בית פורומים כל העולם כולו

די עדיטאריעל אין בלאט איז באליסטיש גוט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/10/2009 02:51 לינק ישיר 
די עדיטאריעל אין בלאט איז באליסטיש גוט

דער בלאט די וואך אינעם עדטאריעל פין " סוכות תש"ס ביז סוכות תש"ע "
איז מעסטער ארטיקל אין געוואלדיג גוט צעזאם געשטעלט

ליינטס איון האט'ס הנאה אין שמחת יום טוב



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/10/2009 20:26 לינק ישיר 

יש''כ יעס
וויפיל געסט ענק האבען, ווייסט יעדער, אין ווער עס ווייסט נישט  זאל גיין קוקען ביי די הקפות אין ראדני
נאר כ'האב נישט געוויסט אז ענק  זענען זענען ''אזעלכע'' בעיבי'ס, ענק מאכען נאך קרעטשניף...

כ'הער איז די 800 נומבער איז אייביג ביזי פין די מיליאנע אריינרופער! אין GMAIL  אקאונט קען נישט נאכקומען די ריזיגע מספר אימעיל'ס......

תוקן על ידי rebyankel ב- 02/10/2009 20:29:36




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/10/2009 20:04 לינק ישיר 

פין " סוכות תש"ס ביז סוכות תש"ע "

אש"ל בולעטין #2

 

וועד האש"ל דקהל יטב לב ד'סאטמאר, תשרי תש"ע לפ"ק

 

טעל: 1888.836.4978       אימעיל: [email protected]

 

אש"ל אפדעיט מעסעדזש - דאנערשטאג פארמיטאג

 

----------------

 

וויכטיגע מעלדונג
בנוגע די היי-יאריגע אש"ל פעקלעך

 

צוליב די גרויסע נאכפראגע פון די פילצאליגע געסט וואס קומען אריין אין די שטאט
אויף די צווייטע טעג יו"ט הבעל"ט בצ"ק פון כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א

 

האט דער וועד האש"ל אראנזשירט צו די צופרידנהייט פון אנ"ש
אז מען וועט אי"ה קענען ארויסנעמען א ספעציעלע

אש"ל פעקלעך

מיט פאַרטיג-איינגעפּאַקטע סעודות יו"ט פאר די צווייטע טעג

 

די פעקלעך וועלן אנהאלטן אלע נויטיגע צוגעהערן לכבוד יו"ט:
א רייכע ברייטע סעודה בהרחבה, חלה, פיש, זופ, ברייטע פלייש פארציע לכבוד יו"ט,
קאמפאוט, גרעיפ דזשוס, געטראנקען און מזונות לכבוד יו"ט, און אויך אלע אנדערע
געברויכן ווי פעיפער גוד'ס, נרות שבת ויו"ט, סדר אמירת הקפות, און נאך...

 

די אלע חשוב'ע געסט וואס קומען אריין אין די שטאט אויף די צווייטע טעג,

און ווילן באשטעלן דעם "אשל פעקל" דארפן זיך איינהאנדלן פון פאראויס דעם ספעציעלן

ספּעציעלע סעודות קאַרטל

מען קען קויפן די קארטלעך ביי די שמשים
אין די בתי מדרשים דקהלתינו הק'

 

פּרייזן: א קאפל 100$, צוגאב בחור 50$, צוגאב אינגל 40$

 

די "אש"ל פעקלעך" וועלן אויסגעטיילט ווערן הושענא רבא נאכמיטאג, אין צענטראלן אפיס
פון מוסדותינו הק' 82 לי עוועניו, נאר פאר די וואס נעמען ארויס א קארטל פון פאראויס

 

מען דארף ארויסנעמען די קארטלעך ביז קומענדיגן ב' דחוה"מ הבעל"ט אין אווענט

 

----------------

 

אין געציילטע שעה, היינט נאכמיטאג גייט צום דרוק דער
"יום טוב לוח בחצרות קדשינו"

