הר"ר שש"ט: דעת רבינו בנוגע "פראטעסטן" !
איך האב נארוואס געעננדיגט הערן די געוואלדיגע אינהאלטספולע דרשה פון הר"ר שמואל שלמה טעלער (געזאגט געווארן נעכטן אין ב"פ) בנוגע די "פראטעסטן" (וועלכע ווערן לעצטנס פאררופן יעדע דריטע וואך אויב נישט מער..)
ער שמועסט הערליך אויס וויאזוי די פראטעסטן פלעגן צוגיין ביים בעל דבר"י זצ"ל און מיט וויפיל יישוב הדעת אזא זאך דארף געטוען ווערן.
"עס איז קיינמאל אזא זאך נישט געווען אז "עסקנים" זאלן אריינקומען צום רבין "בעטן" ער זאל אונטערשרייבן אויף זייער פאררופענע פראטעסט".. זאגט ער, "קיין איין צעטל - אין אידיש אדער אין ענגליש - איז נישט ארויס בעפאר רביה"ק האט עס איבערגעקוקט און פארראכטן", "א פראטעסט איז א לעצטע קאול וואס מ'שיסט ארויס נאר נאכן איבערגיין אלע אנדערע מיטלען און נאכן דן זיין בכובד ראש וואס מ'וויל און וואס מ'קען עררייכן".
שטארק האט מיר געפאלן די משל וואס ער זאגט, אז דאס אז יעדער דריטער עסקן קען זיך פארופן א פראטעסט מדעת עצמו, און מיטן בארעכטיגטן טענה אז "די רבי האט אזוי געטוען .. די רבי האט געזאגט אז מ'דארף טוען נישט אויפטוען" וכו' וכו', קוקט מען אויס ווי עס זאל זיין אז אין אפגאניסטאן זאל זיך יעדער גענעראל נעמען שריט לויט זיין פארשטאנד, און טענתו עמו אז ער טוט נאר "לטובת אמעריקא", און ער וועט זיך נעמען שיסן רעכטס און לינקס, און אפשר אויך ארויסשיסן א קליינע אטאם באמבעלע... און... ער האט אויפגעטוען! ער האט אומגעברענגט די טעראריסטן!! אבער... זיין שטראף וועט זיין גאר גרויס.. ווארום די אלע שריט וואס ער האט געטוען זענען שריט וואס קענען נישט און טארן נישט געטוען ווערן אנע ספעצילע באראטונגען און החלטות. אזוי אויך ממש די זעלבע איז בנוגע די פראטעסטן.
ער פארציילט אויך וויפיל שעות מ'איז שוין געזעסן ביים רבין מיטינגען איבער די אלע לעצטערע געשעענישן, אבער די רבי האט בשו"א נישט געלאזט פארופן קיין פראטעסטן סתם אזוי למען תהא... (ס'אל זיין...), נאר אין יעדע פרט האט מען דן געווען אלע מיטלען וואס מ'קען און וואס מ'זאל טוען.
ער פארציילט אז ביי די לעצטע פראטעסט קעגן הדסה וואו די פאררופער האבן זיך תולה געווען אינעם ירושלימ'ער רב שליט"א, האט רבינו שליט"א אים געהייסן אנפרעגן ביים ירושלימער רב צו ער האט אזא החלטה אז מ'דארף פראטעסטירן קעגן הדסה, האט ער אנערופן אין שטוב, און די תשובה איז געווען אז ער האט בלויז געזאגט אז מזאל טוען פעולות, אבער ער האט קיינמאל נישט דן געווען אדער צוגעשטימט צום פראטעסט!, און די עסקנים פונעם פראטעסט האבן שוין אנגערופן מפייס זיין פארן נוצן זיין נאמען אן רשות... (אזוי זעה מיר אויס!).
אויך פארציילט ער דארט סודות פון חדר וואס רבינו שליט"א האט יא פארארדענט צו טוען וועגן הדסה, און ווי פיל שווערער עס איז וועט עס בעז"ה אסאך מער אויפטוען. (איך קען נישט אלעס נאכשרייבן ווייל הזמן יכלה..)
די דרשה האב איך געהערט אויפן נייעם "קול התאחדות אברכים" טעל. ליין,
די נומער איז: 212-444-9899 דרוקט 6 און נאכדעם 1.
שמעו ותחי נפשכם!
(עס נעמט איבער צוויי שעה!)
 |
|
|