| נשלח ב-5/10/2009 09:29 |
|
| |
ברעקינג: שלעגער פון ר' משה גבאי אנגעקלאגט אין געריכט
אהרן מאיר ווייס ב"ר משה חיים ווייס פון בני ברק, דער שלעגער פון ר' משה פריעדמאן משב"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט עם גראליג באפאלן און אטאקירט במערת הרשב"י אין מירון פארגאנגענעם ל"ג בעומר, באקריגט א באשולדיגונג אקט אין געריכט.
זיין פראצעס וועט זיך אנהייבן א' דר"ח חשון תש"ע (ולמספרם אוקטאבער 18 2009) אין בית משפט השלום אין צפת, ביים ריכטער בען פיילעס 9:30 צופרי.
"אחים אנחנו" צוזאמען מיט פילע טויזענטער סאטטמארער חסידים וועלן נאכפאלגן דעם געריכטליכן קעיס פונעם ברייט באקאנטן שלעגער מיט גרויס אינטרעסע.
פרטים יבואו!
תוקן על ידי yuchw ב- 05/10/2009 9:33:53
|
|
|
|
| נשלח ב-20/10/2009 17:02 |
|
| |
אין בני ברק, איז געווען נעכטן (נאכן ערשיינען די בילדער אויף הייד פארק) דער שלעגער אהרן מאיר ווייס צושפאט ביי יעדן, נאך דריי חדשים וואס ער פראבירט לייקענען פאר יעדן אז ער מ'האט עם געקלאגט אין געריכט פאר זיינע מעשים טובים.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 22:10 |
|
| |
ס'געפעלט מיר ווי ס'האלט נאך אן דעי קנאקעדיגע אפ-ענטפער פון די ארונים וואס קומט צו פליען נאך א אומבטעם'טע נצחון, לאמיר אלע טראכטן ווען די מעשה איז ווען פארקערט, ס'פארשטייט זיך אליין אז נאך דעם קומט שוין דעי נעקסטע סטעיטמענט והעיר זאלי נבוכה און דאן זענען מיר אויטאמאטיש אפגעפרעגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 21:46 |
|
| |
די מחנה ארונים וועלן זיך נאך באלד איינרעדן אז עס באדערט טאקע פאר די זלונים ווען ר' משה גבאי כאפט פעטש
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 21:20 |
|
| |
לאמיר אלע טראכטן ווען די מעשה איז ווען פארקערט
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 19:42 |
|
| |
ביים ענדיגן דעם הירונג האט דער שלעגער אהרן מאיר ווייס פארלאזט דעם בית המשפט כל עוד נשמתו באפו, ווען זיין הויפט משלח הערשל האלצער קוקט אויס חלשות.
תוקן על ידי yuchw ב- 19/10/2009 19:43:30
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 19:37 |
|
| |
אין געריכט האט עם דער ריכטער בען פיילעס פארגעליינט זיין באשולדיגונג אקט, - ווי עס לויטעט דער פראצעדור - אז ער האט געשלאגן ר' משה פריעדמאן אויפן ציון הרשב"י, און האט געפרעגט דעם שלעגער צו ער לייקענט עס אדער נישט.
דער צולייגער - וואס שוין איבער דריי יאר וואס זיי שרייען בג"ץ בית המשפט הציוני - האט אוועקגעשטעלט א פני תם פארן ריכטער זאגענדיג אז ער האט נישט קיין געלט פאר א לויער, און ער בעט אז "מדינת ישראל" (די ציוניסטישע געריכט) זאל עם צושטעלן א לויער אז ער זאל זיך קענען פארטיידיגן.
ווי דער פראצעדור און ווי עס איז דער געזעץ און ווי עס איז דער סדר, האט מען עם עס גלייך נאכגעגעבן, און דער ריכטער האט באשטימט דער קומענדיגער פארהער אויף דעצעמבער 3 - דאנערשטאג ט"ז כסלו.
תוקן על ידי yuchw ב- 19/10/2009 19:45:31
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 19:29 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 19:27 |
|
| |
תכלית, וועמען גייט אן די אלע געמויזעכטצער, וואס איז געווארן אין די געריכט ?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 19:27 |
|
| |
דער שלעגער אהרן מאיר ווייס גייט אריין אין געריכט
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 19:21 |
|
| |
אהרן מאיר וויס באהאלט זיך אונטער שלעגער דאסקאל, האלצער שרייט און שעלט, סטראשעט מיט זיין בלוטיגן פינגער אויפן ארגסטן
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 19:15 |
|
| |
נעכטן אינדערפרי 9:00 אזייגער איז דער שלעגער אהרן מאיר ווייס (דער רעדאקטאר פונעם גליון "קול התאחדתינו" או "שולחן מלכים" אויסגאבע) אנגעקומען אין געריכט, צוזאמען מיט זיינע צווי הויפטן, הערשל האלצער און שלום יצחק דאסקאל (הויפט משגיח רוחני ביי ר' חיים הערש מייזליש ישיבה), וועלכע שיקן עם כסדר פארזעצן די טעראר מיסיעס.
די דריי ועלכע זענען אנגעקומען אין געריכט קיין צפת פון בני ברק, האבן אויסגעקוקט חלשות, אנגעטארכעט, צומישט און ציושט, אין געווארט אומגעדולדיג.
דער פרעסעקיוטער האט זיי אריינגערופן אין ריכטער רום, און גלייך האט אויסגעבראכן א פלעש בליץ, דער צערודערטער האלצער נעמט זיך שרייען "לא לצלם" (נישט כאפן קיין פיקטשער'ס) און סטראשעט מיט זיין פינגער אויפ'ן ארגסטן, און לאזט פאלן א טוץ מיט מיאוסע קללות אנגעברענגט פון מאנארא'ער ישיבה.
דער שלעגער אהרן מאיר ווייס האט זיך באהאלטן אונטערן רוקן פונעם צוויטן שלעגער דאסקאל, און פארזינקען פאר בושות און חרפות מיט אראפגעלאזטן פנים איז ער אריין אין געריכט רום.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 18:53 |
|
| |
איז אמת אז אויב געפינט מען עם שולדיג קען ער באקומען די דעט פענעלטי? אזוי האב איך גיהערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2009 18:44 |
|
| |
יא.
נעכטן איז פארגעקומען די ערשטע סעסיע אין געריכט אין צפת, באלד וועט נאכקומען בילדער מיט איינצעלהייטן, וואספארא פנים דער שלעגער מיט זיינע הויפטן האבן געטראגן אין געריכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2009 08:17 |
|
| |
ווער האט אים געשיקט אן הזמנה?
|
|
|
|
|