וואס וועט ענהאלטן אלע סדרי וזמני החג,
און וועט פארטיילט ווערן פאר אלע אנשי שלומינו און פאר די פילצאליגע געסט

 

צו אדווערטייזן אינעם 'חצרות קדשינו לוח' אדער צו ספאנסארן
פארבינדט זיך דירעקט אויף 347.878.1561 ביז 2:30 שארף

 

----------------

 

דירות פארמיטלונג שע"י וועד האש"ל
1888.836.4978

 

מודעה נחוצה פאַר אַלע חשוב'ע געסט אנ"ש פון איבער די וועלט

 

מיר טוען מעלדן פאר אלע אנשי שלומינו חסידים ואנשי מעשה פון איבער די וועלט
אז מיר שטייען גרייט לכבוד די צווייטע טעג יו"ט הבעל"ט, איינצוארדענען פאר יעדן

דירות אויף יו"ט פאר אכסניות

 

א גאנצע שטאב פון געטרייע עסקני קהלתינו הק' שטייען גרייט אייך
מסדר צו זיין מיט אלע צוגעהערן אויפ'ן שענסטן פארנעם לכבוד יו"ט

מיר בעטן אלע געסט וואס קומען צו פארן, זאלן זיך ביטע פארשטענדיגן מיט די
אש"ל אָפיס ווי אַמשנעלסטן
כדי מיר זאלן יעדן קענען צופרידנשטעלן עצהיו"ט

רופט שוין אריין אין אש"ל אפיס 1888.836.4978

 

וויכטיגע בקשה פון תושבי וויליאמסבורג: היות עס איז נאכאלץ דא א ריזיגע פארלאנג פאר דירות, בעטן מיר ווער עס האט א דירה צו פארדינגען, פאר די ספעציעלע אש"ל פרייזן, זאל שוין אריינרופן

 

----------------

 

קאווע קאמפיין לכבוד יו"ט בביהמ"ד הגדול

 

שטייענדיג בעפאר דעם יו"ט סוכות ווען מיר גרייטן צו טויזנטער גלעזלעך קאווע פאר אנשי שלומינו באי בית מדרשינו הגדול טוען מיר זיך ווענדן היות די הוצאות זענען דראסטיש געשטיגן אין די לעצטערע חדשים, און אצינד נוטיגט מען זיך אין ריזיגע געלטער לכבוד יו"ט

 

בעטן מיר אלע אנשי שלומינו זיך משתתף צו זיין אין די

הוצאות הקאווע
פאר דעם קומענדיגן יו"ט סוכות

 

וואס ציט אריין אין גרעסערע געלטער פון

עטליכע טויזנט דאללער

 

די עסקנים טוען אפעלירן צו אלע אנשי שלומינו זיך אנצורופן ווארעם און זיך משתתף זיין מיט גרעסערע סכומים, מיט דעם וועט איר האבן א חלק און א זכות אין צושטעלן טרונקען קאווע פאר אזויפיל טויזנטער אידן מתפללי ולומדי בית מדרשינו במשך דעם קומענדיגן יום טוב

 

לכבוד יו"ט האבן די עסקני "וועד הקאווע" פראקלאמירט דעם
"אושפיזא קאמפיין"
ווי אייער נאמען וועט ערשיינען אין טאג פון אייער אושפיזא

 

די עסקנים זיצן ביים "קאווע טישל" היינט און מארגן ערב יו"ט, רופט אייך אן ווארעם,
און נעמט אנטייל אין מהנה זיין טויזנטער אידן במשך ימי החג הבא עלינו לטובה

 

שפעטער וועט נאכפאלגן די קומענדיגע בולעטינען לקראת החג בחצרות קדשינו

 

----------------

 

 

בכל הכבוד, הנהלת וועד האש"ל שע"י קהל יטב לב




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די עדיטאריעל אין בלאט איז באליסטיש גוט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext