בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג! לעבעדיג אין ירושלימ'ער ישיבה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/10/2009 02:05 לינק ישיר 
ברעקינג! לעבעדיג אין ירושלימ'ער ישיבה

דער שיק-אינגל פון ר' חיים הערש יצחק ווייס האט געכאפט מכות רצח פון די תלמידי הישיבה און איז ארויסגעפלויגן צובלוטיגט בשן ועין איבערלאזנדיג דארט צוויי ציינער...

דא האט איהר די גאנצע מעשה:
פאר סוכות האט ר' חיים הערש געשיקט צו צוקלאפן די דאך פון די ישיבה כדי די בחורים זאלן נישט קענען דארט בויען ווי יעדע יאהר א עקסטערע סוכה, אזוי ארום וועלן זיי בלית ברירה מוזן קומען אנפיהלן די לאנגע רייעס טישן פון זיין סוכה, נוסח רוסלאנד.

די בחורים זענען געגאנגען איהם פרעגן פאוואס ער טוהט דאס פאר זיי, צו וואס פעלט אויס זיך ווידער צו צושלאגן מיט די בחורים, ר' חיים הערש האט זיך ארויסגעדרייט אזוי ווי עס האט נישט בכלל מיט איהם, ער ווייסט נישט בכללל פון וואס זיי רעדן.

עס איז נישט אריבער קיין האלבן טאג און די שלעגער'ס פון ר' חיים הערש האבן געמאלדן פאר די בחורים אז אויב זיי וועלן זיך וואגן צו עפענען דעם דאך פון די ישיבה וועט מען זיי מבזה זיין ברבים.
 
די בחורים האבן גלייך פארשטאנען פון ווי די שלעגער ווייסן שוין זייער באגער און זיי האבן געשיקט אַ שארפן מעסידזש פאר ר' חיים הערש אז אויב פיהרט ער זיך אויף צו זיי ווי א ציגאנער וועלן זיי ווייזן וואס זיי קענען, ר' חיים הערש האט זיי זאפארט צוריק באפוילן אז אז ס'איז איהם איינגעפאלן א גוטע פשרה: זיי זאלן קומען עסן שלש-סעודות אינאיינעם מיט איהם אין די גרויסע סוכה און ביי די זמירות קענען זיי ארויפגיין פראווען עקסטער, א גוטע טריק ווי אזוי די בחורים זאלן מוזן אראפקירכן פון זייער יערליכן עקסטערן סוכה, די בחורים האבן באשלאסן זיך צו מאכן תמ'וואטע און נאך ענדיגן די כזית המוציא ביי ר' חיים הערש האבן זיי אלע אפגעצויגן מיט א גרויסן שטארם, די בזיונות איז געווען געוואלדיג איינער פון די שלעגערס האט זיי געוואלט אפשטעלן האבן זיי געשריגן חי וקים 'דער רב האט אונז געגעבן רשות אפצוציהען'.

זעלבסט פארשטענדליך אז ר' חיים הערש האט אנגעהויבן צו קאכן ווי א קעסל ער האט זיך אויפגעשטעלט אנקוקן שטרענג די בחורים אבער עס האט איהם שוין ווייניג געהאלפן.

ערשט דאן האבן איהם די בחורים געלערנט בלק....

ווען ס'איז אנגעקומען צום תורה זאגן און מ'מאכט שטיל דעם עולם האט ר' חיים הערש צום שוידער און געלעכטער פשוט נישט געקענט זאגן קיין תורה ווייל די בחורים האבן געזונגען די זמירות (כפקודתו) מיט יאמערליכע קולות, די ציבור איז געווען נבהל ונשתומם ווי אזוי איז מען אנגעקומען צו אזא מצב, מ'קען נישט זאגן קיין שלש-סעודה תורה וועגן די אייגענע תלמידים.

ר' חיים הערש האט געגעבן דעם וואונק און זיינע שלעגערס האבן זיך גענומען ארויסלאפן פון סוכה ארויף צום ישיבה צו אנקלאפן די ביינער פאר די יונגע מחוצפים און עזי פנים.

אין שפיץ פון די שלעגערס האט זיך ארויסגעשטעלט אונזער אלעמען באקאנטער יצחק ווייס, ער האט געכאפט א שטעקן און אנגעהויבן ארויפצוגיין די סטעפס צום ישיבה, ער האט אנגעטראפן דעם ערשטן בחור און אנגעהויבן איהם צו האקן אויפן קאפ מיטן שטעקן, דער בחור איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און געשריגן אויף הילף,
דער רוצח האט איהם ווייטער געהאקט און געשלאגן שרייענדיג 'מחוצפים, מ'דארף ענק אלע הארגענען', די בחורים זענען ארויסגעלאפן און זיך דערזעהן דעם אויסווארף מיטן שטעקן אין די הענט גרייט צו כאפן נאך א קורבן, זיי האבן אויפגעהויבן אפאר בענקלעך און איהם באווארפן און איהם אראפגעשליידערט אלע סטעפס נישט פארן זיכער מאכן אז ער האט איבער געלאזט צוויי ציינער אויף דער ערד....

די בחורים האבן איהם געשריגן 'שייגעץ ס'איז דיר נישט גענונג אז ווען דו ביסט געווען א בחור ביסטו דורך רבי משה אריה זצ"ל געפלויגן פון ישיבה  וויסטו יעצט נאכאמאל פליען פון די ישיבה, טראג אפ פון אונז און זיך נישט קיין צרות', דער צוקלאפטער יצחק ווייס מיט זיין בלוטיגן מויל האט אפגעצוין פון דארט ווי שנעל ער קען, און ער האט געשיקט זיין שיק אינגל יואלי בארמינקא צו רופן הצלה ווייל ער האלט נישט אויס די יסורים פון זיינע ציין.

דער גבעת שאול'ער בעל תשובה י"צ יאזעף מיטן שלעגער ראטמאן מיט משה יחיאל בן מאיר ראטה וועכלע זענען מיטגעקומען מיטן שלעגער יצחק ווייס האבן שנעל אפגעטראגן נישט צו פארלירן זייערע ציינער.

ביים ציבור אין סוכה איז געווען א גאנצע מהומה מ'האט נישט פונקטליך געכאפט וואס ס'איז געשעהן מ'האט נאר געהערט די שרעקליכע קולות פון די געוואלדטאטן וואס איז פארגעקומן אויבן אין די ישיבה, מ'האט געזעהן ווי די הצלה אמבולאנסן קומען צו פליען, מ'האט געזעהן וויאזוי ר' חיים הערש איז אנגעצויגן און סודות'ט זיך מיט שיינע שלעגער וואס ווייטער צו טהון, די עולם איז אריין אין א שרעקליכן פאניק.

די בחורים האבן זיך געלאזט הערן אז זיי גייען אהיים באגלייטן ר' חיים הערש מיט בזיונות אלס נקמה פאר די שלעק, די חכמי כעלעם ראשי הקהילה האבן זיך אוועק געזעצט פאר מעריב צו דן זיין וויאזוי מ'שליסט די געפעכט מיט די בחורים, ענדליך איז איינגעפאלן ארויפצושיקן דעם חכם עתיק יעקל פויגל ער זאל מיט זיי פארהאנדלען מיט שיינעם און זיי שווערן בשם ומלכות אז יצחק ווייס האט דאס געטהון על דעת עצמו ס'האט נישט גארנישט מיטן רב, אבער ווי נאר ער אנגעהויבן ארויפצוגיין די סטעפס פון די ישיבה איז ער באגאסן געווארן מיט וואסער און ער האט זאפארט אפגעצויגן.

הערנדיג די פני הדברים האט זיך אנגעהויבן א דין ודברים צווישן דעם גאנצן ציבור צו ס'איז גערעכט אדער נישט, מעג מען אזוי דערדריקן די עלטערע בחורים ? מעג ר' חיים הערש זיך אזוי ארומשפילן מיט זיי ? מעג מען צולאזן אז דער מתועב יצחק ווייס זאל ווערן גערעכנט אלס איש סודו און אויספיהרן זיינע שליחות'ער און נאך דערצו גיין אנ'מקל'ען בחורים מיט א שטעקן בעצומו של שבת ?

ס'בלייבט נאר איבער צו דאנקען גאט ברוך הוא אז מ'האט אויסגעהאקט נאר די ציינער אוטן נישט די פינגער, ווייל ווען יא וואלטן מיר שאדן געהאט פון זיינע גיפטיגע געבעקסן דא אויף הייד פארק.



תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 19/10/2009 7:29:40




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/5/2010 17:06 לינק ישיר 

דערמאנונג...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2009 15:55 לינק ישיר 


מנהל טייערער, איך שעץ דיין טוישן די קעפל פונעם אשכול, עס ווייזט אויף מענטשהייט און באזעצנקייט, אַ דאנק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2009 00:35 לינק ישיר 


עס דארף נאך זיין אמת אויך ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/10/2009 02:57 לינק ישיר 


דא איז טאקע די פלאץ צו דערמאנען וואס יענקל שמן האט זיך אנגערופן פארגאנגענעם לג בעומר אין מירון כטוב לבו ביין נאכן טאנצן בר יוחאי מיט ר' חיים הערשעלע האט ער געזאגט הויעך מיט התרגשות אנטקעגן אסאך מענטשן:
"מ'דארף מיר ווי שנעלער זעהן דעם חיים הערשעלע אין אמריקע, זיין טאטע קען דאס נישט"

אגב פאר יענקל שמן האט זיך נישט געלוינט די ווערטער ווייל זאפארט האט ער אריינגעלייזט קולות וברקים פונעם פריץ י"צ יוזעף 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/10/2009 02:41 לינק ישיר 

דער שפיטווקער מיט'ן יפו'ער האט ביידע ליב דעם ביטערן טראפען
די קענסט ווייטער האלטן אז דער יפו'ר איז ערליכער יוד, דעס טוט מאך אלץ נישט מינמעזירן אז ער איז א אלקהלניק אין ביי יעדע יומו דפגרא איז ער פארגלייזט פין שיכרות.

אין פארגעס נישט ער גייט נישט זיין זאלי'ס ממלא מקום.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/10/2009 02:23 לינק ישיר 


באקומען אין אישי:

ס'דרייט זיך ארום אין אמעריקא אַ שארפע מרידה-בריוו

פון די ירושלימ'ער בחורים אנטקעגן ר' חיים הערשעלע

מיט זיינע מקורבים,

בעט ווער עס קען דאס פארשאפן זאל דאס ווי שנעלער

ארויפלייגן אויף הייד פארק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2009 23:33 לינק ישיר 

די טענה'ריי גייט אראפ פין ''שכל'דיג''
די מציאות איז ס'שטינקט
די ביזט מודה אז די מעשה איז געשעהן נאר די האלטס אז קיינער פילט נישט די גרוך דערפון,
א  שאד זיך צו טענה'ן אויף נעריש'קייטן!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2009 22:58 לינק ישיר 


פארשטיי, עס קוקט מיר אויס אז דו פארשטייסט נישט.
ווער האט גערעדט דא פון א רבי, ווער האט גערעדט דא פון קוויטלעך, פון געהאלפן ווערן ???

איך האב געשריבן מיין מיינונג אז עס איז נישט גלויבליך די הטלת דופי אין רבי חיים צבי, ער איז באקאנט אלס אדם חשוב.
און זיינע פראבלעמען מיט די בחורים אין ישיבה נעמט נישט אראפ פון זיין ערך,

אגב, אויסערדעם האב איך יעצט געהערט אז בכלל נישט אלע בחורים בחורים זענען פארמישט אין דעם נאר די עלטערע בחורים באים בימים און אויך מיט זיי האלט דאס אינמיטן ווערן מסודר 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 22:37 לינק ישיר 

הע'! שכעלדיג, ווילסט האבן א רבי'ן א שיכור? יא? גוט! כה לחי! גיי קוויטעל דיך ביי אים, און זיי דיך מזכיר, אויב ווינדערסטו דיך פאר ווארוואס די וערסט נישט געהאלפען, האב נישט קיין טענות!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 22:28 לינק ישיר 


פארשטיי, מיט דיינע אלע גערעדעכטצער נעמט נאך קיין נארמאל-באזעסענער מענטש נישט אן קיין הטלת דופי אין רבי חיים צבי ט"ב שליט"א.
און איך בין זיכער אז אויך לגבי די פאליטיק מיט די תלמידים אין די ישיבה איז נישט ער שולדיג נאר די מענטשן ארום, עס איז זיכער אז די גערדעכטס פון די תלמידים זעלבסט איז נישט קיין שום ראי' אז ער אליין שטייט אונטער דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 22:18 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס די האלסט יא, וואס די האלסט נישט! און עס איז נישט נוגע!

פאקט! עס שטינקט פון קאפ! זעט אויס אז סיגוט מיט ביסטריץ איז נישט קיין מעטש!

ר' יענקל בערעלע זאל זיין געזינט דרייט זיך מיט דאס ארגסטע פארשוינען  וואס כלל ישראל פארמאגט, ער דרייט זיך מיט א בלעקבערי און טאש, וואס דשזעי נעט גיבט איבער האט ר' יענקל בערעלע דער ממלא מקום פון מהרז"ל, נישט קין פילטער וד''ל, און ר' יענקל בערעלע איז דבוק און עם ביטערן טראפ, מיט א דביקות עילאה, און מיט אהבה שאין לשער,

אזוי אויך דער יפויער, וואס די זאליס האבן אייביג אזוי ארויפגעקיקט, און אייביג געזינגען, דעם ניגון, יא! מהרז"ל איז טאקע א גרויסע ניקס, אבער ר' חיים הערש, דאס איז דאך דער רבעזעכרונינעליברכע אליינס,

למעשה שטעלט זיך ארויס אז ר' חיים הערש איז דער זעלבער שיכור, און מ.. וואו זיי ברידער ר' יענקל בערעלע דער ממלא מקום פון מהרז"ל אליינס,

דאס צער פון די זאליבאנער איז דאך אין לשער ב''ה, אבי נישט ביי יודען!

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 15/10/2009 23:04:10

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 22:05 לינק ישיר 


ר' יענקל, המצנח וכו' האלט אייך רואיג, איך בין ווייט פון האבן א ציהל און די סאטמאר פאליטיק, דאס יא, איך האב ליב צו זאגן מיין מיינונג פאר שכלדיגע מענטשן.

פארדעם: האב איך נישט געלייקנט די פאליטיק אין די ירושלימ'ער ישיבה צווישן די בחורים מיטן ארטיגן רב, און איך האב אויך נישט פארענטפערט די הליכה בערכאות אין ארה"ק (כאטש וואס איך בין נישט זיכער אין רבי חיים צבי ט"ב שייכות דערמיט, איך האב נישט מער ווי ערווענט אז שכלדיג גלייבט זיך נישט די מעשה פון יפו אויף רבי חיים צבי.

בכלל האלט איך אז רעדן פון א פאליטיק אין א ישיבה צווישן מחנכים און תלמידים שאד פאר חינוך און פארן נאמען פון די תלמידים, א הערה קטנה.
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 21:53 לינק ישיר 


שכל'דיג שמייכל'דיג עס וועט דיר גארנישט העלפן,
דו קענסט נישט פארדעקן די פייערידגע מערכה פון הצדיק חיים הערשעלע מיט זיינע בחורים, עס איז א פאקט:

1. זיי האבן שוין להכעיס עטליכע מאל געמאכט א מי שבירך אין ישיבה פאר הרב (הצדיק) יעקב בער !
2. זיי האבן מחרים געווען די גרויסארטיגע משה'ס אושפיזין אין ירושלים און אנגעמאכט בזיונות
3. זיי האבן אויסגשאסן די ציין און צובליטיגט דעם קדוש י.ו. דער שליח פון הרב חיים הערשעלע !
4. זיי האבן געווארנט ר' חיים הערש'ס בעה"ב יוסל שווארץ ער זאל אראפנעמען פון זיי זיינע טראריסטישע לאפעס!
5. זיי באשמיצן הרב חיים הערש מיט ערנסטע מעשים תעתועים באיצטלא דרבנן וואס פאסט פאר א טעראריסט !

פארדעק נישט קיין פאקטן אפילו ס'טיט זייעהר שטארק וויי 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/10/2009 20:18 לינק ישיר 


איך בעט דיר 'פארשטיי', מעגסט שרייבן רבינו הגה"ק שליט"א, כה לחי
אבער פליז, דעם באשעפער נעם ארויס דא פונעם גאנצן פיקטשער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/10/2009 20:15 לינק ישיר 

אימ-שכלדיג
מ'זעהט דיין צול פין דיין נייע ניק איז צו פארוואסערן די שמיץ אויף רח''ה, ביזט קוים ניי דא, אין דערווייל האסטו כמעט נאר געשריבן דא

כ'בין נייגעריג אויב ער באקומט באצלאט פאר דעם, די בעסטע  ראי אז ער ארבעט פאר אים, קוקט ביי זיין לעצטע תגובה, אויף ר' יעקב בער וואלט זיך אפשר פארקויפט אזא מעשה

אגב, ווען ער זיצט אין א''י קענט איר פארקויפן זיין צדקות אין אמעריקע
אבער ווען די א''י פארציילען וואס דארט זיך, איז טאקע גרויסע צרות
איך האב שוין געזעהן זיין פרצוף, ווער ער איז ווען מ'האט אים פארגעהאלטן היתכן זיינע מענטשן, אין זיין הנהלת המוסדות קלאגען די סאטמערע מוסודת אין ב''ב אין'' ציוניסטישען'' ''קארט'',
אין פארוואס ער חבר'ט זיך עפענטליך צו דעם ''איש משחית/מושחת''

די שענסטע פין די סאטמערע קהילה אין ירושלים דאווענען היינט אויף רחוב יונה, דער ביהמ''ד שמ'ט אין גאנץ ירושלים, אזש טראץ ענקער טעראר (וואס ענק צייכענן זיך אויס ספעציעל אין ירשולים) באשיינען אינזער ביהמ''ד די גרעסטע רבנים פין ירושלים אפ' דער תו''א רבי.....וואס דינט אזוי געטריי די וויטשע'ס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג! לעבעדיג אין ירושלימ'ער ישיבה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext