בית פורומים אחים אנחנו

סוכות בייליאגע חלק ב'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/10/2009 17:23 לינק ישיר 
סוכות בייליאגע חלק ב'

אין די צווייטע חלק פון די סוכות ביילאגע וועט זיין אראפגעלייגט אלע סוכות ימים טובים פון תש"ס ביז תשס"ז. אין די זיבן יאר האט ר' אהרן באוויזען משפיל צו זיין, זיך, זיינע מענטשען, זיין טאטן און רבין, דורך זיך אויפירען ווי איינער וואס איז געווארען א רבי אלס קינד, א "ינוקא". ער האט הושענא רבה צופרי געוויינט בדמעות שליש אויף צער השכינה און נאכמיטאג האט ער געמאכט פלענער וויאזוי צו שטערען די הקפות. און ווען זיינע מענטשען האבען געשטערט די הקפות, ווי למשל זינגען אנדערע הקפה ניגונים, שרייען ווי צעיושטע חיות, האט ער נישט געהאט די קאנטראל אויף זיך פון זיך קענען צוריק האלטען פון שמייכלען אפען.

ר' אהרן האט געוויזען זעלטענע הפיכותדיגע פרצופים. אין אנדערע ווערטער: "א לאכעלע וויינעלע". און אגב, די "לאכעלע וויינעלע" האט זיך נישט נאר אפגעשפילט הושענא רבה און שמיני עצרת. דאס שפילט זיך נאך היינט אפ אפ יעדעס יאר ביי די שובבי"ם וואכען ווען ר' אהרן וויינט צאם אויפן חטא הידוע מיט יאמערליכע בכיות, און א האלבע שעה דערויף פארקוקט ער זיך אין די גאס אויף...

דאס אלעס איז, ווי געשריבען, א תוצאה פון זיין "עספערדזשעס סינדראם" וואס ער ליידט דערפון פון זיין געבורט אן. און פון זיינע קרענק האט זיך אפגעליטען גאנץ סאטמאר די אלע יארען פון תש"מ ביז תשנ"ט. אבער פון תשנ"ט ווען דער ברך משה זצ"ל האט ממנה געווען זיין זון דער היינטיגער סאטמארער רבי שליט"א צו דינען אלס אב"ד אין די גרעסטע קהילה אויף דער וועלט: סאטמאר וויליאמסבורג, איז ב"ה סאטמאר אויסגעהיילט געווארען פון ר' אהרןס קרענק,

פון די רגע וואס דער ר' זלמן לייב איז געווארען רב, ח"י סיון תשנ"ט, האבען טויזענטער סאטמארער חסידים אפגעאטעמט אז זיי וועלען שוין נישט ליידען פון ר' אהרןס "עספערדזשעס סינדראם", און זייערע קינדער וועלען שוין קענען באקומען א ריינעם חינוך, וואס איז ריין פון קרענק, ריין פון משוגעת'ן און ריין פון מטורפות.

מען דארף וויסען קלאר, ר' אהרן האט מיט זיין "עספערדזשעס סינדראם", פארדארבען די חינוך פון זיינע חסידיםס קינדער. ער האט זיי געוויסען אז הרמת יד בתורת משה איז א מצוה, ער האט זיי געוויזען אז כיבוד אב ואם איז א עבירה, און ער האט זיי געוויזען אז אלעס אלעס, הקפות, שובבי"ם, הדלקה ל"ג בעומר, "בית השחיטה המהודרת",
"שחיטה מונחת", "צומת הגידין" און נאך צענדליגער מצוות און עבירות זענען נישט קיין מצוות און נישט קיין עבירות. אלעס איז נאר: "לאכעלע וויינעלע". אלעס איז א בלויזער שפיל וואס איינער שפילט רבי. ער איז ביי די פופציג יאר געווארען א אקטיאר, אן פארמאגען די נויטיגע קוואליפעקאציעס דערצו.

זייט ר' זלמן לייב איז געווארען רב האט ר' אהרן אנגעהויבען צו טאן פארשידענע זאכען וואס ער האט קיינמאל נישט געטון און זיין טאטע האט דאס זיכער נישט געטון. און אויף פארשידענע זאכען וואס ער טוט היינט, האט ער אמאל געהאקט מיט א פעסטקייט, ווי למשל די הדלקה ל"ג בעומר.

איך וועל ברענגען צוויי דוגמאות פון זיין "רבי-חסידים שפיל". דוגמא 1. איינע פון די זאכען וואס ער האט אנגעהויבען צו טון זייט ח"י סיון תשנ"ט איז, "קלאטשען". יעדע טיש איז געווארען א "קלאטשען טיש". ביי יעדע לעבעדיגע ניגון וואס מען זינגט, הייבט ר' אהרן אן צו קלאטשען מיט א פעסטקייט. ער הייבט זיך פון בענקעל, ער קוקט זיך אום אויף די "ילדים" אז זיי זאלען אלע קלאטשען. פיין און וואיל. אבער, ווער עס האט נאר איינמאל געהערט ר' אהרןס שטימע, ווייסט אז ער איז אזוי ווייט פון נגינה, ווי ער איז פון לאגיק. ער פארמאגט שוין מער געפיל צו זיין פרוי און קינדער, ווי צו נגינה. ער פארשטייט צו ניגונים ווי ער פארשטייט צו זאגען שובבי"ם תורות. נו וואס עפעס קלאטשט ער? ער קלאטשט אפילו "אוו טאן", און ער גיט אלעמאל די קלאטש א מילי סעקונדע נאכען "ביעט", נו וואס באדייט דאס נארישע געלאטשעכץ? "עספערדזשעס סינדראם".

דוגמא 2. זייט ר' זלמן לייב איז געווארען רב האט ר' אהרן געטוישט זיין נוסח פון זאגען "ה' מלך" ביי שלש סעודות. פון איין וואך צו די אנדערע האט ער אנגעהויבען זאגען די נוסח אויף ה' מלך, כמעט ענדליך צום נוסח פון רבי'ן זי"ע. איך שרייב "כמעט", ווייל נאר די ווערטער זענען ענדליך. די טייטש פון ר' אהרןס ה' מלך איז בכלל נישט די זעלבע, און אוודאי נישט די נוסח...

אבער דאס איז נישט די טעמע אויף וואס מיר באציען דעם מאמר פון די סוכות ביילאגע. דא ווילען מיר זיך נאר באציען צו די ימים טובים סוכות פון תש"ס ביז תשס"ז, וואס ר' אהרן האט מיט זיינע "ילדים" צושטערט די אלע הייליגע טעג, און משפיל געווען זיין טאטענס כבוד בפני כל עם ועדה, אלעס ווייל ער איז נישט געווארען אזוי גרויס ווי ער האט געהאלטען אז ער גייט זיין.

בעפאר די כנאראלאגישע סדר פון די יארען, וועל איך אנהייבען דעם מאמר מיט א הומאריסטישען טאן, וואס איינער פון די נייע "פארמעגליך" גרופע האט צונויף געשטעלט, און זאל עס ברענגען א שמייכל אויף די לעפצען פון די ליינער, אז עס זאל זיין והיית אך שמח.

און נאכן הומאריסטישען מאמר וועלען מיר אנהייבען שרייבען, ערענסט, דעם כראנאלאגישען סדר פון די יארען, יעדען סוכות אין די רייע פון תש"ס.

 וואס וועט זיין מיט די סוכה?

דער ר' עוזיאל פערלשטיין ע"ה האט זיך ערליך פארדינט נישט אריינגעלאזט צו ווערן אינעם אלטן בית החיים, נאכדעם וואס ער האט חרוב געמאכט אהרן'ס סוכה. עס פחד'וועט אוועק ווען מען טראכט אז עס קומט שוין דער יום טוב סוכות ווי רבינו הקדוש וועט פראווען דעם געהויבענעם יום טוב, און מען האט נאכנישט קיין מקום רחבת ידים וואו די מיליאנען וועלן זיך מסתופף זיין בצל קדשו פון רבינו הקדוש.

ווען עס קומט דער יו"ט סוכות דערמאנט דאס ביי אנשי שלומינו אסאך ביטערע זכרונות. יעדעס יאר סוכות האט מען רבינו שליט"א געצאפט זיין הייליג און ריינע בלוט, אים מצער געווען עד דכדוכי של נפש. עס דערמאנען זיך די אידן דעם ערשטן סוכות, תש"ס, נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז געווארן רב הצעיר בכל אתר ואתר, איז מען גאנץ סוכות ארומגעפארן זוכן מקומות זוהמה אין קווינס, כדי אפצוהאלטן די מהרסים פון עפענען דער "קווינס ישיבה". דער וויצע פרעזידענט פון סאטמאר ר' שמואל אויבערלענדער איז אליין ארומגעפארן טאג און נאכט מיט די עסקנים יעקל יאקאבאוויטש און מענדלע יאנקאוויטש און האבען באזוכט אלע מקומות טומאה וזוהמה. זיי האבען געכאפט בילדער, געמאכט מאפעס מיט פונקטליכע אנווייזונגען צו אלע געמיינע פלעצער.

אנשי שלומינו האבן געוויסט קלאר אז די רשעים וועלן נישט קענען צוזאמשטעלן קיין מנין בחורים פאר די "קווינס ישיבה". עס כאפט פשוט א פחד ווען מען טראכט איצט אריין, שוין צען יאר שפעטער, אז ליידער מעשי שטן הצליח ויצא העגל הזה. הונדערטער עלטערן-רשעים האבן נישט קיין רחמנות אויף זייערע דורות און צוליב תאות נקמה ונצחון זענען זיי גרייט געווען מפקיר צו זיין זייערע קינדער פאר'ן שטן, אזוי ווי דער לבן פערלשטיין האט געטון מיט זיין זון וואס האט זיך פלוצלינג געזעגענט. אלעס אבי נישט גיין צו דין תורה.

יענעס יאר תש"ס האט נאך סאטמאר געהאט די זכיה אז דער משורר בבית סאטמאר פון אלע דורות הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער האט נאך געמאכט די ניגונים. ער האט דאך געהאט די זכיה צו זינגען פאר רבותינו הק' בעל דברי יואל ומ"מ בעל ברך משה, ומ"מ רבינו שליט"א.

אבער דער רבי שליט"א דער דעמאלטסדיגער רב הצעיר איז געווען צובראכן אויף שברי שברים. ער האט דאך געוויסט אז דער טאטע האט אים פארטרויט מיט די מיליטער, די בחורים. ער האט דאך איינגעפירט די גזירה פון גיוס בני הישיבות מיט די סאטמארע בחורים, און דא וועט ח"ו די גזירה בטל ווערן. מיט א סלאגאן פון להחזיר עטרה ליושנה וועט חלילה דער מיליטער כאפן א קלאפ.

דערפאר האט מען אין קרית יואל געבויט א ריזיגע סוכה, סאך גרעסער פון דעם רבי'ן ז"ל, און געמאכט זייער א גרויסע באוועגונג צו קומען אויף שפיזע דאהרן כהנא קדישא, קיין קרית יואל ווי דער גאב"ד דכל אתר וועט זאגן א פשעטל כדרכו און די וועלט וועט זעהן דעם גדולות בתורה. און אז די וועלט וועט זען דעם גאב"ד'ס גדלות בתורה, ווער וועט זיך נאך וואגן שיקן בחורים אין אנדערע אומגעווינטשענע פלעצער?

קהל האט אריינגעלייגט אין די שפיזע דמים תרתי משמע, און ווירקליך עס איז געווען א "היט". דער דעמאלסדיגער שופר פון סאטמאר איז דאך געווען דער "האטליין" וואס האט געמאלדן לשמחת לב אנשי שלומינו ווי גרויס דער סוכה איז און וויפיל מאל גרעסער עס איז פון סוכה פון רבי'ן. אבער די גרעסטע שמחת יום טוב איז אוודאי געווען דער נייער שופר פונעם יהדות החרדית וואס האט אויפגעבויט סאטמאר במלוא מובן המיל"ה דער הערליכער נייער אויסגאבע "דער בלאט", וואס איז ערשינען דאס ערשטע מאל לאור עולם ערב סוכות תש"ס. דער רב שליט"א האט דעמאלטס צוגעזאגט עולם הבא פארן גרינדער און רעדאקטאר פון בלאט הרה"ח ר' משה יעקב יוסף (המכונה, יאסי) בראך, פארן אים מחיה זיין. ער האט געשפירט אז מען נעמט זיך אן אויף זיין הייליג און ריינע בלוט וואס דער בלוט דורשטיגער פילאט האט געטרינקען אין דער איד.

איך האב שוין נישט קיין כח מאריך צו זיין ווייל עס דערמאנט מיך די זייער שווערע געפילן פון בימים ההם. איך וויל דאך בעיקר אנקומען צו משלב זיין ר' עוזיאל פערלשטיין מיט די סוכה פון רבינו הקדוש שליט"א. אבער אז איך דערמאן זיך שוין פון יענעם סוכות קען איך מיך נישט מתעלם זיין פון עטליכע שרעקעדיגע טעג וואס האט זיך דעמאלטס אפגעשפילט. קודם טאקע יענעם ערב סוכות ווען דער רב האט געזעהן אז אין קווינס גייט יא זיין א שטיקל ישיבה'לע האט ער געבעטן דעם נייער חבר הנהלת המתיבתא דער איש האשכולות, דער חכם מחוכם און שריפט שטעלער הרב אלישע שמואל האראוויץ שליט"א אז ער זאל אפשרייבן א שארפן בריוו פאר די משתלטלים אויף 82, היתכן זיי האבן נישט געגעבן געהאלט פאר די איינגעשטעלטע פון די מתיבתא. דער דעמאלסדיגער אדמיניסטראטאר דער היינטיגער שר העסקנים הרב ארי' לייב גלאנץ האט אויפן באפעל פון די משתלטלים געענפערט פאר'ן רב מיט דברי חוצפה, אז דער רב האלט זיך נישט צו קיין אפמאך וואס איז געווען אפגעשמיסט צו באצאלן פאר אברומי לעפקאוויטש און שאול פערלשטיין מיט די גאנצע קליקע צוויי מיליאן דאלאר פאר די בניני ושטחים ארום די מתיבתא, אבער דער רב האט דאס צוריסן ווען ער איז אהיימגעקומען פון שווייץ.

דער שליח פון די משתלטלים אויפן באפעל פון די קליקע, הרב גלאנץ האט זייער שטארק מצער געווען דעם רב, און אני הצעיר וואס געדענקט די גרויסע צער וואס רבינו שליט"א האט דעמאלטס געהאט אז לא די מען עפענט א ישיבה, פארלאנגט מען נאך אז ער זאל באצאלן מיליאנען דלאר פאר די מתיבתא?

עד כדי כך האט דאס נוגע געווען ללבו הטהור, אז לבי נקפי אז דער יעצטיגער סקאנדאל פון הרב גלאנץ איז נאך פון די הקפדה פון דעמאלטס. איך האף אז ער וועט מקבל נזיפה זיין פון רבינו שליט"א אדער אפשר מיט דעם וואס ער האט איבערגעשריבן די בניני המתיבתא האט ער שוין אראפגענומען פון די הקפדה עס זאל חלילה נישט שאטן מער ערנסט, אזוי ווי מען זעט ליידער ווער עס איז מצער דעם רבי'ן ליידט שרעקליך, רח"ל.

צוריק צו דער יום טוב סוכות תש"ס. דער רב שליט"א איז אריינגעקומען אושפיזא דמשה, און די בחורים האבן בשום אופן נישט געקלאטשט ווען דער משתמש האט געקלאטשט. נאר ווען דער רב האט געקלאטשט האט זיך געהערט א קלאטשעריי אזש ביז קרית יואל, און דער רב האט שטארק הנאה געהאט. אבער דער מחוצף האט צוגערעדט דעם רבי'ן צו געבן דאס בענטשן פאר א פרעמדן רב.

שפיזע דאהרן כהנא קדישא איז געווען זעלטן שיין. דער עולם ארויסגעפארען קיין קרית יואל מימינם ומשמאלם. דער רב שליט"א האט געהאלטן זייער א שיינע דרשה, אבער ער האט נאך יענעס יאר נישט מעורר געווען צו זיין אינגאנצן שטיל ביי די הקפות. און עס איז קענטיג געווען אויף זיין צורה אז ער איז נתחזק געווארן. נאכן געהויבענעם טיש האט דער רב געטאנצט מיט א געוואלדיגע הלהבות און ברען שלא כדרכו. בכלל האט דער רב שוין דעמאלטס אנגעהויבען מיט די נייע עבודה פון קלאטשען און טאנצען זיצענדיג, וואס איז געווען באהאלטן ביז דעמאלטס. הכלל, מען האט זיך משמח געווען אין די שפעטע נאכט שעות.

ליידער ליידער, די זעלבע נאכט האבן די אזוי גערופענע "אהבה מסותרת" גרופע גערופן אלע "שונאים" צום רבי'ן ז"ל צום טיש און עס האט זיך נישט אנגעזעהן ביים טיש אז דער עולם איז געפארן קיין קרית יואל. אונזער פלאן אז דער משתמש זאל זעהן אז דער עולם וויל גיין דוקא קיין קרית יואל האט זיך נישט אויסגעארבעט, אבער דער עולם איז אהיימגעקומען פון קרית יואל גאר שטארק מחוזק. מען קען זאגן אז עס איז דעמאלטס געווען דער ערשטער פרייליכער מעמד זינט דער גרויסער שאס פון חול המועד פסח.

ווען די באסעס זענען אנגעקומען צוריק קיין ווילימסבורג און זיך אפגעשטעלט פארן ראדני בית מדרש איז דער עולם געווארען זייער צוקאכט. מען האט זיך דערמאנט פון דעם שטענדער אין ראדני, וואס מען האט אריינגעגלייגט אין "געיט", און מען האט געוויסט אז דער רב וועט זיך שפירן זייער שלעכט ווען ער קומט אריין אויף די צווייטע טעג ווען ער וועט דארפן זיצן אין חלקת הרבנים אויף א באנק און דער יונגערער ברודער וועט זיצן ביים גרויסען עמוד. איז איינער פון די גרויסע עסקנים פון אונזער זייט, ר' יענקעל יאקאבאוויטש מיט די איבעריגע עסקנים זענען אריין אין בית המדרש, געכאפט דאס בענקל אין שטענדער און אוועקגעשטויסן פון דארט, צושניטן דעם בענקל הגזול און אראפגעריסן אלע גרויסע סיינט פאר די אזויגערופענע קיום התורה להחזיר עטרה ליושנה אסרו חג סוכות.

 דער דעמאלסדיגער שליח פון די קליקע ארי' לייב גלאנץ האט גערופן די פאליציי און מען האט ארעסטירט יענקלען מיט נאך אפאר בחורים איבערנאכט. דער שליח ציבור ר' יוסף בראך האט זיך אבער נישט פארלוירן. ער האט גערופן די "דעילי ניוס רעפארטער" און געמאכט א לאנגס און א ברייטס, קעגן ר' ארי' ליייב און די פאליציי.

אבער דער סוכות איז נאכנישט פאראיבער. אושפיזא דיוסף איז געווען שרעקליך, די נקמה פון די בלוטדורשטיגע קליקע איז געווען אויפן העכסטן פארנעם. מען האט ר' שמואל אויבערלענדער ארויסגעפירט פון די סוכה מיטן תירוץ אז ער מאכט מאפעס מיט שרעקליכע אדרעסן, און ער איז א חוטא ומחטיא. ר' יוסף בראך האט גערופן די פאליציי און זיי אריינגעברענגט אין די סוכה אבער צום סוף האט די פאליציי ליידער ארויסגעפירט וועם דער משתמש האט געהייסן.

איך וועל צוקומען צו מיין פוינט ווייל איך קוק שוין אויס ווי "פעלשער פארמעגליך" וואס שרייבט און שרייבט און שטעלט זיך נישט אפ. וואס האט די אלע זאכן צו טוען מיט די סוכה, און מיט זילו?

ווי יעדער ווייסט מוטשעט זיך צענטראל קהל זיך מיט די סוכה פאר רבינו שליט"א היי יאר. מיט די "פישמאןס" האט מען שוין צוטוען איבער די רענט וואס קהל באצאלט נישט, און אודאי נישט גומר געווען דעם מקח אויף נייער בית המדרש הגדול, און דא דארף מען אויפשטעלן די גרעסטע סוכה אויף דער וועלט. אין הויף פון ביהמ"ד קען מען נישט ווייל פישמאן לאזט נישט. נעבן די תלמוד תורה בנין איז אביסל קאמפלעצירט ווייל מען דארף אפשפארן די גאס און דאס מיינט אז מען וועט נאכאמאל דארפן בויען די סוכה אום יום טוב ווייל פאר סוכות דארף מען דאך האבן די גאס. אבער דאס האט נאכנישט מיט זילא, וואס יא, די קהלה האט באשטעלט א טייערע סוכה מיט אלע פיטשעווקעס אזויווי עס פאסט פאר די גרעסטע, בעסטע און שענסטע קהלה אויף דער וועלט, עס קאסט פופציג אלפים. ר' יצחק ראזענבערג דער וויצע פרעזידענט איז יעצט נישט ביכולת צו געבן אזעלעכע סכומים, האט דער רבי געהייסן רעדן מיט ר' אלישע שמואל, אז די חברה קדישא זאל דאס צושטעלן. ר' אלישע האט צוגעזאגט אז ווי נאר עס וועלן פאלן אפאר נפטרים ווער ער אהינשטעלן דאס געלט.

ליידער האט דער פערלשטיין צובראכן דער גאנצער פלאן, און דער סוכה'לע האט נישט קיין בעל הבית.

פאריגע וואך פרייטאג איז הרב הגאון הצדיק עושה חסד למיליאנען ר' מרדכי אהרן מייזליש געווען אין קרית יואל אויף א ברית, און האט שטארק אראפגעריסן ר' אלישע אויף די מעשה פון די סוכה. ר' אלישע מיט זיין לשון לימודים האט אים געזאגט, איך האב דיין פעטער ר' ישראל האגער איבערגעקליגט ווען ער האט געוואלט זיך אריינמישן אין סאטמאר און איך וועל דיך אויך איבערקליגן. און אלע שותים בצמא את דברי חכמה, האבן זיך צושמייכלעט.

הרחמן הוא יקים לנו את סוכת אהרן.

ע"כ די הומאריסטישע טייל פון דעם מאמר. איצט וועלען מיר אנהייבען די כנאראלאגישע סדר פון די סוכות ימים טובים פון יאר תש"ס און ווייטער. איר וועט ליינען דא וויאזוי ר' אהרן און זיינע מענטשען האבען צושטערט די הייליגע ימים טובים פאר לאנגע יארען, ביז עס איז ביי זיי געווארען א נארמאלקייט צו איבערדרייען בתי מדרשות ווען זיי קענען.

אין די איצטיגע צייט ערב סוכות תש"ע דרייען זיי ווייטער איבער א בית המדרש, דאס איז דער בית המדרש בבית רבינו הקדוש זי"ע אין קרית יואל, אויף וואס זיי האבען גע'חלומ'ט, איבערצונעמען מיט הילף פון א קארופטירטן אראנדש קאונטי ריכטער. אבער, ווי אלעמאל, האט דער אפעלאט געריכט אין ברוקלין, איבערגעדרייט דעם פסק פון דעם ריכטער אין אראנדזש קאונטי, און עס איז געבליבן אין די הענט פון די איצטיגע בעלי בתים. אבער ר' אהרן קען דאך נישט באקומען די ידיעה אז דער אפעלאט האט אפגעווארפען דעם אורטייל פון אראנדש קאונטי, האט דוד עקשטיין, אפגעהאקט די לעקטער פון די שול בבית רבינו, און די בחורים האבען ערב סוכות ביינאכט דורכגעפירט ראיאטען אין פארנט פון בית רבינו זי"ע, און מיט די נארישע שריט, איז ר' אהרן געווארען גאר העפי. נעבעך.

ב"ה אז מיר זענען ניצל געווארען פון ר' אהרן און זיין פארטיי. ב"ה אונזער רבי איז געזונט, און זאל ווייטער זיין געזונט און שטארק. ער האט נאך נישט געטון קיין איין שריט אויף וואס מיר האבען זיך געדארפט פארענטפערען. דער רבי איז א מתון, א עניו, א אויסגערופענער חכם און ער פירט אונז מיט זיין קלוגשאפט, מיט סייעתא דשמיא, מיט'ן שו"ע, מיט דרך ארץ אבער מער פון אלעם, מיט נארמאלקייט.

עס איז אונז א תפארת, א כבוד און א זכיה זיך מסתופף זיין בצילו כאטש מיר שרייבען נישט יעדע שורה, הגה"ק. עס עקלט אונז די נארישע בארימערייען. עס עקעלט אונז די נארישע פראפעגאנדע פון בילדער. עס עקלעט אונז דאס נאכמאכען יעדע משוגענע תנועה פון סיי וועלכען רבין. עס עקעלט אונז דאס פאלשקייט פון די פאלשע בכיות אויף גלות השכינה. עס עקעלט אונז יעדע זאך וואס האט צו טאן מיט ר' אהרן און זיינע "ילדים".

מיר זענען זייער שטאלץ מיט אונזער רבין. מיר זענען זייער שטאלץ מיט די פשטנות פון רבין ביי די טישן יעדע וואך. מיר זענען שטאלץ מיט אונזער רבין וויאזוי ער ריכט אפ די הייליגע הקפות, אן קיין נארישע געמאכטע תנועות וואס דארף געפעלען פאר די קליינע בחורלעך וואס לויפען ארום צו אלע הקפות פון יעדען רבין.

ברוך אלקינו שהבדילנו מן התועים ומן המחלה "עספערדזשעס סינדראם".

יו"ט סוכות תש"ס

 

דער יו"ט סוכות תש"ס איז געווען די ערשטע יו"ט נאך וואס דער רבי דער ברך משה האט אויפגענומען זיין דריטען זון פאר רב אין די קהילה אין וויליאמסבורג. און איך וועל שרייבען א שטיקל הקדמה וואס וועט געבען א בילד אויף יענע צייט, און מיט וואס יענער סוכות האט אלץ ארויסגענומען פון די כלים ר' אהרן.

עס פארשטייט יעדער אז דעמאלס איז געווען דער גרעסטער פרעשער די נייע ישיבה. ווער עס קען ר' אהרן פארשטייט אז דאס איז געווען זיין גרעסטער פראבלעם, ער האט גוט געוויסט אז דער עולם איז נישט צופרידן מיט די ישיבה, און האט מורא געהאט אז דער מיליטער צופאלט, דעריבער זענען אלע קוילען דעמאלטס געווען איבער די נייע ישיבה.

לאמיר געבן א דוגמא. ר' אהרן האט שוין חודש אלול תשנ"ט אנגעהויבן א קאמפיין וואס מען האט אנגערופן "יסוד איתן", ער האט געמאכט א גרויסן דינער אין קרית יואל'ער בית המדרש, דער ברך משה האט זיך משתתף געווען, עס איז געווען זונטאג פרשת כי תצא. ר' אהרן האט דעמאלטס געמאכט א גרויסן קאמפיין ער האט אויפגענומען א נייע הנהלה פאר די ישיבה גדולה, און האט מסביר געווען אז דער פראבלעם וואס די מתיבתא האט געהאט ביז היינט אז ווייל די הנהלה זענען געווען אין וויליאמסבורג, און אז עס איז ווייט פון אויג איז עס ווייט פון הארץ, כאילו פאר ר' לייביש לעפקאוויטש האט ווייניגער אינטערעסירט די מתיבתא ווי אים, אבער יעצט וועט ער נעמען די זאך אין די האנט, און מען וועט לערנען דוקא אויפן רבי'ן ז"ל דרך, ווייל זיי האבן מורא געהאט אז דער נייער וויליאמסבורגער ישיבה גייט אויפנעמען לומדישע מג"ש.

לכאורה איז דער תכלית פון דעם יסוד איתן געווען פאר געלט. אבער למעשה איז געווען דער פלאטפארמע פאר פי.אר., אבער ר' אהרן האט קלאר געמאכט אז מען דארף באצאלן צוויי מיליאן דאלער פאר 82 אפצוקויפן די בנינים מיט די שטחים ארום די ישיבה, וואס גלייך נאך זיין דרשה האט ער צוריסן דעם הסכם. אבער דאס איז געווען דער תירוץ פאר'ן יסוד איתן.

יענער דינער האט זיך אויסגעלאזט מיט א גרויסן "נחל איתן" ווי מען האט געפירט דעם עגלה ערופה, ווייל עס האט געגאסן שרעקליך, און דער עולם פון די קאנטריס האבן נישט געקענט אנקומען, דער 17 איז געווען אפגעשפארט א פאר שעה, בקיצור ס'איז נישט געלונגען.

ערב סוכות האט ר' אהרן געשיקט א שארפן בריוו בשם הנהלת המתיבתא פאר 82, היתכן זיי באצאלן נישט די איינגעשעטלטע, און ראביי גלאנץ איז אריבער צו ר' אהרן חול המועד און די צוויי צדיקים האבן זיך שארף פארהערט.

דער פחד אז ר' אהרן גייט מאכן א גוטע ישיבה איז געווען געוואלדיג גרויס, עד כדי כך, אז די קארפן קעפ האבן זיך געבראכן קאפ אין 82 ליע עוועניו און אין 90 ווילסאן, וואס מען גייט טוען מיט די אלע וומ"ס בחורים וואס זענען שוין אין קר"י מתיבתא און ר' אהרן גייט זיי שיקן א "לא נתקבל". יעדער האט געהאלטן אז דער שטיקל פון ר' אהרן וועט אים גוט געלונגען ווייל דער נייער רב וועט דאך נישט אריינעמען די פראבלעמען פון מאנרא. און די וועלט וועט געבן ר' אהרן גערעכט אז ער וויל נישט האלטן די וומ"ס פראבלעמען ווען וומ"ס האט א אייגענע ישיבה גדולה.

ראביי גלאנץ איז שוין געווען זוכען א פלאץ ווי צו מאכן א "מתיבתא גבוה" און עס איז שוין געווען א נדבן אויך, ווייל ס'איז ברור אז ר' אהרן גייט פטור ווערן פון אלע שוואכע סחורה און וועט וועלן קאמפיטן מיט די נייע ישיבה. דערווייל האט ער זיי זייער סורפרייזט, ער האט ענדערש געוואלט האלטן זיין מיליטער. טוב הרבה שלא בכונה ממעט בכונה.

בין הזמנים האבן זיי געמאכט א מורא'דיגן קאמפיין פאר קר"י מתיתבא. זיי האבן געעפענט א אפיס אין וומ"ס אין בעיסמענט פון ר' סענדער דייטש'ס אלמנה, זיי האבן געלייגט אין איד סאך באשרייבונגען בנוגע די מתיבתא און ארומגעשיקט אין די פאסט אויך. זיי האבן דעמאלס געמאכט א ריזיגן קאמפיין אז הונדערטער בחורים האבן זיך פארהערט א מסכת, (כ'האב שוין פארגעסן וועלכע, איך מיין אז די בחורים האבן אויך נישט געוואוסט וועלכע מסכת זיי האבן מסיים געווען) און מ'האט געמאכט א גרויסן מעמד כבוד התורה אין ראוז קעסטל, ווי מען האט געטיילט פרסים און די עלטערן און זיידעס האבן געהאט די זכיה צו שעפן נחת.

אריגינאל איז עס געווען געפלאנט אויף "אלעף" סליחות, אבער לבסוף איז עס געווארן נדחה אויף נאך סוכות. אבער לכבוד סוכות האט געהאנגען פלאקאטן אין אלע גאסן פון דעם מעמד כבוד "התוירע". דער גרעסטער חידוש פון דעם מעמד איז געווען אז דער נייער רב וואס מען האט געלאדענט צו דעם מסיבה, האט זיך משתתף געווען כאילו לא היה מיט א שטארקייט, כאילו מען מיינט נישט אים. די ארונים האבן דאס ממש נישט אראפגעשלינגען. ר' אהרן האט געהאלטן אינמיטן זיין דרשה, און ער איז שטום געווארן אויף א וויילע דערזעענדיג דעם ברודער דער נועם המדות קומט אים מיט א שטארקייט אפגעבן כבוד. אבער למעשה איז דאס געווען א הכרת הטוב פאר'ן האלטן זיינע לאבאצעס אין קר"י.

נחזור לענינו דער ישיבה איז געגאנגען ר' אהרן בנפשו מ'האט געמוזט פשוט אנהאלטן דעם יסוד איתן קאמפיין אז ער זאל זיך גוט שפירן און זיין עולם זאל אהיימגיין פון די מסיבות און הערן ווי גוט די מתיבתא איז. זיי האבן באשטימט א נייעם יסוד איתן אין ווילאמסבורג, אויף אסרו חג סוכות, אין ראוז קעסל. למעשה האבן די וויליאמסבורגער הנהלה באשלאסן צו מאכן א ריזיגן "קיום התורה" פאר די נייע ישיבה אויף אסרו חג. די קרית יואלער ישיבה הנהלה האבן קודם געשיקט בריוו מיט טענות, אבער זיי האבן זיך מיישב געווען פאר'ן תכלית פון מאלן וואסער און מחזק זיין דאס אינגעלע איז בעסער ווי שפעטער. למעשה האט וויליאמסבורג געמאכט איין קיום התורה אין קאנטינענטאל ווי ראביי גלאנץ האט דאס ערשטע מאל געבעטן אז דער רב וויל נישט מען זאל קלאטשען ווען מען רופט אויס סכומים עס איז נישט אידיש. דער עולם האט הנאה געהאט.

גלאנץ האט אויך דעמאלטס אריינגעפליקט פאר ר' אהרן אויף זיין סטעיטמענט אז ר' לייביש לעפקאוויטש מיט זיין הנהלה זענען געווען ווייט פון הארץ, די מתיבתא. ער האט אראפגעלייגט וויפיל מסירת נפש און הארץ די הנהלה האט אלע יארן אועקגעגעבן פאר די מתיבתא, און ער האט אויך פארציילט אז ר' לייביש האט שוין כמה פעמים געוואלט מאכן א ישיבה גדולה אין שטאט וואס דער ברך משה האט זייער געוואלט נאר די קרית יואלער מנהלים האבן דאס אפגעהאלטן, געמיינט צו זאגן ר' אהרן.

דער נייער רב האט דעמאלס דאס ערשטע מאל אויפגעטרעטן ביי א דינער, און האט געמאכט דעם באמבאסטישן סטעיטמענט פון די "אהבה מוסתרת" וואס איז געווען באהאלטן די אלע יארן צוליב געוויסע סיבות. דער עולם איז געווען זייער עקסייטעד מיט דעם נייער רב, עס איז געווען דיפלאמאטיש און געמאסטען, אבער דער האטליין האט געגאסן פעך אין שוועבל. (דער האטליין איז געווען ר' אהרן'ס שופר דעמאלטס און דער אלטער כסיל הערש און יוסף שיע גראס האבן דאס געהערט טאג און נאכט, און איבערגעשפילט דעם סטעיטמענט עטליכע מאל. דעמאלס צייט האט מען אנגעהויבן רופן ר' אהרן'ס מענטשן, אהרונים. עס איז נאך געווען א ווערטל אבער די אויבערשטע פון שטייסל האבן שוין געוויסט פון דעם נאמען.)

דער קיום התורה רבתי איז באשטימט געווארן אויף אסרו חג, און די פארברייטונגען זענען געוואקסען פון טאג צו טאג אין ראדני האט מען געהאנגען צעטלעך און געפליקט צעטליך יעדן טאג, עס איז געווען צעטלעך מיט טאוולעך פון ביידע מסיבות פון "קיום התורה" און פון "כבוד התורה" דער סיום פון מאנרא. פארן זמן פון שמיני עצרת האט אהרן דוב געטער פון בארא פארק און פון די גרויסע "עספערדזשעס סינדראם" חסידים, אראפגענומען די גרויסע סיין פון די "קיום התורה" אסיפה וואס האט געהאנגען אין ביהמ"ד. ער האט געזאגט אז דער סיין הענגט פינקט קעגן איבער וואו דער רב שטייט ביי די הקפות... די לופט איז געווארן הייסער.

ווי באוויסט איז שמואל אויבערלאנדער געווען בראש פון די חברת גרושים וואס זענען געלאפן אין אלע מבואות המטונפים אין קווינס כאפן בילדער.

פאר סוכות האט דער "איחוד" געמאכט א גרויסן סעיל אויף אתרוגים פאר 150 דאלער א סעט, האט משה גבאי געשאפט א נדבן און צוגשטעלט פאר 99 טולער. אין בנין עסטרייכער איז געווען דער לאקאל, ער האט איינגעשפאנט אלע זיינע חברה, משה הערש רייזמאן האט אנגעפירט מיט שלום יוסף דייטש, משה ראטה, משה אהרן שטויבער, מרדכי רובנישטיין, משה אברהם ראזנער. זיי האבן געשלעפט אתרוגים מיט לולבים פון פלאהר אין בארא פארק, און מען האט פארקויפט גאנץ עשי"ת אתרוגים. נאך די אהבה מוסתרת דרשה איז געווארן נאך בעסער די מארקעט, בקיצור מען האט זיך מחזק געווען מיט ארונישט שטותים, ווער ס'האט פארקויפט מער, איחוד אדער התאחדות אברכים.

די ערב יום טוב ראשזינקעס

דער נייער רב ציהט זיך אריין עמטליך אין 90 ווילסאן – דער שווער פון דער נייער רב האט זיך געזעגענט פון די וועלט – דער בלאט ערשיינט מיט 36 זייטן – אויב האב איך נישט קיין טעות האט מען שוין אויפגעהאנגען א גרויסן לאלעך אויף דוד הויערס הויז אויף לי עוועניו, מיט א גרויסן לעקטער וואס האט געשיינט מיט דעם סימבאל פון די "נייע" קר"י ישיבה – דער עולם באקומט אין די פאסט נייע הקפה'לעך מיטן סימבאל פון יסוד איתן מיט א באשרייבונג פון צענדליגער זייטן פון די מתיבתא מעלות. דער בעסטער פון אלעם: א נייע נוי סוכה ערשיינט אין די סטארס, א טאוועלע "והיה עיניך ראות את מוריך", דער בעל על הגאולה און דער בעל ברך משה און דער בעל קדושת אהרן, עס איז געווען דער שמייכל פונעם עולם לכבוד זמן שמחתינו אבער יעדער האט דערשפירט אז דא קומט א יום טוב צום געדענקען.

במשך די ערשטע טעג יום טוב איז נישט געווען עפעס ספעשעל, דער נייער רב האט געגעבן קידוש אין זיין סוכה פאר די ראשי הקהלה לכבוד זיך אריינצוען אין די דירה. די פארטיי וועלכע האט זיך אט געגרינדעט מיטן נייעם צייטונג דער בלאט, האט אויפגעלעבט אז ענדליך זענען זיי שוין ככל הגוים זיי האבן שוין א צייטונג, עס האט זיך ניטאמאל אינטערסירט אז דער פרעזידענט הייסט משה יעקב יוסף בראך, און דער צווייטער נאמען פון ווייס פרעזידענט ישראל ווייס איז א פאלשער נאמען וואס עקזעסטירט נישט, דער רעדאקטער איז געווען דער חיים דוד ווייס וואס האט זיך געצויגן לעצטענס פון טאהש נאכן אוועקגיין פון סקווירא קיין קרית יואל, און ער איז געווארן דער נייער ר' סענדר דייטש. דעמאלטס איז נאך שמואל ווידער דער בדחן וואס האט א קלינערס סטאר אויף לי עוועניו, נאך געווען אינטערן טיש, קיינער האט נישט געוויסט פון אים צוזאגן. דער צייטונג האט זיך געהאלטן נייטראל און דער עולם האט געהאלטן אז עס גייט זיך קיינמאל נישט אויסארבעטן.

חול המועד איז געווען געפערליך הייס. מען האט געפליקט צעטלעך, מען האט ארויסגעשייגעצט שלמה יודא מאשקשאוויטש פון ראדני, ווייל ער האט געארבייט צו מאכן א כולל בוקר אין ראדני אינאיינעם מיט ר' הערש מיילעך כהנא אין ר' וואלף פרידמאן.

ביי די טישען איז געווען נישט עפעס ספעציעל ביז אושפיזא דמשה ווען ר' אהרן האט זיך גענומען קלאטשען אין געמאכט פאן אבער ס'איז נאך געווען רואיג. שפיזע דאהרן איז געווען זייער שיין אין וויליאמסבורג, די אהבה מסתרת'ניקעס האבן אנגעפילט דעם רבי'ןס סוכה. און ר' אהרן האט געמאכט א גרויסן פראפאגאנדע אין מאנרא, ער האט דעמאלטס אדאפטירט דעם וויזשניצער ניגון "הכל יודוך והכל ישבחוך" און מיט דעם ניגון איז ער אריין געפאלן פאר די קומענדיגע פאר יאר אין דביקות. יודעלע ווערצבערגער האט געמאכט א ניגון אויף די ווערטער בנה ביתך כבתחילה. דער טיש איז געווען א שטארקער "BOOST" פאר ר' אהרן און דער בלאט אודאי אויך, און אזוי זענען זיינע חברה אהיימגעקומען ווילד אין איבערגעדריט ראדני. ווייל ר' אהרן האט נאך דעמאלטס נישט געזאגט אז מען זאל זיין שטיל די צווייטע טעג.

אושפיזא דיוסף איז געווען אביסל הייסער. משה האט זיך שוין צושריגן און ר' ליפא נאך מער און מען ארויסגעפירט שמואל אבערלענדער. דער משלחת וחוזרת איז אבער צוריקגעקומען נאך א שטיק צייט נעמען זיין קאפעל. אנגעהויבן האט זיך עס ווען משה האט געשטעלט וויין און די בחורים האבן זיך גענומען זינגען. דער ברך משה האט זיך דעמאלטס געכאפט אז מען זינגט נישט דא לכבוד יו"ט נאר מען פראטעסטירט דא קעגן משה גבאי. דער ברך משה האט אנגעהויבן מאכן קולות אויפן אויבן-אן און געשריגן אויף די בחורים. די בחורים האבן זיך דערשראקן און עס איז געווארן ליידיג די ברענטשעס. זיי האבן געהויבן פיס. משה האט ווייטער געשריגן הויעך אז ער וועט זיך נישט לאזן סאטאבאשזירן אין ער וועט זיך אנעמען פארן רביןס כבוד עד הסוף, מען וועט דעם רבין נישט מבזה זיין דא .

ר' ליפא וואס איז געזיצן נעבן הרב ר' יושע העשיל ביק האט זיך אויס געדרייט צו אים און געפרעגט "וזרח השמש ובא השמש? הא?" ער האט זיך באצויגן אויף וואס רב ביק האט געזאגט זומער ביי ר' אהרןס מסיבה אז עס איז "וזרח השמש ובא השמש", אז ר' אהרןס שמש האט זיך שוין אנגעצינדען. נעבעך. הרב ביק האט שוין מיליאן מאל חרטה געהאט פארן זאגן אזא פערדעריי און נאך דערצו ווען ער האט זיך באקענט מיט ר' אהרן פון די נאנט.

הושענה רבה תש"ס האט מען מכבד געווען ליינען משנה תורה ר' ישראל דוד וויינבערגער און נישט יודעלע ווערצבערגער, ווייל יודעלע איז געווען פון די הויפט מחוצפים קעגען דעם ברך משה ווייל ער האט ממנה געווען אלס רב זיין דריטען זון און נישט דעם זון וואס יודעלע האט געגליכען.

הושענה רבה צופרי איז גארנישט געווען עפעס ספעציעל. ר' אהרן האט נאך געבלאזן שופר. שמיני עצרת ביינאכט ביי די הקפות איז געווען אנגעצויגן אבער נישט קיין אינצידענטן, מען האט געקענט אידענטיפיצירן ווער איז ר' אהרן'ס מענטש, ווייל זיי האבן זיך ארומגעדרייט מיט די "יסוד איתן" הקפה'לעך. אין די הקפה'לעך איז געווען א באשרייבונג ווי שיין מען גייט אבערשטעלען די קרית יואלער ישיבה, און אויך איז דעמאלטס נולד געווארען אז ר' אהרן האט באקומען א געפיל פאר "זיינע תלמידים" און ער גייט אנהייבען עסען מיט די בחורים יעדען שבת, אזאך וואס ער האט נישט געטון קיין איין שבת די פריערדיגע צוואנציג יאר. אבער אז דער ברודער עפענט אויף א נייע ישיבה, דאן מוז מען אלעס טאן, אפילו מאכען דעם אנשטעל ווי ער פארמאגט געפילען פאר "זיינע תלמידים".

ר' אהרן האט געהאט ביי די הקפות א חברה שלעגערס ארום אים, צו היטען אז קיינער זאל אים נישט שלאגן, אבער ער האט נישט אראפגענומען קיין אויג פונעם ברודער קיין איין מינוט נישט. אמאל זייטיג, נישט וויסענדיג אז אויף קיין שונא קוקט מען נישט אזוי לאנג.

דער וויליאמסבורגער רב איז געשטאנען קעגן איבער מיט א פאר חסידישע יונגעלייט געמאכט א שטיקל רינג אזויווי אלע יארן און ווארעם געטאנצן. ער האט געכאפט שטילערהייט אפאר גוטע קאפעס אז ער איז אהיים מיט געשוואלענע פיס.

שמיני עצרת צופרי ר' אהרן געדאווענט אין סיגעט שחרית, און געקומען צו גשם קיין סאטמאר.

פארן ליינען האט מען באשריגן ר' מענדל דאווידאוויטש וואס האט געוואלט מאכן אפיל פאר די מוסדות תימן וואס איז אנגעפירט דורך ר' יצחק חיים פריינד. פאר מוסף האט ר' יונה האלפערט געזאגט אפאר ווערטער וועגן די קיום התורה, וואס גייט פארקומען אסרו חג. די חברה האבן אריין געשישקעט און ר' אהרן האט זיך געפריידט און געהאט א זיבעלע שמייכל אויף זיין באק פון דאנעט ביז דארט.

נאך תפילת גשם האט דער רבי געמאכט קידוש מיט די געסט אין די גרויסע סוכה און ר' אהרן האט זיך אהינגעריקט מיט זיינע גירושים און נאכשלעפערס, זיי האבן פרובירט צו זינגען יודעלעס נייער ניגון אבער דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און געלאזט ר' אהרן ווי א נאר מיט זיינער נארנים.

געזעגענען פון די סוכה האט ר' אהרן געפראוועט אליין אין סיגעט, און געלאזט זיין ברודער מיטן טאטען ארויפגיין פון סוכה צום הויז, אבער פארשטייט זיך ר' אהרן האט געענדיגט שפעטער. דאס ענדיגען שפעטער ווי ביי זיין ברודער איז ביי ר' אהרן און ביי זיינע פארטיי מעמעבערס איינע פון די הויפט קלימאקסען די הייליגע טעג. עס וועט נאך צוקומען איין ראש השנה וואס ער וועט ענדיגען ר"ה מוסף, צום גדלי' צום אויספאסטען. אלעס, כדי די וועלט זאל זען ווי גרויס ער איז. בעיביש.

שמחת תורה ביינאכט נאך די הקפות האבן די חברה גרושים מיט א פאר ישיבה קטנה בחורלעך זיך גענומען זינגען ארויסבאגלייטנדיג ר' אהרן פון ראדני, דער עולם האט נעבך געקוקט אויף אים מיט רחמנות בליקן, מיט וועם און מיט וואס ער איז זיך מחזק. ל"ע.

אבער אזוי איז מער ווייניגער געווען איינע פון שטילסטע יארען במשך די קומענדיגע יארען.

 




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/10/2009 01:49 לינק ישיר 

וואס איז? ליפא קען דיר שוין נישט צאלן ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/10/2009 18:09 לינק ישיר 

לכבוד אונזערע חשובע ליינערס

מיר הייבען אן איצט אן ארויף צושטעלען נייע חומר פאר דער צווייטער טייל פון דער היסטאריע פון די חלוקה אין סאטמאר.

ווי איר זעט אלע, פראבירען אראפצולייגען א געלונגענע ארבעט בנוגע די היסטאריע פון די חלוקה אין סאטמאר, און ווי אויך האבן מיר אריינגעלייגט אסאך ארבייט דמים תרתי משמע אין דו צוויי חלקים פון דו סוכות ביילאגע און מיר האלטן שוין פעסט אינמיטן סאטמערע חלוקה חלק ב'.

אבער וויסן זאלט איר אז אזא לאנג פארצווייגטע באשרייבונג קאסט אסאך געלט. סיי די צייט וואס דאס געדויערט, און סיי פארשידענע ארבעט וואס מיר דארפען פון מאל צו מאל ארויס געבען פאר דרויסענדע ארבייטער, און ווי אויך האבען מיר אין אונזער באזיץ פארשידענע ווערטפולע געהיימע טעיפס – און אויך דאס נאכגיין גאר קראנטע אינפארמאציע איז פארבינדען מיט געלט – וואס מיר פריוואט האבען שוין באצאלט און ווילען אי"ה באצאלען ווייטער.

עס ליגט שוין אין אונזער באזיץ אוצרות מיט סחורה וואס עס איז נאך נישט געווען אויפן גאס קיינמאל, וואס ווארט אז מען זאל עס בעארבעטן.

דעריבער אפעלירן מיר צו אונזער חשובע ליינערס אז מען זאל זיך אנרופען ווארעם מיט געלט און איך פארשפרעך אז עס וועט זיך אויסצאלן כפל כפלים.

לכבוד דעם האבן מיר געפענט א "פעיפאל" אקואנט אזוי אז יעדער קען אריינשיקן זיין נדבה מיט א קרעדיט קארד אין גייט גלייך צו אונזער אקאונט.

עס ארבייט ווי פאלגענד: מען גייט צו פעיפאלס וועב סייט אויף פעיפאל.קאם.  http://bit.ly/UmqiI און אויבן אויף די לינקע זייט איז דא א קנעפל  SEND MONEY

ווען מען קליקט אויף דעם קומט ארויף א באקס וואס פרעגט פאר וועלעכע אימעיל איר ווילט שיקן דאס געלט. דארף מען אריינלייגן אונזער אימעיל:  [email protected]

איר לייגט אריין וויפיל געלט די סכום וויפיל איר ווילט אונז שיקן. נאכדעם לייגט איר אריין אייער אינפארמעישאן און די קרעדיט קארד אינפארמעישאן, און דורך דעם ווערט איר א מעמבער ביי "פעיפאל" און איר באקומט א "יוזער-נעים" און א פעסווארד, וואס בלייבט געהיים ביי די קאמפאני וואס נאר איר האט צוטריט צו דעם, און אפילו מיר קענען נישט וויסן ווער איר זענט.

מיר האפן אז די חשובע ליינערס וועלן פארשטיין דאס נחיצות פון אונזער ארבייט און מיט אייער הילף וועלן מיר אי"ה אהער שטעלן גאר רייכע ארטיקלען וואס וועט אפילו איבערשטייגן די ביז יעצטיגע ארטיקלען.

א גרויסן יישר כח למפרע

אייער פריינט, פארמעגליך



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 02/10/2009 18:12:08




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/10/2009 17:59 לינק ישיר 
יו"ט סוכות תשס"א

לכבוד סוכות תשס"א האבען די ארונים ארויסגעגעבען א נייע "נוי סוכה", א טאוועל "ובמקהלות רבבות עמך בית ישראל", מיט א בילד פון ארמארי "יסוד איתן". די נעבעכדיגע ארונים וואס א גאנץ יאר דרייען זיך ארום ווי האמלעס אן קיין דאך אויפן קאפ האבן דא געטראפן גרויס חיזוק, און זיך געשפיגעלט אגאנץ סוכות אין די בילדער פון די מיליאנען. און ר' אהרן אליין האט נישט געדארפט נעמען די פילן ווען ער געקוקט אויף די בילדער, אבער די וועלט האט זיך געקאלערט פאר געלעכטער, מיט וואס קליינע מוחות זיי זענען זיך מחזק, אפילו פאר ליבאוויטש איז נישט איינגעפאלן צו מאכן א נוי סוכה פון זייערע צוזאמקונפטן, אדער די ליטווישע פון די ירחי כלה. מען האט באווינדערט וויאזוי מען האט א קהלה פון טויזענטער מענטשן אראפגעשלעפט צו די דרגה פון קליינע כתה ו' יונגלעך. אבער פארפאלן וואס דער רבי גלייכט גלייכן אלע חסידים.

דאס יאר זענען די ארונים שוין געווען סאך שטערקער און סאך מער צוזאמגענומען. כאשט זיי האבן נאך נישט געהאט קיין דאך איבערן קאפ, בלויז איין א איחוד שול אויף מארסי, און די שול אויף 141 ראסס סטריט. זיי האבען נאך נישט פארמאגט קיין תלמוד תורה, קיין מיידל סקול, זיי האבן נעבעך געמוזט יעדן שבת קומען קיין ראדני און זעהן זייער בראך פאר די אויגן, צוזעהן ווי די "שונאים" הייבן זיך דעם קאפ, אבער זיי זענען שוין אבער דאך אביסל מחוזק ווייל זיי האבן שוין אנגעהויבן ארבעטן צו עפענען א ישיבה קטנה היכל התורה; עס איז שוין געווען נאך דעם גרויסן יסוד איתן אין ארמארי וואס האט זיי שטארק מחזק געווען; נאך א יאר וואס דער בלאט האט פאר זיי פאקויפט די שענסטע בילדער פון הבלי הבלים דעם עולם, אבער בעיקר נאך דעם געלונגענעם זומער, ווען די ארונים האבן געמאכט דעם איחוד קאנטרי, וואס דארט איז געווען די ערשטע געלעגענהייט פאר די ארונים צו זיין אינאיינעם כאיש אחד בלב אחד, אן די "שונאים", דערפאר איז שוין יעצט געווען אביסל גרינגער צו מאכן איבערקערנישן. זיי זענען געווען מער אויפגעהייטערט.

אבער נישט פארגעסן אז די "שונאים" האבן אויך געהאט א געלונענעם זומער מיט א נייעם "קווינס" קעמפ, א חנוכת הבית א סעודת הילולא כ"ו אב, אבער דער קלימאקס איז געווען דער נסיעה קיין לאנדאן אין מקומות הקדושים אויף ו' אלול תש"ס, וואס איז געווען א געוואלדיגער כבוד פארן ברך משה און פאר דעם רב פון וויליאמסבורג. מיר וועלען אי"ה באשרייבן די געהויבענע נסיעה מיט אלע קליפערלעך ווען מיר וועלען האלטען דארט, אין די היסטאריע אפטיילונג.

דאס יאר אויף ימים נוראים האט מען שוין בכלל נישט גענומען קיין ניגונים פון יודעלע ווערצבערגער. נאר ר' חיים דוד דעסער האט פארפאסט אפאר נייע ניגונים און גענומען אפאר אלטע ניגונים פון "ר' בעריש ווישיווער" וואס מען האט געזינגן ימים נוראים. געווארען באקאנט פון יענעם יאר, איז חיים דוד'ס "אודה" ניגון, וואס איז געבליבען באליבט ביים סאטמארען ציבור ביז'ן היינטיגען טאג. אבער די הקפה ניגון איז געווארן דער מערכה אויף צווייטע טעג סוכות.

די ערשטע טעג איז דורכגעגאנגען מיט דעם אז "יוסי בראך" זייער פירער און פרעזידענט פון בלאט, האט זיך אריינגעזעצט אויבן אן ביי די רבנים פלאץ. די צוויי דעמאלטסדיגע הויפט פארפירער אין ביהמ"ד, סיני ברש"א טייטלבוים און וואלווי ב"ר יוסף נח לאנדא האבן זיך שוין געשפירט באקוועמער צו רעדן הויעך און לאכן ביים אויבען-אן.

בכלל איז "יוסי בראך" דעמאלס געווען דער מנהיג פון די ארונים. ער האט געפירט דעם בלאט, ער האט געזאגט סטעיטמענטס פאר די פרעסע פון ר' אהרן'ס זייט; ער האט אין ראדני געמאכט דער מצב פאר די ארונים.

חול המועד סוכות האט דער ברך משה געפירט טיש כדרכו, און די ארונים האבן שוין די ערשטע נאכט פראבירט צו מאכן ששון, זיי האבן אריינגעזעצט זייער מנהיג יוסי בראך אין די מיטעלסטע טיש ווי די ראשי הקהלה זיצן, יוסי האט קאמאנדעוועט רעכטס און לינקס. ער האט אויסגעטיילט די שריים און אראפגעזעצט דעם עולם, אבער די משוררים און די מוזיק זענען געווען און קאנטראל אז עס זאל נישט ווערן קיין איבערקערנישען.

חול המועד נאכמיטאג, איז געווען באשטימט א דרשה וואס דער רב גייט זאגן אין בארא פארק בית המדרש, אזוי ווי אלע יארן וואס דער רב פלעגט דארט זאגן א דרשה ווען ער האט געוואוינט אין בארא פארק און אפילו ווען ער האט געוואוינט אין ירושלים האט ער אנגעהאלטן די חזקה. אמאל שבת חול המועד פסח אמאל שבת חול המועד סוכות, און אפילו דער שבת חול המועד פסח תשנ"ט ווען אין וויליאמסבורג האט זיך איבערגעדרייט דאס בית המדרש און ר' אהרן האט געהאלטן א דרשה ביי שלש סעודות אז מען האט מבזה געווען א בנן של קדושים, האט דעמאלטס ר' זלמן לייב געהאלטן א דרשה אין 53סטריט.

דער זעלבער אנפירער פון התאחדות אברכים וואס האט אנגעפירט די שיעורים די לעצטע צוואנציג יאר, ר' פנחס אלימלך ווייסמאן, האט אים מכבד געווען צו זאגן די דרשה חול המועד סוכות.

פאר ר' בעריש מייזליש מיט זיינע קינדער האט דאס נישט געשמעקט, און האט אפגעשמיסט מיט אהרן דוב געטער, וואס איז אין געווען אויך איינע פון די גרויסע נאראנים וואס האבען זיך ארויסגעשטעלט אלס א צעווילדעוועטער פארשוין, צו מסדר זיין די לעקטער זאל זיך אויסלעשן אינמיטן די דרשה. מ'האט אוועקגענומען פונעם שמש די שליסלעך פון בוילער רום וואו דער פיוז באקס איז, און עס איבערגעגעבן פאר געטער.

איידער די דרשה האט זיך אנגעהויבן איז דער זון פון ר' בעריש, מרדכי אהרן, אריינגעקומען אין בית המדרש און אויסגעקלאפט אויפן באלעמער אז זיין טאטע האט געכאפט א סטראוק ל"ע, און דער עולם זאל איינרייסן. דער עולם האט זיך געריסן פאר געלעכטער, ער האט געמיינט אז די דרשה וועט זיך אפשטעלן, אבער למעשה איז דער רב געקומען און געזאגט די דרשה.

 אינמיטן די דרשה האט געטער טאקע אויסגעפירט די הייליגע שליחות וואס מען האט אויף אים ארויפגעווארפען, און האט אויסגעלאשן די לעקטערס. די ארונים האבן אנגעהויבן שרייען, זיי האבן איבערגעדרייט די מייקס, אבער עס איז שנעל געווארן סדר ווייל מען האט אויפגעבראכן דעם שטיבל פון די פיוזעס און צוריק אנגעצינדען די לעקטערס. ר' יהושע לעפקאוויטש האט זיך צוגעשטעלט צום מייק און געזאגט ר' בערל פרידמאן דער ראש הקהל זאל מאכן סדר. ר' בערל האט מוחה געווען און פארלאנגט דרך ארץ פאר'ן רב. דער רב האט ווייטער ממשיך געווען די דרשה מיט א געוואלדיגען גבורות הנפש, כאילו לא היה.

נאך יענע נאכט איז פארגעקומען א אסיפה ביים רבי'ן אין שטוב ווי דער רבי האט באשלאסן אז ער וויל אליין אראפפארען קיין בארא פארק און רעדן פארן ציבור. ער האט מחליט געווען אינאיינעם מיט בערל פרידמאן און ר' עביר קרייזמאן ע"ה און ר' ליפא לעווי ע"ה די בארא פארקער ראשי הקהלה אז מען זאל טוישן די גבאים פון בית המדרש.

דעם נעקסטן טאג אין בארא פארק איז פארגעקומען א עצרת מחאה אויפן בזיון התורה וואס די "ילדים", די "עספערדזשעס סינדראם חסידים" האבען אויסגעלאשען די לעקטער ביי די דרשה פון רב. ביי די עצרת מחאה אין בארא פארק האט ר' זלמן לייב פיליפ גערעדט און דער רבי דער ברך משה איז דארט געזיצן. די ארונים האבן אנגעהויבן ברימען ווען ר' זלמן לייב פיליפ האט געוויינט אוי להם לבריות מעלבונה של תורה, אין נאכדעם איז אריבער פון ברימען צו געמאכטע וויינערייען, בערך ווי ר' אהרן האט געוויינט ביי זיין טאטענס לויה אין ראדני. ר' חיים הערש שווימער אן עלטערער חשובער איד, האט זיך אויפגערעגט און געשריגן אויף די יונגעלייטלעך די מגולחים זאלן האבן דרך ארץ דער רבי זיצט דא. אבער די חברה האבן אים אנגעהאקט די ביינער אראפגעווארפן אויף דער ערד, דאס בילד האט אויסגעקוקט בערך ווי די פון די נאציס ווען דער איד ליגט אויף דער ערד אנעם שטריימעל אנעם קאפעל און כאפט אריין מכות.

ר' דוד בעריש האט געסטראשעט און לכבוד דעם נישט אריינגעקומען צום געוועזענעם שווער אויף די הקפות נאר געטאנצען די הקפות אין בארא פארק, ווי עס האבן זיך משתתף געווען ביי זיינע הקפות א ריזיגער ציבור פון קרוב צו צוואנציג יודען.

במשך דעם יו"ט איז געווען זייער הייס, אבער עס האט נישט אויפגפלקערט. עס איז געווען מלא ליצנות ושחצנות אבער ב"ה עס איז אריבער גאנץ שטיל.



מיר מוזען זיך אנטשולדיגען אזוי ווי עס איז אינטערגעקומען פרישע אינפארמאציע דו לעצטע מנוט אין עס איז יעצט ערב יו"ט אין מיר האבן שוין נישט דו צייט דערצו בכלל האבן מיר זיך אנגעשטרענגט יותר מיכלתו צו ארויסגעבן וואס איז שוין ארויסגעקומען אין דערצייט ווען יעדער איד גרייט זיך צו יו"ט זענען מיר זיך אנגעשטרעגט אין געווען פארנומען אז עס זאל זיין א דבר השלם אי"ה חול המועד וועלן מיר ממשיך זיין ווייטער

 

א שמחת יו"ט

 

ווי עס ווינטשט אייער פריינד פארמעגליך




תוקן על ידי מנהל_שני ב- 02/10/2009 19:48:30




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > סוכות בייליאגע חלק ב'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext