בית פורומים אחים אנחנו

דער מאנראוער צדיק אין דעמעדזש קאנטראל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/10/2009 01:37 לינק ישיר 
דער מאנראוער צדיק אין דעמעדזש קאנטראל

נאכ'ן בלייבן אויסגעשפילט פון אלע זייטן, ווען דאס יהדות החרדית אין ניו יארק איז ארויס אין מעכטיגע דעמאנסטראציעס קעגן די שלטון הרשע און קעגן די הדסה שפיטאל און ער — וועלכער דארף לכאורה (לשיטתו אלס דער רשכבה"ג) שטיין אין שפיץ פון די מערכות — איז געשטאנען אין א זייט כאילו נישט אים מיינט דער פסוק, האט ארויסגעשיקט זיינס א געטרייען אדיוטאנט שמואל שלמה טעללער (אדער בעסער געזאגט: ש.ב. מרגליות פונעם בלאט) "מסביר" צו זיין וואס דער רבי זי"ע האט יא אדער נישט געהאלטן איבער פראטעסטן.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2009 17:09 לינק ישיר 

גירעכט! ס'איז מיר נישט איינגעפאלן!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/10/2009 01:09 לינק ישיר 

נישט קיין גרויסע קושיא אינטערנעט איז א חורבן פאר יעדען כולל פאר מיר אין דיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/10/2009 01:02 לינק ישיר 

דער ארונישער פירער האט דעם פארגאנגענעם שבת שובה דרשה עפעס נישט סתם געליארעמט קעגן דעם טריפה'נעם אינטערנעט ר''ל, ער האט פארלאנגט פון די בע''ב פון די ביזנעסער זאלן כסדר האלטן א שטרענגן עינא פקיחא אויף אלע ארבעטער ווי זיי זענען, שטעל דיך פאר דאס איז שוין נאך  זשעי-נעט!. קען מיר איינער מסביר זיין וואס ליגט בי-היינד וואס בלוטיקט דאס אזוי אים צוזאמען מיט זיינע קלוגע  יועצים דעם טריפהנעם אינטערנעט???????  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/10/2009 19:32 לינק ישיר 

זייט מוחל מודיע זיין פאר דעם נער'ישן מגיד האהרונים ר' שש טעלער אז ער האט רבינו הק' קיינמאהל נישט געקאנט און נישט געזעהן.
נאך איידער ער איז געבוירן געווארן צו מעגליך ווען ער האט געטראגן זיינע פעמפערס אין מדינת איזראעל זענען שוין די שנעל באשטעטיגטע הפגנות יא באשטימט געווארן דורך רביה"ק מיט זיינע  נאנטע עסקנים ווי למשל ערב ר"ה גענקען מיר ווי תיכף נאך סליחות (בשנת תשל"ב אדער תשל"ג) ווען רביה"ק האט דארט אין בית המדרש געהייסן פאר ר' סענדער דייטש ע"ה אויסצו-רופן אז תיכף ומיד זאל יעדער וואס האט נאר די מעגליכקייט אריבער פאהרן קיין מאנהעטן פראטעסטירן אקעגן די ארעסט פון 2 בחורים וואס זענען בכלל נישט געוועהן פון סאטמאר נאר תלמידים פון די חברונ'ער ישיבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/10/2009 00:57 לינק ישיר 

שא שא מאכט נישט חוזק פון שש"ט

לאז אים זיין זיין ספאקסמאן רעד נישט דערפון זיי זאלען נישט וויסען ווי חוזק עס איז.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/10/2009 05:22 לינק ישיר 

ווי ס'שיינט זענען די ארונים חוה''מ מער עוסק  בדברי תורה,          מ'הערט עפעס נישט פון זיי. 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/10/2009 02:39 לינק ישיר 

דאס איז נאר אויפ'ן שפיץ גאפל.

יעצט לאמיר געבן אביסל צייט פאר די נארונים צו שימפן שעלטן און זיך איסגעבן קעגן די חוצפה'דיגע ווערטער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/10/2009 02:24 לינק ישיר 

עכטער גיט אראפגעלייגט ווי א עכטער חסיד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/10/2009 02:18 לינק ישיר 

און בכלל איז יענעם ווינטער פארגעקומען אן א שיר פראטעסטן.

שטעלט אייך פאָר וויאזוי דער מאנראוער צדיק וועלכער איז נאך דעמאלסט געווען דער מושל בכיפה, האט זיך באטייליגט ביי אזעלכע פראטעסטן כאטש דער רבי זי"ע האט נישט געהאלטן דערפון...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/10/2009 02:16 לינק ישיר 

און לאמיר נישט פארגעסן וואס דער מאנראוער צדיק האט זיך אויסגעדריקט איבער דעם פראסטעסט ביים יו-ען, אז עס איז א נייע זאך, מען האט קיינמאל נישט פראטעסטירט ביים יו-ען. (מיילעך שווארטץ וועט אים סייווי נישט איבערלאזן פאר אזא סטעיטמענט).

זעט אויס אז זיין זכרון איז שוין נישט אין דער ארדענונג. אדר תשנ"ג איז פארגעקומען א מאסן דעמאנסטראציע ביים יו-ען איבער די חטוטי שכבי וואס האט געפלאגט יענעם ווינטער דאס יהדות החרדית אין ארצינו הקדושה, איז ער געזעצן דארטן ביים פראטעסט וואס איז פארגעקומען בראשות פון רבינו בעלך ברך משה זצוק"ל.

נאר ווי ס'קוקט אויס קען זיין זון זיך שוין אויפשטעלן האלטן א דרשה אז "דער טאטע ווייסט נישט בחייכון וביומיכון"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/10/2009 02:09 לינק ישיר 

מצורף קובץ

פערטע זייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/10/2009 02:08 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דריטע זייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/10/2009 02:07 לינק ישיר 

מצורף קובץ

צווייטע זייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/10/2009 02:06 לינק ישיר 

מצורף קובץ

די פראסעסטן ביים יו-ען און ביי די הדסה העדקוואטערס אין מאנהעטן, געדעקט אויפן פראנט פעידזש פון גליון העדה.  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/10/2009 02:05 לינק ישיר 

יעצט וועל איך מעיר זיין איבער דעם פאלגענדן שטיקל:

ער פארציילט אז ביי די לעצטע פראטעסט קעגן הדסה וואו די פאררופער האבן זיך תולה געווען אינעם ירושלימ'ער רב שליט"א, האט רבינו שליט"א אים געהייסן אנפרעגן ביים ירושלימער רב צו ער האט אזא החלטה אז מ'דארף פראטעסטירן קעגן הדסה, האט ער אנערופן אין שטוב, און די תשובה איז געווען אז ער האט בלויז געזאגט אז מזאל טוען פעולות, אבער ער האט קיינמאל נישט דן געווען אדער צוגעשטימט צום פראטעסט!, און די עסקנים פונעם פראטעסט האבן שוין אנגערופן מפייס זיין פארן נוצן זיין נאמען אן רשות... (אזוי זעה מיר אויס!). 

ערשטענס, פארוואס האט דער מאנראוער צדיק'ל נישט אליינס געקאלט פרעגן? לויט ווי עס האט געזאלט הייסן ביים פאררופן דעם קאר פיקעטינג אין מאנהעטן אין די אווענט שעות (ווען דער קאנסול איז שוין געווען לאנג געווען געשלאסן...) האט כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א פערזענליך אנגעקאלט דעם מאנראוער צדיק ער זאל דורכפירן פראסטעטן.

צווייטענס, פארוואס האט דער ירושלימ'ער רב שליט"א נישט ארויסגעגעבן אן אפיציעלע הוראה וואס וואס צו טון, פונקט ווי ער האט געטאן ביי די פראסטעטן אין ירושלים אז בחורים מיט יונגלעך טארן נישט גיין צו קיין פראסטעטן?

ווער עס קען דעם ירושלימ'ער רב שלי"א בפרט יעצט ביי די מערכות אין ירושלים זעט ווי ער איז גאר שארף און אויסגעשפראכן, פיל מער ווי מען האט געהאלטן אז ער וועט גיין.

אבער ליתר שאת וועל איך דא ברענגען קאפיס פונעם גליון העדה ווי "אלעס" איז געהעריג געדעקט געווארן. און היינט צוטאג איז נישטא קיין שום ערנסטע זאך אין די עדה החרדית אפילו אין דעם גליון העדה ואס זאל זיין אן די הסכמה פונעם רב שליט"א. 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > דער מאנראוער צדיק אין דעמעדזש קאנטראל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext