר וועט קענען ארויס האבען די סארט מח מחלות פון וואס ער האט געליטען. עס איז געווען אין די שפעטע תש"י יארען, האט דער מזרחי פירער אין אמעריקע "מימון פישמאן" שר"י געוואלט אריינלייגען דעם סאטמארען רבין אין "חרם" ווייל דער רבי האט דאן אנגעפירט א גרויסע פראטעסט אין מאנהעטען ביי איינע פון די גרויסע מערכות.

דעם רבין איז עס נישט צופיל אנגעגאנגען אבער עס זענען געווען רבנים וואס האבען דאס געוואלט אפשטעלן פאר יעדע פרייז. די רבנים זענע געווען דער ברך משה זצ"ל, דער וואודיסלאבער רב, און דער קאפישער רב זכרונם לברכה. זענען די דריי רבנים ארום געגאנגען צו פארשידענע רבנים און פערזענליכקייטען אויף וועם זיי האבען געטראכט אז זיי וועלען קענען אויסאיבען דרוק אויף דעם טמא ומטומא פישמאן שר"י נישט ארויסצוגעבען דעם חרם. איינע פון די רבנים ביי וועם זיי האבען אפגעשטאט א באזוך איז געווען ביים ליבאוויטשער רבין.

די דריי רבנים זענע שיין מכובד געווארען. זיי האבען אנגעהויבען זאגן פארן ליבאוויטשער רבין אז דער מזרחי פירער וויל אריינלייגען דעם סאטמארער רבין אין חרם. האט ער געפרעגט וועלעכער מזרחי פירער? האבען זיי אים געזאגט מימון פישמאן. רופט זיך אן דער ליבאוויטשער רבי אז מימון פישמאן "לעבט ניט". אויף זייער ווינדער, וואס הייסט ער לעבט נישט? ער וויל דאך איצט ארויסגעבען א חרם אויפן סאטמארער רבין? ענטפערט ווידער דער ליבאוויטשער רבי אז ער לעבט ניט. און אז ער לעבט ניט איז דאך נישט שייך אז ער זאל ארויסגעבען א חרם.

ווען די רבנים האבען גע'טענה'ט אז דער ליבאוויטשער רבי איז, זעט אויס, נישט גוט איפארמירט, האט ער געזאגט אז ווייל דער פישמאן האט אמאל גערעדט אויפן אלטען רבין (דער בעל התניא) דערפאר איז ער פונקט ווי ער לעבט ניט...

וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז די סיבה פארוואס דער ליבאוויטשער רבי איז געווארען אפגעזונדערט און איינזאם איז נישט ווייל ער איז געווען קעגען סאטמאר, צו ווייל אלע קרייזען האבען אים מקנא געווען. ער איז געווען איזולירט ווייל ער איז געווען ל"ע נישט א געזונטער אין קאפ. ער איז געווען "אוטיסטיק", עכ"פ אויף עפעס א שטאפל און מען האט מיט אים נישט געקענט אויף גארנישט דורך קומען. און ווייל דער רבי איז געווען "פאני" זענען אלע חסידים אויך געווארען פאני און מען האט מיט זיי נישט געקענט רעדען. דעריבער איז גאנץ ליבאוויטש געווארען איזולירט פון אלע אנדערע קרייזען, און ווער עס האט נאר געוואינט אין קראון הייטס האט זיך געמוזט אוועק ציען ווייל מען האט מיט זיי זיך נישט געקענט דורך קומען.

אן אריינגיין אין די סקייעטריסטישע וועלט וועל איך אין קורצען שרייבען איבער די צוויי באוואוסטע "מח-קרענק": "אוטיזם" און "עספערדזשערס סינדראם" וואס ביידע זענען זייער ענליכע קרענק וואס טוט אפעקטירן דעם מח, אז דער קראנקער זאל נישט קענען קאמוניקירן מיט אנדערע. "אוטיזים" מאכט דעם מענטש זיך שפירן ווי ער לעבט אויף א אנדערע פלאנעט, און "עספערדזשערס", וואס איז א שוואכער טייל פון "אוטיזים", איז א קרענק וואס דער מענטש קען מער-וויניגער יא לעבען מיט אנדערע אבער איז זייער "נעראו מיינדעד" (מח צמצום), זיין וויסנשאפט איז בעיקר אויף עטליכע סאבדזשעקס, און וועט אלץ אנקומען אויף א וועג צו זיינע פאר טאפיקס אין וואס ער קען זיך זייער גוט אויס. די טאפיקס ווערען געטוישט פון צייט צו צייט צו אנדערע טאפיקס און אויך אין די טאפיקס וואס ער איז אריינגעטאן איז ער ווייט פון גרונטליך. דעריבער איז איינע פון די הויפט פראבלעמען, אז דער מענטש קען האלטען לאנגע רעדעס איבער איינע פון זיינע טאפיקס און כאפט נישט אז די צוהערער ווערען מיד און האלטען נישט מיט, מיט די לאנג פארצויגענע רעדע. טייל ליידענדע, קעקעצען ביי זייער רעדען און מערסטענס טייל פארמאגען נישט קיין חברים ווייל זיי קענען נישט זיין געזעלשאפטליך. ערוואקסענע וואס ליידען פון "עספערדזשערס סינדארם", זענען אויסגעשטעקט פון זייערע נאנטע ווי פרוי און קינדער, און עלטערען. ווייל ער האט נישט קיין קאמנוקאציע מעגליכקייט וואס דאס פעלט זיך אויס צו צוזאם לעבען. נאך איינע פון די סימפטאמען פון "עספערדזשערס" איז: ווען מען רעדט צו זיי אין דער שטיל ענטפערען זיי הויך און לאזן נישט אויסרעדען.

עס זענען פארהאן נאך פילע סימפטאמען פון די צוויי סארט מח קרענק, און איר קענט אלע דאס אליין נאכקוקען אויף: http://en.wikipedia.org/wiki/Asperger_syndrome

http://en.wikipedia.org/wiki/Autism

ווען מען ליינט אפ די צוויי סארט קרענק זעט מען אז סיי אונזער ר' אהרן און סיי דער ליבאוויטשער רבי זענען גאר ערענסטע ליידענדע פון די סארט קרענק און ביידע האבען זיך אלע יארען ארום געדרייט דא אויף דער וועלטעל און בכלל נישט געווארען געטריטעט אויף די קרענק. און ווער האט געליטען פון זיי, נאר די חב"דסקער און די ארונים. און ווייל דער רבי האט געליטען פון די קרענק זענען זיי אויטאמאטיש אויך געווארען איזולירט פון אלע אנדערע קרייזען, ווייל זיי זענען דיסאריענטירט און זענען נישט אין זעלבען שטאפעל פון נארמאלקייט ווי אלע אנדערע רביס און קרייזען. די סארט קראנקהייט ברענגט דעם מענטש צו לעבען אויף אנדערע פלאנעטען פאר זיך און בלויז מיט זיך. דאס איז אבער נישט טייטש אז די סארט ליידענדע זענען טאטאל דיסאריענטירט מיט די געזעלשאפט, עס איז נאר א שטארקע באגרעניצונג אין באנעמונג מיט די ארומיגע. דער הויפט פאקט ביי די סארט ליידענדע מענטשען איז, אז זיי זענען אינגאנצען אפגעטיילט פון "רעאליטעט". רעאלעטי איז עפעס וואס האט בלויז צו טאן מיט מענטשען אויף דער וועלט, אבער די סארט קראנקע וואס לעבען אויף א אנדערע פלאנעט האבען פיל מאל מיט רעאליטעט נישט קיין שייכות.

ליינט דאס פאלגענדע וואס איז גענומען געווארען פון א גאווערמענט וועב סייט (איך האב עס דירעקט נישט איבערגעזעצט אויף אידיש):

Typical adult symptoms

More males than females have Asperger syndrome. While every person who has the syndrome will experience different symptoms and severity of symptoms, some of the more common characteristics include:

·         Average or above average intelligence

·         Inability to think in abstract ways

·         Difficulties in empathising with others

·         Problems with understanding another person's point of view

·         Hampered conversational ability

·         Problems with controlling feelings such as anger, depression and anxiety

·         Adherence to routines and schedules, and stress if expected routine is disrupted

·         Inability to manage appropriate social conduct

·         Specialised fields of interest or hobbies.

 

און ווייל די סארט קראנקע ליידען פון א באגרעניצטע קאמוניקאציע מיט מענטשען, און ווייט פון רעאליטעט, ברענגט דאס אויטאמאטיש טיפע איינרעדענישען וואס ביי א פשוט'ן מענטש וואלט עס געווען לאכעדיג, אבער וויבאלד די איינרעדענישען געפינען זיך ביים רבין, דאן ווערט נולד נאך פילע אנדערע פראבלעמען, ווייל די חסידים מוזען אפקויפען די איינרעדענישען און פארקויפען עס ווייטער און דאן ווערט א גאנצע גרופע – נישט קיין חילוק ווי גרויס די גרופע איז – אנגעשטעקט מיט דעם מח קרענק און דעריבער ווערען זיי אויך דיסאריענטירט, דיסרעאלעטיזירט און מער קען מען מיט זיי נישט פירען קיין דיאלאג אויף די סארט טאפיקס, ווייל צו פארטיידיגען זייער רבינס אבנארמאלע אויפגעפירעכץ און איינרעדענישען מוזען זיי דאס פארענפערען אלץ העכסט נארמאל, און טייל וועלען די חסידים אריבערפירען דאס משוגעת פון זייער רבינס קרענק צו העכערע ענינים און העכערע השגות, וואס דאן ברענגט דאס אז זיי ווערען איזולירט פון דער מענטשהייט. און אויב וויל איינער פרעגען א ערנסטע קשיא אדער פירען א ערנסטע דעבאטע מיט די צוויי חסידותן, וועלען זיי ווערען נאר ערנסטער משוגע. זיי וועלען רעדען אזאנע שטותים אז א נארמאלער מענטש וועט דאס נישט קענען דערטראגען.

איך וועל ברענגען בלויז צוויי ביישפילען פון ליבאוויטש און זייער רבין (כאטש מען קען אנפולען צענדליגער ביכער פון טויזענטער אזאנע איינגערעדעכצער, אבער דאס לאז איך פאר אנדערע. איך ברענג ליבאוויטש בלויז צו ציען א שטריך צו דעם מצב ביי ר' אהרן און זיין פארטיי) און דערנאך עס אריבער ברענגען צו אונזער ר' אהרן, וואס דאס וועט פארענטפערען א גרויסע טייל פון זיינע אבנארמאלע מעשים און אויטאמאטיש פון די מעשים פון זיינע מענטשען און בעיקר פון זיינע שרייבערס אין בלאט און אין "הייד פארק" וואס מוזען אים פארענטפערען אויף טריט און שריט כדי ער זאל האבען א שטיקעל פנים ביי די מענטשהייט.

דער ליבאוויטשער רבי איז ביי זיך געווען הונדערט פראצענט זיכער אז ער פירט די "גאנצע וועלט". ער האט געהאלטען אז זיין ווארט איז דעצירענד ביי אלע אידען, און אלע קרייזען און שיכטען ווארטען צו הערען וואס זיין מיינוג איז ביי יעדע זאך. ווען ער פלעגט האבען באזוכער פון גרויסע שיששקעס פון מדינת ישראל, האט ער און אלע זיינע חסידים דאס אפגעטייטשט אז ער פירט די גאנצע מדינה און זיי מוזען אנקומען צו אים. דאס אז זיי זענען בלויז געקומען זיך צו "פיקטשערען" מיט אים, און נאר צו אים האבען זיי געקענט גיין ווייל קיין שום אנדערע ערליכע קרייז האבען זיי נישט אריינגעלאזט, האט ביי אים נישט תופס מקום געווען. און אין אלע באשרייבעכצער וואס ליבאוויטשער חסידים האבען ארויסגעגעבען און גיבן נאך היינט ארויס, ווערן די באזוכען אפיציעל אפגעטייטשט אז זיי זענען געקומען זיך דורך רעדען מיט אים ווי אזוי צו פירען די מדינה. איי עס איז דאך נישט אמת, ווייל זיי האבען אים קיינמאל נישט געפרעגט און זיי האבען געטון אלעס וואס זייער פאליטיק האט געלויטעט און פיל מאל געווען דירעקט קעגען די ליבאוויטשער מיינונג, נישט קיין פראבלעם. רעאליטעט פארנעמט נישט קיין מקום און דער רבי פירט די מדינה.

דאס זעלבע איז געווען מיט די אמעריקאנער פאליטיק. אויב איז א קאנגרעסמאן צו א סענעטאר געקומען אמאל באזוכען ליבאוויטשער רבין איז דאס געווען ווייל זיי רעדען זיך דורך מיט אים ווי אזוי צו פירען אמעריקע. ווער רעדט נאך אויב האט די קאנגרעס געשריבען א באגריסונג לכבוד דעם רבינס "יום הלדת", דאס איז געווען א בפירושער באווייז אז דער רבי פירט אמעריקע. אפגערעדט ווען ליבאוויטשער חסידים האבען באקומען – נאך גרויס פראטעקציע – א אוידיענץ ביי א אמעריקאנער פרעזידענט – פאר חנוכה צו סיי ווען, זיך צו פיקטשערען, דאס איז געווען שוין א זיכערער באווייז אז דער רבי פירט אויך דעם פרעזידענט ביי די נאז. און שפעטער מיט די יארען ווען פארשידענע רבנים פון די בתי חב"ד איבער די וועלט האבען באקומען אויפנאמעס פון די פירער פון דעם לאנד ווי זיי זענען, איז שוין געווען נאך קלארער אז דער ליבאוויטשער רבי פירט די גאנצע וועלט.

צווייטע ביישפיל. איינע פון זיינע טאפיקס אין וואס דער ליבאוויטשער רבי איז געווען אייביג גרייט צו רעדען איז געווען ביאת משיח. זיין אבסעסיע אין דער נושא איז נישט געקומען פון גרויס תשוקה צו ביאת משיח צדקינו, נאר דאס איז געווען פון זיין קרענק אויף "עספערדזשערס סינדראם". אבער אנשטאט אים נעמען צו א דאקטאר זיך היילען אדער עכ"פ צו העלפען אים לינדערען פון די קרענק, האבען דאס זיינע חסידים אויך אנגעהויבען צו אדאפטירען ביז עס איז אויסגעוואקסען דער שרעקליכער מאנסטער פון "יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד". און דאס האט מען נאך אנגעהויבען בפניו, די לעצטע יארען פון זיין לעבען.

אין די ענדע, האט די "משיח-עספערדזשערס-סינדראם" צוגעברענגט אז ביי די לוי' פון ליבאוויטשער רבין ג' תמוז תשנ"ד האבען ליבאוויטשער חסידים אין די גאנצע וועלט געטאנצען בפרהסיא צום ווינדער פון אלע אידען איבער די וועלט. עס איז דעמאלטס געווען אזא געשעעניש אז דאן זענען צום ערשטען מאל ארויסגעקומען טייל ליבאוויטשער חסידים אז זייער עולם איז ל"ע גערירט פון זינען. די נארמאלע פון זיי האבען ערשט איצט איינגעזען, עכ"פ, ערשט איצט אפען ארויסגעקומען, אז עס טויג נישט דער מצב. אבער עס איז געווען אביסעלע צו שפעט. נאך פילע יארען וואס זייער רבי האט זיי פארדרייט א קאפ מיט זיין "עספערדזשערס סינדראם" זענען זיי אלע געווארען אנגעשטעקט, כאטש עס איז בהחלט נישט "קאנטעידזשעס" אבער ביי א רבי און חסידים איז עס זייער "קעטשי".

און במשך די יארען, ווייל זיי זענען אלע געווארען ארויסגעטאן פון געזעלשאפט, וויל זיי האבען אוועק געווארפען רעאליטעט, זענען זיי געווארען אינגאנצען איינזאם און איזולירט. אזוי ווייט, אז ממש ניינציג פראצענט בתי חב"ד סיי ווי איבער דער וועלט, לעבט דער חב"ד רב זיך נישט צונויף מיט קיין קיין שום אנדערע קהילות אויף יענעם מקום. עס איז פשוט נישט מעגליך צו לעבען מיט מענטשען וואס לעבען מיט דמיונות און פאנטאזיעס. און מען דארף נישט צו ווייט פארען דאס זיך איבערצייגען. פארט אריבער אין די נישט ווייטער קראון הייטס, וועט איר זיך אליין איבערצייגען אז ווען איר רעדט דארט צו א – אויבען אויף – נארמאלען מענטש, וועט איר זיך פלוצלונג דערזען אז איר רעדט צו איינעם וואס לעבט נישט אין די וועלט. נישט אז ער לעבט אין דער אלטער רוסלאנד. בהחלט נישט. ער לעבט אויפן דזשופיטער, נאר זיין גוף דרייט זיך דא אויף דער וועלט מיט געפערליכע דמיונות אויף יעדע זיט פון לעבען. ל"ע.

אבער ליבאוויטש האב איך נאר געברענגט צו ווייזען א סעמפעל פון א רבין וואס איז געווען לכ"ע א איזולירטער און נישט געהאט קיין שייכות צו קיין איין קרייז און קהילה, כאטש דאס כלל ישראל וואלט זיכער יא הנאה געהאט מיט צו ארבעטען אינאיינעם מיט חב"ד אויף צענדליגער פעלער, אבער כמעט וואס איז נישט מעגליך געווען ווייל זיי זענען געווען דיסארעינטירט און אום רעאליסטיש אויף יעדע הינזיכט.

איצט וועלן מיר נעמען דעם משל און לייגען צום נמשל, און דאס איז דער מצב פון ר' אהרן און זיין פארטיי, די ארונים די בכל אתר ואתר.

אונזער ר' אהרן זייט סאטמאר האט זיך באקענט מיט אים ווען ער איז געווארען ראש ישיבה אין יאר תש"מ האט געהאט ערענסטע קאמנוקאציע פראבלעמען מיט סיי ווער עס איז נאר געקומען אין בארירונג מיט אים. עס איז נישט געווען קיין איין איינציגער וואס האט זיך געקענט גרינג דורך קומען מיט אים, אויסער מיט עטליכע פון וועם ער האט מורא געהאט, און פאר זיי איז ער אויך נישט געווען קיין גרינגער קעיס.

שפעטער ווען ער איז געווארען רב, און איז ער מער געווארען באקאנט מיט מענטשען, איז ווי מער ער האט האט זיך באקאנט געמאכט מיט מענטשען אלס מער איז ער געווארען באוויסט אלס א פראבלעמאטישער מענטש, און וואס א טאג, איז ער געווארען פארפיינטעט און אפגעזונדערט פון מער און מער מענטשען. פון רוב שטעטל איז ער געווען איזולירט און נישט געהאט קיין שייכות צו מענטשען מער ווי די מינימום.

און עס איז באמת ווינדערליך, מיר האלטען שוין אין יאר תש"ע; ר' אהרן האט פארלוירען דעם גרעסערען חלק פון סאטמאר איבער די וועלט. ער און זיין פארטיי זענען שטארק מערקבארע מינאריטעט אין וויליאמסבורג, ער איז דער קלארער מינאריטעט אין מאנטרעאל, בארא פארק, לאנדאן, אנטווערפען, ירושלים. דאס טייטש אז אויסער אין קרית יואל, ווי ער האט אויך גאר א שטארקע אפעזיציע מיט מוסדות און אלע קהלישע צוגעהערן ווי חתונה זאלן, בתי חיים וכדו', און אין בני ברק, האט ר' אהרן פארלוירען די מערהייט איבער סאטמאר, נו וויאזוי קען דאס זיין? צו זאגען אז מען האט אים פיינט ווייל ער איז א סארט רב וואס זאגט צופיל מוסר פאר זיינע חסידים, צו ער פארלאנגט צופיל פון זיינע חסידים איז דאך נישט שייך, נו ווי אזוי קען זיין אז אזויפיל סאטמארע חסידים ווילען זיך מיט אים נישט אנקערען און פאר יעדע פרייז האבען זיי געוואלט פון אים פטור ווערען?

עס מוז דאך זיין א סיבה פארוואס ער איז פארפיינטעט אין סאטמאר מער ווי סיי וועלעכער רב און רבי איז נאר אויף די וועלט. מוז דאך זיין עפעס א סיבה וואס מען דארף ארויפקומען מיט א קלארקייט, פארוואס ער איז ווי ער איז, און וויאזוי ער איז אנגעקומען צום היינטיגען שטאפעל וואס ער איז דער קלענערער חלק פון סאטמאר.

אבער די סיבה וועט אייך קלאר ווערען נאך דעם וואס איך וועל קודם שרייבען א שיינע פאר באקאנטע עפיזאדען וואס ר' אהרן האט געטון בעיקר אין די לעצטע צען יאר תש"ס-תש"ע, און נאך די עפיזאדען וועט אייך אלעמען קלאר ווערען דעם גאנצען ר' אהרן און דעם גאנצען ארוני פארטיי מעמבער און וויזאוי זיי פילען באמת מיט זייער מח-קראנקען רבין.

איך וועל אראפ ברענגען מערערע עפיזאדען וואס האט זיך אפגעשפילט ביי ר' אהרן און ביי זיינע מענטשען וואס דאס וועט אלעמען קלאר מאכען אז ער ליידט פון עפעס א שטאפעל פון "אוטיזם" און "עספערדזשערס סינדראם". געליטען האט שוין ר' אהרן פון די מחלות נאך פון געבורט, אבער ווי עס זעט אויס איז ער נישט געווארען געטריטעט אויף זיינע ערנסטע פראבלעמען כאטש די מחלות האט אים און פאר זיינע נאנטע און ווייטע, בלויז געברענגט ערענסטע פראבלעמען. פארוואס מען האט אים קיינמאל נישט געטראגען צו א ספעציעליסט, איז מיר נישט באקאנט, אבער עס איז זיכער אז די נאנטע מענטשען זיינע, ווייסען אז ער האט ערענסטע פראבלעמען און דערפאר היטען זיי אים, אז ער זאל ווי ווייניגער וויסען פון פראבלעמען וואס זיין פארטיי ליידט ווייל ער איז נישט מיט אלעמען און זיי צוימען אים ווי מער אז ער זאל קיין אינפארמאציע פון אינדרויסען נישט באקומען. אבער די סארט טריטמענט פון צוימען דעם ליידענדען איז נישט קיין היילונג, עס שאדט נאך מער. ווייל א געצוימטער מענטש קען קיין מנהיג נישט זיין, און מען קען טאקע זען אז ווייל זיינע שטוב מענטשען צוימען אים, מוז זיין קהילה טאן אבסורדאלע זאכען וואס זאלען אים מאכען פילען בעסער, און אויך זיין צייטונג דער בלאט מוז כסדר שרייבען אבנארמאלע גוזמאות און אים רימען און אויפטרייבען יעדע איינציגע וואך, ווייל פון דעם שעפט ר' אהרן זיין חיות.

למשל, ר' אהרן איז אזוי געצוימט אז ער ווייסט בכלל נישט אז זיין פארטיי האט ביי די פארלאפענע וואלען פאר ר"ה אין וויליאמסבורג געליטען א מעכטיגע נידערלאגע, און אז עס ווידער באשטעטיגט געווארען אז זיין פארטיי אין וויליאמסבורג פארטרעט נישט קיין דריטעל פון סאטמאר. און דערפאר האט דער בלאט געשריבען אין זיבעטען זייטל אז די שטימען זענען געווען אייניג צוטיילט, כאטש זיי לייגען זיך צונאר מיט דעם ארטיקל, ווייל עס איז דאך דאס קלארסטע אויף געוויזען געווארען אז דייקא זיי, די ארונים, האבען געליטען א אומגעהויערער מפלה ביי די וואלען, ווייל זיי האבען בלויז געהאט 1630 שטימעס, אריין גערעכענט עטליכע פראצענט פון תמימי לב וואס האבען געשטימט פאר א היימישען קאנדידאט, דאך מוזען זיי שרייבען נארישע און אפענע ליגענטס, ווייל זייער רבי אליין טאר דאס נישט וויסען. דאס איז נאר איין לעצטערע משל וואס ווייזט אז ער ליידט פון ערנסטע פראבלעמען וואס טאר נישט פאר קיין פרייז אויף געשפילט ווערען.

פארשטייט זיך אז מען קען נישט אראפברענגען אלע עפיזאדען וואס צייגען אויף ר' אהרן אז ער איז "אוטיסטיק" און ליידט פון "עספערדזשערס סינדראם", ווייל דאן וועלען מער נישט פארטיג ווערען, אבער פון די פאר וועט גענוג קלאר ווערען, פארוואס איז ר' אהרן אזוי פארפיינטעט, און פארוואס זיין קהל "המהודרת" מוז טאן אבסורדאלע אקטען און פארוואס שמואל ווידער מוז אלעמאל אויסטרעפען ספינס וואס צו שרייבען אין בלאט, און פארוואס זענען אלע ארונים געווארען צוגלייך מיט ר' אהרן, און ליידען פון דעם זעלבען סינדראם ווי ער.

פארגאנגענעם יאר האט געוויילט אין ניו יארק דער ראחמיסטריווקער רבי פון ירושלים. באמת האט סאטמאר א גרויס געפיל פארן ראחמיסטריווקער רבין ווייל אויסער וואס ער איז א אויסגערופענער צדיק ועובד, האט ער אפגעשטעלט זיין ישיבה אין ארץ ישראל פון צו נעמען געלט פון די ציונים. א געוואלדיגער מסירת נפש אקט, עכ"פ ביי סאטמארער חסידים.

איז דער ראחמיסטריווקער רבי איין טאג געווען אין קרית יואל ווי ער איז געווען ביים ציון הק' און האט אויך באזוכט ביי ר' אהרן. ביים שמועס האט דער ראחמיסטריווקער רבי פארציילט פאר ר' אהרן אז ער האט אפעגעשטעלט נעמען געלט פון די ציונים. לכאורה א געוואלדיגע נייעס פאר א סאטמארער רבין. אונזער "עספערדזשערס סינדראם" ר' אהרן, האט אבער נישטאמאל אים איבערגעפרעגט אדער ארויס געוויזען די מינדעסטע אינטערעסע, אפגערעדט פון ארויסגענומען פון טאש צען טויזענט דאלער און אים דאס געגעבען און גלייך באפוילען פאר זיין "וועד הצלה" אז זיי זאלען שוין אלעס אוועקלייגען פון זייער אבנארמלער פארנומענער סדר היום, נאר זיך אריינווארפען צו העלפען דעם ראחמיסטריווקער רבין צו שאפען די מקסימום פאר זיין מסירת נפש אקט. עה. ר' אהרן האט אים געענטפערט: מיר האבען מייסד געווען תקנות פאר בעלי שמחה, וואס "אלע קרייזען" ווילען נאך מאכען, און עס האט א אפקלאנג אין "די גאנצע וועלט".

*

זייט ר' אהרן איז געווארען רבי, האט דער בלאט אנגעהויבען שרייבען אויף ר' אהרן דעם טיטול "הגה"ק" – הגאון הקדוש – און שמואל ווידער מאכט זיכער אז דער טיטול ווערט געשריבען כאטש א פערציג מאל יעדע וואך אין בלאט. און נישט נאר אין בלאט, נאר אויך אין די צוויי לאקאלע צייטונגען וואס ערשיינען יעדע וואך אין קרית יואל, וואס קומען אן צו יעדען אויף די פאסט, ווערט ר' אהרן טיטולירט צענדליגער מאל אין יעדע באזונדער, הגה"ק. עס איז נישט די פוינט אז ר' אהרן איז נישט א גאון און אוודאי נישט א קדוש, אבער עס איז נישט דא נאך איין רבי, נישט היינט און נישט אינעם עבר, וואס עס שטייט אויף אים יעדע וואך הונדערטער מאל דעם טיטול הגה"ק, און דאס איז אויסער וואס אויף אלע קהל צעטלעך און אויף אלע פלאקאטען וואס מען הענגט אין זיינע שולען, ווערט ער אייביג טיטולירט הגה"ק. דאס איז איינע פון די "מעדעצינען" וואס מען גיט פאר דעם ר' אהרן וואס וואו ער גייט און וואס ער ליינט נאר, זעט ער אויף זיך דעם געוואלדיגען טיטול, און דורך דעם מיינט ער אז די "גאנצע וועלט" האלט אים פאר א גאון וקדוש.

*

דאס אז ר' אהרן קען נישט זען דעם אמת איז, ווייל ער מיט רעאליטעט זענען צוקריגט אויף זייער א גרויסען פארנעם. און דאס איז פון די הויפט סימפטאמען פון "עספערדזשערס סינדראם".

ווען די גרויסע אמעריקע איז געגאנגען אין קריג מיט די קליינע פאנאמא פאר צוואנציג יאר צוריק, איז נישט געווען א פראגע ביי פרעזידענט בוש דער ערשטער, אז אמעריקע קען איינשלינגען גאנץ פאנאמא ולא נודע כי-באו אל-קרבנה. אבער אמעריקע גייט נישט אין קיין קריג אן וויסען פונקטליך וואס אלס יענער לאנד פארמאגט. דאס הייסט רעאליטעט, מען דארף אלעמאל זיין רעאליסטיש.

אבער אויב ליידט דער לאנד-פירער פון "עספערדזשערס סינדראם", איז א פראבלעם ווייל אזא סארט מענטש איז קיינמאל נישט רעאליסטיש, און ער וויל אפילו נישט וויסען וואס זיין צד שכנגד פארמאגט, און דעריבער פארלירען אזאנע סארט פירער די מלחמות וואס זיי פירען. סאדאם כוסעין, נאריעגא פון פאנאמא, און נאך פילע טיף איינגערעדטע דיקטאטורען, יוכיח. און אזא סארט אום רעאליסטישקייט שפילט זיך אפ כסדר ביי ר' אהרן. און אויף דעם אום רעאליסטישקייט וועל איך צוברענגען עטליכע אמתדיגע משלים.

1) ר' אהרן איז שוין זייט זיין טאטנס פטירה, דריי און האלב יאר, נישט ארויף צו זיין מאמע אפילו נאר איר צו זען. דאס, אז א רבי, א וועג ווייזער פאר אידען באזוכט נישט א מאמען, ווען ער געפינט זיך אין איר שכינות ווען ער איז אין וויליאמסבורג יעדען שני וחמישי, נישט ארויף גיין אנווינטשען א גוט געבענטשט יאר פאר די הייליגע טעג, נישט ארויף גיין רעדען מיט איר, אפגערעדט פון ארויס העלפען פאר די געשוויסטער וואס סוכ"ס איז ר' אהרן א קינד ווי אלע, דאס בכלל נישט ווייזען זיין פנים פאר די מאמע, ווייזט באמת אז ער ליידט פון "עספערדזשערס סינדראם". ווי געשריבען פריער: ערוואקסענע וואס האבען "עספערדזשערס סינדארם" זענען אויסגעשטעקט פון זייערע נאנטע ווי פרוי און קינדער, און עלטערען.

אבער דער "עספערדזשערס סינדראם" שפילט זיך אין דעם פאל אויף ביי ר' אהרן אויף נאך א אויפן. ער קען נישט זיך זען מיט'ן רעאליטעט. ער קען נישט צוזען אז דאס הויז וואס ער האט אזוי שטארק ארויף געקוקט צו וואוינען אלץ רבי, איז נישט זיינס. עס וואינט דארט זיין ברודער, דער סאטמארער רבי, און דאס קען ער נישט צוליב די "עספערדזשערס סינדראם" נישט צוזען.

די ספין מיט וואס די ארונים דרייען ארום פארוואס ר' אהרן מאכט זיך נישט וויסענדיג פון זיין אלטע און קראנקע מאמע איז, ווייל מען לאזט אים נישט ארויף. פשוט, ער חלשט באמת צו זען זיין מאמען, ווייל ער איז דאך א נארמאלער מענטש, וואס ווי עלטער מען ווערט, זעט מען מער איין ווי חשוב עלטערען זענען, און מען שטרענגט זיך אן אויף די עלטער פיל מער פאר די עלטערן, אבער די רשעים לאזען אים נישט ארויף.

שתי תשובות צו דעם נארישען און פאלשען ספין.
 1) ווען מען לאזט ווען באמת אים נישט ארויף גיין צו די מאמען, וואלט ער דארט געווען יעדען איינציגען טאג מיט זיין גאנצע יוגענט און מיט צענדליגער פאטאגראפירער – מיט וועם ער לעבט זייער אין גוטען – און וואלט געקלאפט אויף דער טיר, און וואלט גע'חלשט אז מען זאל אים לאזען קלאפען און נישט ארויף לאזען. מען וואלט אים ווען געמוזט ארויף לאזען ווייל דאס וואלט דענעווירט יעדען נארמאל רעכט דענקעדיגען מענטש אז מען לאזט נישט ארויף א עלטערען זון צו זיין אלטע קראנקע מאמע.
 2) משה גבאי געפינט זיך נישט אין דעם הויז. ער איז נישט דער טאג טעגליכער גבאי, און עס געפינט זיך קיינער נישט אין הויז במשך פון טאג וואס וואלט אים נישט אריינגעלאזט. דער ברודער ר' זלמן לייב איז אויך נישט דארט במשך דעם טאג, ווייל ער איז אין ישיבה. נו ווער לאזט אים נישט אריין? עס איז נאך נישט געווען איין פאל אז מען האט אים נישט אריין געלאזט צו זיין מאמע, אז ער זאל זיך אפילו קענען אנכאפען דערויף און זאגען אז מען האט נישט אריין געלאזט.

אבער אנשטאט צו נעמען ר' אהרן צו א דאקטאר און אים העלפן צו זיך קענען אביסעל ספראווען מיט דעם פראבלעם, קומט דער בלאט און מאכט אים מער קראנק, און דרייט ארום מיט ספינס און שקרים, וואס דאס מאכט אים נאך מער קראנק, און עס טרייבט אים נאך ווייטער פון רעאליטעט.

(דאס האב איך געשריבען אין ערשטען טייל פון די חלוקה היסטאריע: ר' אהרןס מאמע די רביצין דארף דאך זיכער לכ"ע היינט אנקומען צו א מאכילהו ומשקהו, אבער זי האט נאך נישט זוכה געווען איין לעפעל פון דעם גרויסען מכבד אב ואם, דער גרויסער מאכילהו ומשקהו. וואס איין לעפעל. איין א גוט מארגען, יא? איין גוטען טאג, וואס טוט זיך מאמי, א רפואה שלימה מאמי, זיי געזונט מאמי, א קיש פאר די מאמע, יא? גארנישט. יא, עס איז זייער גרינג צו מאכען די שטיק, וויינען און קוויטשען ר"ה פאר תקיעת שופר און פאר כל נדרי אז די מאמע... דארף א גרויסע ישועה... מממממעעעעעעע ווווועעעעעע... ר' אהרן, קוויטשעט ווייניגער, וויינט ווייניגער. גייט ארויף צו די מאמע און האלטס נישט קיין דרשות!)

2) זייט ח"י סיון תשנ"ט ווען ר' זלמן לייב איז געווארען סאטמארער רב אין וויליאמסבורג, האט נאך ר' אהרן קיינמאל נישט אונטערגעשריבען אויף איין קול קורא מיט אנדערע רבנים ווען ער האט געוויסט אז אויך זיין ברודער גייט אונטערשרייבען (כאפט זיך נישט ארויף אויב איז יא געווען איין מאל וואס ביידע זעען געווען אונטערגעשריבען). די "עספערדזשערס סינדראם" לאזט אים נישט זען דעם רעאליטעט אז זיין ברודערס חתימה איז פונקט אזוי וויכטיג אויף א קול קורא ווי זיינס, און אפילו זיין חתימה וועט זיין פריער פון זיין ברודערס, דאך לאזט אים זיין מחלה דאס נישט טאן. און זיינע שטוב מענטשען, אנשטאט אים נעמען צו א ספעציאליסט, לאזען זיי אים ווייטער קראנק און דורך דעם ווערט ר' אהרן מער און מער איזולירט פון אנדערע רבנים וואס זעען אלע ווי ל"ע ער פירט פאליטיק מיט יעדע הייליגע זאך.

דער פראבלעם פון נישט וועלן וויסען אז זיין ברודער איז אזוי חשוב פאר יעדע ארגאניזאציע און קול קורא פונקט ווי ער, האט אויך צוגעברענגט אז ער גייט נישט מער צו קיין איין דינער פאר "כולל שומרי החומות", כאטש ער איז אין די חברי נשיאות פונעם כולל, און כאטש ער איז דער איינציגער פון די חברי הנשיאות וואס גייט נישט צו קיין איין דינער, און אלעס, ווייל זיין ברודער גייט אויך דארט זיצען אויבען אן. איי, פארוואס מעגסטו זיין א נשיא און דער ברודער נישט, וואס איז, ער האט נישט אזא ציבור ווי דו? אבער אז מען ליידט פון עספערדזשערס סינדראם, איז שוין די פראגעס פיל פארמינערט.

און וואס פארא ספין האט שמואל ווידער געדרייט מיט די ארונים הלמאי זייער רבי גייט נישט צו קיין איין דינער פון "כולל שומרי החומות", אין די צייט וואס אונזערע רביס האבען זיך אלעמאל באטייליגט און געזאגט תורה ביי די כינוסים? אה, דאס איז שוין א גוטס. ר' אהרן איז ברוגז אויף כולל שומרי החומות ווייל זיי האלטען נישט איין זייערע שטאטוטען... דער כולל טאר נישט אויף נעמען צוויי ברודערס אלס נשיאים...

זייער שנאה צו כולל שומרי החומות האט זיך אין די טעג נאך מער אויף געשפילט ווען זייער יוגענט האט ארויסגעווארפען די פושקעס פון כולל שומרי החומות פון עטליכע בתי מדרשים זייערע, און עס איז ארויסגעגאנגען א רוף צו אלע זייער בתי מדרשים אז מען זאל דאס טאן אין אלע שולען די בכל אתר ואתר. די פושקע פון א מוסד ווי ר' אהרן איז דער נשיא ווערט דורך אום רעאליסטישע מענטשען ארויסגעווארפען, ווייל איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל.

3) די התאחה"ר איז נאך א סעמפעל פון ר' אהרןס סתירה מיט רעאליטעט. די התחה"ר איז אן ארגאניזאציע וואס דארף פונקט אזוי ר' זלמן לייבן ווי ר' אהרן. זיי מוזן אנקומען צו ביידע פאר יעדע זאך. אבער זיי האבען זיך, ווי אלעמען, באגעגענט מיט ר' אהרןס "עספערדזשערס סינדראם". ער האט אויפגעהערט זיך צו באטייליגען ביי אסיפות ווייל דער ברודער וועט אויך דארט זיין, ער האט אויפגעהערט אונטערשרייבען אויף זייערע קול קורא'ס, ווייל דער ברודער איז אויך אונטערגעשריבען. אבער מער פון אלעם, ער האט אויפגעהערט צו שטיצען זייערע פראטעסט רופן. ער און זיינע מענטשען קומען מער נישט צו קיין איין פראטעסט וואס התאה"ר פארופט ווייל אויך דער ברודער און זיינע מענטשן וועלען דארט זיין,ווייל ער און זיי ווייסען, אז ביי די פראטעסטען וועט זיך ארויס ווייזען אז דער ברודער מיט זיינע מענטשען וועלען זיין די גרעסערע און וויכטיגערער טייל, ווייל דער עולם פון יענע זייט סאטמאר זענען די אמתע קנאים און עסקנים.

אפילו ווען דער ירושלימער רב האט אים פערזענליך גערופען אז עס איז וויכטיג אז מען זאל פון אלעם אוועק קוקען למען השם ולמען כבוד שמו, האט ער נישט געקענט פועלן ביי ר' אהרן צו שיקען זיין עולם. און ביי אלע פראטעסטען די אלע יארען, קומט נישט ר' אהרן און קיין איינע פון זיינע מענטשען.

פאר עטליכע וואכען צוריק ווען עס איז געווען א גרויסע פראטעסט דורך די התאה"ר, האט ר' אהרן און זיין "וועד הצלה" פארופען א "קאר פעקעטינג", דאס הייסט אז קארס פארען ארום מיט פלאקאטען ארום דעם מדינת ישראל קאנסולאט, אויף איין טאג נאך די התאחדות פראטעסט רוף. עס איז אינטערסאנט מסביר זיין פארוואס ער האט אראנזשירט א קאר פיקעטינג און נישט קיין מאסען פיקעטינג ווי מען האלט דרשות און מען איז פארזאמעלט אויף עטליכע בלאקס, ווייל ביי א מאסען פיקעטינג וועט דאך יעדער זען אז ער האט נישט דעם עולם און ער וועט אויך נישט האבען די רבנים וואס דער ברודער און די התאה"ר האבען געהאט.

אבער ווען מען מאכט א קאר פיקעטינג, איז נישט דא קיין חשבון און מען קען שרייבען אין בלאט אז טויזענטער טויזענטער קארס האבען זיך באטייליגט ביים פראטעסט, און עס איז אומאפרעגבאר ווייל אין מאנהעטען איז דאך דא יעדען טאג ארום דריי הונדערט טויזענט קארס... דאס איז טייטש, זיך א עצה געגעבען.

און דער בלאט האט נישט דיסעפוינטעט די "עספערדזשערס סינדראם-חסידים", און שמואל ווידער האט זיי דערליווערט צוויי מעכטיגע באמבעס.
 1) ער האט אראפגעברענגט א בילד ווי הירצקע צוויבעל רעדט אויף א סעלפאון אין די גאס, און שמואל ווידער שרייבט אונטערן בילד אז הרה"צ דער ראה"כ פון סאטמאר רעדט צום איזראעלישען קאנסיל... און
 2) ער האט א וואך נאכדעם געשריבען אויפן הויפט קעפל פון בלאט אז מען האט פרייטאג ארויסגעלאזט די ארעסטירטע אידען פון תפיסה אין ירושלים נאר וועגען דעם מאסען פיקעטינג דאנערשטאג. אקוראט, "עספערדזשערס סינדראם", אויסגעטאן ר' אהרן און זיין גאנצען ציבור פון רעאליטעט.

ווען עס איז געווען דער פראטעסט בין כסא לעשור אין פארנט פון די יו. ען., האט ר' אהרן נישט געלאזט גיין זיין ציבור צום פראטעסט, און הערט די סיבה: דער רבי זי"ע האט נישט געלאזט פראטעסטירען אין פארנט פון די יו. ען... "עספערדזשערס סינדראם".

3) עס ווייסט היינט יעדער אז סאטמאר-וויליאמסבורג האט היינט אונטער זיך בחורים אליין, א ערך פון צוויי טויזענט אין ניו יארק. כולל יונגעלייט אין די הונדערטער, אויסער טויזענטער בעלי בתים. דער ציבור פון סאטמאר וויליאמסבורג איז פיל פאכיג איבערגעוואקסן ר' אהרן מיט זיינע אלע "פי. אר." שטותים, פי כמה, און דאס איז די לעצטע זאך וואס ר' אהרן וויל זען אדער הערן. ער וועט אלעס טאן, נאר דאס זאל נישט געוואור ווערען.

און דאס איז די סיבה פארוואס ר' אהרןס מענטשען האבען ערקלערט קריג אויף ר' משה דוד נידערמאן. זיי טוען אלעס מה שביכלתם און יותר מכפי יכלתם, אים אייביג אראפ צורייסען און זיי שטערען אים אויף טריט און שריט, כאטש אזא נאבעלער און איידעלער מענטש איז שווער צו טרעפען. יעדער עסקן פון סיי וועלעכע קרייז, זעט אין ר' משה דוד נידערמאן, א זעלטענער עסקן און א לב טוב, ממש לעגענדאריש, אבער נאר די ארונים זאגען אנדערש.

אפיציעל גיבען זיי אן די סיבה פארוואס זיי זענען אלעמאל קעגען אים, ווייל ביי די "געשלעגען" שמיני עצרת אינדערפרי תשס"ו אין גרויסען סאטמארען ביהמ"ד ווען ר' אהרן און זיינע מענטשען האבען געוואלט בכח זרוע אינוואדירען דאס ביהמ"ד, האט ר' משה דוד געזאלט טעלעפאנירען די פאליציי הויפט קווארטיר אז זיי זאלען קומען וואס שנעלער.

נניח אז עס איז אמת און ר' משה דוד האט גערופען אין יו"ט די פאליציי הויפטען. נניח. זענען שוין אלע זיינע מעשים דערפאר געווארען פארווישט און אפגעווישט? מעג מען נעמען אזא עסקן לטובת הכלל והפרט, און זיין בלוט פארגיסען, און אין מייקראפאנען זאל מען זיין נאמען אויסשרייען אין די וויליאמסבורגער גאסען? אוודאי האט ער גערופען די פאליציי, ווען מען זעט צענדליגער שחורים מאנסטערס אינוואדירען א ביהמ"ד אין א געהויבענעם יום טוב. מעג מען דען שטיין גלייכגליטיג?

און דאס איז אלעס ווען איך בין שוין מודה אז ר' משה דוד האט יא גערופן די פאליציי. אבער, בין איך דען באמת ח"ו מודה צו אזא וואנזיניגען טפשות? צו זאגען אויף א איד א צדיק, א אויסגערופענער פרומער כאניאקישער איד אז ער האט גערעדט אויף א סעלפאן אין יו"ט, דארף מען דאך ליידען פון "עספערדזשערס סינדראם". און פונקט שמואל ווידער'ן וועל איך ח"ו גלייבען ווען ער זאגט אזא זאך אויף אזא סארט איד? קענט איר מיך שוין פאר א גאסען משוגענער? ר' משה דוד נידערמאן איז נישט ארי' לייב גלאנץ און ר' משה דוד נידערמאן איז נישט אברהם יצחק אבראהאם. כאטש ביידע האבען געטון פיל גוטס, אבער אויף זיי אויב וועט איינער גלייבען אז זיי האבען מחלל יו"ט איז מען נישט אזא גאסען משוגענער, אבער אויף ר' משה דוד נידערמאן צו גלייבען אז ער איז געווארען א מחלל יו"ט "בפרהסיא" איז פונקט ווי איך וועל גלייבען אז שמואל ווידער מיינט די טובה פון ערליכע אידען...

און טאקע ר' משה דודס ערליכקייט און פרומקייט, דאס איז די סיבה פארוואס די ארונים האסען אים. זיי פארמאגען נישט אזא סארט איד בכלל אין זייער גאנצער פארטיי ווייל אזא סארט איד עקלט זיך פון אזא ווערטשאפט, און אזא סארט איד קען נישט דינען אזא רב ווי ר' אהרן. אבער דער עיקר סיבה פארוואס זיי ווילען אים צורייסען איז, ווייל ער איז דער וועלעכער ברענגט קלאר באשיינפערלעך ארויס, אז די ארונים אין וויליאמסבורג זענען היינט ווייניגער ווי א דריטעל און מען קען זיך מיט זיי נישט רעכענען, ווייל אויסער וואס זיי מיינען אלעמאל נאר צו שטערען און מהרס זיין ווי זיי קענען נאר, איז פשוט אשאד צו זיצען מיט זיי ווייל זיי זענען ווי הינט וואס קענען נאר בילען. זיי קענען ארום פארען מיט מייקס און שרייען זיין נאמען, גיסען פעך און שוועבעל אויף זיין חשבון, אבער די ארונים זענען איזולירט געווארען פון אלע אידישע קהילות אין וויליאמסבורג. ווען די ארונים שרייען אז ר' משה דוד נידערמאן איז א גנב, ווען זיי שרייען אז זיי מיינען די גוטס פון וויליאמסבורג און נישט ר' משה דוד, איז פונקט ווי ליבאוויטש שרייט אז זייער רבי לעבט און איז משיח - איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל.

עס איז שוין געגאנגע אזוי ווייט זייער קרומקייט און זייער סינדראם, אז זיי רייסען ארונטער ר' משה דוד פארן פארארבעטען וועלטען מיט די סיטי אז מען זאל בויען פיר טויזענט דירות אויפן באדען פון "בראדוועי טרייענגעל". שמואל ווידערס ספין איז אז מען גייט צונעמען דירות און ביזנעסער פון היימישע אידען אויף יענעם שטח. שמואל ווידער וויינט אויף אידענס דירות... נעבעך

ווייסט דען נישט זייער עולם אז די סיטי גייט, אונטער סיי וועלכע אומשטענדען, סיי ווי אוועקנעמען אלע הייזער פון דארט? איז דען ר' משה דוד נידערמאן דער וואס מאכט דעם געזעץ? ר' משה דוד ארבעט נאר אז אויב גייט מען טאקע בויען דארט דירות, זאל מען בויען ווי מער און עפארדעבעל. אבער וויבאלד ר' משה דוד איז דער וועלכער ארבעט אויף דעם פראיעקט, טוען זיי ווי יענער איידעם וואס האט געוואלט אפטאן זיין שווער: א שווער האט זייער געפייניגט זיין איידעם. ער האט אים אייביג גערודפט און געטשעפעט. דער איידעם האט איין טאג באשלאסען אז גענוג איז גענוג און ער גייט מאכען א ענדע צו די רדיפות. דער איידעם האט זיך אפגעשניטען זיין אייגענע נאז, זאל דער שווער זיך שעמען אז ער האט א איידעם אן א נאז... די ארוינים שניידען זיך אפ זייערע נעזער אבי אפצוטאן ר' משה דוד נידערמאן. דער סך הכל איז, איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל.

*

יעדער ווייסט אז דער עירוב אין וויליאמסבורג איז בניגוד פון סאטמאר. נישטאמאל קיין חילוק צו דער עירוב איז כשר צו נישט, און נישט קיין חילוק וועלעכע רבנים שטיצען עס יא און וועלעכע נישט. סאטמאר האלט אז קיין עירוב אין וויליאמסבורג טאר נישט זיין, ווייל זייער רבי זי"ע וועלכער איז געווען דער לעצטער רבן של כל בני הגולה האט געהאלטען אז עס טאר נישט זיין.

איז געווארען א גאנצער סומעכטוכע ווען פארשידענע קרייזען, אריינגערעכענט קלויזנבורג און בעלז וואס ביידע זענען לאנגיעריגע שונאים פאר סאטמאר פון אלע יארען און בלויז זיי טרויען זיך צו רעדען אויפן הייליגען רבין, האבען געמאכט א עירוב אין וויליאמסבורג. נו אז עס גייט אריין אין זאכען וואס איז נוגע צום אלטען סאטמארען רבי'ן האט סאטמאר געפילט אז מען האט זיי בעוולהט און זיי האבען אונגעהויבען פירען א בייסיגען קאמף קעגען עירוב. ווער עס טראגט ווערט נאכגעשריגען און פארשריגען, און מען האט אפילו געמאכט עטליכע "שבת מארשען", ווי הונדערטער סאטמארער אידען האבען מארשירט פארן כבוד פון שבת און פאר זייער רבין.

פארשטייט זיך אז ר' זלמן לייבס חסידים האבען אנגעפירט מיט די מערכה ווייל זיי פארמאגען די מערהייט פון די עלטערע, און אפילו די יונגערע ביי זיי, זענען מער געפיליש צו א זאך וואס רירט אן דאס פינטעלע פון רבין זי"ע. מען האט טאקע אלעמאל געוויסט צו זאגען אז די ארונים טראגען באהאלטערהייט מיטען עירוב צו ווייזען פאר די זאליס. איך ווייס נישט אויב עס איז טאקע אמת אבער דאס איז זיכער אז זיי האבען געהאט שטארקע נגיעות אז דער עירוב אין וויליאמסבורג זאל זיך דורכברעכען, ווייל ר' זלמן לייב און זיינע חסידים פירען די מערכה דערקעגען. דאס אלעס איז אין פאקט.

שטעלט זיך אויף אונזער ר' אהרן ג' דחוה"מ פסח תשס"ג אין ראוז קעסל און זאגט דארט פאר זיין גאנצען ציבור אז כאטש סאטמאר דארף נישט טראגען מיט'ן עירוב ווייל דער רבי איז געווען דערקעגען, אבער שרייען דארף מען נישט. פונקט ווי מען שרייט נישט אויף וויזשניצער חסידים אז זיי האלטען מוצ"ש ביי זעכציג מינוט נאך די שקיעה, און מען שרייט נישט, און פונקט ווי מען שרייט נישט אויף אידען וואס עסן מאשין מצות כאטש צאנזער רב האט געהאלטען אז עס איז חמץ ממש, דאך האט מען נישט געזען אז מען זאל שרייען. די זעלבע איז מיטען עירוב. זיי האבען דאך רבנים וואס לאזען זיי טראגען און ממילא מעגען זיי זיך פארלאזען אויפן עירוב און מען האט נישט וואס צו שרייען.

יא, איך וואלט זייער געוואלט גערעכט געבען פאר די ווערטער וואס ר' אהרן האט דא געזאגט. סוכ"ס זענען אלע זיינע פונקטן אויפריכטיג, אז די פארלאזען זיך אויפן עירוב האבען רבנים ערליכע אידען, און מען האט נישט וואס צו שרייען. איך האב נאר איין פראבלעם. איך ווייס נישט וועלעכער ר' אהרן האט געזאגט די ווערטער? דא האט זיך סאטמאר באגעגענט מיט נאך א ר' אהרן. עס איז איצט נולד געווארען א נייער סארט ר' אהרן, מז"ט.

דער "ר' אהרן המהודרת" איז פונקט פארקערט ווי "ר' אהרן הישן". "ר' אהרן המהודרת" איז א נאבעלער און איידעלער איד וואס קען נישט צו קוקען קיין געשרייערייען, קיין מענטשען געטשעפעכץ. ער האלט, אז אויב ווילסטו נישט טראגן, איז נישט, אבער פארוואס שרייען? קען מען שוין נישט גיין בנועם הליכות? "ר' אהרן המהודרת" איז א אמתר איש השלום, א פרידליכער און באזעצענער מענטש וואס זעט באמת איין אז סאטמאר דארף נישט זיין דער בעל הבית אין וויליאמסבורג, סאטמאר האט ביז היינט געטאן מיסטעיקס מיט אלע זייערע מחלוקתן מיט אלע קרייזען. סאטמאר דארף לעבען מיט יעדען אין גוטען, סאטמאר דארף איינזען אז אנדערע קרייזען און רבנים און רביס עקסיזטירען אויך, און עס זאל הערשן שלום אין דער וועלט. באמת א "ר' אהרן המהודרת".

און באמת וואלט די וועלט בכלל און סאטמאר בפרט, און די ארונים בפרט וכלל, געקענט נוצן א "ר' אהרן המהודרת". און ווען איינער מיינט די ווערטער וואס ער זאגט איז ער מעגליך גערעכט אויך. עכ"פ עס איז זייער שיינע ווערטער. קבל באמת ממי שאומרו.

אבער דערווייל איז דער "ר' אהרן המהודרת" פארשווינדען געווארען. פון יאר תשס"ג חול המועד פסח איז דער נייער סארט ר' אהרן ווי אריין אין דער ערד, און "ר' אהרן הישן" האט ווייטער געפירט זיין ציבור אין באד מיט זיין "עספערדזשערס סינדראם". מער האט מער נישט געזען און געהערט פון דעם "ר' אהרן המהודרת" ביז: אלול תשס"ז. א שיינע פאר יאר פארשווינדען געווארען ווי אין וואסער. ווען "ר' אהרן המהודרת" וואלט דא געווען במשך די אלע יארען וואלט זיכער נישט פארגעקומען די צוויי טרויעריג בארימטע געשלעגערייען צוויי יאר נאכאנאנד די צווייטע טעג סוכות תשס"ה און תשס"ו. "ר' אהרן המהודרת" וואלט עס קיינמאל נישט צוגעלאזט, ער איז דאך א איש השלום. אבער "ר' אהרן המהודרת" איז נישט געווע בנמצא.

אלול תשס"ז איז ר' אהרן געווען אין א"י צו לייגען דעם אבן הפינה פאר זיין נייעם "שיכון ברך משה" אין ירושלים. ביים סוף פון דעם באזוך, אין לעצטען טאג, איז "ר' אהרן המהודרת" פלוצלונג אפיר געקומען. דער "ר' אהרן המהודרת" איז געפארען א אומוועג פון עטליכע שעה צו באזוכען קלויזענבורגער רבין אין נתניה. צום ערשטען מאל זייט תש"ז וואס א סאטמארער רבי האט זיך געטראפען מיט א קלויזענבורגער רבי. "ר' אהרן המהודרת" איז א איש השלום.

"ר' אהרן המהודרת" האט געטנהט אז דער היינטיגער קלויזענבורגער איז נישט זיין טאטע, און ער האט נישט גערעדט אויפן רבין זי"ע, און מען מוז נישט אנהאלטען קיין מחלוקת. און אפילו ער איז יא א שונא, איז נישט טייטש אז איך טאר אים נישט באזוכען און מען דארף לעבען גוט מיט אלעמען. און דער רבי זי"ע איז אויך דעדאנדען באזוכען ביי די רביין וואס האבען זיך אנגעקערט צו די אגודה, א.א.וו.

ווייטער מוז איך מודה זיין אז "ר' אהרן המהודרת" איז גערעכט. ווי נישט ווי איז עס געווען א שיינער באזוך, אלע קלויזענבארגער קינדער האבען אפגעווארט ר' אהרן מיט ווייסע העמדער, אלע זענען געבליבען אויף ביז שפעט אין די נאכט ווייל ר' אהרן איז אנגעקומען שפעט, עס איז געווען א באזוך אזאנס און אזעלעכעס. דער קלויזענבורגער רבי האט געוויזען פאר ר' אהרן אינטערעסאנטע חפצים פון הייליגען יטב לב און פון אנדערע הייליגע זיידעס, וואס ר' אהרן איז געווארען זייער איבערגענומען און ער האט אפילו געקושט מיט זיין הייליג מויל די חפצים של צדיקים, און די זאליס מעגען קרומען מיט די נאז, און אפילו דער גבאי שמואל הכהן פריעדמאן מעג אויך קריצען מיט די ציין. און פאר "ר' אהרן המהודרת" גייט אפילו נישט אן אז זיין גבאי שמואל הכהן פרידמאן איז געבליבען אין די קאר און נישט געוואלט אז ר' אהרן זאל גיין. "ר' אהרן המהודרת" וויל אז עס זאל הערשן שלום אין די גאנצע וועלט.

אבער נאך דעם באזוך אין נתניה איז ווידער "ר' אהרן המהודרת" פארשווינדען געווארען און "ר' אהרן הישן" האט ווייטער געפירט די מלוכה מיט זיין "עספערדזשערס סינדראם".

פיר חדשים שפעטער טבת תשס"ח איז דער קלויזענבארגער רבין איז געקומען באזוכען ר' אהרן אין קרית יואל. ר' אהרן האט אים טאקע נישט געוויזען קיין חפצים פון זיינע הייליגע זיידעס, אבער ער האט אים געוויזען ווער ר' אהרן איז און וואס ער האט שוין אויפגעטאן אויף דער וועלט זייט ער איז דער עמטליכער הגה"ק. ער האט אים ארום געטראגען אין מצה בעקעריי, ווי ער האט געוויזען פארן קלויזענבורגער רבין פארוואס זיין בעקעריי איז בעסער ווי די בעקעריי וואס דער רבי זי"ע האט געבויט, ער האט אים געוויזן די "בית השחיטה" המהודרת" און מיט וואס זיין שחיטה איז דאס "בעסטע" ווי סיי ווי אין דער וועלט. און דער קלויזענבארגער רבי איז ארויס פון התפעלות פון די גאר קורצע צייט וואס ר' אהרן איז הגה"ק און שוין אזוי פיל אויפגעטאן.

אבער איין מינוט. פארוואס איז ר' אהרן טאקע געגאנגען באזוכען דעם קלויזענבארגער רבין, און געפארען צו אים א לאנגען אום וועג? ווען ר' אהרן איז טאקע דאס וואס איך האב פריער אראפגעלייגט אלס א "ר' אהרן המהודרת", קען מען פארשטיין. ווייל עס זענען פארט פארהאן מענטשען וואס קענען זיך נישט קריגען, קענען נישט דערליידען קריגערייען, ממילא אזא מענטש, קען מען זייער גוט פארענטפערען. כאטש עס איז נישט א עבירה צו באזוכען דעם קלויזענבארגער רבין, דאך מוז מען פארשטיין פארוואס ר' אהרן איז געגאנגען.

אגב, דער קלויזענבורגער האט א ברודער אין בארא פארק וואס איז אויך א קלויזענבורגער רבי, אבער אים איז ר' אהרן נישט איינגעפאלן צו באזוכן, ווייל און אמעריקע איז נישטא די צייטונגען וואס זאלן מאכן מטעמים פון דעם באגעגעניש, אבער אין ארץ ישראל איז עס געווען א סענזאציע אז אלע צייטונגען האבן געשריבען גאנצע בלעטער, וואס האט געגעבען דעם געפיל אז ער האט באצאלט פאר די "שונאים".

די קשיא איז נאך מער ווי דעם: פארוואס די שונאים פונעם ברך משה זענען אסורים לבוא בקהל עד סוף כל הדורות, בשעת ווען זיי זענען דאך באמת סאטמארער חסידים ותלמידים וואס זענען אין סאטמאר אויפגעוואקסן און אין סאטמאר געווייקט און זיי זענען אמתע תלמידי וחסידי סאטמאר, און על פי רוב האבן זיי זיך אפילו גוט געהאלטן מיט'ן ממלא מקום דער ברך משה, ביז ער האט ממנה געווען אלס מסייע זיין זון ר' אהרן וואס זיי האבן געהאלטן איז נישט ראוי לאותו איצטלא. די "שונאים", ווי מען האט זיי גערופן, האט מען געפייניגט און גערודפ'ט ווען זיי האבן באשלאסן בשנת תשנ"ט אז זיי ווילן זיך יא צוריקקערן צום ממלא מקום פון רבי'ן ז"ל און קומען דאווענען אין גרויסן בית המדרש, זיי האט מען געוויזען די בית הכיסאות אויב אן ארוני האט געזעהן אזוינע וואס זענען געווען פון די אהבה מוסתרת די לעצטע פאר יאר. אבער די שונאים פונעם "בעל דברי יואל" וואס איז לכל הדעות געווען שונאים פאר די מערכה אויף ציונות, די שונאים מעג מען פארגעבען און מען דארף זיי יא פרובירן מקרב זיין, און מען דארף ארויספארן ביז נתניה זיך איבערבעטן וקראת אליה לשלום. ניטאמאל האט ער געווארט אז דער קלויזענבורגער רבי זאל קודם אים קומען באזוכען אין ניו יארק, נאר ער איז אים נאכגעלאפן ווי א הינגעריגער וואלף וואס זוכט דא צו נקמה נעמען אין די תלמידים פונעם ויואל משה, וועם דער נאר רופט אן "בעל דברי יואל".

דער אמת איז אז די נקמה געפילען וואס ר' אהרן האט אלע יארן געהאט קעגן די אידען וואס האבן זיך שטארק געהאלטן מיט'ן רבי'ן זי"ע, וועם זיינע שרייבערס האבן שפעטער א נאמען געגעבן די "עבודה זרה פון רעבע זעכרוינע לעווראכע", האט אין אים אלע יארן געברענט און האט אייביג געזאגט מתי יבוא לידי ואקיימנה, ער האט אסאך מאל דאס ארויסגעוויזן, אבער לאמיר נאר דערמאנען די פאר באקאנטע עפיזאדען:

דער בעלזער רב פון ירושלים איז א שוואגער מיט ר' אהרן זינט ר' אהרן האט חתונה געהאט, נישט מער געדאכט. קיין סאך נאנטע שייכות האבן זיי לכאורה נישט געהאט ווייל דער בעלזער בטבעו האט אים נישט געקענט סובל זיין אלס זיין נערנות מיט זיין טפשות פה און זיין שחצנות וואס האט געשטינקען פון גאות, וואס האט דערווייטערט יעדען בר דעת פון אים. אבער בשנת תש"מ ווען די מערכה פון סאטמאר מיט בעלז האט עקספלאדירט האט ר' אהרן שטארק אנגעפירט די מערכה קעגן בעלז, נישט ווייל עס האט אים וויי געטוהן דעם כבוד פון זיין פעטער ז"ל, נאר ווייל ער האט ליב געהאט דעם ביקס וואס שיסט באמבעס און זיין נאטור פון שלעכטקייט האט אים געשטיפט צו גיסן אויל צום פייער. למעשה האט ער די אלע יארן פון תש"מ בכלל נישט געהאט קיין שום מגע ומשא מיט דעם שוואגער, בערך אזוי ווי ער האט היינט מיט זיין שוואגער ר' חיים יושע וואס וואוינט א האלבע שעה אוועק פון אים און ער רעדט נישט מיט אים.

אבער ווי נאר זיין ברודער איז געווארן רב אין וויליאמסבורג, האט ער זיך א שיינעם טאג אויפגעהויבן און אריבערגעפארן קיין ארץ ישראל צו א שבע ברכות פון זיין שוואגער ר' מנחם ערנסטער. קיינער האט נישט געוויסט אז ער איז געפארן, און ווען מען האט געהערט האט קיינער נישט פארשטאנען פארוואס פלוצלינג נאך אזויפיל יאר וואס זיינע שוואגערס מאכן חתונה אין ארץ ישראל און קיינמאל איז ער נישט געפארן אפילו צו די חתונה, און דא פלוצלינג פארט ער אויף א שבע ברכות'ל. אבער ווען אלע צייטונגען פון ארץ ישראל האבן געהאט דעם באקאנטען בילד ווי ר' אהרן מיט די שיין געמאכטע פייקעלעך שטעלט זיך אויף און בייגט זיך איבער, צו געבן די הענט פאר'ן שוואגער דעם בעלזער רב האט יעדער פארשטאנען אז קיין אנדערע סיבה פאר זיין פארן קיין ארץ ישראל איז נישטא, אים אינטערסירט נישט קיין שוואגערס חתונה, און אודאי נישט קיין שבע ברכות, הונדערטער אזעלעכע שמחות האט ער פארפאסט אבער דא האט ער געוואלט "אריינרוקן אין זיבעטן ריפ" די שונאים און געוויזן פאר די וועלט אז נישט נאר מיין ברודער קען זיך איבערבעטן מיטן טאטעןס שונאים, איך קען אויך.

ווען ר' אהרן האט ווען נישט מורא אז דער בעלזער רב וועט אים טשעפענען, וואלט ער אים אויך באזוכט אין א"י. פארוואס נישט, מה דהוה הוה, און עס איז צייט עס זאל הערשען שלום אין אלע קרייזען און מען דארף נישט פירען קיין אלטע חשבונות. אבער וויבאלד דער בעלזער רב האט א היסטארי פון באצאלן רבית אויף אלע יארן וואס ער איז שולדיג, האט ר' אהרן מורא געהאט פון אים, און דעריבער איז דער באזוך נישט צושטאנד געקומען.

(פאר ווער עס איז נישט באקאנט. ר' אהרן האט פערזעליך גערעדט צו זיין שוואגער ראש חודש חשון תשס"ג דער טאג וואס ער האט חתונה געמאכט זיין יואליש אין ארמארי, ווען זיין טאטע איז נישט געקומען צו די חתונה, יענעם טאג איז ער געווען אין הויז פון ר' חיים לאקס ע"ה ווי ער האט אויפגענומען "לברך ולהתברך" און ער האט אנגערופן דעם שוואגער און זיך מזכיר געווען לרגל השמחה, און ער האט זיך אויפגעטוהן פאר ר' חיים יושע באב"ד און אינמיטן די חתונה האט ער אים אריינגעזאגט אין אויער איך האב היינט גערעדט מיט דיין רבי'ן.

נאך סוכות, חשון תשס"ז האט ר' אהרן אים נאכאמאל געקאלט און אים איינגעלאדענט צו זיין טאכטערס חתונה. ביי יענעם געשפרעך האט זיך דער בעלזער רב שוין נישט געקענט איינהאלטען און אים א טשעפע געטון, כדרכו, און אים געפרעגט: איז דאס ביי דיר דאס ערשטע קינד?... למעשה האט דער בעלזער געשיקט ביי יענע חתונה זיינע דיינים פון ניו יארק אלס א דעלעגאציע בשמו. און עס האט געהערשט א פרייד ביי אלע ארונים אז ר' אהרן לעבט שוין גוט מיט די גאנצע וועלט, א ריכטיגער רשכבה"ג.)

אויך מוז מען פארשטיין ר' אהרן פון די עירוב גערעדעכץ. עס איז דא ווייניג אזעלעכע קריגערישע מענטשען ווי ער, און מען זעט אז אויף וועם ער רעדט זיך נאר איין אז יענער איז נישט הונדערט פראצענט זיין ידיד, איז יענעמס בלוט הפקר פאר יעדען בחור, און עס איז איבריג נאכאמאל אראפצוברענגען יעדע מעשה זיינע פון די לעצטע דרייסיג יאר פון תש"מ ביז ר"ח אלול תשס"ט ביי די לוי' פון ר' עוזיאל פערלשטיין, ווייל דאס איז דאך באקאנט פאר אלעמען, נו פארוואס ווערט ער פון מאל צו מאל א איש השלום?

דער תירוץ איז אז עס איז נישט דא קיין "ר' אהרן המהודרת", עס איז נישטא קיין איש השלום, עס איז דא א קראנקהייט וואס דאס שטיפט אים צו דרוקען די אלע קרומע קנעפלעך – "עספערדזשערס סינדראם".

*

זייט ח"י סיון תשנ"ט ווען דער ברך משה האט ממנה געווען זיין זון ר' זלמן לייב אלס רב אויף די סאטמארע קהילה אין וויליאמסבורג האבען זיך אלע דייני הקהילה צוגעשטעלט צום נייעם רב (אויסער ר' געציל בערקאוויטש פון קרית יואל). אין וויליאמסבורג ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן, ר' זלמן לייב פילאפ, ר' שלמה לייב וויינבערגער, ר' חיים קלמן גוטמאן. אין ב"פ ר' חיים דוד כ"ץ און אין מאנטרעאל ר' משה מנחם טירנויער (נאר אויסגערעכנט די דיינים וואס האבען געדינט נאך פאר תשנ"ט).

עס איז נישטא איין קהילה אויף דער וועלט וואס פארמאגט אזעלעכע ריזן אין תורה און עבודה אין זייער קהילה. אלע פון זיי זענען גאונים אדירים, צדיקים און עובדי ה' מפורסמים. קיין איינע פון די דיינים לעבען נישט קיין פשוט לעבען. אלע פון זיי זענען ראוי צו נעמען קוויטלעך פון אידען. אלע מיט א אויסערגעווענליך אצילות, נשואי פנים, און קענען די תורה דורך און אדורך.

אינטרעסאנט טאקע, אבער אלע האבען זיך גלייך צוגעשטעלט גלייך צום נייעם רב. און נישט נאך זיך צוגעשטעלט, נאר זיי זענען געטריי פאר אים, זיי זעען אין אים א רב וואס איז ראוי צו פירען סאטמאר און ער איז פאר זיי כמים פנים אל פנים, געטריי און האלט זייער דעת תורה, ווי א רב דארף זיך פירען.

די אמתע סיבה פארוואס זיי אלע האבען זיך צוגעשטעלט צו ר' זלמן לייב איז ווייל זיי האבען אלע יארען געציטערט וואס וועט זיין מיט סאטמאר ווען דער "עספערדזשערס סינדראם" ר' אהרן וועט איבערנעמען, און רוח הקודש הופיע בבית מדרשם, זיי האבען געזען מיט זייערער ווייט זעענדע אויגען וויאזוי ער פירט זיך נאך היינט אויף. (מען האט נישט געדארפט קיין רוח הקודש עס איז גענוג געווען צו קוקען זיין הנהגה פון תש"מ ביז תשנ"ט.) און דעריבער איז צו זייער שמחה ח"י סיון תשנ"ט נישט געווען קיין גרעניץ. זיי האבען דאס אלע אפען געזאגט.

קומט דער בלאט וואס איז דאך ר' אהרןס מעדעצין פון וואס ער האלט זיך ביים חיות, און מוז דאך עפעס שרייבען פארוואס אזעלעכע תורה ריזען, די סמעטענע פון סאטמאר, האבען זיך אינגאנצען צוגעשטעלט צום נייעם רב, איז שמואל ווידער ארויף געקומען מיט א ספין: די אלע דיינים האבן מורא געהאט פאר ר' אהרן ווייל זיי האבען געוויסט אז מיט ר' אהרן וועלען זיי האבען א שווער פעלד צו פירען אייגענע רעביסטעוועס; ר' אהרן איז א תקיף, א לידער, א פירער, און מיט אים קען מען נישט מאכען קיין מאנקי ביזנעס. ווען ער וואלט געווארען רבי, וואלטען אלע דיינים געמוזט קומען צו די טישען, קומען צו יעדע דאווענען, און זיי וואלטען זיך נישט געקענט פירען אייגענע מלוכות. און דערפאר האבען זיי זיך צוגעשטעלט צום נייעם רב.

אבער עס איז דורך עטליכע יאר, האט דער מעדעצין אויפגעהערט צו ארבעטען אויף ר' אהרן. האבען זיי געמוזט אנהייבען שרייבען מער בייסיג און צוביסלעך אפען שרייבען קעגען די לאנגיעריגע רבנים און דיינים. און דא איז געווארען א פראבלעם אז ר' אהרן האט אויפגענומען דיינים ווי שלום לאנדא, שנעבאלג, בערענשטיין, מיטעלמאן, מענטשען בלי פנים ובלי שם. מוז מען זיך א עצה געבען ווי אזוי מען פארפירט די מאסען אז נישט ר' אהרן איז דער פראבלעם נאר די דיינים און די רבנים.

זיי האבען אנגעהויבען צוביסלעך גראב שרייבען אויף די דיינים. יעדער פון די דיינים האט באקומען א צונאמען. בכלל זענען די ארונים זייער נאנט אדוק ומקושר מיט צונעמען. זיי האלטען אז ווען איינער באקומט פון זיי א צונאמען, איז דאס ווי א "קמיע" און יענער איז דערנאך. ביי זיי איז א צונאמען אלעמאל די ריכטיגע עצה. ביי יעדע פראבלעם וואס זיי האבען מיט סיי וועמען, ווערט באשלאסען א צונאמען, און אויטאמאטיש איז אויס פראבלעם. ווען ר' זלמן לייב איז געווארען רב אין סאטמאר וויליאמסבורג, האט ער גלייך צובאקומען א צונאמען "זאלי" און פערטיג.

לכאורה איז געווען דער פלאן פון די סארט קראנקע עלעמענטען אז גלייך ווען ער באקומט דעם צונאמען, גיט ער אלעס צוריק פאר ר' אהרן וואס וועט צוריק ווערען "רב הצעיר ורב דקהילות קדושות די בכל אתר ואתר". זיי איז נישט איינגעפאלען אז צומארגענס פון דעם זינלאזען כינוי שם, וועלען ר' זלמן לייבס חסידים געבען א צונאמען פאר ר' אהרן דינן. דאס אז ווער עס האט אמאל געטראגען דעם נאמען "חסיד" וועט היינט הייסען "ארוני". עס איז פשוט זיי נישט בייגעפאלען, ווייל ביי זיי רעכענט מען איינס מיט איינס א חלה-דעקל.

יעדער דיין און רב האט פון שמואל ווידער, באקומען עווענטועל א צונאמען, און מיט די צונעמען באנוצען זיך אלע ארונים. אנגעפאנגען פון "כסיל הערש" ביז "מיני מעידאף", און אזוי לעבען זיי אלע, אז נאכן צונאמען, זענען אלע "שונאים" דערנאך. דאס זעלבע קענען זיי טאן מיט בנינים. לאכטס נישט, ווייל עס איז בכלל נישט לאכעדיג. דער ביהמ"ד "ויואל משה" אין קרית יואל האט באקומען דעם צונאמען "סאסמאן", דער ביהמ"ד החדש אויף ראסס קאר. בעדפארד, האט באקומען דעם צונאמען "ביעם פלאזא" וכהנה וכהנה.

 אט למשל ווען ר' זלמן לייב וואלט אויך געליטען אויף "עספערדזשערס סינדראם" און נישט געקענט לעבען מיט רעאליטעט, וואלטען זיינע מענטשען געגעבען א צונאמען אויף ר' אהרןס הויז (אלע זיינע הייזער די בעל אתר ואתר) "נארן הויז", און מיר וואלטען אויך געגעבען א צונאמען פארן דיין פון קרית יואל, "געצעלע", און מיר וואלטען זיך אויך געשוואורן אז זיינע אלע מענטשען זענען ווי פארשווינדען אין וואסער, ס'טייטש, זיי האבען דאך שוין א צונאמען... אבער ב"ה געזונטע מענטשען לעבען נישט אין דמיונות און געזונטע מענשטען ווייסען אז איינס מיט איינס איז צוויי, דעריבער מאכען נישט געזונטע מענטשען אזעלעכע קראנקע שריט אויף יעדע טריט.

צוריק צו די דיינים. אלע דיינים האבען באקומען נארישע צונעמען און זיי ווערען אין בלאט אראפגעריסען ווי זיי וואלטען ווען געווען אלישע האראוויטץ צו שמואל ווידער. דאס אז די אלע יונגעלייט זענען געבוירען געווארען דורך זייער פסקים, דאס אז זייערע עלטערען האבען זיך נישט גערירט אן די דיינים, איז נישט עפעס וואס מאכט אויס ביי די סארט אומרעאליסטישע מענטשען. און ווידער אמאל איז ביי זיי – איינס מיט איינס א חלה-דעקל.

 

*

איינע פון די הויפט פראבלעמען מיט "עספערדזשערס סינדראם" איז, דאס שווערקייט בנוגע זיך צוזאם לעבען מיט סיי וועמען. מער פון אלעם ליידט אבער, פארשטייט זיך, די אייגענע משפחה. א "עספערדזשערס סינדראם" ליידענדער האט נישט קיין געפילען צו קינדער, פרוי און עלטערען, ווי אלע נארמאלע מענטשען. און דאס האט זיך באשיינפערלעך ארויסגעוויזען ביי אונזער ר' אהרן במשך די יארן תשנ"ט-תשס"ו.

עס איז זיכער נישט געווען קיינמאל אין די היסטאריע פון ערליכע אידען אז א איד האט זיך אזוי אויפגעפירט צו זיין אלטען טאטען. אפגערעדט ווען דער טאטע איז געווען אז רבן של ישראל און נאך מער אפגערעדט ווען דער זון איז געווען א רב ביי פרומע אידען. עס קען נישט זיין אזאנס ווייל דאס ווארט ערליך ניצט מען נאר אויף א ערליכען, און א ערליכער איד קען דאך נישט עובר זיין אויף כיבוד אב ואם און אוודאי און אוודאי נישט אויף אזא פארנעם.

איך וועל נישט אייך קומען פארציילען אז ר' אהרן האט אליין געשריבען די אלע הונדערטער חוזק ארטיקלעך אויף זיין טאטען אין בלאט במשך די יארען, אדער אריינגעלייגט א בילד אין בלאט פון זיין טאטען און אראפגענומען פונעם בילד די האלבע בארד; איך וועל אייך נישט פארקויפען אז ר' אהרן האט פארשפרייט פאר די גאנצע וועלט זיין טאטענס "מעדעצין ליסטע" וואס מען האט "דערווישט" פון א דראג סטאר. איך וועל אייך אויך נישט פארציילען אז ר' אהרן האט אפגעשריבען די שווערע טויזענטער אומבאשרייבליכע חוזק תגובות אויף זיין טאטענס חשבון, אין הייד פארק. איך וועל אייך אויך נישט פארקויפען אז ר' אהרן איז פערזענליך געזעצען ביים לעצטען "אלף שמות" אין קאנעטיקוט, ווען דער ברך משה איז שוין געווען אין שפיטאל, פון ווי ער איז שוין נישט אהיימגעקומען, און צוגעקוקט ווי די "חסידים" זיצען און מאכען חוזק פון זייער רבין. ער איז נישט געווען ביי דעם אפגעריסנעם באל, ווען די "עספערדזשערס סינדראם-חסידים" האבען קודם געזאגט "צערעמאניאליש" תהלים פארן רבינס געזונט און צוויי מינוט נאכדעם געוויזן א פילם ווי דער רבי, פארוועמענס געזונט זיי האבען פאר צוויי מינוט צוריק "איינגעריסען", ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך.

אבער איך וועל אייך יא קומען דא פארציילען אז די אלע אויבען דערמאנטע און פיל פיל מער, איז אפגעטאן געווארען דורך זיינע מענטשן מיט זיין וויסען. און נישט נאר האט ער נישט מוחה געווען, נאר ער האט דאס געוואלט. ער האט אלעס אלעס מיט געהאלטען און ער איז נישט אראפ פון זינען פון די אלע שרעקליכע חוזק, השפלה, געמיינהייטען וואס זיינע מענטשען האבען אפגעטאן פארן ברך משה. זיי האבען איבערגעדרייט די טישען יעדעס מאל ווען דער ברך משה האט געפירט טיש זייט תשנ"ט, זיי האבען געשריגען אויפן ברך משה ווען ער איז ארויף אויפן ארון קודש זאגען גוט שבת, זיי האבען אים געשטויסען פיזיש און צובלוטיגט אין קרית יואל זומער תשנ"ט, זיי האבען געשיינט "לעיזער פוינטערס" ביים טיש פירען ל"ג בעומר תשנ"ט אין קרית יואל.

דאס איז אויסער די הונדערטער בזיון ארטיקלעך אויפן העכסטען פארנעם וואס איז געשריבען געווארען פון "חסידים" וואס זענען ברוגז אז "שונאים" קומען צוריק און האבען א רב וועם זיי גלייכען שטארק. זיי האבען בלויז געמיינט די כבוד פון רבין, זיי האבען בלויז געוואלט ארויס ברענגען וואס די משמשים טוען, נו וואס זענען זיי שולדיג אז די משמשים זענען מבזה.

קלוגע מענטשען ווייסען אז אויף יעדע אקט פון א מענטש, גוט צו שלעכט, זענען דא קאנסעקווענצען. עס איז דא גוטע און שלעכטע קאנסענקווענצען. איינער וואס האט דעם קאפ אויפן פלאץ, א חכם הרואה את הנולד ווייסט זיך צו היטען פון נישט גוטע טאהטן ווייל עס וועט זיין קאנסעקווענצען וואס וועט אים נישט לוינען. א כעסן למשל, ווען ער ווערט אין כעס און ער פארלירט זיך, באצאלט טאטע געלט נאך זיין בארואיגונג. ער האט אין זיין כעס פארשעמט זיין פרוי צו סתם מענטשען, ווערט ער נאך זיין כעס אזוי דערנידערט ביי זיך אז דאס ברענגט אים צו דיפרעסיע ממש. ער וועט אלעס אין דער וועלט טאן צו איבערבעטען די וועם ער האט פארשעמט און בעוולהט אין זיין אומקאנטראלירטע צייט. און דא קען מען רעדען פון א קלוגען און באזעצענעם מענטש, אבער וויבאלד ער איז א כעסן ווערט ער אין יענער מינוט א גאסען משוגענער וואס האט קיין טראפ שכל נישט. אלענפאלס, א מענטש מוז קענען אויסרעכענען פאר יעדע זאך, וואס זענען די קאנסעקווענצען וואס וועט ארויסקומען נאך די אקט.

א מנהיג פון קהילה, א רבי פאר חסידים (מען רעדט דא פון היינטיגע רבנים און רביס, נישט פון די אמאליגע קדושים וטהורים), מוזען האבען מערערע מענטשען ארום זיך, וואס זאלען אים אלעמאל געבען גוטע ראט און הדרכה, ווייל אויב ער באנארישט זיך, זענען די קאנסעקווענצען פיל פאכיג מער. א מנהיג פון א קהילה מוז האבען די יכולת פאראויסצוזען מיט זיינע פליישיגע אויגען און פראבירען אלעמאל אז עס זאל זיין אויסגעהאלטען מענטשליך און אוודאי ע"פ תורה, ווייל אויב נישט וועלען די קאנסעקווענצען זיין פיל שווערער ווי פאר סתם א מענטש.

איצט וועלען מיר אפירנעמען אונזער ר' אהרן און א באטראכט געבען וויאזוי ער האט געטון זיינע אקציעס און ווי אזוי ער האט געטראכט פון פאראויס אויב ער האט בכלל געטראכט. און וויאזוי זיין ארומיגע האבען אים געראטען, און וואס זענען געווען די קאנסעקווענצען, וואס א טייל דערפון זענען נאך אינמיטען זיך אויסשפילען.

איך וועל נעמען פינף הויפט געשעענישען וואס זענען פארלאפען זינט תש"ס ביז תש"ע און מיר וועלען מיט פארגערעסערונגס ברילען זיי גוט באטראכטען, און דורך דעם וועלן מיר זען ווי קראנקהאפטיג ר' אהרן און זיינע אלע פארטיי מעמבערס זענען. די פינף זענען נאר וואס איך האב אויסגעוועלט אבער עס זענען פארהאן עפיזאדען אין די הונדערטער.

די עפיזאדען צייגען אז דער ר' אהרן קען נישט פאראויס זען מער ווי פינף אדער זעקס אינטשעס אין פראנט פון זיינע אויגען גלעזער. עס ווייזט אז זיין קהילה פירט זיך אן קיין קוואליפיצירטע הנהגה, אן קיין שום פראקטישקייט, אן קיין לאגיק, און אפגערעדט פון תורה ושו"ע. איך רעד פון גשמיותדיגע קוואליפיקאציעס, פון שכל וואס א זעכציג יעריגער מענטש דארף נארמאלערהייט פארמאגען און ער האט עס נישט. און אויך וועלען די פינף עפיזאדען צייגען אז אלע זיינע ארומיגע זענען געשלאגען מיט די זעלבע מחלה ווי ער, און ביי אלע זיינע מענשטען ווערט גערעכענט איינס מיט איינס – א חלה-דעקל.

די פינף זענען:

1)    רופען אין קארט די קהילה אין וו"ב תשס"א

2)    אינוואדירען דאס גרויסע סאטמאר ביהמ"ד תשס"ה

3)    רופען זיין טאטען אין קארט תשס"ה

4)    אינוואדירען דאס גרויסע סאטמאר ביהמ"ד תשס"ו

5)    נישט לאזען מקבר זיין ר' עוזיאל פערלשטיין תשס"ט

 

איצט לאמיר אנהייבען מיט נומער איינס: רופען אין קארט די קהילה אין וו"ב תשס"א

אויבען אויף איז געווען די געשיכטע אז ר' אהרןס מענטשען האבען גערופען צו דין תורה ר' זלמן לייבס קהילה צו נאווארדאקער בי"ד וואס באשטייט פון כולל יונגעלייט אין פלעטבוש. די קהילה האט צוריקגענטפערט אויף די הזמנה אז זיי ווילען גיין צו דין תורה ביי זייערע דיינים, אזוי ווי די קהילה פון ר' אהרן האט במשך די אלע יארען געענטפערט פאר אנדערע וואס האבען זיי גערופען צו דין תורה. און אזוי האט אויך געשריבען א פסק הלכה דער ראב"ד פון ירושלים רבי ישראל יעקב פישער אז נאר די דייני הקהילה קענען אויף דעם פסקענען. די קהלה האבן פארגעשלאגן לפנים משורת הדין נאך דריי בתי דינים כדת של תורה. עס איז געגאנגען אהין און צוריק ביז ר' אהרןס מענטשען האבען באקומען פון דעם מזכיר הבי"ד א רשות צו קענען מעקל זיין די קהילה אין גויאישען געריכט. דער היתר צו מעקל זיין אין גויאישן געריכט האט דער ליטווישער בי"ד געבויט אויף א פסק פון ר' משה פיינשטיין.

אבער אנשטאט צו מעקל זיין קהל יטב לב, האבען ר' אהרןס מענטשען אריינגעטראגען דעם גאנצען סכסוך אין סטעיט סופרים קארט אין ברוקלין. דינסטאג פ' עקב תשס"א האבען זיי אריינגעגעבען פאפירען אין געריכט אז דער געריכט זאל קודם לעגאל מעקל זיין (פארפרירען), דאס טייטש א "טי.אר.או." אויף "אלע" נכסים פון סאטמאר וויליאמסבורג, די צענטראלע מוסדות, די קהילה, די מצה בעקעריי, דער בוטשער, דער גמ"ח, די קעמפס, און די מוסדות פון ארץ ישראל מוסדות יטב לב קרית ויואל משה, און נאך. אבער אויך האבען זיי אריינגעלייגט פריוואטע מענטשען אויך. און אויך האבען זיי פארלאנגט פון געריכט אז דער געריכט זאל אריין לייגען דריי מענטשען פון יעדע זייט אויף די אלע אינסטיטוציעס.

ר' אהרן איז געווארען פארטרעטען אין געריכט דורך א אדוואקאט "ראווי באטרא", און דער ריכטער "ריינאלד מעיסאן" האט אלע "זיינע" פארלאנגען גלייך נאך געגעבען. עס איז ארויסגעגעבען א לעגאלער עיקול פאר אלע בענק פון בערך דרייסיג אינסטיטוציעס און פריוואטע ביזנעסער אז אלע פארמעגענס זענען פארפרוירען ביז דער געריכט וועט אויסהערען ביידע זייטען. עס האט געדארפט בלייבן אין געהיים ווי לענגער, כדי ר' אהרןס מענטשען זאלען מאנטאג פ' ראה אינדערפרי פלוצלונג קענען געבען א פארכאפ די מאכט מיט א געריכט ארדער.

דערווייל איז די קהילה געוואר געווארען גלייך און געלאפען צום אפעלאט געריכט, וואו זיי האבען פרייטאג פ' עקב אין א עמערדשענסי סעסיע גלייך ארויסגעווארפען דאס מערסטע טייל פון דעם עיקול און געשטעלט די קהילה צו ווייטער ווערען געפירט דורך דעם רב'ס מענטשן אבער אין סטאטס קווא באסיס. דאס הייסט אז ביז דער געריכט וועט אנדערש באשליסען זאלען זיי אנפירען מיט די קהילה.

און דער געריכט האט געגעבען א דאטום פארן קומענדיגען געריכט אויף דעם קומענדיגען מאנטאג פ' ראה. מאנטאג איז דער גאנצער קעיס איבערגענומען געווארען דורך דעם ריכטער "מעלווין באראש" יר"ה.

גלייך נאכן אריינגיין אין געריכט האט דער נאווארדיקער בי"ד ארויסגעגעבען א בריוו אז אזוי ווי די ארונים האבען זיי נישט געפאלגט מיט פארלאנגען בלויז א עיקול, נאר אריינגעטראגען דעם גאנצען סכסוך אין געריכט שלא ברשות בי"ד, דעריבער ציען זיי זיך צוריק, ידם מסולקת, פון די דין תורה.



תוקן על ידי מנהל_שני ב- 02/10/2009 6:21:12




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/10/2009 20:13 לינק ישיר 

איצט וועלן מיר גאר אין קורצען זען די אומרעאליסטישקייט און די קורץ זעענדע אויגען פון ר' אהרן מיט אלע זיינע קארטאפעל קעפ.

ווי עס איז שוין היינט באקאנט, האבען די ארונים קיינמאל נישט געטראכט צו גיין צו דין תורה. זיי האבען געוויסט אז זיי האבען נישט קיין שאנס אז א דין תורה וועט פסקנען לטובתם, זיי האבען געוויסט אז דאס מערסטע וואס זיי קענען באקומען פון א דין תורה איז אפשר א בנין צו עפעס געלט, און וויבאלד זיי האבען אלעס געוואלט צוריק באקומען, איז א דין תורה נישט קיין אפציע. אבער שפילען דעם שפיל האט מען נאך אין אפאנג געמוזט, האבען זיי אויפגענומען א בי"ד פון פלעטבושער אינגעלייט, וויסענדיג אז סאטמאר וועט זיך ביי זיי קיינמאל נישט מתדיין זיין, און ממילא וועלען זיי קענען בהיתר אריינגיין אין געריכט.

וועט איר דאך אוודאי פרעגען, נו ווער האט זיי געזאגט אז אין געריכט וועלען זיי יא געווינען, אז זיי זאלען איינשטעלען צו קענען פארלירען מער ווי ביי דין תורה, ווייל ביי א דין תורה קען מען אייביג אויס האמערען א פשרה, אבער אין געריכט איז נישט פארהאן קיין פשרות, דארט איז אדער אדער, נו פארוואס האבען זיי איינגעשטעלט?

דער תירוץ אויף די פראגע איז, ווייל זיי רעכענען איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל. און איך וועל דאס מסביר זיין. יצחק ראזענבערג דער ארונישער קארט פירער איז א געבוירענער דריי קאפ, און מיט זיין דריי קאפ האט ער געהאלטען אז ער גייט אלעס געווינען. ווי אזוי? ער קען זיך מיט דעם לויער "ראווי באטרא", וואס דער "באטרא" איז אויסער א דריי קאפ, אויך א גרויסער שישקע אין די ניו יארקער געריכט הייזער און ער איז איינער פון די וואס האבען א ווארט אין אויפנעמען ריכטער צום געריכט הויז, ער איז א שותף מיטן ברוקלינער דעמאקראטישער פארטיי באס דער שווארצער "קלעראנס נארמען" וואס שמאכט היינט אין תפיסה פאר'ן פארקויפן ריכטער בענקלעך, אבער דעמאלטס האט ער געהאט א לאו אפיס אינאיינעם מיט באטרא, און דער "באטרא" האט אים געזאגט אז ער וועט דעם קעיס אזוי מאנווערירען אז עס זאל אנקומען צום ריכטער "ריינאלד מעיסאן" און דער ריכטער "מעיסאן" וועט אים אלעס נאך געבען. "באטרא", האט אבער געזאגט פאר יצחק ראזענבערג אז "מעיסאן" קען דערווייל נישט אננעמען דעם קעיס ווייל ער דארף ענדיגען עטליכע קעיסעס, אבער ביי ענדע זומער וועט ער זיין עוועילעבעל. און דאס איז געווען די סיבה פארוואס זיי האבען ארומגעשלעפט די צייט ביי די דין תורה.

און דער ריכטער "מעיסאן" ווי נאר ער האט באקומען די קעיס אין פראנט פון זיך, האט "אלעס" נאך געגעבען פאר "באטרא", וואס לויט ווי דער קורצזיכטיגער בליק האט זיי געלויטעט, האט מען געפלאנט איבערנעמען אלעס פלוצלינג און דערנאך וועלן זיי שוין ווארפן א ביינדל פאר יאנקל כהנא. אבער דער פראבלעם איז געווען אז זיי האבן נישט געטראכט פון איין טאג נאכדעם, און דאס איז אז עס וועט אנגעקומען צו פיל מער א ערענסטער ריכטער, "באראש".

איצט ווען זיי וואלטען געווען ווייט זעענדע און אויסגערעכנטע מענטשען, וואלטען זיי ארויס פון געריכט אין די מינוט וואס דער "אפעלאט" האט ארויסגעווארפען דעם "טי.אר.או." ווייל דער טי.אר.או., וואלט זיי געברענגט צו א שטאפעל וואס מען מוז מיט זיי ערענסט פארהאנדלען, ווייל זיי זענען פונקט אזוי בעה"ב אויך אלע אינסטיטוציעס, אבער ווען דער טי.אר.או. איז ארויסגעווארפען געווארען, וואלטען זיי געמוזט איינזען אז דער קעיס איז דערנאך. און זיי גייען גארנישט געווינען דא, ווייל עס וועט זיי נישט מעגליך זיין צו ווייזען פארן געריכט אז אויב יאנקעל כהנא פירט קהל איז דא א פראבלעם.

אבער מיר מוזען זאגען חסדי ה' אז זיי זענען אזוי ווייט פון רעאליטעט ווי מיר זענען פון פלאנעט מארס, און איך וועל אייך זאגען א שטיקעלע "סיקרעט" פארוואס עס איז א חסד פון אויבערשטען אז זיי האבען דאס נישט איינגעזען און זיי זענען געבליבען אין קאורט.

די ארונים האבען פון זומער תשנ"ט איבערגעדרייט דאס ביהמ"ד יעדען שני וחמישי. עס איז נישט געווען איין שבת, א יו"ט, א ר"ה, יוה"ק, הושענא רבה, וואס זיי האבען געלאזט דעם רבין פירען די טישן, די תפילות, די הקפות, די טישן אין די סוכה, ווי דער רבי האט אלעמאל געפירט. זיי האבען געמאכט פון יעדע תפילה א חוכא וטלולא. עס לאזט זיך היינט נישט גלייבען וואס זיי האבען אלץ אפגעטאן אין ביהמ"ד. און דאס איז געווען ארקעסטרירט פון ר' אהרן, וואס האט א שיטה, אויב נישט איך, זאל קיינער.

זיי מיט זייער סינדראם און מיט זייער אומרעאליסטישע געדאנקען און אקציעס, האבען אויס געארבעט א פלאן: מען וועט אזוי שטארק איבערדרייען אלע תפילות און אלע טישען אז מען וועט זיך מוזען מיט זיי אראפזעצען פארהאנדלען. און ר' אהרן האט געקוואלען פון נחת יעדען מוצאי שב"ק ווען ער האט געהערט אז מען האט איבערגעדרייט דאס ביהמ"ד, מען האט נאכגעשריגען זיין ברודער אין די גאסען, מען האט דעם רבין באשריגען מיט הילכיגע "פוי" געשרייעכץ. ער האט געקוואלען ווען מען האט אריינגעזונגען אין ר' זלמן לייבס "קרעפעל פשעטל" שבועות, א.א.וו.

דער עולם געדענקט שוין נישט אז עס איז אמאל געווען איינער א מטורף מיטען נאמען "יאסי בראך" וואס ער האט אנגעפירט יעדע איבערדרייעניש און מען האט זיך נישט געקענט מיט אים א עצה געבען. ער האט אויף זיך גענומען דעם געוואלדיגען עול אז דורך זיינע מעשים וועט ר' זלמן לייב ארויספליען פון ביהמ"ד. יעדע וואך האט ער זיך געשטעלט ביים מזרח וואנט און זיך ארויף געשטעלט אויף א באנק און משוגע געמאכט יעדען וואס האט אים נישט געשמעקט. עס האט אים קיינער נישט געזאגט א ווארט ווייל ער איז געווען א ריכטיגער מטורף, א פון זינען געריטער מענטש. אבער ער איז געווען דער שליח פון ר' אהרן אז ער זאל אנפירען דאס איבערדרייען דעם ביהמ"ד מידי שבוע בשבוע.

(א קורצע ביאגראפיע פון דעם אלעמען באקאנטען מטורף יאסי בראך.

נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין מאנטרעאל ביי זיין שטיף שווער, ר' חיים אבידור קאהן דער ראה"ק פון סאטמאר-מאנטרעאל. תשמ"ג האט ער באגנב'ט ר' חיים אביגדור קאהן מיט מיליאנען דאלארען און ער האט געמוזט אנטלאפן פון קאנאדע, און האט זיך באזעצט אין קרית יואל.

‫דערנאך האט ער געמאכט א גרויסן ווינט אז ער איז אן עושר ער איז געקומען צום רבי'ן דער ברך משה מ'האט געמאכט א גרויסן קבלת פנים פאר דעם עושר וואס גייט געבן א מיליאן דאלאר פאר "קרית ויאל משה".

אפאר יאר שפעטער האט ער איינגערעדט פאר דעם גאווערנאר פון אקעלהאמע אז ער גייט אויפבויען א ריזיגן פאבריק פון "טוילעט סיטס" וואס גייט האבן מורא'דיגע טעכניק און עס גייט אויפבויען די עקאנאמיע דארט. ער האט אראפגעברענגט דעם גאווערנאר פון אקעלהאמע קיין ניו יארק צו ווייזן זיין אייגן פאבריק וואס ער פארמאגט אין ניו יארק. ער האט אים געוויזן זיין שוואגערס פעקטערי פון סחורה און האט באקומען פון די סטעיט אוו אקעלהאמע א הלואה פון מיליאנען דאלארען...

עס האט גענומע א שטיקל צייט און די סטעיט איז געוואר געווארען אז ער איז א שווינדלער א באטריגער, האבען זיי אים געקלאגט אין געריכט, אבער עס האט געקאסט פארן גאווערנאר זיין זיץ. ער האט פארלוירען די וואלען אדאנק די הלואה פאר א געמיינעם פארברעכער.

וואוינענדיג אין קרית יואל איז ער געווארען דער נאנסטער ידיד פאר העניך אשכנזי וואס האט דאן חתונה געהאט. ער האט געדרייווט א פענסי קעדילעק און ארומגעטראגן העניך אומעטום. ביז איין טאג האט ‫די עף.בי.איי. געלייגט די הענט אויף אים און איינגעזעצט אין תפיסה

פון תפיסה איז ער ארויסגעלאזט געווארען פאר עטליכע טאג, דאכט זיך פאר זיין טאטענס לוי'. אבער צוריק איז ער נישט געקומען. ער איז געווארען א געזוכטער פארברעכער. נאך א וואך צוויי האבען זיי אים דערווישט און צוריק אריין געשליידערט אין טורמע.

דעמאלטס האט ער גאמאכט א דיל מיט די רעגירונג אז זיי לאזען אים ארויס פון טורמע אבער ער דארף פאר זיי ברענגען קרבנות. ער איז געווארן א מסור פאר די רעגירונג. און עס איז באקאנט אז ער איז געווען דער וואס האט דערציילט פאר די אמעריקאנער רעגירונג אז ר' חיים בערגער פון סקווער געפינט זיך אין ארה"ק און פונקטליך וואו.

אבער פון זיינע גניבות האט ער זיך נישט אפגעלאזט. ער האט באגנב'ט זיין מוטער און זיין ברודער פתחי' בראך.

ארויסקומעדיג פון תפיסה האט ‫ער זיך באזעצט אין ווילאמסבורג און געפירט רעדעלעך און קופקעס אין ראדני. מיט ר' אהרן איז ער אלעמאל נאנט געווען ווייל די צוויי משו... האבן זיך פארשטאנען מורא'דיג. עס איז נאך היינט באוויסט אז ר' אהרן האט א קרבות צו יוסי וואס ער האט נישט צו קיינעם. אפילו נאך וואס מנחם גרשון לעבאוויטש האט געבעטן ר' אהרן זיך אויפהערן חבר'ן מיט יוסי'ן, זיצן זיי נאך אלץ שעות און פארברענגען.

און נאר דעם משוגענעם האבען זיי געקענט טרעפען וואס זאל פאר ר' אהרן טאן אלע געמיינע שטיק, צו וואס מען האט געדארפט האבען איינעם. ער האט געעפענט די בלאט, ער איז געווארען זייער "ספאוקסמען", זייער היראו. ער איז געווארען א "הרה"ח", א "שר העסקנים" ביז ארי' לייב איז אריבער אויף זייער זייט און איבערגענומען דעם טיטול.

זיי האבן געדארפט א נאמען פאר אלע זייערע געמיינע שטיק, פונקט ווי מאיר שפיץ האט געדארפט א נאמען זיך שלאגן מיטן ברך משה האט ער גענומען נחמן בראך, אט דאס האט געדינט יאסי בראך. זיי האבן געזוכט א בהמה וואס האט נישט קיין שכל אין איז גרייט צו טוען אלעס אויף דער וועלט, ער האט נישט קיין פראבלעם פון קיין משפחה קיין קינדער קיין ווייב קיין ברודערס קיין עלטערן, עס גייט אים גארנישט אן.

אין יענע צייט זענען זיי געווען אזוי צודרייט אז זיי האבן זיך געפרייט אז איינער שטעלט זיך ארויס פאר זיי. זיי זענען געווען אזוי פארגלייבט אינעם קאורט אז זיי האבן פשוט געדארפט נאר דעם אינטערשריפט. זיי איז נישט איינגעפאלן אז דער משיגענער גייט ארויסנעמען דעם "באראש" פון די כלים און ער וועט זיי געבן אין זיבעטן ריפ. ביז דא, די קורצע ביאגרעפיע פון יאסי בראך.)

און, איך בין נישט זיכער אז זיי וואלטען נישט אויסגעפירט, אז מען זאל מיט זיי מוזען פארהאנדלען. ווייל פאקטיש איז געקומען א מצב אז מען האט נישט געקענט קומען אין שול מיט קינדער דאווענען, ווייל דער ביהמ"ד איז געווען אויסגעשטעלט ווי א שלאכט פעלד. יעדע וואך איז געווען געשרייערייען און מען נאכגעשריגן מענטשען וואס זענען מיט געשטאנען מיט'ן רב. און אז מען קען מער נישט קומען וואלט מעגליך געווען די איינציגע עצה, צו פארהאנדלען מיט זיי.

אבער ב"ה מען איז פון זיי פיל שנעלער פטור געווארען און אן פארהאנדלונגען, און דייקא דורכען קאורט וואו זיי האבען אזוי שטארק געוואלט אנקומען און געדארפט צו געווינען. ווייל ווי נאר דער סכסוך איז אנגעקומען אין געריכט סוף זומער תשס"א האט דער נייער ריכטער "באראש" די ערשטע זאך געטון, צו ברענגען ארדענונג ביי די תפילות. ער האט געווארענט דעם יאסי בראך וואס איז געווען דער "אנקלעגער", אז אויב וועט ער ווייטער איבערדרייען דאס דאווענען וועט ער אים האלטען אין קאנטעפט אוו קאורט.

איך וועל אין דעם מאמר נישט אריינגיין אין אלע פרטים – וויאזוי זיי האבען זיך אנגעפיפען אינעם ריכטער און יאסי בראך האט געשריבען אין בלאט אז זיי גייען יא פארקויפען זיצען און דורך דעם ברענגען א אומארדענונג אין ביהמ"ד, און דער ריכטער האט אים פארבאטען פון אריינקומען אין ביהמ"ד – ווייל אויף דעם וועלען מיר שרייבען אין די שפעטערע מאמרים פון די חלוקה היסטאריע ווען מען וועט האלטען דארט בעזה"ש.

אבער דער תמצית איז אז זיי זענען ב"ה געבליבען אין קארט עד הסוף. און ווען זיי האבען איינגעזען אז זיי פארלירען אין געריכט ביי יעדע סעסיע, און דאס מודה זיין פאר ר' אהרן און פאר זייער ציבור, קען מען נישט ווייל זיי קענען נישט זען קיין רעאליטעט, האבען זיי אנגעהויבען פארפירען ר' אהרן און זייער ציבור, אין בלאט, ביי יעדע דורכפאל, אז זיי האבען גאר געווינען. און אויב האבען זיי איינגעזען אז נישט אלעמאל קען מען טאקע פארקויפען פאר אלע ארונים אז מען האט געווינען, האבען זיי זיי געוויזען אין פאקט אז זיי פייפען זיך אן אויפן ריכטער און זיי טוען וואס זיי ווילען. און דאס האבען זיי נישט אויסגעזאגט פאר זייער ציבור אז זיי פייפען זיך אן, זיי האבען נאר געזאגט אז זיי האבען געווינען אין קארט, און עס איז נישט ווי די קהילה זאגט אז דער קארט לאזט נישט. זיי האבען געטון צוויי אומרעאליסטישע שטיק. איינס, זיי האבען אנגעפיפען דעם קאורט, און צווייט, זיי האבען מיט דעם אנפייפען געוויזען פאר זייער ציבור אז זיי האבען טאקע געווינען.

און ווען מען האט דאס דערציילט פארען ריכטער, איז ער געווארען שוימיג ביז די ציין, און עס שוין נישט קיין ווינדער אז דער ריכטער האט זיי נאר געוואלט ווייזען וואס א געריכט מיינט און ער האט זיי דערלאנגט מנה אחת אפים. און אויב האט דער ריכטער ארויסגעגעבען א ארדער אז זיי זענען אין קאנטעמפט אוו קארט, האבען זיי נישט פארציילט אין בלאט אז זיי האבען אנגעפיפען דעם קארט און פארדעם זענען זיי אין קאנטעמפט. ניין. זיי האבען פארקויפט פאר זייער אומרעאליסטישען ציבור אז דער ריכטער איז "אונטערגעקויפט" און פון איצט אן איז שוין קיינמאל נישט מער פארהאן קיין געווינען צו פארלוירען, ווייל דער ריכטער איז דאך א "זייעריגער".

ווען זיי האבען ווען באמת א געזונטען רבין, איינער וואס קען "פעיסען" אלעס וואס קומט נאר אונטער, איינער וואס קען הערען אז ער ליידט א דורכפאל דא און דארטען, איינער וואס קען זיך ספראווען מיט פראבלעמען, איינער וואס האט נישט קיין קאמנוקאציע פראבלעמען, וואלט ער געבליבען ביי דין תורה און טאקע ביי די דייני הקהילה, און עס איז נישט קיין פראגע ער וואלט ביי די פשרה ארויס געגאנגען מיט פיל מער ווי יעדער באזעצענער מענטש האט פאראויסגעזאגט, וויפיל זיי וועלען באקומען אין גויא'ישען געריכט. (נאכאמאל, מיר רעדען אלעס פון די גשמיותדיגע זייט, און נישט פון רוחניות. ווען ר' אהרן וואלט געווען א ערליכער איד וואלט ער דאך זיכער נישט גערופען זיין טאטענס החלטה צו דין תורה. מיר רעדען באשר הוא שם, אז ר' אהרן איז דאך נישט אן ערליכער איד, אבער כאטש נארמאל, געזונט וואלט ער יא געווען, וואלט ער געשטאנען פיל בעסער אין יעדע הינזיכט אפילו ער קריגט זיך מיט זיין טאטען און ברודער.)

און די אלע זאכען וואס די ארונים האבען געטון במשך דעם געריכט, איז אלעס געטון געווארען כדי ר' אהרן זאל נישט מוזען "פעיסען רעאלעטי". אלעס נאר כדי אז ר' אהרן זאל קענען בלייבען קראנק אויף די "עספערדזשערס סינדראם" און אים האלטען ווי ווייטער פון דעם אמתן רעאליטעט.

 

*

 

איצט וועלען מיר באהאנדלען דעם צווייטען הויפט געשעעניש: אינוואדירען דאס גרויסע סאטמארע ביהמ"ד תשס"ה.

איינע פון די הויפט "מבצעים" וואס די ארוני מעמבערס האבען זיך אונטערגענומען כדי צו שטערען דעם רבין דער ברך משה פון אנגיין מיט זיין עבודה, איז געווען צו מאכען פון די הקפות, א חוכא וטלולא. אראפברענגען דעם גאנצען ציבור צו א שטאפעל וואס וועט קאלט מאכען יעדע ווארעמע צייט. פאר ר' אהרן איז געווען זייער וויכטיג אז ווי מער מענטשען זאלען זען אז דער טאטע איז נישט הונדערט פראצענט געזונט, און עס איז דא צייטען ווען ער פארגעסט. דער "עספערדזשערס סינדראם" ליידענדער האט מיט זיין אומרעאליסטישן צוגאנג אפגעמאכט אז אויב וועט יעדער זען אז דער טאטע איז נישט אין ארדענונג וועט ר' זלמן לייב ווערען אויס רב. חלה-דעקל.

און די "מבצע הקפות" האט ר' אהרן געגרינדעט שוין אין יאר תש"ס, און זיינע מעמבערס האבען דאס אויסגעפירט עד הסוף. יעדער פון קרית יואל איז אריינגעפארען צו די צווייטע יו"ט, כאטש יעדער האט געוויסט אז די הקפות גייט זיין צושטערט. אלע זענען גרייט געווען ע"פ פקודתו צו טאן אלעס אז די הקפות זאל נישט דורך גיין רואיג. און פארדעם זענען אלע ארונים גרייט געווען זיך אריין צו שלעפען מיט פעק און פאק, קינדער און רינדער, צו ווייזען אז ווייל ר' זלמן לייב איז רב אין וויליאמסבורג וועט מען צושטערען די הייליגע הקפות.

איך וועל נישט אריינגיין אין אלע דעטאלען פון די צווייטע טעג פון תש"ס ביז תשס"ו, ווייל דאס וועט זיין באשריבען אין די אנדערע אפטיילונג פון די "סוכות ביילאגע", איך וועל נאר אין קורצען באשרייבען די געשיכטע, ארויסצוברענגען די מחלה "עספערדזשערס סינדראם" אויף ר' אהרן און זיינע אומרעאליסטישע ארונים.

אין יאר תשס"ה אין די נאכט פון אושפיזא דיוסף האט מען געטאנצט שמחת בית השואבה אין ביהמ"ד הגדול, ווי אלע יארען. קיין ארונים זענען נישט געווען דארט, ווייל זיי האבען שוין אלע געהאט יענע צייטען אפגעפיצט פון ביהמ"ד און זיי האבען שוין געהאט דאן "טערטין הופער" ווי זיי האבען געדאווענט ר"ה, יוה"ק און גאנץ יו"ט סוכות.

אלענפאלס, אינמיטען טאנצען איז אריינגעקומען משה דער גבאי און האט אויסגערופען אז דער רבי שליט"א וועט נישט אריינקומען די צווייטע טעג אין ביהמ"ד, נאר דער רב שליט"א וועט פראווען מיט'ן ציבור די הקפות אין ביהמ"ד.

איצט וועל איך אייך איבערגעבען די טרוקענע פאקטען אין קורצען. טראץ וואס ר' אהרן האט געוואוסט אז דער רבי וועט נישט אריינקומען צו די הקפות, דאך האט ער באשלאסן אריינצוקומען קיין וויליאמסבורג, מיט די בפירוש'ע כוונה אז דאס זאל אויפרייצן זיין ציבור אז זיי זאלן מיטקומען און העלפן דורכפירן דעם שוידערליכן פאגראם. דערפאר האט ער באשלאסען אז ער פארט אריין אין שטאט, כאטש דער רבי קומט נישט אריין. די ארונים האבען אויפגעבויעט א טענט אויף די פובליק סקול שטח און דארט וועט ר' אהרן טאנצען.

הושענה רבה האט ר' אהרן געפראוועט פאר זיך מיט זיינע ארונים און ביי די דרשה געוויינט מיט בכיות נוראות אויפן אריכת הגלות און אויף ביאת משיח, כדרכו. ווען ר' אהרן האט געוויינט מיט קראקאדיל טרערן ביי זיין הושענא רבה דרשה האבן אים שוין געווירבעלט אין קאפ און האט שוין געהאלטן טיף אינמיטן ארקעסטרירן עפעס אומגלויבליך.

"איחוד התלמידים" (ר' אהרןס ארגעניזאציע) האט ארויסגעשיקט א טעלעפאן און אי.מעיל מעסעדזשעס אז יעדער זאל זיין ביים זמן אין ראדני, און אויף זייער האט-ליין האבען זיי באפוילען אז אלע בחורים זאלען זיין ביים זמן אין בית המדרש. א קלארער באפעל אנטייל צו נעמען אין דעם שוידערליכען געשעעניש.

עס איז דער זמן הדלקת הנרות און דער יו"ט שמיני עצרת קומט אריין אין אלע הייזער איבער די וועלט, אבער דא אין סאטמאר האט ר' אהרן מיט זיינע מענטשען באשלאסען אז עס גייט איצט זיין א האלאקאסט, א חורבן.

טוירטין הופער סטריט ווי אויך דעם טענט "הענקי", האט מען "פארשלאסען" אויף די ערשטע נאכט יום טוב, כאטש וואס אין די הייליגע טעג ווען דער ברך משה האט געדאווענט פארן עמוד אין גרויסען ביהמ"ד, האבען זיי טריאומפירט אין בלאט אז זייער שול אויף דרייצען הופער איז איבערגעפילט און מען פארקויפט דארט מיליאנען זיצען. דעמאלטס האבען זיי זיך נישט גערעכענט מיט די וויכטיקייט מיטצוהאלטען די תפלות מיטען רבין. בלויז שמיני עצרת, ווען זיי האבען געוואוסט אז דער רבי וועט נישט אריינקומען צו די הקפות, האבן זיי געפינען פאר וויכטיג אפצושפארען זייערע שולען צו פארזיכערען אז אלע זייערע מיטגלידער קומען אויף ראדני זיך באטייליגען אינעם שוידערליכען פאגראם.

ר' אהרן האט געמאכט א שפיל כאילו ער וויל זיך זייער באטייליגען ביי די הקפות ביי זיין טאטען אין קליינעם ביהמ"ד ברך משה, און ער איז אהין אנגעקומען מיט א גאנצע מחנה צעיושטע יוגענטליכע באנדע. אבער אנקומענדיג אהין, האט מען אים געזאגט אז ער קען אריינקומען אבער נאר מיט זיינע קינדער און מיט עטליכע גבאים. די אלע שלעגער-באנדעס וועלן נישט אריינקומען.

און אויף דעם האט ער געווארט. ער האט קאטעגאריש אפגעזאגט די איינלאדענונג אריינצוגיין צו זיין טאטען, נאר ער האט געשיקט די אלע באנדעס קיין ראדני, און ער איז זיך געגאנגען אין סיגעט מיט א מספר מצומצם.

די הקפות שמיני עצרת ביינאכט האט ר' אהרן נישט אפגעראכטען אינעם "שאטער הענקי", וואו עס האבן זיך שפעטער אין יו"ט באטייליגט הונדערטער טויזענטער מענטשען, נאר עס איז געפראוועט דעווארען אין סיגעטער בהימ"ד און מען האט אהין בלויז באשטעלט א מנין מצומצם, אין די צייט וואס אלעמאל זוכט ער – און זיי – להגדיל הטראסק און צייגן אז ער האט א ריזן עולם, איז ער אויף די נאכט געווארען צוריק א "ר' אהרן המהודרת"... שטיל און באשיידען. אלעס, אז זיינע אנהענגער זאלען זיין אין ראדני און אנטייל נעמען און דעם שוידערליכען פאגראם.

עס איז איבריג צו שרייבען וואס די הקפות מיינען אין יעדע חסידישע הויף. עס איז נאך א טייל פון דעם חתימה טובה וואס מיר האפען זוכה צו זיין און עס איז פון די שענסטע זמנים פון יאר אין אלע חסידישע הויפן. אין סאטמאר זענען די הקפות די סאמע הויכפונקט פון יאר. עס איז דער יו"ט בה"א הידוע. אבער דאס דייקא האט ר' אהרן געוואלט אראפברענגען עד הדיוטא אחרונה.

איצט וועלן מיר אייך אריינפירען אין גרויסען סאטמארען ביהמ"ד אויף ראדני סט. די ערשטע שריט איז געווען גלייך ביים זמן ווען יאסי בראך זייער הויפט פירער, מיט נאך עטליכע אפגעריסענע נאראנים, זענען אריינגעקומען אין שול מיט דריי גוים ("באדי גארדס"), ארויף ביז צום פלאץ פון רב שליט"א וואס דאס האט געדארפט זיין דער צייכען אז די "אינוואזיע" האט זיך אנגעהויבען.

אינאיינעם מיט זיי האבן זיי מיטגעברענגט א שיקסע, א רעפארטער פארן "דעילי ניוס". די גוי'טע האט לויט זייער פלאן געדארפט באריכטען דעם אנדערען טאג די אלע געשעענישן אין די פרעסע. און "כיון שניתנה רשות למשחית" - וויבאלד ר' אהרן האט שוין פון פריער געגעבן דעם צייכן פאר זייערע כוליגאנעס אז מ'קען אלעס טאן, האבן זיי זיך גענומען צו דער ארבעט. גלייך דערנאך האבן זייערע יוגענטליכע אנגעהויבן מיט זייערע געשרייען קולי קולות "זאלי" אויפן רב, און צוגאב באגלייט מיט גאר מיאוסע ווערטער אויסרופן. די קולות זייערע און געפילדערייען זענען געגאנגען אויף די העכסטע טענער, ווי אפריקאנער שחורים אין א דזשאנגל האבן זיי געווילדעוועט און געליארעמט, געזידלט און געלעסטערט, וואס איז באלד אריבער צו מעשי חילול יום טוב דורך אנהויבן ברעכן און שעדיגן די מעבל פון בית המדרש.

למעשה זענען שוין געווען אסאך ר' זלמן לייבס יונגעלייט וואס האבען געהאלפען ארויספירען דעם יאסי בראך און ביז געציילטע מינוט איז ער יאסי געווען אינדרויסען פון שול, און געכאפט געזונטע טרוקענע קלעפ, און דאס איז געווען דער ערשטער סימן אז די אינוואזיע גייט נישט גיין פאר ר' אהרן ווי געפלאנט. אבער פאוואליע. עס איז נאך ווייט פארטיג. זייער ווייט.

יעדער ארוני איז געווען אין שול, אפילו די ערענסטע און באזעצענע, ווייל מען האט פארשפארט זייער ביהמ"ד, און דער טענט "הענקי" האט מען נאך געהאלטען אין מיטען בויען לכבוד יו"ט, כדי שמחת תורה ביינאכט זאל שוין זיין א "ופרצת" אויפן העכסטען אופן. אבער ר' אהרן איז נישט צום געפינען.

דערנאך האבן זיי זיך מיט א רציחה גענומען איבערקערן די הויכע פארענטשעס אינמיטן בית המדרש, עס אראפגעווארפען צווישן דעם המון עם, אן זיך רעכענען מיט די סכנת נפשות וואס דאס האט געקענט גורם זיין און וואס ביי יעדע טראסקע האט מען געציטערט צו עס האט נישט חלילה באגראבען און צודרוקט אונטער זיך קינדער און ערוואקסענע. דאס אראפטראסקען די אייזערנע פארענטשען האט געמאכט אזא גערודער ווי באמבעס פאלען. עס איז געווען א שרעקליכער ציטער ווען די פארענטשעס זענען געטראסקעט געווארען.

די גאנצע צייט האבן זיך זייערע געמיינע קוויטשערייען נישט אפגעשטעלט. און נישט בלויז דאס, נאר עס איז נאך אלץ געווען ולא נח דעתם. איינע פון די מערסטע שפל'דיגסטע מאמענטן וואס האט געמאכט אויפציטערן יעדן איד וואס האט א חרדה ויראה פאר השי"ת מפחד והדר גאונו, איז געווען ווען זיי האבן גענומען א הייליגן ארון קודש און עס איבערגעקערט אינמיטן בית מדרש, ניטאמאל וויסענדיג צו עס איז דא דערין א ספר תורה אדער נישט. הונדערטער ערליכע אידן וואס זענען דערביי געשטאנען מיט פארקלעמטע הערצער צוקוקנדיג אין וואס פאר א הפקר יונגען די חברה זענען פארוואנדעלט געווארן. עס האט זיך נישט געגלייבט אז אידישע מענטשען מיטן חסיד'ישן לבוש זענען עלול איבערצודרייען בשאט נפש אן ארון קודש, וואס איז דאס הייליגסטע ביי אידן, און נאכדערצו באגלייט מיט א "הורא" און הוללות'דיגן געלעכטער.

דאס אלעס איז געווען נאר א טייל פון זייערע בייזוויליגע פלענער און גרויליגע סצענעס. ווי זיי אליין האבן שפעטער פארציילט האבן זיי נאך געפלאנט אויסצוגיסען אויל אויף די פלאר מ'זאל נישט קענען טאנצען, אראפרייסען די טשאנדאליערס א.א.וו. פשוט חרוב מאכן דעם ביהמ"ד, און דערנאך אריינרופען ר' אהרן וואס האט געווארט צו הערען די גוטע בשורה אז זיין ברודער האט מען רח"ל... און ער קען שוין קומען איבערנעמען דאס ביהמ"ד און טאנצען "הייליגע" הקפות.

אין דער צייט האבן ר' זלמן לייבס עסקנים אנגעהויבען צו מאכען ארדענונג און אויסקריסטאליזירען דעם מצב. צו דאווענען מעריב איז צוגעגאנגען דער בארימטער בעל תפילה ר' יעקב אונגאר און באלד דערנאך איז דער רב צוגעטרעטן צו פראווען די הקפות.

באלד נאכדעם וואס דער רב האט געענדיגט "אתה הראית לדעת כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו" איז דער רב אריינגעקומען אינמיטן בית המדרש וואו דער רב מיט א זעלטענע גבורות הנפש האט זאפארט אנגעהויבען טאנצען די הקפות ווען דער גאנצער "נארמאלער" ציבור זקנים עם נערים ארום האלט מיט פאראייניגט און טאנצט מיט גרויס התלהבות. ע סאיז נישט געווען מער ווי א ד' על ד' אין די ערשטע פאר מינוט. אבער ווי א מינוט איז אדורך איז דער רינג געווארען ברייטער און ברייטער. מע האט אנגעהויבען איינעמען שטחים אויף שטחים...

די עסקנים האבען זיך געמוטשעט צוריק מסדר זיין די פארענטשעס פאר די בחורים און קינדער. עס איז אנגעקומען מיט שווערע כוחות אפצוטיילען דעם נארמאלען עולם, פון די "סינדראם" יונגען. די חיות טורפות און דער צעווילדעוועטער אספסוף האבן שוין שוין אנגעהויבען שפירען אז דער ביהמ"ד וועט נישט זיין זייערס. דער ערליכערער ציבור זייערער ווי ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער און זיינס גלייכען האבען זיך איינער נאכען אנדערען ארויסגעשארט פון ביהמ"ד ווייל זיי האבען "ענדליך" איינגעזען אז ר' אהרן וועט דא היינט נישט טאנצען, און זיי אויך נישט, ממילא מוזען זיי ערגעץ שנעל לויפען ערגעץ אפרעכטען די הקפות.

די "עספערדזשערס סינדראם" יוגענט וואס מיט זייער אומרעאליסטישען בליק האבען זיי געמיינט אז מיט אזא פאגראם וועט ר' אהרן ערגעץ אנקומען, זענען צוביסלעך ארויסגעווארפען געווארען דורך די עסקנים, און ביסלעכווייז האבן זיך די מחללי הקודש אפגעטראגן בחרפות ובושות און פארלאזט דעם ביהמ"ד בחרי אף; נישט צוליב פארשוועכען דעם קדושת המקום, נאר פארן דורכפאל פון די געוואגטע מיסיע. די קראנקע יוגענט האבן צוביסלעך פארלאזט דאס בית המדרש. ביי די דריטע הקפה איז שוין נישט געווען קיין איין איינציגער פון די "געטרייע שליחים" פון ר' אהרן. איצט האט דער גאנצער עולם געטאנצט כאיש אחד בלב אחד, זיך פרייענדיג און דאנקענדיג דעם באשעפער על רוב רחמיו וחסדיו, וואס מען האט ב"ה זוכה געווען צו דעם "ברוך אלקינו שהבדילנו מן התועים" און מיר מיר האבען די זכיה צו פארמאגען א רב א להבדיל פון זיין ברודער.

ווען מען האט געענדיגט די הקפות האט ספאנטאן זיך ארויסגעריסן א געזאנג ביי די טויזנטער פארזאמעלטע "חסדי ה' כי לא תמנו" וואס האט אנגעהאלטן אויף די גאס וואו א ריזען ציבור אויך פון אנדערע שולען האבען אהיימבאגלייט דעם רב מיט א געזאנג, וועלענדיג אים און זיך מחזק זיין, אויף וואס די מענטשהייט איז היינט דורכגעגאנגען.

דער פלאן פון ר' אהרן האט זיך געענדיט מיט א שרעקליך טאטאלען דורכפאל פאר אים און זיינע מענטשען. ער האט פארשטינקענע פיש געגעסען און פון שטאט ארויסגעווארפען. בעסער געזאגט, דער נייער משל פאר אזא סארט נמשל, איז איצט געווארען, "ר' אהרן האט איבערגעדרייט א ביהמ"ד און מען האט אים און זיינע מענטשען ארויסגעטראסקעט באבל וחפו ראש."

איצט האבען מיר געשריבען טרוקן די מעשה אזוי ווי עס איז געווען. און איצט וועלן מיר געבען א גאר קורצען אנאליז אויף די געשיכטע:

ר' אהרן איז אריינגעקומען פון קרית יואל מיט אלע זיינע מענטשען, וויסענדיג אז דער רבי וועט נישט טאנצען. זיי האבען אפגעמאכט אז אויב דער רבי איז נישט אין שול וועט ר' זלמן לייב אויך נישט טאנצען. זיי האבען מיט אים באשלאסען אז מען גייט פארמאכען זיין שול אויף הופער און ער גייט זיין אין סיגעט. ער האט געוויסט אז אין סיגעט קען מער ווי הונדערט מענטשען נישט אריינגיין. האט ער נישט געגעבען אן אלטערנאטיווע פלאץ ווי זיינע מענטשען גייען ביינאכט אפרעכטען די הקפות. און טאקע דאס האט ער געוואלט, אלעס זאל גיין קיין ראדני.

ר' אהרן מיט זיין סתירה צו רעאליטעט איז געווען זיכער ביי זיך אז ער האט גאנץ סאטמאר, און דער ברודער, זעראו, גארנישט. ער האט אמתע חסידים, און דער ברודער, זעראו, גארנישט. אים צו זאגען אז דער ברודער האט היינט א ישיבה וואס איז גרעסער פון זיינס, אדער אים צו זאגען אז דער ברודער האט רוב סאטמאר-וויליאמסבורג אונטער זיך, קען מען נישט, ווייל איינער וואס ליידט אויף "עספערדזשערס סינדראם" קען דאך נישט זיין רעאליסטיש. ממילא איז ר' אהרן געווען קלאר ביי זיך אז עס וועט נעמען מינוטען און מען וועט אים קומען רופען קיין ראדני פירען די הקפות.

אוי, איך מוז זיך צוריקערען צו היינט אינדערפרי, הושענא רבה. ר' אהרן האט געוויינט מיט בכיות נוראות. ער האט געהאלטען א דרשה וואס דער רבי זי"ע קען זיך פארשטעקען פאר אים, און פאר זיינע בכיות.

אבער אויב וויל איינער פארלייקענען אז ר' אהרן איז א קראנקער מענטש און ליידט נישט אויף "עספערדזשערס סינדראם", דאן מוז זיין אז ר' אהרן איז א כופר בעיקר, א לץ, א משכיל, איינער וואס די הייליגע טעג זענען ביי אים א בלויזער שפיל, איינער וואס זיינע בכיות זענען פאלש פון קאפ ביז פיס, איינער וואס טאר נישט זיין א רב אפילו אין א רעפארמער קהילה.

ווייל ווי קען זיין אזא זאך אז א רב, א הוגה מוסר פאר אידען, זאל א שעה פארן דאוונען הושענה רבה אינדערפרי, זיצען און מיטינגען מיט שלעגערס, שקצים, קלים ורקים, און אפשמועסען מיט זיי אז מען גייט פארוואנדלען א ביהמ"ד פאר א שלאכט פעלד, מען גייט פארוואנדלען א שמיני עצרת אין א האלאקאסט, מען גייט שטערען הייליגע הקפות, מען גייט נעמען א דור פון בחורים און קינדער און מען גייט זיי חרוב מאכען לעולם ועד, מען גייט ווייזען פאר די בחורים און קינדער אז שמיני עצרת איז נישט א ערענסטער יו"ט. ווי קען דאס זיין?

דער פאגראם איז נישט געווען א ספאנטאנער כעס אויסברוך. עס איז געווען געפלאנט און ארקעסטירט מיט יעדע דעטאל, גוט צוגעגרייט פון אגאנצען טאג.

שטעלט זיך א פראגע, קען דען זיין אז ר' אהרן האט היינט ביי דרשה באמת געוויינט אויף אריכת הגלות? אזא איינעם טוט דען וויי דאס אריכת הגלות? אזא איינעם טוט דען וויי אז משיח איז נאך נישטא? ביי אים איז דאך אלעס א שפיל, ביי אים איז דער חינוך פון זיינע חסידים'ס קינדער א שפיל, ביי אים איז זיין גאנצער עולם א שפיל, והא ראי', ער האט זיי געשיקט קיין ראדני זיך שלאגען אין איינע פון די הייליגסטע טעג פון יאר, ספעציעל אין סאטמאר, ווען ער האט געוויסט אז זיי וועלען נישט האבען ווי צו טאנצען, און ער האט זיי געלאזט פייפען און געטאנצט די הקפות אין סיגעטער ביהמ"ד וואס איז אויך געווען פארשפארט אז קיינער זאל נישט אהינקומען נאר גיין קיין ראדני. קען אזא איינער וויינען הושענא רבה? קען דען זיין אז די הקפות מיינט ביי אים עפעס אנדערש ווי א "שוי שפיל"?

איז שוין זיין עולם אזוי נידריג אז זיי זאלען האבען אויף זיך אזא געמיינעם רבין? זיצען הושענה רבה אינדעפרי און זיין בלויז ביזי מיט זיך? עס איז נאך אזא רבי נישט געווען ביים כלל ישראל מיום היותם לגוי. א רבי וואס טוט זיך אן א קיטל, מאכט לאנגע נענועים, עס איז הושענא רבה, פון די גרעסטע טעג פון יאר, מען דארף אויסבעטען און איינרייסען פאר א גוט און געזונט יאר פאר זיך און פאר חסידים, און דערווייל איז ער פארנומען א שעה צוריק וויאזוי צו אינוואדירען א ביהמ"ד, אזאנס איז נאך נישט געווען ביי ערליכע אידען. ניין.

איצט, אויב איז ער נישט א ליידענדער פון "עספערדזשערס סינדראם", און ער איז יא א געזונטער און נארמאלער מענטש פון זעכציג יאר אלט, דאן מוז זיין אז ער גלייבט נישט אין קיין שום העכערע זאך, ביים אים איז קיין באשעפער נישט פארהאן, און ביי אים איז קיין הייליגער טאג נישט פארהאן, רח"ל.

 אויף זיין עולם מוז מען זאגען אז זיי ליידען אויף קאנטעידזשעס "עספערדזשערס סינדראם" וואס זיי האבען אריבערבאקומען פון אים. אז מענטשען זאלען זיך איינרעדען אז מיט געשלעג, מחלל יו"ט זיין, מבזה זיין א ביהמ"ד, נישט געדאווענט קיין מנחה מעריב און הקפות, זאל ר' אהרן ווערען רבי אין סאטמאר, מוז זיין אז זיי רעכענען איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל.

*

איצט וועלן מיר גיין צו עפיזאד נומער דריי: רופען זיין טאטען אין קארט תשס"ה.

אנפאנג זומער תשס"ה האט זיך די מענטשהייט דערלעבט צו א נייעם מציאות. א רב, א "גאב"ד", א "גאון אדיר", א "לוחם מלחמות ה'", א "קנאי" פון ערשטען קלאס, איז געגאנגען אין געריכט קעגען זיין אייגענעם טאטע און רבי, וואס דער טאטע איז א רבי פאר טויזענטער אידען.

די היסטאריע פון דעם רופן א טאטען א רבין אין געריכט, איז פון די געשעענישען וואס ווייזט אז ר' אהרן איז א שווער קראנקער מענטש, איינער וואס זיין מח רעכענט אז איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל. א מענטש פון זעכציג יאר, א רב אין א גרויסע קהילה, זאל טאן עפעס וואס אין די היסטאריע האט נישט זיינס גלייכען, א פערזענליכקייט וואס זאל טאן עפעס וואס די היסטאריע וועט אים קיינמאל נישט מוחל זיין דערויף, מוז זיין א מענטש אן קיין מח, אן קיין קאפ. ער וועט דאס קיינמאל נישט קענען אונטער רוקען אונטערען טעפיך. עס וועט בלייבען א שווערער פלעק אויף ר' אהרן, וואס אויסער ער האט מיאוס פארלוירען דעם געריכט און ער איז געווארען שמוציג פון קאפ ביז פיס ביי דעם געריכט, איז דאס עצם אויפקומען מיט די השגה, געווען אויסערגעווענליך נאריש, זינלאז, נישט אויסגעהאלטען ע"פ תורה, און נישט אויסגעהאלטען ע"פ מענטשהייט, נישט אידיש און נישט גויאיש. ער האט לכתחילה נישט געהאט קיין איין פראצענט שאנס אז ער גייט געווינען דעם געריכט. עס איז געווען א שריט וואס די "ילדים העומדים לפניו" האבען אויסגעטראפען, אז דאס גייט זיין א שריט וואס וועט מאכען ר' אהרן צוריק "רב הצעיר" און "רב דקהילות קדושות".

ר' אהרן האט ביי דעם קארט ווייטער גארנישט געוויסט פון גארנישט. ער איז געזעצען און געלערענט די "סוגיא מתוך" און זיינע קינדער און די קינדער פון זיין געוועזענעם שוואגער ר' בעריש מייזעלס האבען אונטערגעשריבען א "לאו סוט" אז זיי ווילען איבערנעמען דעם זיידען, וואס ליידט פון פארקאלעכונג און מען לאזט זיי נישט צו.

איין זומער פארנאכטס איז געקומען א גוי און איבערגעגעבען די געריכט פאפירען פארן רבין, וואס איז איצט אלט געווען העכער די ניינציג. די בילד פון די שרעקליכע מאורע איז געבליבען איינגעקריצט ביי די אלע וואס האבען דאס געזען. דער זיידע האט זיך דערלעבט. ניין פון זיינע העכער אכציג אייניקלעך זענען געגאנגען אין פייער זיך אנצונעמען פאר זיין געזונט. ער האט זיך דערלעבט אז אלע איבריגע אייניקלעך האבען באשלאסען אים צו לאזען זיין פארנעבעכט און פארלאזט, און בלויז ניין געטרייע אייניקלעך זענען אים געבליבען געטריי. אזאנס זיך צו דערלעבען. נאך איבעלעבען א היטלער, נאך איבעלאזען א רעביצין און דריי קינדער אין אוישוויטץ און האט ב"ה דערלעבט אויפצושטעלען א נייעם דור פון צענדליגער צענדליגער אייניקלעך און אור אייניקלעך, איז ער אנגעקומען צו א מצב אז בלויז ניין אייניקלעך האבען באשלאסען אז יעבור עליהם מה, און זיי וועלען אלעס אויף דער וועלט טאן, דעם זיידען צו ראטעווען פון...

עס איז געווען אונטער געשריבען אויף די געריכט פאפירען, אשת מענדל טייטלבוים, חיים הערש בן ר' אהרן, יוסי ואחיו זלמן לייב מייזליש, די טעכטער פון ר' אהרן, אשכנזי, טייטלבוים, דושינסקיא, און די איידעמער העניך אשכנזי און ברוך טייטלבוים.

די אנדערע קינדער פון ר' אהרן, דער איידעם שמעון זאב מייזליש מיט זיין פרוי, מענדל טייטלבוים און דער איידעם דושינסקי האבען נישט אונטערגעשריבען. זיי זענען נישט געווען געטריי פארן זיידענס געזונט.

אויך איז קודם געווען אונטערגעשריבען חיים הערש מייזליש פון בני ברק, אבער ער האט געמוזט צוריקציען אויפן באפעל פון גאב"ד ירושלים.

די ערשטע זאך וואס די ניין אויסערגעווענליך געטרייע אייניקלעך האבען פארלאנגט פון געריכט איז, אז דער געריכט זאל אריינשטעלען צוויי "געטרייע" מענטשען אין הויז פון זיידען וואס זיי זאלען זיין די בעלי אחראי אויף זייער זיידען פארוועם זיי זענען אזוי געטריי. די צוויי געטרייע מענטשען זענען: אריה לייב גלאנץ און הירצקע צוויבעל.

דער קעיס איז אנגעקומען צום פאמיליע ריכטער "דזשאהן לעווינטאל" יר"ה. די געטרייע אייניקלעך האבען מיאוס אריינגעביסען מיט דעם ריכטער. ער האט בעפאר אלעם אויסגעמעקט די פארלאנג אריינצולייגען די "גלאנציגע צוויבלעך". אבער דער וועלטס חכם אריה לייב איז ווייטער ארומגעגאנגען זאגען פאר יעדען אז ער וועט אריינלאזען יעדען אייניג. ער וועט אלע קינדער און איינקלעך האלטען בכבוד און ער וועט אויך קענען האנדלען מיט משה דעם גבאי... אזוי געטריי איז ער געווען.

שוין ביים ערשטען הירינג, וואס איז פארגעקומען אלול תשס"ה, האט דער ריכטער לעווינטאהל איינגעזען אז ער האט דא צו טאן מיט געמיינע פארברעכער אייניקלעך, וואס שפילען א שפיל פון געטרייע אייניקלעך צו א זיידען אבער באמת זענען זיי דאס ווייטסטע פון געטריי. ער האט גלייך איינגעזען אז דא מיינט מען נישט צו העלפן א זיידען, נאר צו העלפען באגראבען א זיידען. און ער האט זיי געוויזען א לעקציע וואס נאר "עספערדזשערס סינדראם" ליידענדע האבען דאס נישט פאראויס געקענט זען.

ביי יענע הירינג, האט דער ריכטער געפרעגט צו משה גבאי איז דא אין געריכט, ווען מען האט אים געזאגט אז ניין, האט ער געזאגט פאר די לויערס אז ער וואלט זייער געוואלט בעטען אז משה גבאי זאל אריינלאזען צום רבין יעדען איינעם פאר די הייליגע טעג וואס גייט איצט זיין. ווי נאר דער ריכטער האט געזאגט די ווערטער איז געווארען ששון ושמחה אין די ארונישע "עספערדזשערס סינדראם" קרייז. יא, עס איז א קארט ארדער אריינצולאזען יעדען און זיי גייען אלע גיין און זיי גייען איבערנעמען און זיי גייען ווייזען, זיי גייען צייגען, זיי וועלען און וועלען און וועלען... אין בלאט האבען זיי געשריבען איין מודעה נאכן צווייטען אז דער געריכט האט באפוילען אריינצולאזען יעדען איינעם און יעדער זאל קומען. ווי גלייך מען האט אמאל נישט אריינגעלאזט איינעם.

איין טאג אין עשי"ת איז דער "בנו בכורו", ר' אהרן געקומען צו פארען פון קרית יואל זיך צו אנווינטשען ביי זיין טאטען. און ער איז נישט געקומען ווי א זון אדער ווי א חסיד. ער איז געקומען ווי א פראוואקאצירער. ער איז געקומען מיט הונדערטער פון זיינע צעיושטע באנדעס בחורים און יונגעלייטלעך. מען גייט אינוואדירען. די גאסען אויף בעדפארד קארנער ראסס איז געווען פול מיט יונגע, "ילדים העומדים לפניו". עס איז בין כסא לעשור און דער צוקומפטיגער הגה"ק האט פלאנירט א "מאוו". ער גייט קומען מיט מיליאנען מענטשען און מען וועט ווייזען.

אבער משה גבאי האט נישט געהאלטען ביים זען וואס ר' אהרן וויל אים ווייזען. ער האט גלייך גערופען די פאליציי צו מאכען ארדענונג. ווי נאר די פאליציי זענען אנגעקומען האבען זיי אנגעהויבען פארטרייבען די מאסען פון די דעמאנסטראציע. (אין יענע יארען האט ר' אהרן נאך יא געהאלטען פון מאסען דעמאנסטראציעס...)

און ווי די פאליציי טרייבט אוועק די באנדעס האט ר' אהרן געזען אז יא, משה גבאי פייפט אויפן קארט און ער איז געבליבען ביים ווייזען, האט ער זיך גענומען בעטען ביי די פאליציי: איי עם עי סאן אוו דהי ראביי". גלייך האט אים א פאליצאנט א זאג געטון: סאו יו אר דהי בעד סאן". (אהא, דו ביסט דער שלעכטער זון.) פון ווי דער פאליצאנט האט דאס געזען, ווייס איך נישט פאר זיכער, אבער אויב מעג איך פראבירען צו צוטרעפען, וועל איך זאגן, אז ווייל ר' אהרן אליין האט נישט אונטערגעשריבען צווישען די "געטרייע" אייניקלעך, האט ער זיך פארגעשטעלט אז ער איז נישט פון די "געטרייע"...

אלענפאלס, היינט ווייסט שוין יעדער אז דער ריכטער איז אליין אראפגעקומען צום רבין אין שטוב נאך סוכות, און האט גערעדט מיטען רבין און אויף דעם האט ער געפאסקענט א געפערליכען פסק פאר ר' אהרן און זיינע "געטרייע" קינדער.

ער שרייבט אינעם פסק: עס איז צו מיר אנגעקומען א קלאגע וואס ניין פון אכציג אייניקלעך האבען אריינגעגעבען אז זיי ווילען קעיר נעמען פון זייער זיידען. קיין קינדער פון דעם מענטש (רבין) האבען נישט אונטערגעשריבען. איך האב אליין באזוכט ביים רבין אין שטוב און געזען אז דארט איז אלעס די שענסטע און בעסטע. איך האב גערעדט מיטען רבין פערזענליך און ער האט געוויסט וואס טוט זיך. "זיי" מיינען אז דער קארט וועט זיין דער "עוועניו" פאר זייערע אינערליכע קריגערייען, און זיי וועלען באקומען פון דעם געריכט וואס אנדערע ריכטער האבען זיי נישט געוואלט געבען. אבער דער קארט ווארפט אלע זייערע פארלאנגען און דער קעיס איז פארטיג.

איצט וועלען מיר אביסעלע אנרירען ר' אהרןס קראנקהייט וואס האט זיך אפגעשפילט ביי דער געשיכטע: יצחק ראזענבערג און נפתלי משה אינדיג, צוויי פון די נאנסטע "קאורט" עצה געבער פארן "עספערדזשערס סינדראם" ר' אהרן, האבען פאר ר' אהרן אין געהיים "מגלה" געווען, אז זיי האבען "מרוב כחמתם" אויסגעפינען א מעכטיגע באמבע, ממש אן אטאם: אז אויב געבען אריין עטליכע קינדער א קלאגע אז דער זיידע איז נישט גוט קעיר גענומען, באקומען זיי דעם זיידען אין "נאו טיים", ד.ה. ווי נאר דער ריכטער באקומט דעם קעיס, וועט נישט זיין אפילו צוויי הירינגס, און ער וועט גלייך אן א פיפס איבערגעבען דעם זיידען פאר די אייניקלעך אדער פארוועם זיי ווילען, וואס אין דעם פאל איז דאס געווען צוויבעל און גלאנץ.

אבער, האבען זיי צוגעגעבען, מען מוז אבער שיקען א סופינע פארן רבין אליין. דאס טייטש אז א שליח וועט מוזען איבערגעבען פארן רבין אין די האנט א סופינע. דאס איז שוין א שטיקל פראבלעם. וואס טוט מען דא. עס וועט דאך זיין א געפערליכער שטינק אין די וועלט, אזאנס איז דאך נאך נישט פארגעקומען זייט די וועלט שטייט. צו שיקען א סופינע פאר א טאטען און רבין איז דאך עפעס וואס מען האט נישט געהערט אין די היסטאריע? נישט געזארגט. שמואל ווידער האט זיך אונטערגענומען א מאסיווע אונטערנעמונג.

שמואל ווידער האט געגרינדעט א "וועד להצלת רבינו" וואס ער האט אזוי געפאמפעט אז אלע ארונים האבען שוין נישט נישט געהאט קיין פראגעס. עס איז געווארען גאר א הייליגע מצוה צו "ראטעווען" דעם "הייליגען" רבין מידי "עשקו". און פון די ארונים האט מען שוין קיין ווארט נישט געהערט. און וואס טוט זיך מיט די נארמאלע מענטשען וואס באלאנגען נישט צו ר' אהרן און זיין "עספערדזשערס סינדראם" פארטיי, איז מען אויפגעקומען מיט צוויי גראנדיעזע אויפטרעפונגען. 1) ר' אהרן וועט נישט אונטערשרייבען אויף די קלאגעס. ער ווייסט גארנישט. נאר זיינע קינדער און בערישעס קינדער וועלען אונטערשרייבען, ממילא וועט מען נישט קענען האבען טענות אויף ר' אהרן. 2) זיי האבען ברוב חכמתם אויפגעקלערט דעם חכם דינן ר' אהרן, אז דער קעיס גייט מען אזוי שנעל געווינען, און ר' אהרן וועט צוריק ווערען אזוי שטארק, אז קיינער וועט מער קיין קשיות נישט קענען פרעגען. מען וועט אזוי שנעל אפווישען איינעם וואס וועט נאר מהרהר זיין אחרי רבו, אז עס וועט אין די מינוט צוריק ווערען די "אמאליגע צייטען", ווען ר' אהרן האט געקענט פייפען אויף די גאנצע וועלט.

ר' אהרן האט גלייך געזען די גאולה שלימה. ער האט זיך שוין געזען אלץ רבשכבה"ג, ער באקומט אלעס און מער ווי אלעס, צוריק. אלעס גייט צוריק צום אלטען. ווי נאר ער באקומט דעם רבין, וועט ער אים הייסען אונטערשרייבען וויליאמבסורג פאר אים און ער וועט גלייך לויפן צום געריכט, און דער געריכט וועט גלייך ארויסקאפען דעם ברודער, און אזוי וועט ער צוריק ווערען "רב דקהילת הקדושות", און "די בעל אתר ואתר". זייער א פשוטער חשבון. אויסגעהאלטען לויט אלע פרעספעקטיווען.

אבער אזא סארט רעכענונג רופט זיך: איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל.

די צוויי קארט פירער און ר' אהרן, האבען געמאכט זייער א גוטען חשבון. יא, מען וועט קלאגען דעם זיידען, און מען וועט אים גלייך באקומען. אבער דעם פשוטסטען חשבון: אז משה גבאי גייט אויך אויפנעמען א לויער איז זיי גארנישט איינגעפאלען. אזא קליינליכען חשבון איז אין זייערע בונדעל מוחות נישט ארויף געקומען. און אז משה גבאי גייט אויפנעמען א לויער וועט שוין דער קעיס נישט גיין אזוי פשוט. אבער ערנסט גערעדט. זיי האבען נישט גענומען אין חשבון אז ווען א אלטער מענטש, אפגערעדט ווי געזונט ער איז, אויב נעמען זיינע קינדער קעיר, און דער עלטערער געפינט זיך אין א געזונטע ענווייראמענט, וועט קיין ריכטער קיינמאל נישט נאך געבען אפאר אפגעריסענע אייניקלעך. עס איז ממש נישט פארהאן קיין נארישערע דמיונות ווי זיי האבען געדמיונט.

ווער רעדט נאך ווען דער ריכטער האט געזאגט אז ער בעט משה גבאי זאל אריינלאזען יעדען, דאס איז שוין געווען א קלארער באווייז אז דער קארט גייט ווי געפלאנט, און עס ועט נישט נעמען לאנג און דער זיידע וועט זיין ביי ר' אהרן אין קרית יואל און עס גייט זיין פורים שחל להיות ביום ההדלקה. ר' אהרן האט אלעס געזען אין ווייסע פארבען. ווייל ביי אים איז איינס מיט איינס א חלה-דעקל.

צום סוף איז דאך אוודאי ארויפגעשווימען דער אמת, ווי דער כלל לויטעט: סוף גנב לתליה, און עס איז דורך א צופאל ארויסגעקומען דער שרעקליכער אמת אז ר' אהרן האט אנגעפירט דעם גאנצען געריכט, און באשלאסען מיט זיין "עספערדזשערס סינדראם" אז ער וועט פאפען די וועלט און ער וועט שיקען זיינע קינדער אז זיי זאלען אריינגעבען די קלאגע קעגען זייער זיידען און ער וועט שפילען ווי ער ווייסט גארנישט. און דער צופאל איז געשען דורך א איינגעשטעלטער "קארט עוועליועיטאר", "פיליפ קאמערעס", וואס האט געשיקט א אומשילדיגער בריוו פארן ריכטער אז די צוויי צדדים האבען אים געדארפט באצאלען פאר זיין ארבעט וואס דער ריכטער האט אים געשטעלט אז ער זאל אפשאצען דעם רבינס מצב, ווייל אזוי האבען זיינע "געטרייע", אייניקלעך "הגאונים והצדיקים שליט"א" באשלאסען, אבער דערוויל האט נאר איין צד, פון רבינס זייט, אים באצאלט, אבער פון די אנדערע זייט, די זייט פון די "געטרייע", אייניקלעך "הגאונים והצדיקים שליט"א", האט ער באקומען א טשעק פון איינעם "עראן טייטעלבאום" און עס האט געקראכט. אה דער קאץ איז ארויס געשפרינגען פון זאק. נישט ממש אליין ארויסגעשפרינגען, מען האט אים ארויסגעשלעפט פון זאק. ער האט באצאלט מיט זיינס א טשעק. איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל...

און נאכדעם איז דאך באוויסט געווארען ווי צוקריגט ער איז געווארען מיט זיין איידעם שמעון זאב מייזליש ווייל ער האט אפגעזאגט די "באפעל" פון זיין שווער, אונטערצושרייבען דעם קלאגע, און היינט איז באוויסט אז ר' אהרן האט "געשאלטען" זיין טאכטער און איידעם אז זיי וועלען נישט מוציא שנתם זיין, ווייל דורך זייער נישט אונטערשרייבען האט געברענגט אז די אנדערע קינדער פון ר' אהרן וואס האבען יא ארויסגעוויזען "געטריישאפט" פארן זיידען, האבען זיך צונאר געליייגט און שמעון זאב האט זיי געלאכט אין פנים נאכדעם וואס דער קארט האט מיאוס אויפגעפראסקעט זיינע שוואגערס אין זיין פסק.

און באמת, ווען ר' אהרן וואלט געגאנגען צו א סקייעטריסט און אים נאר פארציילט די איינע עפיזאד פון רופען זיין טאטען אין געריכט, און ער וואלט אים פארציילט ווער ער איז, און ווער זיין טאטע איז, און וואס דער שו"ע איז, און וואס א רב באדייט, און וואס א רבי איז, און וואס סאטמאר איז, איז נישט קיין פראגע אז דער סקייעטריסט וואלט אים גלייך דיאגנעזירט מיט "עספערדזשערס סינדראם", און ער וואלט אים זיכער געגעבען די ריכטיגע הילף מיטלען אז ער זאל קענען באלאנסירען זיין מח מיט אנדערע מענטעשןס מוחות. נו, זענען זיינע מענטשען אויך אנגעשטעקט מיט די "עספערדזשערס סינדראם", ממילא האלטען זיי ווייטער אז איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל.

*

 

איצט צו עפיזאד נומער פיר: אינוואדירען דאס גרויסע סאטמאר ביהמ"ד תשס"ו

זומער תשס"ה האבען ר' אהרןס מענטשען פון קרית יואל אריינגעגעבן א תביעה אין אראנדזש קאונטי געריכט אונטערן נאמען פון קהל יטב לב דקרית יואל, מיט א פארלאנג צו באשטעטיגן אן אומלעגאלן טרענספער אויף האלב פונעם בעלות איבערן בית החיים דקהל יטב לב אין קרית יואל.

ביים ערשטן געריכט פארהער פארן ­­– היינט באקאנטען קארופטירטער – ריכטער ראזענוואסער זענען ערשינען די אדוואקאטן פון בערל פרידמאן אונטערן נאמען קהל יטב לב ברוקלין, מיט די טענה אז זיי זענען גאר די ריכטיגע ראשי הקהלה, טראץ דעם וואס זיי זענען שוין יארן לאנג נישט אין די פירערשאפט פון די קהלה.

ריכטער ראזענוואסער האט מכלמורשט פארארדענט ביידע צדדים זאלן אריינגעבן זייער ארגומענטן בכתב מיט די הוכחות פארוואס זיי זענען די אמת'ע ראשי הקהל, און דערנאך וועט ער ארויסגעבן זיין פסק, לויט זיין פארשטאנד פון די פאפירן, און הערשט דערנאך וועט ער דן זיין איבער דעם בעלות פון בית החיים.

מאנטאג ערב סוכות תשס"ו האבן די לויערס פון סאטמארער-וויליאמסבורג איבערגעגעבן זייער לעצטע פאפירן אין וועלכע זיי ווייזן איבער אז די לעצטע פינף יאר פירן זיי אן מיט די קהלה ווירטשאפט און זיי זענען באשטעטיגט געווארן פון אפעלאט געריכט צו פירן די קהלה. און מיטוואך דעם צווייטן טאג יום טוב סוכות האט דער אדוואקאט זשעפרי באסס וועלכער פארטרעט יאסי בראך, בערל פריעדמאן און יצחק ראזענבערג אריינגעגעבן זיינע פאפירן מיט די טענות אז זיי זענען די וואס פירן אן די קהלה און זיי זענען די סטאטוס-קווא.

פרייטאג דעם צווייטן טאג חוה"מ סוכות האט ריכטער ראזענוואסער פארארדענט די ראשי הקהלה צו ברענגען איבערצייגענדע באווייזן אז דער רבי האט ארויסגעשטעלט בערל פרידמאן פון די הנהלת הקהלה בשנת תשס"א, ביז נאוועמבער 30 ווען ער וועט אויסהערן די טענות פון ביידע צדדים.

ראזענוואסער איז זיין ארדער שרייבט אז ער וויל נישט איבערדרייען דעם באשלוס פון ריכטער באראש, וואס האט געפסקנ'ט אז דער רבי איז דער פולקאם בעל הבית אין אלע עניני הנהלת הקהלה, נאר ער פארלאנגט דאס איבערצייגן אין געריכט דורך רופן דעם רבי'ן פערזענליך אין געריכט אדער מיט אנדערע קראנטע באווייזן.

דער קארופטירטער ריכטער האט אין זיין ארדער אריינגעשריבן זיינע אבזערוואציעס אויף ריכטער באראש'ס פסק, אז דער סטאטוס-קווא פון די קהלה וואס ריכטער באראש האט געלאזט אין אמט, איז בערל פרידמאן און זיינע ערוועלטע צוליב וואס עס איז נאכנישט איבערגעצייגט געווארן אין געריכט אז דער רבי האט אים מעביר געווען, טראץ דעם וואס בערל פרידמאן האט אפעלירט ריכטער באראש'ס פסק. דערפאר האט ער געגעבן די רעכטן פאר בערל פרידמאן צו נעמען אדוואקאטן צו פארטרעטן די וויליאמסבורגע קהלה, ווילאנג עס ווערט נישט איבערגעצייגט ביז נאוועמבער 30 אז בערל פריעדמאן איז טאקע ארויסגעשטעלט געווארן.

ערב שבת קודש חול המועד סוכות, הארט פארן זמן הדלקת הנרות, איז פארשפרייט געווארן די ידיעה איבער'ן צייטווייליגן ארדער, און ר' אהרן מיט זיינע מענטשען האבן זיך ווי ביי יעדער געשעעניש אין די לעצטע פאר יאר, ווידער ערקלערט אלס זיגער איבער די קהילה און אירע נכסים, און תיכף מפרסם געווען אז די קומענדיגע צווייטע טעג יום טוב וועלן זיי איבערנעמען דעם ביהמ"ד, און ר' אהרן וועט טאנצן די הקפות אין גרויסן בית המדרש אויף ראדני סטריט.

הושענה רבה אינדערפרי האט ריכטער ראזענוואסער געשפילט א שפיל ווי ער פארופט א קאנפערענץ פון אלע לויערס, אויפן פארלאנג פון די אדוואקאטן פון סאטמאר-וויליאמסבורג צוליבן שרעק עס זאל זיך נישט איבערחזר'ן די ראיאטן פון פאריאר, וועלכע האבן פרובירט בזרוע צו פארשטערן די הייליגע הקפות שמיני עצרת אויפדערנאכט (ווי געשריבען פריער). דער ריכטער האט זייער גוט געשפילט די שפיל, און נישט געוואלט אויסהערן קיין טענות ווייל ער האט זייער קלאר געמאכט אין זיין ארדער אז די רעכטן וואס ער געט פאר בערל פרידמאן איז נאר בנוגע דינגען אדוואקאטן אויף די תביעה פון די קרית יואל'ער קהלה בנוגע דעם בעלות אויפן בית החיים, אבער קלאר נישט צו טוישן די הנהגת הקהלה.

די גרופע האט אבער געוויסט פון פריער וואס דער ריכטער מיינט באמת, ווייל ריכטער ראזענוואסער מיט יעקב ישראל פריינד פון קרית יואל זענען געווען גאר שטארק אדוק ומקושר, און דער ריכטער איז דעמאלטס געלאפען פאר א לאנגען טערמין און יעקב ישראל האט אים פארשפראכען אז אויב וועט ער טאן וואס עס פעלט זיך אויס איז זיין געווינס א זיכערער. צום ענדע האט זיך ארויסגעשטעלט אז ראזענוואסער איז געווען איין שטיק קארופציע און ער האט דעליווערט פאר ר' אהרן אלעס וואס יעקב ישראל האט אים פארגעשריבען, און דאך האט ער "שיין" פארלוירען. און אלע זיינע פסקים לטובת קרית יואל זענען איינשטימיג אפגעווארפען געווארען אין "אפעלאט געריכט". און, ער איז געווארען נאכגעקוקט פון די געריכטליכע איסטאנצען, ווייל עס איז אנטדעקט געווארען געהיימע "כאבאר" באצאלונגען פון "פארשידענע מענטשען" פארן ריכטער ביים סאטמארען קעיס. (אגב, יענע אויספארשונג האט זיך קיינמאל נישט געענדיגט, פאר נישט באקאנטע סיבות.)

 יצחק ראזענבערג און זיינע צעיושטע יונגען האבן געמאלדען פאר די פאליציי אז זיי ווילן קומען מיט ר' אהרן איבערנעמען דעם גרויסן בית מדרש און פארלאנגט די פאליציישע הילף. די לויערס פון סאטמאר-וויליאמסבורג האבן זיך דאן געוואנדן צום אפעלאט געריכט אפצושטעלן די קראנקע עלעמענטען, אויס מורא נישט צו פארשטערן די הייליגע טעג פון שמיני עצרת דורך די שלעגערס און ר' אהרן. דער אפעלאט געריכט האט נישט געזען פאר וויכטיג צו געבן א סטעי ווען דאס געריכט האט סייווי קלאר געשטעלט אז דער ארדער איז נאר באגרעניצט אויף דינגען אדוואקאטן פאר'ן קעיס איבער'ן בית החיים אבער נישט צו טוישן די ווירטשאפט אין די קהילה.

צוליב די אפעלאט ארגומענטן וועלכע איז נאך אנגעגאנגען ביים כניסת שמיני עצרת, האט ר' אהרן און זיינע "ילדים" געמוזט אפלייגען זייערע געפלאנטע ראיאטן אויף א שפעטערע געלעגענהייט, און זיך געגאנגען פראווען די "געהויבענע" הקפות אין "שאטער הענקי".

גלייך נאכען פראווען די "געהויבענע" הקפות נאך איידער "גוט יו"ט" ווינטשען פאר ר' אהרן, האט זיך אויפגעשטעלט אויף די בימה אין "שאטער הענקי" נפתלי הירצקע שטיין און אויסגערופען: אי"ה מארגען צופרי וועט מען זאגען תהילים אין גרויסען ביהמ"ד א פערטעל צו אכט, און זמן שחרית אין האלב צען. נישט מער און נישט ווייניגער. ר' אהרן איז געשטאנען לעבען דעם הירצקע שטיין בשעת ער האט דאס אויסגערופען. און צו מאכען דאס ליצנות נאך גרעסער, האבען זיי געהאט דארט עטליכע פאליציאנטען וואס זענען געשטאנען אין די הייך, וואס דאס האט געוויזען פאר די אלע מיליאנען אקסען אז די פאליציי איז מיט אונז... די פאליציי זענען דארט געשטאנען ווייל מען האט זיי דארט ארויפגעפירט, ווי מען פירט זיך אין "חסידישע קרייזען" בשעת עס איז דא א גרויסער עולם ברענגט מען שישקעס פון די פאליציי, זיי צו ווייזען דעם "עוז וגבורה" פון זייער רבין. אבער זיי האבען באמת נישט געוויסט וואס מען זאגט דא איצט און אז אויפן חשבון פון זייער אנוועזענהייט בויט מען דא ריזיגע פלענער...

א קלארערער סיגנאל פאר די אינוואזיע איז נישט פארהאן. און, שמיני עצרת אינדערפרי האבן זיך פארזאמעלט הינדערטער ארונים אויסצופירן דעם באפעל פון ר' אהרן, צוזאמען מיט צענדליגער "שווארצע באונסערס", און אויפגעבראכן די טירן פון בית המדרש הגדול, אריינגעלאפן אין אין ביהמ"ד און באפאלן די עלטערע אידן וועלכע האבן געזאגט תהלים און געלערנט און זיי ארויסגעטריבן פונעם בית המדרש, ווייל דאס בית המדרש איז אונזערס. איינער פון די "מוצי"ם" אין קרית יואל, יוסף הערש סופר האט זיך געזעצט מיט נאך צוויי קאלבען, און האט פארגעלערענט "דברי יואל". דער ביהמ"ד איז "געהעריג" אונזערס.

היינט האט שוין יעדער געזען די "ווידעא קליפס" וואס קהל האט אינסטאלירט פאר יו"ט, צו קענען אלעס האבען אין קלארע באווייזען, ווי מען זעט ווי עטליכע "עספערדזשערס סינדראם" יונגען האבען אנגעפירט די אינוואזיע און ארויפגעשטעלט די גוים אויפן ארון הקדוש אין אויף דעם עמוד פון רבין און רב און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ פייערן דעם נצחון, זיי האבן געשלאגן און גערצח'ט ווער ס'איז זיי געקומען אונטער די האנט. יעדער האט געזען די "קליפס" ווי "עמרם כהן" פון קרית יואל טאנצט "חסדי ה' כי לא תמנו", עקיבא וויינשטאק פון קרית יואל טאנצט און קלאטשט ווי ר' אהרן, אן א קאפל אויפן קאפ, רח"ל. דער ביהמ"ד איז "אונזערס". מען האט אויסגערופען אז אין צען מינוט קומען אריין "דער רב", ר' אהרן...

עס האט גענומען א שטיק צייט און די פאליציי האט זיך אריינגעמישט צו פארסירן דעם געזעץ, נישט לאזנדיג די חיות טורפות אנגיין מיט זייערע קראנקע נערווען אויסבראכען. די פאליציי האט ב"ה גאנץ שנעל געברענגט ארדענונג און ארויסגעפירט די שלעגערס פון בית המדרש.

ר' אהרן איז געזעצען ביי זיך אין די דירה אויף יוז סט. און געווארט אויף די ענדגילטיגע בשורה טובה, אז דער ביהמ"ד איז "קלין" און ער קען רואיג קומען איבערנעמען דאס ביהמ"ד. ער האט געוויסט פאר זיכער מיט זיינע חשבונות פון איינס מיט איינס

בערך עלף אזייגער האט מען מיט גרויס חכמה געמוזט אויסזאגען דעם אמת פאר ר' אהרן אז עס איז צרות און די פאליציי האט זיי אויסגעשפילט און מען מוז בחרפתינו גיין צוריק אין "שאטער הענקי".

צו זיינע צרות האט ער נישט געקענט גיין פון ליע עוועניו ווייל די גאסען זענען געווען געשפארט פון די מחנות "ראיאטן פאליציי" וואס זענען אנגעקומען קיין וויליאמסבורג. ער איז געלאפען ער האט זיך געשפירט ווי א שרעקליכער "לוזער". זיינע מענטשען האבען פראבירט צו בעטען די פאליציי אז מען זאל אים דורכלאזען ווייל ער איז א "גרויסער ראביי", האט אים די פאליציי געזאגט אז ער איז נישט א ראביי, ער איז א ראיאטען פירער.

און אזוי האט זיך געענדיגט די אינוואזיע פלענער צום צווייטען יאר נאכאנאנד. נעבעך.

איצט וועלען מיר זען וויאזוי די "עספערדזשערס סינדראם" פון ר' אהרן האט דא געשפילט די גרעסטע ראלע. ר' אהרן האט הושענה רבה ווידער געוויינט מיט בכיות נוראות אויף גלות השכינה. ער האט געקייכט פון דעם צער וואס די שכינה האט. ער האט געמאכט גאר לאנגע נענועים מיט די ד' מינים און געזונגען די באקאנטע סאטמארע נענועים ניגונים און ווידער מיט בכיות. שפעטער ביינאכט האט ער געפראוועט "געהויבענע" הקפות און געטאנצט מיט די ספר תורה און זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה.

איין סעקונדע נאכען ענדיגען די "געהויבענע" הקפות, ר' אהרן האלט די נאך די תורה'לע אין זיינע "הייליגע" הענט, און עס שטעלט זיך אויף איינער אין זיינע צוואנציגער יארען, א אפגעריסענער שעפס און רופט אויס הויך אין פארנט פון ר' אהרן אז "מארגען צופרי גייט מען זאגען תהילים אין ראדני סטריט א פערטעל צו אכט".

האלטס איין רגע טייערע ליינער. נאכאמאל לאמיר דאס איבערחזרן: "מארגען צופרי גייט מען זאגען תהילים אין ראדני סטריט א פערטעל צו אכט". וואס? האט מען אויסגעשאסען אין א געלעכטער דעמאלטס אין "שאטער הענקי" ווען מען האט געהערט די ווערטער? איז דאס געווען א פאני דשאוק? האט מען זיך טועה געווען אז עס איז פורים? שטייען טויזענטער אידען, למספרם, און הערען ווי מען רופט אויס אז מען גייט זאגען תהילים אין ראדני? האט זיך קיינער נישט אויפגעשטעלט שרייען: משוגענער, גיי אראפ פון די בימה!, דו שייגעץ, מען האט איצט געטאנצט הייליגע הקפות, און דו ווילסט שפילען א שפיל פון תהלים?

ר' אהרן שטייט דארטען בשעת מעשה. אפשר קען איינער צוטרעפען, וואס האט ר' אהרן געטראכט אין יענע רגעים? האט ער באמת געהאלטען אז זיין עולם שווערט זיך אז ער כאפט נישט אז ער פירט אן אלע פלענער פאר א אינוואזיע און בשעת ער וויינט ביי די דרשה הושענה רבה, איז אלעס "עספערדזשערס סינדראם" תוצאות? לכאורה קען מען נישט מיטהאלטען זיינע מחשבות פון יענע מינוטען.

עס גייט ארום א לעגענדע אין סאטמאר אז ביי איין מאסען דעמאנסטראציע קעגען "גאלדע מאיר" די פרעמיערשע פון מדינת ישראל, האט ר' ליפא פריעדמאן אויסגערופען אז דארט און דארט זענען דא אייער און קיינער זאל נישט אהינגיין. עס איז נישט א אמתע מעשה אבער אזוי גייט ארום א געשיכטע.

דא ביי אונזער ר' אהרן האט זיך די לעגענדע אפגעשפילט אויפן העכסטען פארנעם. מען רופט אויס אין פראנט פון אים אז מען גייט "זאגען תהלים", און יעדער איינציגער מענטש האט פוקטליך געכאפט וואס ער מיינט דא באמת. אויב אזוי, פארוואס האט מען נישט אויסגערופען אפען און קלאר אז דער ריכטער האט געגעבען ראדני פאר אונז און מארגען וועט יוסף הערש סופר אויך דארט זיין צווישען די שלעגערס און עמרם כהן וועט טאנצען אויף די בימה און עקיבא וויינטשאק וועט קלאטשען, און מען וועט נישט דאווענען אין טענט נאר אין ראדני. עס וואלט געווען די זעלבע רעזולטאטען און די זעלבע דורכפאל. פארוואס האט מען געמוזט נעמען א גרויסען עולם און זיי זאגען, רבותי, עטץ זענטס שעפסען און אקסען. מען קען מיט ענק טאן וואס מען וויל. ענקערע מוחות זענען קלענער ווי א מילב, און ר' אהרן לאכט פון ענק וואס פארא קעלבער עטץ זענס. גייט זאגען תהילים אין ראדני.

דער תירוץ איז: איינס מיט איינס איז א חלה-דעקל.

 

די פינפטע עפיזאד איז, די געשיכטע פון די לוי' פון ר' עיזואל פערלשטיין ז"ל. די שרעקליכע עפיזאד האב איך שוין לאנג און ברייט באשריבען און קוקט עס נאך דארט אויפן פלאץ.

די אלע עפיזאדען זענען נאר א קומץ קטנה. עס זענען פארהאן צענדליגער אויף צענדליגער באווייזען אז ר' אהרן ליידט ערענסט אויף "עספערדזשערס סינדראם".

למשל, איין טאג האלט ער א פייערדיגע דרשה קעגן אנצינדען הדלקה'ס אין ל"ג בעומר פאר אידען אין חוץ לארץ. עטליכע יאר שפעטער: ער פראוועט ריזיגע הדלקה'ס. אין דעם זעלבען יאר וואס זיין מלוכה איז צעפאלען, אין יאר תש"ס, האט ער באשלאסען אז ער גייט פראווען א הדלקה. דאס פלאץ דערפאר האט ער א ריזיגע אין פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, בילדער וועט זיין אבנארמאל שיין; פרויען וועלען זיך קענען געהעריג באטייליגען אויפן פארקינג לאט, און ער צינדט שוין אזוי הדלקה'ס באלד צען יאר.

איי, האסט דאך געזאגט אמאל אז ל"ג בעומר איז נישט א יו"ט אין אמעריקע, האסט דאך געזאגט אז הדלקה'ס אין אמעריקע איז הוללות, נישט קיין פראבלעם. שמואל ווידער וועט מאכען דעם דזשאב. ער וועט אויפקומען מיט א ריזן ספין.

דער בלאט האט געשריבען ביי די ערשטע הדלקה תש"ס וואס ר' אהרן האט געפראוועט, אז דערפאר גייט ר' אהרן אנצינדען א הדלקה, ווייל זיין טאטע דער ברך משה האט אים באפוילען!... שעפעלע, וואס טוט מען נישט פאר כיבוד אב... "עספערדזשערס סינדראם".

*

ער טרינקט פארדארבענע מאסט, און עס ווערט גלייך געקרוינט אלס "עפל סיידער". "עספערדזשערס סינדראם".

*

מיט וועם ער קען זיך נאר פיקטשערען פירט ער גלייך אין בית השחיטה "המהודרת"... ווי גרעסער יענער איז א שונא פאר סאטמאר, אלס מער כבוד וועט ער אים צוטיילען. "עספערדזשערס סינדראם".

*

אין זיין בית השחיטה "המהודרת" איז לעצטענס נולד געווארען א פראבלעם פון "צומת הגידין". וואס טוט ר' אהרן, ער שטעלט זיך אויף כ"ו אב תשס"ט ביי דער סעודת הילולא פון רבין זי"ע, און זאגט ברבים אז אלע בתי השחיטה האבען דעם פראבלעם. איי, ער איז דאך נישט געווען אין קיין איין בית השחיטה; און איי, זיין דיין ר' געציל שרייבט אז נאר קרית יואל האט דעם פראבלעם; און איי, פיל מיט רבנים זענען ארויסגעקומען אז אין אנדערע בתי השחיטה איז דער פראבלעם נישט פארהאן? "עספערדזשערס סינדראם" איז דער ענטפער.

*

ר"ה תשס"ח איז פאר ר' אהרן שלעכט געווארען ביי שחרית. וואס טוט איינער וואס ליידט אויף "עספערדזשערס סינדראם", הייבט אויף זיינע הייליגע האנט ביי די דרשה פון תקיעת שופר, און צייגט די אינטערווינעס וואס דאס זאל מעורר זיין די שעפסען וואס פארא צרות כלל ישראל ליידט. נעבעך.

*

פארגאנגענעם יאר איז געווען אן אסיפת הרבנים לטובת ילדי תימן אין סקולענער ביהמ"ד. עס האבען זיך דארט באטייליגט אלע רבנים פון ניו יארק אויסער ר' אהרן, וואס, ווי געשריבען, קומט נישט דארט וואו דער ברודער קומט אויך, אפגערעדט ווען דער ברודער און זיינע מענטשען זענען די וואס פירען עס אן.

וואס טוט אונזער ר' אהרן, ער רופט גלייך "פרעזידענט אבאמא" און די זאך איז מסודר. "עספערדזשערס סינדראם".

 

*

ר' אהרן האט קלאר געוויסט וואס יעדער האט געוויסט אז 'משה פרידמאן' איז ביי זיין טאטען, דער ברך משה, דאס הייליגסטע. ר' אהרן באשליסט אבער זיך אריינצולאזן אין א בלוטיגן קאמף מיט דעם מאכטפולסטען מענטש אין סאטמאר, ווייל מען האט מען אים איינגערעדט אז אזוי וועט ער גרויס ווערן. "עספערדזשערס סינדראם".

*

פארגאנגענעם ר"ה תש"ע זענען ארויפגעקומען צום רבינס הויז, רעביצין סאשע און איר טאכטער, צו באזוכען די שוויגער און די באבע. די ערשטע פראגע וואס סאשע האט געפרעגט, ווי איז די "בעיסמענט? וואס איז אין בעיסמענט, פרעגט מען איר? דער ענטפער: נישט דארט האט מען געלייגט די שוויגער?

ר' אהרן רעדט איין פאר זיינע מענטשען אז זיין מאמע ווערן געטריעט אויפן ארגסטן, הגם מילתא דעבידא לגלוי' לא משקרא אינשי, אבער אויף איינעם וואס ליידט פון "עספערדזשערס סינדראם", איז נישט פארהאן קיין קשיות.

איין פראגע וואלט איך יא געוואלט פרעגען ר' אהרן. אפשר וואלט געווען אין פלאץ ער זאל איצט געגאנגען אין געריכט אז ער וויל באקומען זיין מאמען? אתמהה.

*

אלעמאל האט ר' אהרן גרויסהאלטעריש אראפגעריסן די ישראל'אישע פרעסע, און אין א שיינעם טאג נעמט ער זיך אינטערוויוען יעדען שני וחמישי פאר די דארטיגע פרעסע. "עספערדזשערס סינדראם".

*

דאס איז א באשרייבונג וואס די ארונים האבען באשטעלט ארויפצולייגען אויף די העברעאישע "הייד פארק". זיי שרייבען מורא'דיגע נפלאות'דיגע מעשים פון דעם "עספערדזשעס סינדראם" רבין אין עיוה"ק תש"ע.

 

"ירצה צום עמך" • וידאו מיוחד ומרגש

אלפי חסידי האדמו"ר מהר"א מסאטמר התכנסו ערב כניסת היום הקדוש בהיכל הטישים בקרית יואל, ושמעו שיחה דומעת מהאדמו"ר. המקורבים זכו להשתתף בבקשת מחילה מהספרים • 'בחדרי חרדים' מגיש וידאו
יוסי כץ, כתב בחדרי חרדים

 

אלפי חסידי סאטמר עוברים בערב יום כיפור להתברך מפיו של האדמו"ר מהר"א מסאטמר.

מעמד מרגש מלווה בבכיות נוראות היא מעמד "בקשת מחילה". האדמו"ר נכנס לחדר הספרים, מוציא את הש"ס ואת ספרי הראשונים האחרונים, וספרי החסידות, ומבקש סליחה ומחילה אם לא למד די בהם ולא הגה בתורתם כראוי.

למעמד הזה מורשים להיכנס רק המקורבים, אולם יש העולים להציץ מן החרכים ולהשגיח מן החלונות, וגם הם זוכים לראות מקרוב את המעמד הקדוש.

מיד אחר מעמד זה מגיע הרבי לערוך את שולחנו הטהור. האדמו"ר מדבר בבכיות נוראות במשך כל הטיש, בהשתתפות חסידים ואורחים מחוץ לעיר, הסועדים על שולחנו.

מעמד מיוחד באמצע עריכת השולחן, הוא שירת הפיוט "ירצה צום עמך" בניגון אהבה רבה המסורתית לבית סאטמאר, המושר בפי האדמו"ר.

 

 

דער בילד צייגט אז אינמטען מאכען מיט די הענט, קען ער פלאנירען ווי אזוי צוריק ווערען "רב הצעיר" און "רב דקהילות הקדושות די בכל אתר ואתר"

*

אבער עס איז נישט פארהאן די צייט, פאפיר און "די טינט" צו אלעס באשרייבען. אבער דער בילד איז קלארער ווי קלאר, און באשיינפערליכער ווי באשיינפערליך.

איך וועל ענדיגען מיט דעם, אז לכאורה זענען מיר אלע מחיוב איבערצובעטען ר' אהרן אז מיר האבען געהאלטען אז ער איז א געמיינער מענטש, א הולך לערכאות, א מרים יד בתורת משה, א.א.וו. ער איז ל"ע א קראנקער מענטש וואס דארף זיך גיין לאזען היילען. ער מוז ווי גיכער אנקומען צו מעדיצינישע הילף, וואס דאס וועט פארגרינגערען נישט נאר פאר אים, נאר אויך פאר זיינע מענטשען. זיי מאכען זיך מיט, דאס גיהנם מיט זיינע טאג טעגליכע "עספערדזשערס סינדראם" פראבלעמען.

 

זייטשע אונז מוחל ר' אהרן, אבער לאזט אייך היילען.

 

 

*

דאס ווייטערדיגע איז די באשרייבונג פון די ימים טובים סוכות פון יאר תש"ס ביז תשס"ו, וואס איז אפגעראכטען געווארען אין סאטמאר ביהמ"ד אין ראדני סטריט. ליידער ליידער זענען די באשרייבונגען פול מיט טונקעלע פארבען, ווען ר' אהרן אין זיינע מענטשען האבען אויף זיך גענומען די "מבצע" פון צו צושטערען די הייליגע ימים טובים אין אונזער הייליגע קהילה.

 

 

 

לכבוד אונזערע חשובע ליינערס

מיר הייבען אן איצט אן ארויף צושטעלען נייע חומר פאר דער צווייטער טייל פון דער היסטאריע פון די חלוקה אין סאטמאר.

ווי איר זעט אלע, פראבירען אראפצולייגען א געלונגענע ארבעט בנוגע די היסטאריע פון די חלוקה אין סאטמאר, און ווי אויך האבן מיר אריינגעלייגט אסאך ארבייט דמים תרתי משמע אין דו צוויי חלקים פון דו סוכות ביילאגע און מיר האלטן שוין פעסט אינמיטן סאטמערע חלוקה חלק ב'.

אבער וויסן זאלט איר אז אזא לאנג פארצווייגטע באשרייבונג קאסט אסאך געלט. סיי די צייט וואס דאס געדויערט, און סיי פארשידענע ארבעט וואס מיר דארפען פון מאל צו מאל ארויס געבען פאר דרויסענדע ארבייטער, און ווי אויך האבען מיר אין אונזער באזיץ פארשידענע ווערטפולע געהיימע טעיפס – און אויך דאס נאכגיין גאר קראנטע אינפארמאציע איז פארבינדען מיט געלט – וואס מיר פריוואט האבען שוין באצאלט און ווילען אי"ה באצאלען ווייטער.

עס ליגט שוין אין אונזער באזיץ אוצרות מיט סחורה וואס עס איז נאך נישט געווען אויפן גאס קיינמאל, וואס ווארט אז מען זאל עס בעארבעטן.

דעריבער אפעלירן מיר צו אונזער חשובע ליינערס אז מען זאל זיך אנרופען ווארעם מיט געלט און איך פארשפרעך אז עס וועט זיך אויסצאלן כפל כפלים.

לכבוד דעם האבן מיר געפענט א "פעיפאל" אקואנט אזוי אז יעדער קען אריינשיקן זיין נדבה מיט א קרעדיט קארד אין גייט גלייך צו אונזער אקאונט.

עס ארבייט ווי פאלגענד: מען גייט צו פעיפאלס וועב סייט אויף פעיפאל.קאם. אויבן אויף די לינקע זייט איז דא א קנעפל  SEND MONEY

ווען מען קליקט אויף דעם קומט ארויף א באקס וואס פרעגט פאר וועלעכע אימעיל איר ווילט שיקן דאס געלט. דארף מען אריינלייגן אונזער אימעיל:  [email protected]

איר לייגט אריין וויפיל געלט די סכום וויפיל איר ווילט אונז שיקן. נאכדעם לייגט איר אריין אייער אינפארמעישאן און די קרעדיט קארד אינפארמעישאן, און דורך דעם ווערט איר א מעמבער ביי "פעיפאל" און איר באקומט א "יוזער-נעים" און א פעסווארד, וואס בלייבט געהיים ביי די קאמפאני וואס נאר איר האט צוטריט צו דעם, און אפילו מיר קענען נישט וויסן ווער איר זענט.

מיר האפן אז די חשובע ליינערס וועלן פארשטיין דאס נחיצות פון אונזער ארבייט און מיט אייער הילף וועלן מיר אי"ה אהער שטעלן גאר רייכע ארטיקלען וואס וועט אפילו איבערשטייגן די ביז יעצטיגע ארטיקלען.

א גרויסן יישר כח למפרע

אייער פריינט, פארמעגליך

 

 

 



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 01/10/2009 20:32:08




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/10/2009 20:32 לינק ישיר 

וואס וועגן א בוך מיט די גאנצע אינפארמאציע? ס'איז דא וואס צי ערווארטן?
ס'פשוט גרינגער ליינען די פיל אינפארמאציע פון א בוך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/10/2009 21:33 לינק ישיר 

לייג צוריק ארויף דיינע ערשטע ארטיקלן ביטע איך זע עס נישט מער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/10/2009 22:43 לינק ישיר 

ychtzel כתב:
לייג צוריק ארויף דיינע ערשטע ארטיקלן ביטע איך זע עס נישט מער


גיין אריין און חלק ב'
גלייך פון אויבן איז דא א לינק צו חלק א'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/10/2009 17:58 לינק ישיר 

פארמעגליך! a1

ווילסט וויסן וואס פאר א גוטן דזשאב דו מאכסט, כאפ זיך אריין צום דעפרעסטן פורום פון די נארונים וועסטו זען וויאזוי זיי פילן די היץ, און זעען שוין אז דו פארדינסט מיליאנען פון דעם געשעפט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/10/2009 18:15 לינק ישיר 

דא האט איר די לינק גלייך צו פעיפאל.  http://bit.ly/UmqiI

א גרויסען יש"כ למפרע און א פרייליכען יו"ט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > סוכות ביילאגע חלק א'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext